בלאט 4 פון 8

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:45 pm
דורך כוכב
קאווע סוועט נישט קיין סך העלפן יאיר. מבלייבט מיט 28 פאעזיעס.
נאך לענגערע באראטענישן איז געבליבן אן אנדערע מהלך. הפרטים באים.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:55 pm
דורך לעיקוואד
דער מהלך איז לכאורה זאל זיין צוויי דריי רונדעס פון וואלן, קודם די צען בעסטע, וכו'.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:57 pm
דורך לית דין בר נש
[tag]כוכב[/tag] חוץ פון די שושנים מערכת ארבעטסטו פאר די חברה קדישה אויך?
ווי האסטו דא ארויסגישלעפט א שיינע פאהר אידן פון בית החיים?
א באזודערע יישר כח פארדעם! האסט זיי כאטש דערמאנט אז זיי האבן אמאל געלעבט אין דער שטיבל! טענק יו

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:28 am
דורך ישמעאל הכהן
מעוז צור (שושנה # איינס) >>>>>>>>> מרדכי בן יצחק

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 10:45 am
דורך כוכב
[center]א וויכטיגע נאטיץ :
צוליב דער מאסנשטאבליכער ריבוי הפאעזיעס וואס זענען אלע ארויסגעשטעלט געווארן אין א פארהעלטניסמעסיגער קורצער צייט, האט זיך אויסגעשטעלט, אז טייל פאעזיעס האבן נישט באקומען איר פארדינטע אנערקענונג.
ווי אויך, צוליב די אנאנימיטעט פונעם פארמעסט, איז נישט געווען ווער ס'זאל זיך אפגעבן מיט איטליכער אשכול.
דעריבער, אריינגייענדיג צו די וואלן וואס וועלן זיך אנהויבן נישט שפעטער ווי זונטאג, אז איינער פון די חשוב'ע מחברים שפירט אז ער וויל אדוואקאטירן, ארויפברענגען אדער ארויסשטעלן א ביאור צו זיין פאעזיע, זאל ער עס ביטע אריינשיקן צו מיר אין אישי און איך וועל עס הארצן גערן ארויסשטעלן בעילום שמו.
מיט דאנק פאר אייערע קאאפעראציע.[/center]

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 11:32 am
דורך [NAMELESS]
אפשר קען מען שוין ארויסגעבן וויאזוי די וואלן גייען ציגיין, איך דארף שוין אנהייבן טראכטן... נישט אזא גרינגע באשלוס

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:08 pm
דורך פישלע העררינג
פרינטיבל פי די עף פון אלע entrees.

https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... %D7%9D.pdf

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 6:53 pm
דורך כוכב
א - די שטום בודקעס פאר דעם גרויסארטיגן שושנים פארמעסט וועלן זיך עפענען בעז''ה מארגן זונטאג ויחי.

ב-עס וועלן ארויסגעשטעלט ווערן דריי באזונדערע שטום בודקעס פער איטליכע צוועלף פאעזיעס. די ערשטע בודקע וועט זיך עפענען זונטאג און פארמאכן מיטוואך די צווייטע מאנטאג און פארמאכן דאנערשטאג אאוו.

ג-עס וועלן אויסגעוועלט ווערן דריי געווינער פער אנקעטע. די מחברים גופא האבן אלע רעכטן צו שטומען פאר זייער אייגענע פאעזיע.

ד-יעדע ניק מיט פינף און צוואנציג תגובות און העכער האט א רעכט צו שטימען.

