בלאט 4 פון 5
נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 10:48 pm
דורך petergrifin
װאס איז טאקע פשט אז קײן אײנער פון זײ האבן זיך נישט באטײליגט? אויב איז עס פאליטיק (װאס דען) װאס איז טאקע די מעשה?
איך װאלט עס עקספעקטעד פון די ריפובליקאנע אבער די דעמאקראטען?
נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 11:39 pm
דורך קינד_אן_קייט
smart האט געשריבן:נא ווער קען אויסרעכענען די נעמען פון פאררענט.. ווער איז דע שחור?
http://my.ynet.co.il/pic/news/aaa/1.jpg
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 1:47 am
דורך chusid
בדרך אגב: מ'זעט דארט די מלכת ירדן , זייער גאד לאאקינג וואס איז פשט אז זי איז נישט צניועת'דיג אזוי ווי די אנדערע מוסלעמענער?
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 2:01 am
דורך בשבילי!
זי איז מאדערן ארטאדאקס. גיי זע באשאר אסאד'ס ווייב, זי איז אויך נישט א חרדי.
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 2:09 am
דורך לא להנאת גופי
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 8:27 am
דורך [NAMELESS]
די 4 ארונות
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 8:30 am
דורך [NAMELESS]
French army guarding Chabad school in Paris today...
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 4:59 pm
דורך chusid
די ווייסע הויז ווארטזאגער זשאן ערנעסט זאגט יעצט אז די קריטיקירער זענען גערעכט און די ווייסע הויז דארף ווען טאקע שיקן איינעם זיך באטייליגן ביי די מארש אין פאריז. אינטערסאנט ווייל איך האב געהאלטן אז עס מוז זיין אז עס ליגט עפעס טיפערס און נישט סתם.... אדער קען זיין זיי האבן זיך נישט גערישט אויף אזא אויפברויז ממילא יעצט זאגן זיי אז מדארף ווען טאקע שיקן...
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 5:39 pm
דורך berlbalaguleh
מ'דארף זיי (די פראנצויזישע רעגירונג) געבן עפעס קרעדיט אז כאטש לכה"פ יעצט נעמען זיי אן דעם מצב ערנסט. און זיי שיקן שטארקע מיליטער וואך ביי אלע אידישע מוסדות. די שאלה איז נאר, ווילאנג דאס קען אנהאלטן. אויך. אויב זיי מיינען עס ערנסט צו טון עפעס צו טוישן דעם מצב, דארף מען ארויפלייגן שטארקע באגרעניצונגען אויף די צוווילדעוועטע מוסלמענער חיות טרף און אנטיסעמיטן, וועלכע די פראנצויזישע רעגירונג האט ביז היינט געלאזט טון ככל אשר תאוה נפשם הטמאה...נאר וואס וועלן יעצט זאגן די אלע דורשי רעה פונ'ם אידישן פאלק ווי די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא" און נטורי קרתא. אויך א געוויסע ניק דא אויף ק"ש...?...!
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 5:52 pm
דורך שלמה המלך
די רבי אליין ווארט אויפן באס! וואס פארשטייסטו נישט?
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 6:07 pm
דורך איש את רעהו
בכלל נישט אזא טובה פאר יידן אז מען שטעלט אזא מאסשטאבליכע שמירה ביי אידישע צענטער פונקטען, עס שטעלט אידן אין צענטער-פונקט פון יעדע געשעהניש.
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 8:16 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:מ'דארף זיי (די פראנצויזישע רעגירונג) געבן עפעס קרעדיט אז כאטש לכה"פ יעצט נעמען זיי אן דעם מצב ערנסט. און זיי שיקן שטארקע מיליטער וואך ביי אלע אידישע מוסדות. די שאלה איז נאר, ווילאנג דאס קען אנהאלטן. אויך. אויב זיי מיינען עס ערנסט צו טון עפעס צו טוישן דעם מצב, דארף מען ארויפלייגן שטארקע באגרעניצונגען אויף די צוווילדעוועטע מוסלמענער חיות טרף און אנטיסעמיטן, וועלכע די פראנצויזישע רעגירונג האט ביז היינט געלאזט טון ככל אשר תאוה נפשם הטמאה...
