בלאט 4 פון 11

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 11:48 pm
דורך ירח בן יומו
אין ארץ ישראל האב איך געזען א מנהג אונטער די חופה אז די חתן צוברעכט די גלאז גלייך נאך די קידושין, פאר די כתובה ליינען און די שבע ברכות, און ווען מ'ענדיגט די ברכות שרייט מען מזל טוב!

אנדערש ווי איך זעה אייביג נאך די ברכות צוברעכט מען די גלאז קראך.......... און מ'שרייט מזל טוב!

עז וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסען צו אין א"י ווען עס פאלט אראפ א גלאז אין בית מדרש וכדומה שרייען אלע מזל טוב (כמנהג אחינו בני ישראל תושבי חו"ל)
לכאורה ביי זיי האט א צובראכענע גלאז גארנישט מיט שרייען מזל טוב :?

Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:06 pm
דורך itsnotme
ווער נאך לייגט אייזן אויף אלע עסן היינט באנייכט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:53 pm
דורך א גוט מארגן
און צאנז האבן בחורים אנגעטון תפילין חול המועד כידוע אזוי ווי צאנזע רב האט געהאלטן אבער אין באבוב (וואס טוט אויך מנהגי צאנז) לייגן זיי נאר ביז די 18 ווייל די שינאווא רב האט געהאלטן אז מען לייגט נישט אלס פשרה צווישן ביידע לייגט מען נאר ביז די 18

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 12:11 pm
דורך לית דין בר נש
עס האט נישט קיין שייכות מיט שינאווא דאס נאר לייגן ביז אכצן

נשלח: מוצ"ש יאנואר 10, 2015 10:15 pm
דורך [NAMELESS]
chusid האט געשריבן:
יהושע חיים האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:אין פשעווארסק באקט מען ערב פסח מצות אבער מען פארקויפט עס אין חמץ מחשש חמץ

קען מען פארקויפן חמץ לאחר זמן ??? (עפעס שטימט נישט)

מען לייגט עס אין די קלאזעט וואס איז פארקויפט אין חמץ, מען רעדט דאך נישט פון חמץ ממש

זהו טעות מוחלטת ! דהרי כל אדמו"רי פשעווארסק נהגו לאכול מצת ערב פסח לא רק ליל ראשון אלא כל ימי הפסח

נשלח: מוצ"ש יאנואר 10, 2015 10:25 pm
דורך [NAMELESS]
יין שרף האט געשריבן:דאכט זיך אז די גארטל אויפן ציצית אין חב״ד איז נישט אלס גארטל נאר די ציצית זאל זך האלטן גראד אן קנייטשן, כמו שפסק הרב ז״ל ששיעור ציצית. היא שיכסה רוב הגוף, ממילא קען מען נישט רעכענען די קנייטשן.
אבטולמוס האט געשריבן:כ'זע נישט אז רוב פון די מנהגים זאלן זיין קעגן דער הלכה.
א פיפטע כוס איז אקעגן די הלכה אז נאכן פערטע כוס מעג מען נאר טרינקן וואסער.
.
כך נהג הגה"צ ר שימעלע זשעליכאווער זצ"ל (אשר ידע כל התורה כולה וכל הפיוטים על הלשון !) משמע שיש נידון בהוספת הכוס.

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 12:16 am
דורך ירח בן יומו
אויף וועלכע מנהג רעדסטו? די גארטל (כמבואר בשו"ע הרב), אדער די פינפטע כוס (כמבואר בתוס' פסחים ובטור)?

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 2:05 am
דורך chusid
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:
יהושע חיים האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:אין פשעווארסק באקט מען ערב פסח מצות אבער מען פארקויפט עס אין חמץ מחשש חמץ

קען מען פארקויפן חמץ לאחר זמן ??? (עפעס שטימט נישט)

מען לייגט עס אין די קלאזעט וואס איז פארקויפט אין חמץ, מען רעדט דאך נישט פון חמץ ממש

זהו טעות מוחלטת ! דהרי כל אדמו"רי פשעווארסק נהגו לאכול מצת ערב פסח לא רק ליל ראשון אלא כל ימי הפסח

בין איך היינט געוואויר געווארען א נייע זאך! אז מען קען שרייבן אויף לשון קודש מנהגים וואס לא דוב ולא יער... איך ווייס פאר א פאקט אז ר" לייביש לייגט עס מיט די חמץ און עסט עס נישט...

