בלאט 4 פון 8

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 4:50 pm
דורך kliger
לאו דוקא דורך קבלה נאר דורך דרשנן . קוק די שקלא וטריא איבעראל

נשלח: מוצ"ש פעברואר 07, 2015 7:36 pm
דורך שמעקעדיג
לשון הגמרא איז: אתי רבנן 'ובצרי' חדא.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 07, 2015 7:53 pm
דורך יאיר
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:כעלעמער מגיד פרעגט מה נשתנו אלו מאלו. ורוח הקודש משיבה:
אויב די שאלה איז אויף אמאל איז דער חילוק אז אמאל האט דאס געהייסן מאראליש און היינט נישט. אויב די שאלה איז אויף היינט, איז דער חילוק אז מיתת בית דין עקזיסטירט מער נישט אויסער אין עטליכע דיקע גרויסע בענדער וואס ווערן גערופן תלמוד בבלי, בעת ראדיקאל איסלאם איז לעבעדיג און שטויסעדיג.

די שאלה איז ווען מ'לערנט מיט א קינד, אדער אפילו פאר זיך אליינס
די פסוקים און מאמרי חכמינו ז"ל בנוגע עניינים אלו, דארף מען עס לערנן ווי אן אלט פארצייטישע צוריקגעשטאנענע אומצוויליזירטע בארבארישקייט, אדער ווי עפעס א העכערע אידילאגיע וואס דארף ווען נאך היינט אזוי צו זיין לולא חטאינו גרמו לנו, ועינינו צופיות וכלות כל היום אז תשוב הממלכה און מיר וועלן צוריקשטעלן עטרה ליושנה?

איך פארשטיי אז אן ארטאדאקסישע ייד זאל זיכער קלויבן די צווייטע ברירה. פארדעם פאלט פארן ארטאדאקס א פעקל פון מיישב זיין און מחלק זיין בין הדומים/הנראים דומים ולהפריד בין הדביקים.

קיין איינס נישט. מ'לערנט עס ווי א טרוקענע הלכה. ווי א טעארעטישע זאך וואס לא היה ולא נברא. ווען נישט וואלט יעדער תלמיד חכם געבליבן מיט שווערע טראומאס נאכ'ן לערנען מסכת סנהדרין.


[tag]יאיר[/tag] פונקט די שאלה פין אלע שאלות האסטו מורא צו קיקען אין פנים?

איך זאג פשוט א מציאות. דער פאקט איז אז ווען פרומע אידן לערנען איבער אוממאראלישע זאכן, דאן בדרך כלל נעמען זיי דאס נישט אן מיט די לאגישע השלכות וואס דארפן ארויסקומען.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 07, 2015 9:35 pm
דורך kliger
אויב שטייט אויף די קליפ אז עס איז פון גיהנם און די ארומיגע זענען מלאכי חבלה, וואס וואלט געווען די רעאקציע ?

נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 9:38 pm
דורך ישראל קאפקע
http://www.timesofisrael.com/defying-sh ... t-to-jews/

لسيّد محمّد عليّ الحسينيّ
חכם הדת (אל-עַלַאמה) אל-חוסיני: אנו קוראים לרבנים ולכמרים ולקרדינלים ולחכמי הדת המוסלמים הסונים והשיעים להצניע את הפסוקים ואת הכתובים ואת המסורות והטקסטים הדתיים הקוראים לאלימות, מאחר שהם מסוכנים יותר מנשק גרעיני.