שמעקעדיג: ווען איך האב געזעהן די קאפיע פון מיין תגובה דורך דריידל, האביך געמיינט אז ער מאכט א דזשאוק. אבער לצערי הגדול זעה איך אז עס איז יא אמת. וויל איך דיר מודיע זיין במחילת כבוד תורתך הרמה האסטו געטון א גרויסע עוולה. ווייל דער גאנצער מעלה און גרויסקייט פון קאווע שטיבל עד הנה איז געווען אז מ'צענזורירט נישט. און מ'שניידט נישט יענעם'ס תגובות. אויב דו ביסט נישט צופרידן האסטו א ברירה צו שרייבן א קעגן תגובה. אבער די מינוט וואס מ'הייבט אן צו צענזורירן און שניידן באקומט דעס פלאץ אזא פנים ווי איי וועלט. מיט וואס איז דאמאלץ דא אנדערש ווי דארט?! היינט שניידט מען פאר דעם. מארגן פאר אנאנדערע סיבה. און נאכדעם וועט מען זיין באגרעניצט צו די אפיציעלע ליניע.
דאס מאכט מיך איבערטראכטן לגבי מיין צוקונפטיגע אינטערעסע ממשיך צו זיין און ליינען און שרייבן דא. איך מיין אז מ'קען שוין אנגרייטן די געזעגונגס סעודה. איינער קען שוין גיין איינקויפן די לעקעך און בראנפן פאר מיין סעודת פרידה....!
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 8:54 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:מ'דארף זיי (די פראנצויזישע רעגירונג) געבן עפעס קרעדיט אז כאטש לכה"פ יעצט נעמען זיי אן דעם מצב ערנסט. און זיי שיקן שטארקע מיליטער וואך ביי אלע אידישע מוסדות. די שאלה איז נאר, ווילאנג דאס קען אנהאלטן. אויך. אויב זיי מיינען עס ערנסט צו טון עפעס צו טוישן דעם מצב, דארף מען ארויפלייגן שטארקע באגרעניצונגען אויף די צוווילדעוועטע מוסלמענער חיות טרף און אנטיסעמיטן, וועלכע די פראנצויזישע רעגירונג האט ביז היינט געלאזט טון ככל אשר תאוה נפשם הטמאה...
שמעקעדיג: ווען איך האב געזעהן די קאפיע פון מיין תגובה דורך דריידל, האביך געמיינט אז ער מאכט א דזשאוק. אבער לןצערי הגדול זעה איך אז עס איז יא אמת. וויל איך דיר מודיע זיין במחילת כבוד תורתך הרמה האסטו געטון א גרויסע עוולה. ווייל דער גאנצער מעלה און גרויסקייט פון קאווע שטיבל עד הנה איז געווען אז מ'צענזורירט נישט. און מ'שניידט נישט יענעם'ס תגובות. אויב דו ביסט נישט צופרידן האסטו א ברירה צו שרייבן א קעגן תגובה. אבער די מינוט וואס מ'הייבט אן צו צענזורירן און שניידן באקומט דעס פלאץ אזא פנים ווי איי וועלט. מיט וואס איז דאמאלץ דא אנדערש ווי דארט?! היינט שניידט מען פאר דעם. מארגן פאר אנאנדערע סיבה. און נאכדעם וועט מען זיין באגרעניצט צו די אפיציעלע ליניע.
דאס מאכט מיך איבערטראכטן לגבי מיין צוקונפטיגע אינטערעסע ממשיך צו זיין און ליינען און שרייבן דא. איך מיין אז מ'קען שוין אנגרייטן די געזעגונגס סעודה. איינער קען שוין גיין איינקויפן די לעקעך און בראנפן פאר מיין סעודת פרידה....!
ר׳ בערל טייערער ביסט הונדרעט פראצענט גערעכט מיט די צענזור ! אבער ווי אלל אפרישעיד יו! אָן דיין פּרעזענעז וועט קאווע שטיבל נישט זיין מעהר וואס ס׳איז יעצט, מוחל די לעקעך און ברוינפן לאמיר ענדערש מאכן א לחיים אויף נאך א גלעזלע קאווע דא אין שטיבל און ווי דער מחבר שרייבט שוין אין די ערשטע סימן אין שו״ע ולא יתבייש מן המלעיגים, פרייהייט וועט צום סוף זיגן !
#נישט טשעפּענען מיט אונזערבאליבטן בּעלגעלנוּ רעב בערל
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:46 pm
דורך שמעקעדיג
איך בעט איבער ר' בערל ברבים. כ'האב נאר געמיינט לטובת הקוראים.
קעלנער פליז שטעל עס צוריק כמתכונתו על מכונו.
