בלאט 4 פון 9

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:17 pm
דורך חייםדירבס
און נאך א הולץ....

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:22 pm
דורך חייםדירבס
דאס איז פון רעמבראנט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:26 pm
דורך חייםדירבס
דאס איז פון גאטליב, יום כיפור אין שול, ער איז געווען א פרומע בחור, ער איז געווען א חתן ווען ער האט דאס געמאכט, ער האט זיך אריינגעשטעלט דריי מאל, זיין כלה צוויי מאל און אויך זיין מחותניסטע. ער האט זיך גענומען דאס לעבן אלס חתן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:32 pm
דורך חייםדירבס
איך בעט די חשובער עולם אויב מען האט נאך נעמען וואס מוויל זען און דיסקוטירן זאל מען ביטע שרייבן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:51 pm
דורך ישראל קאפקע
וואס גייט דא פאר, ווער, וואס, אריגינאל נאכגעמאכט.
איך האב נישט געקענט ארויפלאדענען די גאנצע בילדער, די הינטערגרינדן זענען די זעלבע אין נומער איין און אין נומער דריי, פשט?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:56 pm
דורך חייםדירבס
די ערשטע צוויי איז אלכסנדר הארט. די דריטע ווייס איך נישט...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:59 pm
דורך ביבער
ישראל קאפקע האט געשריבן:אזעלכע מעלער, זענען היינט דא אין די הונדערטער, באשריבן אין די משפחה פרויען אפטיילונג, און אין המודיע מאגאזין (אדער וויאזוי עס הייסט היינטצוטאגס) יעדן צווייטן וואך.

איך זעה מאלעריי איז מיט דעם גלייך מיט אידישקייט, אלעמאל רעדט מען נאר פון אלטע, כאילו נאר די אלטע האבן געקענט און מ'מאכט אוועק די נייע, פארוואס איז דאס אזוי?
און באמת אויב ארט האט זיך שטארק ארויפגעארבעט לעצטענ'ס שטעל איך מיר פאר אז עס האט געברענגט א געוואלד מיט פרישע גאונים, נו ווער זענען זיי די היינטיגע סטאר'ס?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:00 am
דורך חייםדירבס
חייםדירבס האט געשריבן:די ערשטע צוויי איז אלכסנדר הארט. די דריטע ווייס איך נישט...


איך ווייס נישט קיין סאך איבער אים, איך מיין אז ער איז געווען פרום.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:03 am
דורך פישלע העררינג
ערעב חיים דער רב'ס,

גאנץ שיין! דיין ערשטער אשכול, און שוין צושמירט זיך עס אויף 4 בלעטער!...

יהא בואך לברכה!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:14 am
דורך חייםדירבס
ביבער האט געשריבן: אלעמאל רעדט מען נאר פון אלטע, כאילו נאר די אלטע האבן געקענט און מ'מאכט אוועק די נייע, פארוואס איז דאס אזוי?
און באמת אויב ארט האט זיך שטארק ארויפגעארבעט לעצטענ'ס שטעל איך מיר פאר אז עס האט געברענגט א געוואלד מיט פרישע גאונים, נו ווער זענען זיי די היינטיגע סטאר'ס?



מען קוקט אייביג אויף צוריק, ווייל אין ארט קוקט מען אויף חידושים, קאלירן, סטייל, טעכניק וכדומה, למשל, אין די נישט אידישע וועלט, איז געווען ארט "מאוומענטס" אימפרעסיאניזם, דאס האט אריינגעברענגט מאנע, ער האט מחדש געווען א נייע מהלך אין מאלן, שפעטער וואן גאו וואס דאס רופט זיך "פוסט אימפרעשיניזם", שפעטער איז געקומען מאדרן ארט, שפעטער אבסטרעקט וכו' מעוניין האט אייביג געקוקט אויף די מחדשים, און זייערע זאכן זענען די טייערסטע. און אויך באוואונדערט מען וועלכע קאלירן זיי האבן גענוצט מיט הונטערטער יארן צוריק כדי צו מאכן הערליכע בילדער. סאיז א שמועס פאר זיך.

