ירח בן יומו האט געשריבן:אין טשעראבל (סקווירא טאלנא רחמסטריוורקא) ליינט מען די מגילה די ערשטע צוויי מוצ"ש פון אדר, די ערשטע וואך ביז בלילה ההוא און די צווייטע וואך פון דארט ביז'ן סוף.
איך האב שוין אראפ געברענגט דא דעם מנהג ,
אין פאפא זאגט מען שבע ברכות שבת ביי שלש סעודות פון א גמרא אזוי ווי קידוש לבנה נאך די פיפצענטע ,(עס זענען דא פלעצער ווי מען זאגט בכלל נישט , למשל צאנז ועוד , ווי באלד עס איז א מחלקות די רמ"א מיטן מחבר וועגן פנים חדשות )
אבער לכאורה היינט צוטאגס איז דאך דא איבעראל פנים חדשות , ועוד דער ערוך השולחן זאגט שוין אז אויב זאגט מען דברי תורה ווערט עס גערעכנט ווי א פנים חדשות וויבאלד פיקודי השם ישרים משמחי לב וכו.פארשטיי איך נישט פארוואס מען זאגט נישט געהעריג שבע ברכות ,