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 9:39 am
דורך לית דין בר נש
בערל גיוועהן היינט אין זיבן גישעפטן אין מדינת ישראל און גיבעטן איך וויל קויפן לעקעך און ברוינפן פאר א מסיבת פרידה, פרעגן זיי מיר פאר וועמען? זאג איך זיי בערל בעלעגאלע גייט אוועק פון קאווע שטיבל, קיין איינער פון זיי האבן נישט געוואלט פארקויפן פאר מיר זיי זאגן בשום אין אופן זיי זענען נישט מסכים די בעלעגאלע זאל אוועק גיין פון דא ער איז נאך די איינציגסטע וואס האט נאך א אמתע געפיל פאר זייער לאנד
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 11:21 am
דורך איך אויך
פאר געוויסע קוקט עס אויס אביסל איבערגעטריבן די סאלדאטן אינעם חב''ד סקול ,אבער נעמט אין אכט אז עס לערנן דארט 6000 קינדער! אין א אכט שטאקיגע בנין וואס איז 45 טויזענט ס''פ.
חב''ד האט אפשר א 30 בתי חב''ד פארשפרייט איבער גאנץ פאריז (מתוך 120 בתי חב''ד בצרפת וואס הרב אזימוב האט אויפגעשטעלט) און כ'מיין אז נאך א''י און נ.י. איז צרפת זייער גרעסטע באזע.
דאס נעמט זיך דערפון וואס תיכף נאך די קריג ווען א עווריטש חסידישע איד האט אפילו נישט געוויסט ווי מאראקא איז אויף די מאפע האט שוין דער ריי''ץ אהינגעשיקט שלוחים צו די שטעטלעך במוקומות פזוריהם אזוי אז ביים אנקומען אין פראנקרייך האט מען שוין געהאט א באזע פון אלפים ווארימע אידן. און פון דארט האט דער שליח ראשי הרב שמואל אזימוב זצ''ל (נפטר לאחרונה) איבערגענומען די לייצעס און אויפגעטוהן גדולות ונצורות.
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 11:57 am
דורך לית דין בר נש
בערל אזא סאמעטוכע/זאווערוכע צומאכן?
די זעהסט ווי די עולם ציטערט פון דיר
שמעקעדיג האט שוין איבערגיבעטן קעלנער האט שוין צריקגישטעלט
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:10 pm
דורך chusid
איך בין נייגעריג איבער די מידות הקנאות ביי די מוסלעמענער, למשל ביי אונז קען מען זען 2 סארטן קנאים אויף נארישע זאכן , עס איז דא צבוע'ניקעס וואס מיינען עס בכלל מישט לשם שמים און נאכדעם איז דא פארנאטישע אמת'ע וואוילע יודן וואס מיינען עס לש"ש. וואס איז ביי זיי?
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:53 pm
דורך שמעקעדיג
דו האסט גוטע דאגות ב"ה,
אבער אויבן-אויף קוקט עס אויס אז זיי מיינען עס מער אמת'דיג, ווארום זיי זענען גרייט צו גיין צו שטארבן פאר זייער מיסיע, אנדערש ווי מאנכע היימישע קנאים וואס ציטערן פון א פעטשל, זיי זענען נאר גיבורים צו שעלטן און הרג'ענען א צווייטן פון זייער קאמפארט זאון.
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:04 pm
דורך שמערל
הארץ האט אויפגעדעקט אז אריגינעל האט מען געבעטן פון פאריז אז נתניהו זאל זיך נישט באטייליגן, און אויך נישט אבאס, למעשה האט נתניהו יא באשלאסן צו גיין.
דאס מאכט אביסל קלארער פארוואס אמעריקע האט נישט געפילט פאר וויכטיג צו שיקן איינעם, ווייל עס האט לכתחילה געדארפט זיין מער א לאקאל אייראפעאישע זאך, נתניהו האט עס נאר פארלאפן און עס געמאכט אינטערנאציאנאל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:12 pm
דורך ישראל קאפקע
זיי זאגן אז נתניהו איז געגאנגען נאר וועגן ליבערמאן און בענעט זענען געגאנגען, און ער האט נישט געקענט לאזן אז זיי זאלן גיין און ער נישט יעצט ווען מען האלט פאר די וואלן, און וועגן נתניהו האט געמאלדן אז ער גייט האט פראנקרייך שוין געמוזט איינליידענען אויך אבאס.
