בלאט 4 פון 7
נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 10:36 am
דורך שמעקעדיג
נקודת החבדית האט געשריבן:"אהוב את הבקורת, כי היא תעמידך על הגובה האמיתי".
דא לערנט ער דיר אויס, ער הייסט דיר ארבעטן אויף דיר, זאלסט קענען פארנעמען די ביטערע פיל וואס הייסט מוסר, זאלסט עס ליבן, כאטש עס איז ביטער - ווייל סוכ"ס וועט עס דיר צוברענגען צום ריכטיגן תכלית.
דאס איז א FAR CRY פון
ונבנתה העיר האט געשריבן:די גרעסטע הנאה איז כאפן א געזונטן פראסק.
נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 10:46 am
דורך א איד
ביטע ווען מען שרייבט א ווארט לייג א נומער פון פאר דעם כדי נישט צו צוברעכן די קייט
----
106. אלעס וואס עס פעלט דיר, פעלט אין דיר.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 6:52 pm
דורך א איד
107. אנשטאט צו בלעימען די פינסטערניש, מאך ליכטיג און אלעס וועט זיך מסדר זיין על צד היותר טוב.
108. צו זיין אין דיינע קינדערס זכרונות מארגן, דארפסטו זיין אין זייער לעבן היינט.
109. אויב דו ביזט אויפן באן וואס פארט אויפן פארקערטן ריכטונג, וועט נישט העלפן אז דו לויפסט אויפן באן צוריק צו וועגס.
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 5:10 pm
דורך א איד
110. נישט באקומען וואס מען האט געוואלט, איז אסאך מאל א גוטע זאך פאר דיר.
111. אויב דו הערסט א בת קול זאגן דו קענסט נישט שרייבן, הייב אן צו שרייבן און די קול וועט שטיל ווערן.
112. פסקען נישט אפ דעם טאג ביי די תבואה וואס דו טוסט שניידן, נאר ענדערשער אויף די קערעלך וואס דו טוסט איינזייען.
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 5:24 pm
דורך berlbalaguleh
113: זאכן און מצבים ענדיגן זיך קיינמאל נישט אזוי גוט ווי מ'האפט, אדער אזוי שרעקליך ווי מ'האט מורא...!
אדער אויף ענגליש:... Things are never as good as we hope, or as bad as we fear...!
(British philosopher of the Middle ages)_
און ווען א איד פון היינטיגע צייטן האט עס געזאגט. איז שלעכט...?
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2015 12:38 pm
דורך מאטי
114: ס'פרייט מיך צו זען ווען אינגע מענטשן קוקן אויס אלט, מ'מאכט מיר אויסקוקן אינגער.
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 12:22 pm
דורך ציבעלע-קיגל
געוואלדיג האט געשריבן:40. א איד טוהט אלעס מיט כוונה חוץ פון שמונה עשרה.
שלום עליכם א איד פון לייפציג
נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 12:31 pm
דורך ציבעלע-קיגל
עס איז ארויסגעקומען א שטודיע פון א גרויסען פראפעסאר.
אז 25 % פון פרויען נעמען אן אנטי סייקאטיק פילען.
די שרעקעדיגע זאך איז אז די 75% נעמען נישט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 5:30 pm
דורך קאצקע ציקער
איינער וואס גייט מיטן קאפ אין וואנט ווי די בת היענה, איז געגליכן צו איינער וואס שיקט ארויס א מעסעדז אויף וואטס עפפ און גלייך נאכדעם כאפט ער זיך אז ער האט עס נישט געדארפט שיקן, געט ער א מעק אויס די מעסעדז פון זיין פאן און טראכט אה! יענער גייט עס זיכער נישט זעהן
נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 5:32 pm
דורך מאטי
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 11:35 am
דורך לית דין בר נש
אלעס ביי איינעם, איז נישט דא ביי קיינעם!
נשלח: מאנטאג יוני 15, 2015 11:36 am
דורך מאטי
איז דאס דער אפטייטש פון דיין ניק?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 4:14 pm
דורך ונבנתה העיר
אנכי סקולענער רבי, לא יהי' לך סמארטפאון.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 8:13 pm
דורך געוואלדיג
119. מענטשן ווערן געבוירן פון ברכות, לעבן פון סגולות, שטארבן פון הקפדות.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:21 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
קאצקע ציקער האט געשריבן:איינער וואס גייט מיטן קאפ אין וואנט ווי די בת היענה, איז געגליכן צו איינער וואס שיקט ארויס א מעסעדז אויף וואטס עפפ און גלייך נאכדעם כאפט ער זיך אז ער האט עס נישט געדארפט שיקן, געט ער א מעק אויס די מעסעדז פון זיין פאן און טראכט אה! יענער גייט עס זיכער נישט זעהן
אדער נעמט מען שנעל ארויס די בעטערי.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 12:14 am
דורך שמעקעדיג
געוואלדיג האט געשריבן:117. מענטשן ווערן געבוירן פון ברכות, לעבן פון סגולות, שטארבן פון הקפדות.
קרעדיט: מעלות חודש אלול.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 12:18 am
דורך BAL TSHIVA
די וועלט שטייט אויף שלום, אין בויט זיך אויף מחלוקת
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 12:37 am
דורך געוואלדיג
איך האב נישט געגעבן די קרעדיט מחמש חשש פון געוויסע דיסלייק צוליב די מקור.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:21 pm
דורך ציבעלע-קיגל
פארוואס מאכט מען נישט א שהחיינו אויפ'ן (ערשטען) ציגערעט'ל?
ווייל דער ערשטען ציגערעט'ל איז כמעט אלע מאהל אין בית הכסא
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 2:41 pm
דורך א איד
122. שוויגן איז איינע פון די שטערקסטע טענות, וואס מען קען נישט אפפרעגן.
123. מענטשן'ס מחשבות ווערן געטוישט דורך אָבזערוואַציע און נישט דורך אַרגומענטן.
124. נישט איראניע אָדער סאַרקאַזם איז אן אַרגומענט.
(קרעדיט [tag]מאטל שניידער[/tag]'ס חתימה.
Re: גרויסע ווערטער פון קליינע מענטשן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:56 pm
דורך א איד
125. ווען דו שרייסט הערט מען דיר, ווען דו רעדסט פארשטייט מען דיר.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 1:15 pm
דורך א איד
126. אלע יארן האבן ערליכע חסידישע אידן געהאט 2 שטריימלעך. 2 בעקישעס. 2 פאר תפילין. 2 אפגעטיילטע בעטן. 2 סינקס. 2 סעטס געשיר. --- צו בלייבען ערליכע אידן אינעם היינטיגען דור דארף מען אויך האבן 2 טעלעפאנען...
127. איך בין פארנומען זאגן פאר דיע, נישט צו זיין אזוי פארנומען זאגן פאר אנדערע, זיי זאלן נישט זיין אזוי פארנומען מיט יענעם. (קרעדיט: [tag]מאטי[/tag]'ס חתימה).
128. טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! קרעדיט: [tag]לית דין בר נש[/tag]'ס חתימה).
129. אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער... זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת... (קרעדיט: [tag]ציבעלע-קיגל[/tag]'ס חתימה)
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 1:18 pm
דורך געוואלדיג
130. רבש"ע העלף מיר מוחל זיין די אידן וואס האבן געזינדיגט אנדערש ווי מיר.
(מעלות חודש תשרי ע"ו)