הקיצוניות הדתית מהווה איום רציני על השלום והביטחון והיציבות העולמיים, ובפרט במזרח התיכון. הקיצוניות הדתית - בכל הדתות ללא יוצא מהכלל - כידוע, נשענת על כתבים דתיים ועל מבנים הלכתיים מסוימים, שאותם הם מפרשים מחדש או מפרשים בצורה שרירותית, באופן כזה שיתאים למטרות ולתכליות של הארגונים והקבוצות והמפלגות הקיצוניות. עניין זה, על רקע המצב הרגיש והקשה השורר באזור, הוא נושא רגיש וחיוני, שיש להיות ערים אליו במיוחד ולהיות זהירים בו. אם נעיין באופן מיושב בספרי הדת השונים, בעיקר הקוראן הנכבד והברית החדשה והתנ"ך, נראה שיש בהם כמות רבה של פסוקים ופרקים ומסורות מאומתות ומסורות מאת הנביא, אשר מעודדים אלימות וקוראים אליה. יש לעמוד על כך שביחס לטקסטים הדתיים האלה, אנשי הדת מהדתות השונות הסתייגו מהבעת דעה ועמדה ברורה בעניין דרכי ההתייחסות של חוגים שונים אל הטקסטים האלה, ובייחוד הקבוצות הפוליטיות והרעיוניות הקיצוניות, ואלה שיש להם מטרות ותכליות וכוונות משלהם.

הטקסטים הדתיים השונים הקוראים ודוחפים לאלימות, שאנו רואים את השפעותיהם ותוצאותיהם השליליות על קרקע המציאות - הם מסוכנים אף יותר מהנשק הקטלני, הרדיואקטיבי והגרעיני, שהוא מאוחסן ונשמר במקומות סודיים, ורק קבוצה קטנה ומצומצמת יכולה לראות אותו, ורק הדרג העליון ביותר במדינה יכול להשתמש בו. לפיכך חכמי הדת בדתות השונות מחויבים להיות ערים לעניין הזה, ולנהוג [עם הטקסטים האלה] באופן זהיר והולם....


https://m.facebook.com/sayedelhusseini/ ... &source=54

נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 10:25 pm
דורך שבת אחים
ישראל קאפקע האט געשריבן:http://www.timesofisrael.com/defying-shiite-mainstream-lebanese-cleric-reaches-out-to-jews/

لسيّد محمّد عليّ الحسينيّ
חכם הדת (אל-עַלַאמה) אל-חוסיני: אנו קוראים לרבנים ולכמרים ולקרדינלים ולחכמי הדת המוסלמים הסונים והשיעים להצניע את הפסוקים ואת הכתובים ואת המסורות והטקסטים הדתיים הקוראים לאלימות, מאחר שהם מסוכנים יותר מנשק גרעיני.

הקיצוניות הדתית מהווה איום רציני על השלום והביטחון והיציבות העולמיים, ובפרט במזרח התיכון. הקיצוניות הדתית - בכל הדתות ללא יוצא מהכלל - כידוע, נשענת על כתבים דתיים ועל מבנים הלכתיים מסוימים, שאותם הם מפרשים מחדש או מפרשים בצורה שרירותית, באופן כזה שיתאים למטרות ולתכליות של הארגונים והקבוצות והמפלגות הקיצוניות. עניין זה, על רקע המצב הרגיש והקשה השורר באזור, הוא נושא רגיש וחיוני, שיש להיות ערים אליו במיוחד ולהיות זהירים בו. אם נעיין באופן מיושב בספרי הדת השונים, בעיקר הקוראן הנכבד והברית החדשה והתנ"ך, נראה שיש בהם כמות רבה של פסוקים ופרקים ומסורות מאומתות ומסורות מאת הנביא, אשר מעודדים אלימות וקוראים אליה. יש לעמוד על כך שביחס לטקסטים הדתיים האלה, אנשי הדת מהדתות השונות הסתייגו מהבעת דעה ועמדה ברורה בעניין דרכי ההתייחסות של חוגים שונים אל הטקסטים האלה, ובייחוד הקבוצות הפוליטיות והרעיוניות הקיצוניות, ואלה שיש להם מטרות ותכליות וכוונות משלהם.

