בלאט 4 פון 4

נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 11:37 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וועלכע איז א גרעסער עבירה, נוצען דער עירוב אדער העלפען דער ווייב?
נאך א וויכטיגע שאלה. ווען מ'וויל קלאפען על חטא אום יוהכ''פ אויף די צוויי געמיינע עבירות ווי שטופט מען עס אריין? אין וועלכע פאסט עס?

ליטוואק פון בודאפעסט: אין מחזור דברי יואל ליום הכיפורים איז דא א גאנצע סעריע פון על חטא'ס וואס איז נישט באקאנט, אדער אנערקענט אין די גאנצע וועלט. והנה:
על חטא שחטאנו לפניך בציונות.
ועל חטא שחטאנו לפניך בבחירות
על חטא שחטאנו לפניך בהרהורי ציונות.
ועל חטא שחטאנו לפניך בהרהורי בחירות.
על חטא שחטאנו לפניך בקבלת כסף מהציונים, ימ"ש
ועל חטא שחטאנו לפניך בהתגרות בואומות, רח"ל
על חטא שחטאנו לפניך בעירוב הטמא
ועל חטאים שחטאנו לפניך בהוצאה עם העירוב ודחיפת העגלה.
ועל חטאים שלא חטאנו לפניך באונאת ממון
ועל חטאים שלא חטאנו לפניך ברמאות.
ועל חטאים שלא חטאנו לפניך בגניבות...!

Re: מענער זאל נישט העלפן זייערע ווייבער שטופן קערידזש

נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 11:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עירוב און העלפען די ווייב איז נישט ציונות?! Whaddaya know!

נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 11:44 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עירוב און העלפען די ווייב איז נישט ציונות?! Whaddaya know!

אבער ס'איז טמא. ס'דא נאך א גאנצע ליסט פון זאכן וועלכע זענען טמא. אבער גניבה, גזילה און רמאות זענען נישט טמא און נישט קיין ציונות. אויכעט נישט קיין התגרות באומות. ווייל נאר די ציונים קענען עובר זיין אויף דעם...!

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 7:52 am
דורך פלעין יודיש
געפעלט מיר דעם נאמען " א געוועזענעם ר"י אין סענז סטריט"

ר' אהרן וויאזוי ווילסטו אז מ'זאל דיר ריפן "א געוועזענעם רב הצעיר אין ראדני"?

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:47 pm
דורך [NAMELESS]
איבעיא להו: האבן די בני ישיבה א בעיה געפרעגט.
הני בני דרב פפא דמוציאין עגלות ילדים
בשבת (פירוש רש"י קערידז"ש בלע"ז ובני בבל קורין לה באגאבבא).
א פאפא פארפאלק וואס שטופט א קערידזש אום שבת.
מאי דינן? וואס איז דער דין מיט זיי?

ענטפערט די גמרא: חייב סקילה, מען דארף זיי פארשטיינערן.

פרעגט די גמרא: עירוב דתיקון שלמה כלום הוא? דער עירוב וואס שלמה המלך האט מתקן געוועזען איז גארנישט ווערט?

ענטפערט די גמרא: הכי במאי עסקינן, ווייסטו ווען מ'איז חייב מיתא, כשדוחף הבעל העגלה, ווען דער מאן שטופט דעם קערידזש.

אמר ר' פלוני מכאן למדין שאם עשה הבעל שלא כדרכו, פון דא לערנט מען ארויס אז טאמער דער מאן האט עס געטון אנדערש וואו דער געהעריגער וועג, ומשך העגלה, אנשטאט צו שטופן האט ער געשלעפט.
פטור, איז ער פטור.

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:50 pm
דורך אפטעמיסט
אוי! טראגן שבת? אויב אזוי מעג דאך דער מאן שטיפן די קערידזש אלס קם ליה בדרבה מיניה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:52 pm
דורך שמעקעדיג
אויסער די דברי טיפשות וואס שפריצט ארויס פון יעדן ווארט, ליגט דא באהאלטן א טיפע כוונה, אז נאר פאפא חסידים קומען צו פארן, משא"כ סאטמאר, זענען אלע אין קרית יואל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:00 pm
דורך גאנצל
טפשות אדער טיפע כונה ? האיך יתקימו שניהם ? וי"ל א טיפע טפשות

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 9:33 am
דורך רויטע וואנצעס
מעשה רב, מ'מעג יא.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 10:07 am
דורך לית דין בר נש
שתי תשובות בדבר
א' ער שטיפט עס נישט, פארקערט ער האלט עס טיי"ט אז קיינער זאל עס נישט קענען שטופן
ב' ער העלפט נישט זיין ווייב סך הכל שטופט ער די קערידז"ש פאר זיין שוועסטערס אייניקל זיין ני"ס (וכידוע איז נאר די עולה אויב מען העלפט די אייגענע ווייב)