המלוכה והממשלה האט געשריבן:יאיר, עס פאסט נישט פאר אזא חכם ווי די צו זיין ביזי מיט באשילדיגן אז איינער מיינט צו א טראלל וכו'...
מיר קוקט אויס אז
@עין טובה מיינט זייער ערענסט וואס ער שרייבט ,און אונז קענען נאר טוהן איין זאך, אים טרייען צו העלפען. ווי איך פארשטיי איז עין טובה נאך יונג און איז באמת נישט שטארק אויסגעקאכט אין עניני אמונה -דאס הייסט די קושיות, די תירוצים ,די קושיות וואס האבן נישט קיין תירוצים ,און די תירוצים וואס האבן נישט קיין קושיות וכו'. דער בחור וואס עין טובה האט אנגעטראפן איז מסתמא נאך ווייניגער באהאווענט ,און זיינע קושיות זענען מסתמא משונע'דיג אויבעפלעכליך. יענער האט נישט געליינט דעת אמת וכו', נאר ער האט גע'שעיר'ט מיט עין טובה די ספקות וואס ער האט געטראכט פון אין צייט פון דעפרעסיא. נישט קושיות וואס קומט פון וויסענשאפט , נאר ספאנטאנישע אפיקורסישע אויספלאצענישן "די וועלט איז אייביג געוועהן!!!"
איך פארשטיי אויך אז עין טובה האט יענער געקענט אויסהערן און האט מסתמא געוועהן מער א טערעפיסט אים אויסצוהערן פון זיין ווייטאג, און האט אים באוויזן "אויפצוקלערן" אז די וועלט איז נישט מוקדם. אזוי קוק איך אהן די מעשה.
אבער די אמת איז אז עין טובה'ס וויי געשריי איז לויטער אמת. מ'לערענט נישט קיין אמונה!! מ'לערענט גארנישט. און מ'הערט מער און מער יונגעלייט וואס ערלויבן זיך צו זאגן אז זיי גלייבן נישט! איז וואס איז די עצה?? עס איז דא א פאלטשע עצה און א אמת'ע עצה. לאמיר קודם אנפאנגען מיט די פאלטשע עצה ווייל עס איז גרינגער אראפצושלינגען. די פאלטשע עצה איז אז מ'זאל לערנען וועגן אמונה. חזר'ן מיט די קינדער און בחורים די ראיות פארוואס מ'גלייבט און דאס וועט זיי האלטען שטארק. אזוי אויך זאלן די מגידי שיעור זיין מומחים אויף די ענינים און קענען ענטפערן קושיות וואס מ'האט.
דאס איז אלעס בעלאני ,ווייל דאס אז די "מומחים" האבן תירוצים אויף די קושיות איז א פיסטע איינרעדעניש . לא דובים ולא יער. די קירוב קלאונ'ס קומען כסדר אויף מיט זייערע נארישקייטן און ווילן איינרעדן תמימי לב אז זיי האבן "ראיות" ,אבער ווער ס'איז אינטעליגענט און אוביקטיוו קען נאך א צייט גרינג אייזעהן אז זיי דרייען סתם א קאפ און זיכן נישט די אמת.
אויב אזוי, אויב קען מען זיך נישט פארלאזן אויף די "מומחים" וואס בלייבט איבר צו טוהן? א גוטע קושיא. די תירוץ איז אז נאר א חינוך וואס איז נישט אבסאלוט וואס פארקויפט נישט טאג און נאכט נאכאמאל און נאכאמאל אז "אונזער אמת איז אבסאלוט" קען לעבן אין א מענטש וואס האט קושיות. "פון א קושיא שטארבט מען נישט" איז זייער א גוטע מאמר ווען די אמונה וואס מ'גלייבט איז אפן און טאלעראנט. אן אמונה וואס איז אבסאלוט שטארבט יא פון א קושיא. אז איינער האלט פאר א ביזנעס דיל און ער מאכט פיינע חשבונות אז זיין אינוועסטמענט פון א מיליאן דאללער וועט ברענגען שיינע רוחים, און זיין גאנצע חשבון שטימט נאר ער האט איין קליינע קושיא וואס שטימט עפעס נישט, גייט ער נישט זאגן "פון א קושיא שטארבט מען נישט" און אינוועסטען די מיליאן דאללער. א ביזנעס דיל איז math, עס איז אבסאלוט, עס דארף שטימען. אויב עס שטימט נישט גייט מען נישט אינוועסטען א מיליאן דאללער. אויב א מיליאן דאללער וויל מען נישט איוועסטען אויב עס איז דא א קושיא וויל א נארמאלע מענטש אוודאי נישט אינוועסטען
זיין גאנצע לעבן אין א אינוועסטעמענט וואס האט א קושיא!! אויב מען איז מיך מחנך אז מיין אמונה איז די איינציגסטע אמת , און נאר דאס איז אמת וכו', און ווער עס טוהט אנדערש גיין אין גיהנום, און אלץ א טייל פון די חינוך דארף איך מיך לאזן הרגענען פאר די אמונה און אפילו אמאל הרגענען א צווייטען בגוף או בממון, קען איך נישט אריינטאנצען אין אזא אינוועסטמענט אויב איך האב א קושיא.
דערפאר טאקע קען חרדיזם טאקע נישט אנהאלטען מיט א מהלך וואס זיכט מחזק צו זיין דער וואס פרעגט קושיות. חרדיזם'ס אקסעדזשען איז די אמונה אז עס איז נישט דא קיין גרעסערע אמת פון אידישקייט און אז חרדיזם איז די גרעסטע אמת אינערהאלב אידישקייט. א קושיא אהן א תירוץ איז א גזירת מוות פאר חרדיזם.
משא"כ א נישט-חרדישע חינוך וואס שעצט יעדעם און איז מחנך אויף אידישקייט מיט א ליבשאפט און אנערקענונג אז דאס איז אונזער אמת און אונז שעצן יעדעמ'ס מיינונג און אלע דעות ,און מ'איז חלילה קיינמאל נישט מצער א מענטש וואס האלט אנדערש, קען אנגיין אפילו מ'האט א קושיא. אויף דעם קען מען טאקע ממליץ זיין "פון א קושיא שטארבט מען ניט". אויב מ'איז א איד ווייל עס איז זיס, עס מאכט סענס ,עס זעהט אויס אמת, עס איז אונזער מורשה וכו' וכו', און מ'פארשטייט אז אנדערע מענטשען האבן סיבות צו גלייבן אנדערש איז טאקע נישט געפערליך אז מ'האט א קושיא.
אין קורצען. א חרדישע חינוך שטארבט
יא פון א קושיא. וויבאלד ווער ס'טוהט אין די נושא פון אמונה בעיון ווערט סוף כל סוף געוואר אז ס'איז נישט דא קיין תירוצים אויף אלע קושיות , און רוב "מומחים" זענען שקרנים און שווינדלערס, איז א חרדי doomed אויב ער האט קושיות. ווער עס וויל מחנך זיין זיינע קינדער און תלמידים אויף א וועג אז ער זאל "נישט שטארבען פון א קושיא" דארף געבן א חינוך פון אמת ,ליבשאפט, אפענקייט און טאלעראנץ.