הטקסטים הדתיים השונים הקוראים ודוחפים לאלימות, שאנו רואים את השפעותיהם ותוצאותיהם השליליות על קרקע המציאות - הם מסוכנים אף יותר מהנשק הקטלני, הרדיואקטיבי והגרעיני, שהוא מאוחסן ונשמר במקומות סודיים, ורק קבוצה קטנה ומצומצמת יכולה לראות אותו, ורק הדרג העליון ביותר במדינה יכול להשתמש בו. לפיכך חכמי הדת בדתות השונות מחויבים להיות ערים לעניין הזה, ולנהוג [עם הטקסטים האלה] באופן זהיר והולם....

https://m.facebook.com/sayedelhusseini/ ... &source=54


אין אידיש:
פירט זיך אויף אזוי ווי איר פּרעדיקט !!!

אין ענגליש:
!!!practice what you preach

אין עברית :
לתרגל את מה שאתה מטיף!!!

אין אראביש:
ممارسة ما كنت الوعظ

נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 10:50 pm
דורך מאטי
זייער באגריסענד צו הערן אזעלכע נאבעלע ווערטער פון אן איסלאמישן פירער. זאל דאס האבן אן השפעה אויף די איבריגע משפיעים וואלט די וועלט געווען פיל א בעסערן פלאץ. אינצווישן זאל ער זיך איינהאנדלן שומרי ראש מקצועיים אויב ער האט בדעה צו מוציא שנתו זיין.

נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 11:27 pm
דורך פרייוויליג
בעצם איז די ד׳ מיתות בי״ד עפעס וואס זאגט דרשנו. קודם כל עס איז שווער צו גלייבן אז בי״ד האט ווירקליך מקיים געווען די ד׳ מיתות בי״ד און עס איז אמאל געקומען לידי מעשה, אויסער דאס וואס ווערט דערמאנט אין חומש און אין גמרא. נאכדעם לייגט זיך שווער אויפן שכל וויאזוי א איד האט געקענט נעמען א שווערד און אפהאקן דעם חבר׳ס קאפ אפילו עס איז א ציווי השם. אין הקבה בא בטרוניא עם בריותיו. נאכדעם פארשטייט מען נישט וויאזוי א בשר ודם קען מעניש זיין מיט עונשים, דאס איז עפעס וואס א מענטש האט פרעזענדליך מיט גאט.

מען מוז זאגן אז דאס איז זאכן וואס מיר קרוצי חומר פארשטייען נישט. מיר גלייבן אבער אלעס וואס שטייט אין חז״ל. און זיכער זענען דא מפרשים וואס ערקלערן דאס ״על פי פשט״.

נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 11:44 pm
דורך פרייוויליג
ירח בן יומו האט געשריבן:עס איז באקאנט די אור החיים הקדוש ביי עיר הנדחת וואס מ' האט אוסגעהארגעט א גאנצע שטאט מענער קינדער און ווייבער בסייף און מ'האט פארברענט אלע האב און גוטס מ'קען זיך נאר פארשטעלן ווי אזוי דאס האט אוסגעזען (אפשר קען [tag]יואב[/tag] צוהעלפן).
פירט דארט אויס די תורה אויף די פסוק ונתן לך רחמים ורחמך איז די אור החיים הקדוש מסביר אז נאך יודן האבן מקיים געווען אזא מעשה אכזרי ווערט דאך ביים מענטש אין הארץ איינגעווארצלט א מדה פון אכזריות (און ער ברענגט דארט אז אזוי האבן מעיד דעווען די שר הטבחים (אייסיס) פון די קעניג בדורו), און אויף דעם בענטשט אונז די רבוש"ע אז ונתן לך רחמים ורחמך אז די מדה פון רחמנות זאל צוריק קומען צו אונז.
אלזא לעניננו ווען די יודן דארפן טוען א מעשה אכזרי איז דא ספעציעלע ברכה אז אז מיר זאלן נישט ווערען בארבארישע רוצחים משא"כ זיי אלע בלייבן טאקע חיות טורפות