צו די צווייטע נקודה אויב היינט איז דא גרויסע, אוודאי יא. האלץ למשל, יצחק הולץ ווערט פאררעכנט אלס זייער א גרויסע ארטיסט, מענטשן קויפן זיינע זאכן פאר צענליגע טויזענטערס, מאלנאוויצער למשל, אויכעט, ארון צוואנציג טויזנט א שטיקל, פליראווע איז אויכעט דא טייערע זאכן, איז יא, דאס רעד איך פונעם היימישן ציבור, אוודאי האט זיך דאס אויפגעבויט און סאיז דא אסאך טאלאנטפולע מעלער. סאיז דא א יונגערמאן פון קרית יואל ווטסון פארקויפט זיינע זאכן פאר פינף-זעקס טויזנט דאלער, געווען באשריבן אין די עמי לעצטנס ער הייסט יואל גליק.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:16 am
דורך חייםדירבס
פישל'ע העררינג האט געשריבן:ערעב חיים דער רב'ס,

גאנץ שיין! דיין ערשטער אשכול, און שוין צושמירט זיך עס אויף 4 בלעטער!...

יהא בואך לברכה!


איך דאנק אייך זייער פאר די ווארימע אויפנאמע.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:32 am
דורך ישראל קאפקע
חייםדירבס האט געשריבן:די ערשטע צוויי איז אלכסנדר הארט. די דריטע ווייס איך נישט...

עפעס ליגט מיר אין זכרון אז עס דא א היסטאריע אונטער די בילדער פון שמחת תורה אין שול, די ערשטע, לויט די קליידונג, איז אין ליווארנא איטאליע, די צווייטע וואלט איך געזאגט איז אין אמסטערדאם, די דריטער איז סתם א מישמאש פון איראקע, מאראקאנע, סירישע, ליטווישע, דייטשע גדולים, אריינגעווארפן א חב''דניק פאר א סגולה.
אויב זענען די ערשטע צוויי הארט, איז די דריטע מן הסתם א מער לעצטיגע, נאכגעמאכט הארט'ס סטיל.
די עפעקט פון פארשידענע גדולים, מיט ספרי תורה אין די הענט, אין א שיינעם שול, אום שמחת תורה, איז געוואלדיג.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:35 am
דורך ביבער
חייםדירבס האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:צו די צווייטע נקודה אויב היינט איז דא גרויסע, אוודאי יא. האלץ למשל, יצחק הולץ ווערט פאררעכנט אלס זייער א גרויסע ארטיסט, מענטשן קויפן זיינע זאכן פאר צענליגע טויזענטערס, מאלנאוויצער למשל, אויכעט, ארון צוואנציג טויזנט א שטיקל, פליראווע איז אויכעט דא טייערע זאכן, איז יא, דאס רעד איך פונעם היימישן ציבור, אוודאי האט זיך דאס אויפגעבויט און סאיז דא אסאך טאלאנטפולע מעלער. סאיז דא א יונגערמאן פון קרית יואל ווטסון פארקויפט זיינע זאכן פאר פינף-זעקס טויזנט דאלער, געווען באשריבן אין די עמי לעצטנס ער הייסט יואל גליק.

וואס מאכט איינעם אלס א טאלאנטפולע מעלער מער ווי אנדערע? וואס למשל איז דעם גליק'ס אייגנארטיגקייט איבער אנדערע היינטיגע מעלער'ס?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:44 am
דורך חייםדירבס
ביבער האט געשריבן:
חייםדירבס האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן: סאיז דא א יונגערמאן פון קרית יואל ווטסון פארקויפט זיינע זאכן פאר פינף-זעקס טויזנט דאלער, געווען באשריבן אין די עמי לעצטנס ער הייסט יואל גליק.

וואס מאכט איינעם אלס א טאלאנטפולע מעלער מער ווי אנדערע? וואס למשל איז דעם גליק'ס אייגנארטיגקייט איבער אנדערע היינטיגע מעלער'ס?


ער איז א גוט טרעינירטע מאלער, ער קען נאך אסאך וואקסן, אבער ער האט טאלאנט. איך פערזענליך,פון דאס ביסל וואס איך האב געזען געפעלט מיר זייער זיין "הימל " מער ווי די מענטשן, אבער אויף דעם האט יעדער זיין געשמאק.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:47 am
דורך חייםדירבס
ישראל קאפקע האט געשריבן:
חייםדירבס האט געשריבן:די ערשטע צוויי איז אלכסנדר הארט. די דריטע ווייס איך נישט...

