בלאט 4 פון 6
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 1:25 pm
דורך מרדכי מרדכי
משפחה האט א פאדקעסט מיטן נאמען "כאחד האדם" ווי זיי אינטערוויוען חברי כנסת, אויף עפיזאד 5 איז דא ישראל אייכלער ווי ער גייט אריבער א חלק פון זיין לעבן ווי דאס אז ער איז אויפגעוואקסן אין מאה שערים און די לעבן דארט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 2:53 am
דורך [NAMELESS]
איך האב לעצטנס געטראפן זייער א אינטערסאנטע פאדקעסט
THE LEX FRIEDMAN PODCAST. לעקס די האוסט פון די פאדקעסט איז א וועלט בארימטע סייענטיסט און AI און Deep Learning ביי MIT, אנגעהויבן האט ער בעיקר מיט קאמפיוטער סייענטיסטס אבער מיט די צייט זענען זיינע שמועסן געפארן וויירעל און ער האט אנגעהויבן צו האוסטן סתם אינטערסאנטע מענטשן אין אלע מינע נושאים, היינטיגע צייטן איז ער פון די מערסט פאפאלערסטע פאדקעסטס אויף ספאטיפיי, ער האט גאר א טיפע נייגעריקייט בכלל, און זייער א אינטערעסאנטע מהלך וויאזוי אדורכצוטוהן נושאים, זיין טעאריע איז אז און יעדע נושא דארף מען אויסהערן ביידע צדדים עד הסוף צו קענען זאגן א מיינונג, למשל ער האט געהאט א שמועס מיט די CEO פון
פייזער און אפאר וואכן נאכדעהם מיט
דשאן עיברעמסען איינער וואס פירט א ריזיגע מערכה מיט ביג פארמע און פייזער, ער האט נישט קיין שום פראבלעם אפילו צו שמועסן מיט גרויסע קרימינאלן אויסצוהערן און צו פארשטיין זייער זייט און זייער מיינונג,
דא האט ער א שמועס מיט ברעט דשאנסאן א פארברעכער וואס איז געוועהן אויף די מאסט וואנטעד ליסט פון די עף בי איי, ער הערט זיי אלע אויס ביזן סוף און ער פרובירט אז די ליסענערס זאלן קענען זעהן קלאר ביידע צדדים פון יעדע זאך, און נאכדעהם אפמאכן וואס זיי האלטן
.
נאך אפאר אינטערעסאנטע שמועסן וואס איך האב זייער הנאה געהאט
א שמועס מיט א
CIA SPY.
א שמועס מיט
ריק דאבלין א גרויסע עקספערט אין סייקעדעליקס, איבער אלעס ארום די היסטאריע פון סייקעדעליקס, די בענעפיטס פון דעהם, די חילוקים פון אלע מינע סארטן סייקעדעליקס, און וועלכע מינע מ׳גייט בקרוב ליגעלייזן.
א שמועס מיט
קעווין סיסטראם די קא פאונדער פון אינסטעגרעם, איבער די עפפ בכלל און איבער סתם ביזנעס עדווייס.
א שמועס מיט
קריס טארבעל די עף בי איי אגענט וואס האט אראפגענומען די
סילק ראוד סייט (וואס איז געוועהן די גרעסטע אנליין בלעק מארקעט וועבסייט, און איז שפעטער געווארן א פאפולערע
דאקומענטערי איבער די האוסט פון די סייט).
א שמועס מיט
רעי דאליאו איבער געלט פעים און פאוער, (רעי איז גאר אן אינטערסאנטע מענטש מיט אסאך אינטערסאנטע שיטות ער האט שוין ארויסגעגעבן אסאך פאפולערע בעסטסעלער בוקס, ער איז אויף מיין ליסט פון די מענטשן וואס איך וויל נאך איין טאג עפענען אן אשכול וועגן זיי).
א גאר אינטערעסאנטע שמועס מיט אונזער אלעמען באקאנטן
אילאן מאסק איבער טעסלע, מארס, קריפטא, קאמעדי, (א שאד אז דעמאלטס האט מען נאך געהאלטן פאר די טוויטער עפאכע…).
א שמועס מיט
וויטאליק בוטירין די אינווענטער פון די עטיריום קריפטא קארענסי.