[center]************[/center]דרך אגב, אין תנא דבי אליהו ווערט געברענגט א דבר נפלא אפילו די שטיין וואס מ'איז סוקל די חייבי מיתה און די סייף וואס מנוצט צו הארגענען זענענן עתיד ליתן את הדין אויך די צער וואס זיי האבן גורם געווען פאר א יוד, אפילו ס'איז געווען בצדק איז נאכאלץ דא אן עונש אויף דעם (ומכאן הלימוד פאר מחנכים וואס דארפן מעניש זיין (אפי' בצדק) זאלן געדענקען אז סוכ"ס איז מען מצער איוד און מ'וועט בראטן פאר דעם)

זייער אינטערסאנט, קיינמאל נישט געהערט. דאס איז א שטיקל ענטפער צו מיין קשיא, אז דער וואס האט געגעבן רחמנות נאכדעם האט געגעבן אכזריות בעפאר דעם.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:37 am
דורך chusid
פרייוויליג האט געשריבן:בעצם איז די ד׳ מיתות בי״ד עפעס וואס זאגט דרשנו. קודם כל עס איז שווער צו גלייבן אז בי״ד האט ווירקליך מקיים געווען די ד׳ מיתות בי״ד און עס איז אמאל געקומען לידי מעשה, אויסער דאס וואס ווערט דערמאנט אין חומש און אין גמרא. נאכדעם לייגט זיך שווער אויפן שכל וויאזוי א איד האט געקענט נעמען א שווערד און אפהאקן דעם חבר׳ס קאפ אפילו עס איז א ציווי השם. אין הקבה בא בטרוניא עם בריותיו. נאכדעם פארשטייט מען נישט וויאזוי א בשר ודם קען מעניש זיין מיט עונשים, דאס איז עפעס וואס א מענטש האט פרעזענדליך מיט גאט.

מען מוז זאגן אז דאס איז זאכן וואס מיר קרוצי חומר פארשטייען נישט. מיר גלייבן אבער אלעס וואס שטייט אין חז״ל. און זיכער זענען דא מפרשים וואס ערקלערן דאס ״על פי פשט״.

ס'איז גראדע דא א תשובה פון ר' משה פיינשטייין ווי ער בארעכטיגט די דעט פענאלטי אין אמעריקע ווי ער איז מסביר די חילוק פון אמאל די מיתת בי"ד ביז היינט פארוואס אמאל האט מען געדארפט טרעפן אלע סיבה'ס אים צו פטר'ן משא"כ אין אמעריקע ווי ס'גייט סאך גרינגער, איז ער מסביר אז אמאל איז נישט געווען סתם מערדערייען פאר נארישקייטן ממילא איז די מיתת בי"ד "געווען נאר אפיציעל" כדאי מען זאל וויסן אז מען זאל עס נישט טוען אבער נישט אז עס האט למעשה אויסגעפעלט צו הרגענען צו ווייל עס קומט זיך אים אדער למען ישמעו ויראו ווייל די עולם האט סיי ווי נישט געהארגעט לייכטזיניג, ממילא האט מען געטוען וואס אימער עס זאל נישט צוקומען דערצו, משא"כ היינט טענה'ט ער פעלט עס יא אויס. עכ"פ זעט מען פון אים אז די מיתת בי"ד איז מעיקרא נישט געמאכט אויף אויסצופירן....

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 3:05 am
דורך שבת אחים
מאטי האט געשריבן:זייער באגריסענד צו הערן אזעלכע נאבעלע ווערטער פון אן איסלאמישן פירער. זאל דאס האבן אן השפעה אויף די איבריגע משפיעים וואלט די וועלט געווען פיל א בעסערן פלאץ. אינצווישן זאל ער זיך איינהאנדלן שומרי ראש מקצועיים אויב ער האט בדעה צו מוציא שנתו זיין.