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 4:03 pm
דורך [NAMELESS]
Chusid" וואס ער טוט אנדערש ווייס איך נישט... אבער וואס ר איציקעל אין ר יענקעלע האבען געטון ווייס איך יא. אין אזוי שטייט אין קונטרס זכות אבות פשעווארסק לחודש ניסן בזה הלשון .רבותינו הלכו בעצמם (כל זמן שהי' ביכולתם) לאפיית המצות הן בערב פסח =שמזה אכלו במשך כל החג= והן בהחבורה שהי לפני ערב פסח (שבדרך כלל אכלו מזה יוצאי חלציהם והמסובים, ורבותינו אכלו מזה רק באחרון של פסח,)

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 2:08 pm
דורך [NAMELESS]
אין בעלז זאגט מען נישט קיין תחנון ג חשון אלטץ יום התחלת הישיבות.

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 11:34 pm
דורך ירח בן יומו
אין חב"ד זאגט מען יא תחנון אין יארצייטען פון די רבי'ס (היום כד טבת-בעל התניא, י' שבט-ריי"צ, ג' תמוז-רמ"מ) און זיי מאכן בכלל נישט קיין עסק פון דעם טאג
אבער זיי זאגן נישט קיין תחנון אין די יום הולדת פון א רבי

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 11:50 pm
דורך נקודת החבדית
ירח בן יומו האט געשריבן:אין חב"ד זאגט מען יא תחנון אין יארצייטען פון די רבי'ס (היום כד טבת-בעל התניא, י' שבט-ריי"צ, ג' תמוז-רמ"מ) און זיי מאכן בכלל נישט קיין עסק פון דעם טאג

תורת מנחם תש"י
שאלתי פעם אצל כ"ק מו"ח אדמו"ר מהו הטעם שאצל חסידי חב"ד נוהגים לומר תחנון ביאָרצייט של צדיקים (דלא כבפולין), והשיב, שזהו הזמן היותר טוב לבקש ולפעול כו' ("וואו איז דאָ אַ בעסערע צייט אויף אויסבעטן"). ויש לומר הביאור בזה – שאצל פולין אין אומרים תחנון, מפני שהעלי' שביום היאָרצייט אצל הצדיק ש"באמונתו יְחַי'" פועלת עלי' אצל כל מקושריו, שנמצאים במעמד ומצב שלמעלה מהענינים שצריכים לומר עליהם תחנון (אף שאין זה בדרך פנימיות); אבל חסידי חב"ד, שתובעים מהם פנימיות ועבודה דוקא, רוצים להעלות ("מיטנעמען") גם את הגוף, גוף רחוץ ("אַ אָפּגעוואַשענעם גוף"), ולכן גם אז אומרים תחנון.
וראה גם 'רשימות' חוברת סט עמ' 9. ובשיחות-קודש: ש"פ עקב תשי"ג ס"ד (התוועדויות ח"ט, תשי"ג ח"ג עמ' 115). שמח"ת תשט"ז ס"ג (התוועדויות חט"ו, תשט"ז ח"א עמ' 129). י"א ניסן תשכ"ב ס"א. ש"פ אחרי תשכ"ז ס"ב. ש"פ ויחי תש"ל ס"ה. וש"נ עוד
אבער זיי זאגן נישט קיין תחנון אין די יום הולדת פון א רבי
שטיות [רוב יו"ה הם ביום שא"א תחנון בל"ה]