עפעס ליגט מיר אין זכרון אז עס דא א היסטאריע אונטער די בילדער פון שמחת תורה אין שול, די ערשטע, לויט די קליידונג, איז אין ליווארנא איטאליע, די צווייטע וואלט איך געזאגט איז אין אמסטערדאם, די דריטער איז סתם א מישמאש פון איראקע, מאראקאנע, סירישע, ליטווישע, דייטשע גדולים, אריינגעווארפן א חב''דניק פאר א סגולה.
אויב זענען די ערשטע צוויי הארט, איז די דריטע מן הסתם א מער לעצטיגע, נאכגעמאכט הארט'ס סטיל.
די עפעקט פון פארשידענע גדולים, מיט ספרי תורה אין די הענט, אין א שיינעם שול, אום שמחת תורה, איז געוואלדיג.


ביסט לכאורה גערעכט מיט דיין צווייטן פונקט, און לגבי די היסאריע פון די בילדער ווייס איך נישט, אויב כוועל טרעפן עפעס וועל איך בל"נ לאזן וויסן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:51 am
דורך חייםדירבס
הארט איז געווען אן ענגלישער מאלער, ער איז געווען אין איטאליע פאר א תקופה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:54 am
דורך חייםדירבס
דאס האט נישט מיט אידישקייט, אבער דאס בילד איז מוראדיג, וויל איך אנדערע זאלן הנאה האבן..

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 1:01 am
דורך ישראל קאפקע
[tag]חייםדירבס[/tag] דאס געהערט ענדערש אין דעם 'פאעזיע אין בילד און געמעל' אשכול.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 1:24 am
דורך מנחם
דאס לעצטער בילד איז עפעס נורא נוראות, דאס פארטרערטע געזיכט שניידט טיף, עס לאזט זיך איר פארקוקן און באטראכטן און אריינלערנען פילע פשטים און מצבים.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 1:25 am
דורך berlbalaguleh
חייםדירבס האט געשריבן:איך בעט די חשובער עולם אויב מען האט נאך נעמען וואס מוויל זען און דיסקוטירן זאל מען ביטע שרייבן.

ס'איז דא א פעינטינג פון דעם בארימטן בעלגישן פעינטער "רובענס" (אויל אויף קענוועס/לינען/לייוונט) וואס ער רופט אן "לע ראבעין" דער רב. וואס מ'זאגט אז ער איז געווען זיין שכן. אפשר קענסטו דאס ארויפלייגן?.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 1:32 am
דורך מנחם
ישראל קאפקע האט געשריבן:קויפמאן'ס איז ווייט די שענסטע, די אנדערע נוצן מער פון די ארום צו שטעלן די אטמאספער, קויפמאן'ס זענען קלאוז אפ'ס (נישט אלע, אבער אפי' די וואס זענען) און די פנימ'ל אליין זאגט אזוי פיל, אז עס איז צום שטוינען.

קויפמאנ'ס בילדער זענען לדעתי צו קרוב אל האמת און עס האט עפעס נישט דער ארטיסטישער געפיל וואס באגלייט געווענדליך א גוט שטיקל ארט, עס קוקט אויס ווי זיין קונסט שטעקט אין נאכמאלען געזיכטער מיט א רעאליסטשן אויסקוק.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 2:00 am
דורך חייםדירבס
ס'איז דא א פעינטינג פון דעם בארימטן בעלגישן פעינטער "רובענס" (אויל אויף קענוועס/לינען/לייוונט) וואס ער רופט אן "לע ראבעין" דער רב. וואס מ'זאגט אז ער איז געווען זיין שכן. אפשר קענסטו דאס ארויפלייגן?.[/quote]

דאכט זיך אז די מיינסט רעמברענדט. פיטר פאול רובנס האט אסאך געמאלן פון תנ"ך, סקען זיין אז סאיז דא אזא לעגענדע וועגן אזא פעינטינג. אבער איך מיין אז סאיז נישט דא אזא אנגענומונע ווערשאן. פון רעמבראנט איז דא א פעינטינג ווטסון הייסט Le Rabbin

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 2:01 am
דורך חייםדירבס
נאך א אידישע פעינטינג פון רעמבראנט.