דערמאנט מיך פון די אלטע ווילאמסבורגע סלאגאן ״ don't throw eggs״ , ביי די קארנער שטייט די טראק, ווארפסט אייער !!! די אראבישע שעך (אדער וואַטעווער ער איז) שטעלט אָן אזא תמימותדיגע פּנים כאילו ער זוכט דא ״שלום״ און ער בעט אויף עברית פון ביידע זייטן זאלן זיך צוריקהאלטן פון געוואלדטאַטן און נישט נתפעל ווערן פון די אלטע טעקסט פון די קוראַן און להבדיל די תנ״ך כאילו איינער אין די היינטיגע טעג ווערט אינספּייערד אדער פּראַוואָוקט צו הארגענען ווייל ער האט געלערנט פּרשת משפטים,

איך בין נאר נייגעריג צו ווען ער פּרעדיגט זיינע דרשות אין זיין מאַסק צו ער זאגט די זעלבע זאך צו די תמימותדיגע איסלאַמער פאַנאַטיקער אויף אראביש אדער דעס שרייבט ער נאר אויף פעיסבוק אין עברית פאר פּי אַר ???,

היפאַקראסי אויפן ערשטען לעוועל !!! און אזוי ווי איך האב געשריבן אויבן practice what you preach !!! נישט קיין חילוק אין וועלכע שפראך די דעפיניציע איז אלעמאל די זעלבע...

דער חיולק איז גאר גרויס:

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:03 am
דורך קאך_לעפל
דער הייליגער באשעפער איז דער מקור הרחמים, און אזוי אויך די הייליגע תורה מיט אלע אירע מצות זענן פול מיט רחמניות און יושר:

דער אייבישטער האט איז געגעבן 36 זאכן וואס מיר טארן נישט טאן, אויב יא קומט זיך כרת, און צוויי זאכן וואס אויב מען טוהט נישט איז מען אויך חייב כרת:

דער באדייט פון כרת איז. אז מען ווערט אפגעשניטען פינעם אייבישטען סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענע וועלט, דדאס הייסט אז מען ווערט פארשטויסן און פארשניטען פון ביידע וועלטן.

דערנאך איז פארהאן נאך זאכן וואס מען טאר נישט טוהן, אבער דא האט שוין דער אייבישטער מיט זיין גרויס גענאדע נישט געוואלט געבן דעם ביטערן עונש פון כרת, מיט וואס מען ווערט פארשניטן פון ביידע וועלטען, נאר ער האט געגבן די ד' מיתות ב''ד, און דירך דער צער וואס א איד גייט דירך איינע פון די ד' מיתות איז ער זוכה צו עולם הבא, און ער ווערט נישט פארשניטן פינעם עץ חיים. מיתתו כפרתו.....

אבער די תורה הק' האט אראפ געשטעלט גאר שטארקע יסודות ווי אזוי דאס זאל צוגיין:

1 התראה. די צוויי עדים וואס האבן יענעם געזעהן דינען ע''ז האבן בשעת מעשה געמיזט ווארענען דעם מענטש אז ער זאל אויפהערן, און אז נישט וועט ער באקומען סקילה.... א נארמאלער מענטש וואלט וווען תיכף אויפגעהערט, אבער אונזער עבודה זרה דינער איז געוען אן עקשן, און ער האט זיך נישט געפארכט פארן טויט, און ער האט ווייטער געקישט און זיך געביקט צום פעור.......

2 ב''ד נעמט אים אפיר, און מען פארשט אויס די עדים מיט די שבע בדיקות און די אומצאליגע חקירות כדי זיי צו כאפן ביי א סתירה, אפצושוינען דעם עובד ע''ז..... אבער ליידער געלונגט עס נישט די מעשה שטימט 100 פראצענט......

3ב''ד גיבט נישט אויף זיי ווילן דעם עובד ע''ז פארט אפשוינען..... מען ווארט ביז יו''ט ווען גאנץ כלל ישראל איז פארזאמעלט אין ירושלים און מען ריפט אויס אז ווער עס האט עפעס א לימוד זכות אויף דעם עובד ע''ז זאל קומען זאגן פארן ב''ד, אז מען זאל דעם עובד ע''ז קענן אפשוינען..... קיינער קומט נישט......