אבער פארוואס זענען די ירדנישע קעניג און זיין רעביצין, די טערקישע פרעמיער און די פרעזידענט פון מאלי אויך געגאנגען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:29 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:מ'דארף זיי (די פראנצויזישע רעגירונג) געבן עפעס קרעדיט אז כאטש לכה"פ יעצט נעמען זיי אן דעם מצב ערנסט. און זיי שיקן שטארקע מיליטער וואך ביי אלע אידישע מוסדות. די שאלה איז נאר, ווילאנג דאס קען אנהאלטן. אויך. אויב זיי מיינען עס ערנסט צו טון עפעס צו טוישן דעם מצב, דארף מען ארויפלייגן שטארקע באגרעניצונגען אויף די צוווילדעוועטע מוסלמענער חיות טרף און אנטיסעמיטן, וועלכע די פראנצויזישע רעגירונג האט ביז היינט געלאזט טון ככל אשר תאוה נפשם הטמאה...
שמעקעדיג: ווען איך האב געזעהן די קאפיע פון מיין תגובה דורך דריידל, האביך געמיינט אז ער מאכט א דזשאוק. אבער לןצערי הגדול זעה איך אז עס איז יא אמת. וויל איך דיר מודיע זיין במחילת כבוד תורתך הרמה האסטו געטון א גרויסע עוולה. ווייל דער גאנצער מעלה און גרויסקייט פון קאווע שטיבל עד הנה איז געווען אז מ'צענזורירט נישט. און מ'שניידט נישט יענעם'ס תגובות. אויב דו ביסט נישט צופרידן האסטו א ברירה צו שרייבן א קעגן תגובה. אבער די מינוט וואס מ'הייבט אן צו צענזורירן און שניידן באקומט דעס פלאץ אזא פנים ווי איי וועלט. מיט וואס איז דאמאלץ דא אנדערש ווי דארט?! היינט שניידט מען פאר דעם. מארגן פאר אנאנדערע סיבה. און נאכדעם וועט מען זיין באגרעניצט צו די אפיציעלע ליניע.
דאס מאכט מיך איבערטראכטן לגבי מיין צוקונפטיגע אינטערעסע ממשיך צו זיין און ליינען און שרייבן דא. איך מיין אז מ'קען שוין אנגרייטן די געזעגונגס סעודה. איינער קען שוין גיין איינקויפן די לעקעך און בראנפן פאר מיין סעודת פרידה....!
ר׳ בערל טייערער ביסט הונדרעט פראצענט גערעכט מיט די צענזור ! אבער ווי אלל אפרישעיד יו! אָן דיין פּרעזענעז וועט קאווע שטיבל נישט זיין מעהר וואס ס׳איז יעצט, מוחל די לעקעך און ברוינפן לאמיר ענדערש מאכן א לחיים אויף נאך א גלעזלע קאווע דא אין שטיבל און ווי דער מחבר שרייבט שוין אין די ערשטע סימן אין שו״ע ולא יתבייש מן המלעיגים, פרייהייט וועט צום סוף זיגן !
#נישט טשעפּענען מיט אונזערבאליבטן בּעלגעלנוּ רעב בערל
שבת אחים: א גרויסן יישר כח פאר דיין זארג און מיטלייד מיט מיין מצב. איך טו נאכאלץ דעבאטירן (מיט מיר אליינס) אויב איך זאלל ממשיך זיין דא אדער איבערלאזן. אפילו אויב איך וועל מחליט זיין איבערצולאזן דעם קאווע שטיבל, וועט עס אויך זיין בכובד ראש. און נישט באאיינפלוסט פון עמאציאנעלע געפילן פון באליידיגונג אדער כעס. ווייל ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס מ'שניידט אן ארטיקל מיט מיינע מיינונגען. ווער ס'איז נישט צופרידן מיט מיין אויסגעדרוקטע מיינונג (יהיה מי שיהיה), האט אייביג א ברירה צו שרייבן א קעגן תגובה אין וועלכע ער קען אויסדרוקן זיין אומצופרידנהייט אדער קריטיק אויף דעם געשריבענעם. אבער גיין און שניידן אדער גענצליך עלימינירן יענעם'ס אויסעדרוקטע מיינונג ווען ס'איז נישט אין קעגנזאץ פון די גרונט פארארדנונגען פון דעם פלאץ. ווי למשל שרייבן אפיקורסות אדער ניבול פה, ח"ו. וואס דאס איז א פליכט פון די הנהלה צו פארמעקן.נאכאמאל א יישר כח...!
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 1:36 pm
דורך berlbalaguleh