א שמועס מיט
בען שאפירא (וואס איז גראדע אויך אויף מיין אויבנדערמאנטע ליסט) איבער פרי ספיטש, טראמפ, טוויטער, אנטיסעמעטיזם, (ערגעץ אינמיטן פון די שמועס רעדט בען וועגן זיין קאפל פארוואס ער האט עס נאכנישט אויסגעטוהן).
איך האב אויסגעהערט נאך אסאך זייער אינטערעסאנטע פאדקעסטס פון איהם, אבער די ליסט איז שוין אביסל צו לאנג… איך וויל נאר בעטן א קליינע טובה פון אלע חשובע חברים אזוי ווי מ׳קען זעהן פון מיין שרייבן בין איך זייער שלעכט און די גאנצע זאך וויל איך בעטן ווער ס׳קען מיך ארויסהעלפן מיט מיינע טעותים אין גרעמער, ספעלינג, ווערטער באנוץ און אויסלייג, שכח למפרע.
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 3:11 am
דורך פאליטיקאנט
יישר כח.
כ'זע ממש נישט וואס איז שלעכט מיט דיין ספעללינג. דיין אויסלייג איז אויך גאנץ גוט (זייער גוטע ספעיסינג), אפשר ענדיג צו יעדע פאראגראף מיט א פאנקטיועשען מארק / פינטל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 3:51 am
דורך [NAMELESS]
א גרויסע שכח
@פאליטיקאנט ] פאר די הערות, שוין פאראכטן.
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2023 5:15 pm
דורך היכי דמי
אוי האט ער א שפראך.
לעיטעסט טאלקס ברענגט ארויף יוסל בראך.
פון איי וועלט איז עס געפלויגן און דער עולם פראטעסטירט שטארק
https://www.youtube.com/watch?v=cp2vftyWbSQ
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2023 5:51 pm
דורך [NAMELESS]
כ'הער יעצט.
זייער נאריש זיין טענה קעגן אני מאמין. א מענטש דארף קענען קאנעקטען מיט צער און צרות און אמונה טאקע בשעת א געשמאקע קומזיץ
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2023 1:03 am
דורך שלג זהב
דער שיסט אייביג סטעיטמענטס אין א לייכטן געמיט, מען ברויך נישט מדייק זיין.
לעיטעסט טאלקס ברענגט ארויף יוסל בראך.
נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2023 8:09 am
דורך Man City
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
נשלח: מוצ"ש מערץ 11, 2023 7:49 pm
דורך נעקסט לעוועל
שטארק רעקאמענדירט
א רב (רעביי סקאט כהן) און א טעראפיסט (טאלי ראזענבוים) גייען דורך און דעבאטירן אלעס וואס איז ביי אונז געווען פארשמירט און פארבעזימט אונטערן קארפעט
https://podcasts.apple.com/il/podcast/i ... 1416582200
נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 6:01 pm
דורך [NAMELESS]
א אינטערסאנטע
שמועס צווישן ביל מאהר, און בען שאפירא, איבער פאליטיק, קאוויד, עלעקשענס.
אינטרעסאנטע און נוצבארע פאדקעסטס
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 1:11 am
דורך ערנסטגערעדט
ישמחו הקאווע ותגל השטיבל
איך וויל דא עפענען אן אשכול איבער אינטרעסאנטע נוצבארע פאדקעסטס וואס סיי ווער מחברי השטיבל שטויסט זיך אן אין אזאנץ, זאל קענען מיטטיילן אז אנדערע זאלן אויך קענען הנאה האבן (און אויב איז שוין יא דא אזא אשכול ביטע מערדזשן)
איך גיי נישט דא מסביר זיין וואס פאדקעסט מיינט און וויאזוי סארבעט, נאר גלייך אריינשפרינגען
LETS GET REAL - WITH COACH MENACHEM
עס איז מיר א שטיקל חידוש אז איך האב נאכנישט געזען דא ציטירט פון ׳קאוטש מנחם׳
די רעדע איז פון א מוראדיגע פאדקעסט דורכן טעראפיסט ר׳ מנחם בערנפעלד פון לעיקוואד. די פאדקעסט האוסט גאר אינטרעסאנטע געסט,
על פי רוב פראפעשינעל טעראפיסטן , רבנים און אישי ציבור.
די טעמע איז אנדערש יעדע וואך אבער עס איז אסאך געווידמעט אויף מענטל העלט.