ה-פרטים קענען געטוישט ווערן, פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 7:42 pm
דורך פישלע העררינג
כמעט בלי ספק אז [tag]אבטולמוס[/tag] איז דער פארפאסער פון "אלו ואלו נשרפין". באזירט אויף שפראך, ווערטער אויסוואל, און זיינע פריערדיגע תגובות וואס ער האט פארעפנטליכט. ווער עס זאל נאר זיין דער פארפאסער, האט גאר גוטע אויסלייג, רייכע ווערטער זאפאס, און לייגט אראפ זיין ענין להפליא זייער קאנווינסינג.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 7:47 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]ונבנתה העיר[/tag] איז דער פארפאסער פון "אמרתי", באזירט אויף זיין טיפע יכולת אין פיוט וואס ער האט שוין פון פריער באוויזען, און בעיקר אויף דאס וואס ער האט מרמז געוועהן זיין ניק נאמען צום סוף כדרך המחברים, און זייענדיג דער ערשטער אריינצוגעבן זיין ווערק האט ער נישט פאראויסגעזעהן אז אנדערע וועלן נישט מרמז זיין כנהוג.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 7:53 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]אפטעמיסט[/tag] איז דער מחבר פון ראדני. באזירט בלויז אויף אינטואיציה.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 7:55 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]מאראנצןזאפט[/tag] איז דער זיכערע מחבר פון "א גוט ווארט".

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 8:04 pm
דורך פישלע העררינג
דרא דייסא ודירה איז לכאורה [tag]הערשי[/tag]. באזירט אויף אנשטרענגונג צו ווייזן (נישט פארטוישן מיט "באווייזן") קונסט.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 8:07 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]יואב[/tag] איז דער מחבר פון וכל ישראל מראין באצבע, באזירט אויף זיין פילמאליגע דערמאנען די נאז גלעזער געדרוקעכטס ביי פראטעסטן און טישן.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 8:41 pm
דורך אפטעמיסט
פישעלע, וואס מיינט אינטואיציה?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:00 pm
דורך דריידל
אפטעמיסט האט געשריבן:פישעלע, וואס מיינט אינטואיציה?


וואסא חילוק. ס'מיינט נישט ותמגר (פון ולמלשינים)

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
אפטעמיסט האט געשריבן:פישעלע, וואס מיינט אינטואיציה?


intuition

לכאורה געטוישט אויף לשה"ק באזירט אויף אנשטרענגונג צו ווייזן (נישט פארטוישן מיט "באווייזן") קונסט.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:38 pm
דורך יואב
פישל, ווער ס'גערעכט ווייסט איין איינציגער כוכב, ( מיט גאט און דער מחבר זעלבסט שטייצעך.) דיינע מסקנות אבער שיינען מיך צו זיין אזש ווייניגער אקוראט ווי דיינע רעטינגס.  איך האב נאכנישט דורכגעליינט אלע, און איך וועל נישט האבן א געסינג צו אלע.


ווער יא ווייס איך נישט, אבער ראובן האט אין בעסטן פאל געזאגט דעם אלו ואלו נשרפין און נישט געשריבן. ס'מאכט פאר דיר סענס? פאר מיר נישט.

אויב ונבנתה האט פארפאסט אמרתי גייט א בילד פונעם ליבאוויטשער זיין מיין אוואטאר פאר א וואך צייט.

מאראנצןזאפט איז לדעתי זיכער נישט דער מחבר פון א גוט ווארט.

כל ישראל מראין באצבעו האט יואב – ווי ווייט איך ווייס – נישט געשריבן.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:51 pm
דורך איך אויך
ביסט מרמז אז יואב און מיסעס יואב שערן א ניק?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 9:55 pm
דורך יואב
איך אויך האט געשריבן:ביסט מרמז אז יואב און מיסעס יואב שערן א ניק?

ממש כדברך. דו הערסט אויף ברעכן מיינע רמזים דא ברבים?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 10:06 pm
דורך איך אויך
ניין.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 10:49 pm
דורך יאיר
גם אני אענה חלקי אין דעם געסינג געים.
ערבוביא - מאראנצן זאפט.
שאון השעון - ונבנתה העיר.
נהי בכי תמרורים - רויטע וואנצעס.
שובה/השיבנו - שמעקעדיג.

די אינוועסטיגאציע גייט ווייטער אן, און מיר האפן בעז"ה צו כאפן אלע פארברעכער בקרוב.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:58 pm
דורך אפטעמיסט
פארענסיק באווייזן צייגט אן ווער געוויסע פון די מחברים זענען, אבער אנדערש ווי יאיר, וועל איך ע"פ בקשת העסקנים מאכן א קאווער אפ און נישט ארויסגעבן די אקוראטע געשיכטע. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.