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 1:14 pm
דורך [NAMELESS]
אין חב"ד ועוד צינדט מען לעכט לפי מספר הקריאה שבת זיבען וכו.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:36 pm
דורך ירח בן יומו
ווי באקאנט איז דא אסאך מנהיגים איבער קריאת שם פאר א טאכטער למז"ט, ס'איז דא וואס מאכן אינמיטן די וואך ביי א יום הקריאה, און ס'איז דא וואס ווארטן אויף שבת,
דעם שבת האב איך געזען אין סטולין אז מ'געט נישט קיין נאמען פאר די צווייטע שבת.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:35 pm
דורך ירח בן יומו
אין ארץ ישראל איז דא א מנהג אז די אבי הבן ביי א ברית זאגט פאר דעם די פסוקים שמע ישראל, ה' מלך, אנא ה'.
אויך מאכט ער א שהחיינו ביי די ברית

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:29 pm
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:אין בעלז זאגט מען נישט קיין תחנון ג חשון אלטץ יום התחלת הישיבות.

אויך ווייל ס'איז מיין בוירטהדעי...!... :lol:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:42 pm
דורך געוואלדיג
יעצט זאגסטו?
איך האף צו געדענקען ביז דעמאלטס

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 10:31 pm
דורך [NAMELESS]
אין וויזניץ זינגט מען הילוכך גלייך פאר מה ידידות אין מען זינגט נישט דעם חרוז אכול משמנים שתה ממתקים וכו. אין אזוי אויך זינגט מען נישט ברוך קל עליון ווייל די זאכן רעדן פין עסן , והמקור ברוך אמר איזה דבר על זה , מי שיודע יבוא ויכתוב,

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
פין ר' יהודה החסיד שטייט אז מען זאל נישט חתונה מאכן היינט ז' שבט ,

הכנה לפורים

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 1:29 pm
דורך ירח בן יומו
אין טשעראבל (סקווירא טאלנא רחמסטריוורקא) ליינט מען די מגילה די ערשטע צוויי מוצ"ש פון אדר, די ערשטע וואך ביז בלילה ההוא און די צווייטע וואך פון דארט ביז'ן סוף.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:51 pm
דורך [NAMELESS]
ירח בן יומו האט געשריבן:אין טשעראבל (סקווירא טאלנא רחמסטריוורקא) ליינט מען די מגילה די ערשטע צוויי מוצ"ש פון אדר, די ערשטע וואך ביז בלילה ההוא און די צווייטע וואך פון דארט ביז'ן סוף.

מקור המנהג, מסכת סופרים פרק י"ד הל' י"ח

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:13 pm
דורך [NAMELESS]
ירח בן יומו האט געשריבן:אין טשעראבל (סקווירא טאלנא רחמסטריוורקא) ליינט מען די מגילה די ערשטע צוויי מוצ"ש פון אדר, די ערשטע וואך ביז בלילה ההוא און די צווייטע וואך פון דארט ביז'ן סוף.

איך האב שוין אראפ געברענגט דא דעם מנהג ,

אין פאפא זאגט מען שבע ברכות שבת ביי שלש סעודות פון א גמרא אזוי ווי קידוש לבנה נאך די פיפצענטע ,(עס זענען דא פלעצער ווי מען זאגט בכלל נישט , למשל צאנז ועוד , ווי באלד עס איז א מחלקות די רמ"א מיטן מחבר וועגן פנים חדשות )
אבער לכאורה היינט צוטאגס איז דאך דא איבעראל פנים חדשות , ועוד דער ערוך השולחן זאגט שוין אז אויב זאגט מען דברי תורה ווערט עס גערעכנט ווי א פנים חדשות וויבאלד פיקודי השם ישרים משמחי לב וכו.פארשטיי איך נישט פארוואס מען זאגט נישט געהעריג שבע ברכות ,

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:29 pm
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער אינגל: אלס געוועזענער פאפא'ער תלמיד האט מיר דיין קאמענטאר זייער שטארק געשטאכן. איך וויל נישט אנהייבן א קינדערישן פייט כמו שהיה בימי מנשה'לע לוסטיג. אבער ס'איז זייער נישט שיין צו זאגן אזעלכע נידריגע און בייזוויליגע זאכן אויף אן עדה קדושה...!