די נושאים זענען גאר ברייטע און פארצווייגטע, טייל זענען נאך כמעט נישט געווארן דורכגעטון ברבים, עס קומען אריין גאר אינטרעסאנטע שאלות וואס מטוט דורך אויפן פלאץ. איך וועל ברענגן אפאר קורצע ביישפילן
גאנץ לעצטנס איז געווען די גאסט ר׳ שייס טויב - מענער מיינען אז זיי דארפן זיין ׳מאַטשוי׳ און ווילן נישט באקומען קיין עמאציאנאלע סופארט פון סיי ווער - איינער רעדט זיך אפ אז ער פילט ווי א עי-טי-עם מאשין זיין ווייב און קינדער ווילן בלויז געלט און קיינער האט אים נאכנישט געפרעגט וואס ער מאכט - מענער פילן ווייניגער ווערד אויב וועלן זיי זיך אויסרעדן צו א צווייטן מאן איבער זייערע נפשיותדיגע פראבלעמען - נעמען די סופארט פון די ווייב מאכט נאר ערגער ווייל די מאן דארף זיין א משפיע און וועט שפירן שלעכט ווען ער איז נאר א מקבל
ר׳ מאניס פרידמאן - צו מעג איך דאווענען אז איך וויל זיין זייער רייך - וואס מיינט שמח בחלקו - וואס מיינט השתדלות אין פרנסה לויט דעם
ר׳ שמואל זוקער - וויאזוי ספראוועט מען זיך מיט נסיונות דקדושה - די ריכטיגע בליק און צוגאנג צו טעקנאלאדזשי און פילטערס
ר׳ משה ראטבערג - איז דא א מציאות ווען סאיז צופיל טעראפי - ווען דארף מען עס אפשטעלן - צו דארף יעדער טעראפי נאך טראמא - ווען די מאן און ווייב׳ס טעראפיסטן האבן מיינונגס פארשידנהייטן
גאר אסאך שמועסן בנוגע שלום בית, מערידזש קאונסעלינג, אלגעמיינע טעראפי, די געזונטע וועג צוצוגיין צו שבת אדער ימים טובים וכו׳
זייער אסאך פון די שמועסן זענען ווי ערווענט פרישע טאפיקס וואס מען הערט זעלטן ברבים, און טיילמאל נישט אזעלכע נייע טאפיקס אבער א חידוש צוליב די אינטרעסאנטע פערספעקטיוו אדער צוגאנג צו די נושא.
מקען עס מיטהאלטן זונטאג לייוו אויף טעלעפאון אדער זום, שפעטער אויף אלע פאדקעסט סטרימס ווי ספאטיפיי
יוטוב וכדו׳
Re: אינטרעסאנטע און נוצבארע פאדקעסטס
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 4:45 am
דורך הרבי האמיתי
איך הער לעצטנס אויס lex fridman ער ברענגט ארויף גאר אינטערעסאנטע געסט בעיקר אין וויסנשאפט, טעכנאלאגיע און פאליטיק, צווישן אנדערע האט ער געהאט
בען שפירא
סעם אלטמאן, די ceo פון openai
אילאן מאסק
נועם טשאמסקי א באוווסטע וויסנשאפטלער און אידיאלאג
Mr beast
מעגנוס קארלסאן די וועלטס בעסטע שאך שפילער
Joe Rogan איינער פון די גרעסטע podcast hosts
ער רעדט אביסל שטאט און א episode קען נעמען איבער 4 שעה אבער עס איז ווערט
Sent from my SM-G986U1 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 11:56 am
דורך וואלווי
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 3:31 pm
דורך ערנסטגערעדט
LETS GET REAL - WITH COACH MENACHEM
עס איז מיר א שטיקל חידוש אז איך האב נאכנישט געזען דא ציטירט פון ׳קאוטש מנחם׳
די רעדע איז פון א מוראדיגע פאדקעסט דורכן טעראפיסט ר׳ מנחם בערנפעלד פון לעיקוואד. די פאדקעסט האוסט גאר אינטרעסאנטע געסט,
על פי רוב פראפעשינעל טעראפיסטן , רבנים און אישי ציבור.
די טעמע איז אנדערש יעדע וואך אבער עס איז אסאך געווידמעט אויף מענטל העלט.
