בלאט 4 פון 5
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 3:23 pm
דורך נאטירליך
זאגט ער א גוטע קשיא, די שלום בית וועט מען שוין קעיר נעמען שפעטער, אבער יעצט כאפ א טעקסי און קום שוין
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:12 pm
דורך גאלד
א דערשראקענער גייט די ווייב ארויס אויפן גאס,
באמערקט זי ווי אקראס די סטריט שטייט איר מאן אויפן גאס אנע היט און רעקל אין קייט פאפיטעס
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:31 pm
דורך נאטירליך
אים איז שווארץ געווארן אין די צייט איז זי דאך אלעמאל פארנומען.....לויפט זי צו צו אים און זאגט ב"ה דו בוזט געזונט און ער מיינט אז זי איז אינגאנצן אראפ פון זינען
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:58 pm
דורך געוואלדיג
הייבט ער שדנעל אויף די טרייבל און רופט הצלה פאר שמעיה ווייס'ס ווייב
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 6:06 pm
דורך נאטירליך
ביזדערוויל האט זיך די הוסטען בארואיגט און ער האט געמאכט אויס pause ווייטער צו הערן
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 6:20 pm
דורך בונדל
וועלכע עידזש שרייבט אויף דעם אשכול? - אויב איך מעג איבערהאקן
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 7:03 pm
דורך קאצקע ציקער
בונדל ביסט נאך צו יונג צו וויסן
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 1:53 pm
דורך שמעון וואלף
בונדל, די שרייבער זענען בערך די זעלבע עיזש ווי די ליינער. נעקסטעס מאל די האסט אזעלכע שאלות קענסטי עס פרעגן אין אשכול "זאכן וואס איך וויל וויסן" און נישט אריינהאקן אינמיטן א מעשה.
נא רבותי, צוריק. ווי האמיר געהאלטן?
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 3:16 pm
דורך moshav zekeinim
די אלע ווערטער האבן זיי געהערט פון נחום וועלעכער האט צוטירט א שמועס אין קאווע שטיבל, וועלנדיג ארויס ברענגען וואספארא בעיביס די קאווע שטיבל שרייבער זענען. ווייל טטייל פון די קאוועשטיבלער האבן זיךאנגענומען פאר וועבערמאן. דער יונגערמאן אטעמט אפ. אבי ער האקט אויף קאווע שטיבל און נישט אויף מיר
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 4:20 pm
דורך נאטירליך
אבער עס גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט און עודך נעמט זיך האקן אויף אים און ער זאגט: די נאמען איז נישט אזוי באקאנט אבער ער כאפט געווענליך א היטש אין די צייט און ער זעהט אויס כך וכך
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 5:14 pm
דורך געוואלדיג
דערווייל הייבן זיך אן צו הערן די סירענעס פון די הצלה קארס וואס דער דרייווער האט פריער גערופן
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 5:37 pm
דורך נאטירליך
און נישט מער און נישט ווייניגער פון איינע פון די הצלה קארס קומט ארויס נחום אליין
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 5:40 pm
דורך moshav zekeinim
ארויס פון מיין קאר! רופט זיך דער דרייווער פלוצלינג אן. "איך פארשטיי שוין אלעס. דו האסט זיך געמאכט היסן כדי איך זאל נישט כאפן, אבער מיר וועסטו נישט נארן די שייגעץ, איך קען די שטיקעס בעסער ווי דיר"!
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 5:50 pm
דורך שמעון וואלף
און ער פאנגט אן אים ארויסשלעפן ביי די פיס.
נא נא, מער האט נישט אויסגעפעלט, און נחום נעמט זיך מאכן קולות
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 5:51 pm
דורך moshav zekeinim
"הער מיר צו" רופט זיך דער היטשער אן צום דרייווער "פארסטו ווייטער איז גוט, אז נישט זאג איך פאר נחום אז דו האסט מיר מאלעסטעט ווען איך בין געווען א קינד"
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 6:15 pm
דורך א איד
דער דרייווער טראכט נישט קיין צוויי און הייבט אן צו שרייען, חזיר האסט מיר מאלעסטעד פריער, ארויס פון מיין קאר, הצלה האב איך שוין גערופן, נעקסט קומט פייער לעשער, און נאכדעם פאליציי.
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 6:45 pm
דורך moshav zekeinim
א פארבייפארענדע פאליס קאר זעענדיג דעם געטימל, שטעלט זיך אפ און פרעגט "וואס טוט זיך דא? "ער האט מאלעסטעט מיין קינד" שרייט דער היטשער ווייזנדיג אויף נחום.
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 9:42 pm
דורך moshav zekeinim
נחום שרייט צוריק "יאו אר עי טשיילד מאלעסטער", אבער דער היטשערער באשולגיגט ווידער נחום, עס טוט אויף טישן אןן בענק, און דער פאליס איז אין א פארלעגנהייט. און אט פארט דורך דער ניקולסבורגער רבי פון בארא פארק וועלעכער איז באקאנט מיט די פאליס, דער פאליס ווערט מלא שמחה, זעענדיג אים. ער וועט שוין פרעגן דעם ראביי וואס צו טון
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 10:22 pm
דורך שמעון וואלף
למעשה, אין דעם טומל האט די היטשער געהויבן פיס און געמאכט פליטה.
כאפצעם! כאפצעם!
Re: א מעשה... המשך קומט...
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 12:21 am
דורך א איד
אינמיטן די גאנצע געטומל הערט זיך א געזאנג מיט אזא זיסע הארציגע שטימע מלא געגועים וכסיפין.
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:30 am
דורך moshav zekeinim
דער ניקולבורגער רבי לאזט זיך ארויס אין א טאנץ מיט די פאליס
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:52 am
דורך נאטירליך
לאמיר צוריקגיין צו מיסיס ווייס, איר מאן פרעגט איר וואס גייט פאר?
נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 12:16 pm
דורך moshav zekeinim
און אט קומט די הצלה איר אפנעמען. "אה, ענדליך זענט עטץ דא! מיין ווייב לייט פון שרעקליכענ דמיונות" רוימט ער זיי אריין. "וואס גייט פאר מיט מיין מאן? פרעגט זי מיט שרעק דעם הצלה מאן. יענער טראכט נישט קיין סך, כאפט איר אן און ווארפט איר אריין אין אמבולאנס "סנישט מיר, ס'איז פאר מיין מאן" מאכט זי געוואלדעס