די נושאים זענען גאר ברייטע און פארצווייגטע, טייל זענען נאך כמעט נישט געווארן דורכגעטון ברבים, עס קומען אריין גאר אינטרעסאנטע שאלות וואס מטוט דורך אויפן פלאץ. איך וועל ברענגן אפאר קורצע ביישפילן
גאנץ לעצטנס איז געווען די גאסט ר׳ שייס טויב - מענער מיינען אז זיי דארפן זיין ׳מאַטשוי׳ און ווילן נישט באקומען קיין עמאציאנאלע סופארט פון סיי ווער - איינער רעדט זיך אפ אז ער פילט ווי א עי-טי-עם מאשין זיין ווייב און קינדער ווילן בלויז געלט און קיינער האט אים נאכנישט געפרעגט וואס ער מאכט - מענער פילן ווייניגער ווערד אויב וועלן זיי זיך אויסרעדן צו א צווייטן מאן איבער זייערע נפשיותדיגע פראבלעמען - נעמען די סופארט פון די ווייב מאכט נאר ערגער ווייל די מאן דארף זיין א משפיע און וועט שפירן שלעכט ווען ער איז נאר א מקבל
ר׳ מאניס פרידמאן - צו מעג איך דאווענען אז איך וויל זיין זייער רייך - וואס מיינט שמח בחלקו - וואס מיינט השתדלות אין פרנסה לויט דעם
ר׳ שמואל זוקער - וויאזוי ספראוועט מען זיך מיט נסיונות דקדושה - די ריכטיגע בליק און צוגאנג צו טעקנאלאדזשי און פילטערס
ר׳ משה ראטבערג - איז דא א מציאות ווען סאיז צופיל טעראפי - ווען דארף מען עס אפשטעלן - צו דארף יעדער טעראפי נאך טראמא - ווען די מאן און ווייב׳ס טעראפיסטן האבן מיינונגס פארשידנהייטן
גאר אסאך שמועסן בנוגע שלום בית, מערידזש קאונסעלינג, אלגעמיינע טעראפי, די געזונטע וועג צוצוגיין צו שבת אדער ימים טובים וכו׳
זייער אסאך פון די שמועסן זענען ווי ערווענט פרישע טאפיקס וואס מען הערט זעלטן ברבים, און טיילמאל נישט אזעלכע נייע טאפיקס אבער א חידוש צוליב די אינטרעסאנטע פערספעקטיוו אדער צוגאנג צו די נושא.
מקען עס מיטהאלטן זונטאג לייוו אויף טעלעפאון אדער זום, שפעטער אויף אלע פאדקעסט סטרימס ווי ספאטיפיי
יוטוב וכדו׳
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 3:39 pm
דורך ערנסטגערעדט
@מנהל
ביטע פארמעקן דעם אשכול אדער מערדזשן מיטן אשכול וואס
@וואלווי האט געברענגט
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 1:07 pm
דורך [NAMELESS]
הרבי האמיתי האט געשריבן:איך הער לעצטנס אויס lex fridman ער ברענגט ארויף גאר אינטערעסאנטע געסט בעיקר אין וויסנשאפט, טעכנאלאגיע און פאליטיק, צווישן אנדערע האט ער געהאט
בען שפירא
סעם אלטמאן, די ceo פון openai
אילאן מאסק
נועם טשאמסקי א באוווסטע וויסנשאפטלער און אידיאלאג
Mr beast
מעגנוס קארלסאן די וועלטס בעסטע שאך שפילער
Joe Rogan איינער פון די גרעסטע podcast hosts
ער רעדט אביסל שטאט און א episode קען נעמען איבער 4 שעה אבער עס איז ווערט
Sent from my SM-G986U1 using Tapatalk
viewtopic.php?p=513137#p513137
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 8:23 pm
דורך Meditation
עס קומט מיר אוחס צו דרייוון לאנגע שטרעקעס פאר מיין פרנסה, פאלגנד איז א partel ליסטע פון פאדקעסט וואס איך הער געוויסע איז שוין דערמאנט געווארן:
נייעס און פאליטיק:
The Megyn Kelly Show
ווער Megyn Kelly איז דארף מען קיינעם נישט זאגן, יארן לאנג איז זי געווען א News Anchor ביי פאקס, ספעציעל איז זי געווארן אין די נייעס ביי די 2016 פרעזידענטליכע דעבאטע ווי זי האט אריינגעפליקט טראמפ. היינט האט זי איהר אייגענע show וואס איז פון די מערסט
פאפולערסטע פאדקעסטס.
די pros:
זי האט זייער א בא'טעמ'טע וועג פון רעדן נישט overwhelming אויפן אויער
זי איז גאנץ צענטריש געשטימט הגם מער רעכט גענויגט ספעציעל ווען עס קומט צו wokisim
זי ברענגט ארויף געסט
די cons:
צופיהל ביזי מיט טרענסזענדער ענינים וכדומה
לאנגע עפיסאדס און קען דעריבער ווערן לאנגווייליג
The Dershow
Alen Dershowitz איז שוין 84 יאר אבער ער גייט אן מיט א פרישקייט, יעדן מאנטאג ביז מיטוואך האט ער א נייעם עפיסאד אויף פאליטיק מיט א focus אויף די לעגאלע אספעקטן.
די pros:
קורץ, בערך א האלבע שעה.
די cons:
חזר'ט כסדר איבער זיינע פוינטס
מאנאלאג אהן קיין געסט.
מער וועט נאכקומען.
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 8:32 pm
דורך Meditation
תורה און הלכה
Halacha Headlines
פון David Lichtenstien אלץ אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט.
די pros:
open minded הלכה והשקפה
א ברייטע געמיש פון געסט מיט אלע סארטן שיטות
די cons:
יעדע צווייטע וואך איז עס guest hosted ביי א צווייטן ווייט נישט אזוי גוט.
אויסגעלאפן פון topics כנראה.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 10:56 pm
דורך Meditation
Lex Fridman די וואך אין א שמועס מיט Jimmy Wales קא-פאונדער פון וויקפדיע, זייער אינטרעסאנט.
https://open.spotify.com/episode/4s73cn ... zyLQK_2_Cw
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 11:04 pm
דורך Meditation
בתוך הדברים אדרעסירט Lex די טוויטער סאמעטוכע וואס ער האט געהאט מיט Nassim Taleb עטליכע חדשים צוריק.
נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 9:40 am
דורך ערנסטגערעדט
Meditation האט געשריבן:תורה און הלכה
Halacha Headlines
פון David Lichtenstien אלץ אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט.
די pros:
open minded הלכה והשקפה
א ברייטע געמיש פון געסט מיט אלע סארטן שיטות
די cons:
יעדע צווייטע וואך איז עס guest hosted ביי א צווייטן ווייט נישט אזוי גוט.
אויסגעלאפן פון topics כנראה.
וואסערמאן די גאסט מאכט מוראדיג נערוועז פוי!
די טעמעס יעדע וואך זענען ערשט קלאסיג.
און ער פרעגט יעדע זייט כאילו ער איז די צווייטע זייט
ער האט געהאט אמאל וועגן לעיס שייטלעך, און נאר געהאט מתירים
איינער האט אים גערופן פרעגן וויאזוי קען ער טון אזא זאך, און נישט ברענגען קיינער פון די צווייטע זייט
האט ער געזאגט אז ער האט פרובירט און קיין איינער פון די אוסרים האט נישט געהאלטן ביים דעבאטירן…
Re: רעקאמענדירטע פאדקעסטס
נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 10:03 am
דורך צוויבל קניפער
איך האב לעצטענס געטראפן די this past weekend פאדקעסט וואס איז hosted ביי די קאמידיען Theo vonַ ער איז די צווייטע גרעסטע פאדקעסט אויף ספאטיפיי נאך Joe Rogan, וואס אָדער די גלייכסט אים אדער נישט, איך טרעף אים צו זיין זייער פאָני ער האלט זיך נישט צוריק פון רעדן קאנטרעווערסיאלע זאכן אבער אלעס אויף א לאכעדיגע לייכטע אופן ער קען צוזאמרעדן פארַ פייער און וואסער צומאל וואס קען מאכן היפש לאכן ווי אויך האט ער א ערענסטע זייט צו זיך מיטן אייביג רעדן וועגן מענטל העלט, ווערט א טרייעל
Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk
In search of more podcast by Eli Nash
נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 12:39 pm
דורך ישר בעיניו
איך הער שוין די פאדקעסט א שיינע שטיק צייט
ער איז שוין אריבער 12 steps און סייקעדעליקס און וואס נישט
זייער טיף, און healing נאר פון הערן אליינס
יעדע וואך אינטערוויוט ער א צווייטן
זייער ריקאמענדעט