4 ב'''ד זעהט ווי קיינער קומט נישט מלמד זכות זיין אויפן עובד ע''ז, גייט ב''ד אין די מקוה און זאגן לשם יחוד און טוהן זיך אן די גארטעלען און גרייטען זיך מקיים צו זיין דעם צווי ה' וסקלתו אותו באבנים..... מען טרינקט אן דעם עובד ע''ז מיט א פיינעם וויין ער זאל נישט שפירן אזוי שטארק דער צער מיתה....

און ב''ד זאגט מיט אים ווידי און ער זאגט מיט און ער לייגט צו מיתתי תיהיה כפרתי און מען מאכט א ברכה אשר קדשנו במצוותיו וצווני על הסקילה....... און מען שליידערט אראפ דעם פעור דינער 2 שטאקען..... און אויב האט ער דאס איבערגעלעבט לייגט אים ארויף ששווערע שטיינער אויפן הארץ אז ער זאל וואס שנעעלער שטארבן..... און ווען ער איז שוין טויט הענגט מען אים אויף אויף א שעה כדי ער זאל נישט ח''ו איבערנעכטיגען אויף די תלייה...........

וויפול רחמניות און איינזעניש האט ב''ד געהאט מיט דעם פעור דינער.... וואס מען האט אים געווארענט "יונגערמאן ציה דיר ארויף די הויזען, אז נישט וועסטו פליען 2 שטאק" און ער האט זיך אויסגעלאכט און ווייטער זיך מייכין געווען פארן פעור........ איר הערט א מעשה? און דאך איז ער זוכה צו עולם הבא, זיין מיתה איז מכפר אויף אים......

ביי אונזערע ברודער די בני ישמאל.... איז די מעשה גאר אנדערש ביי זיי איז נישטא קיין התראה, אדער קיין עדים, עס איז נישטא קיין ב''ד של ע''א זקינים....... מען טוהט נישט גארנישט צו פארמינערן דעם צער פינעם הרוג..... אוון אויב איינער איז מלמד זכות אויף אים..... פארברענט מען אים אויך...... מלא אכזריות ורשעות........ עס יז בכלל נישט קיין פארגלייך מיט די ד' מיתת ב''ד....... וואס האט בדרך הטבע זייער ווייניג מאהל פאסירט, דער פראצודור האט עס כמעט פאראוממעגליכט.... און אז יא איז עס געווען בצדק וביושר.... ורחמים וחסדים.....

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:17 am
דורך [NAMELESS]
פלאוויוס האט געשריבן:שושן פורים, דיינע ווערטער שפיגלען אפ די פאפולאריסטישע רעליגיע פונעם סאמע קאנסערוואטיוון פליגל. אין דער עליטע-רעליגיע (הויפטזעכליך דער רמב"ם אויסער די גרעניצן פונעם משנה תורה), ווי אויך אין דער פאפולארער רעליגיעזיטעט ביי רוב אידן, וועסטו נישט טרעפן קיין הסכמה צו דיינע ווערטער.

ס'איז איראניש אז דוקא דער חינוך-סיסטעם וואס פרובירט צו זיין דאס מערסטע ראדיקאל אין איר צוגאנג צום המון (ד.ה. נישט געבנדיג צוטריט פאר'ן ברייטן המון צו דער אינערליכער לאגיק פונעם רעליגיעזן סיסטעם), פראדוצירט רעליגיע-פראבלעמען וואס אנדערע אידישע גרופעס באזיצן נישט. אז איך וועל האבן צייט וועל איך בלי נדר באשרייבן וויאזוי די תורה ספראוועט זיך מיט דער פראגע פון "עטיק וואס אנטוויקלט זיך מיט דער צייט" (לויט רמב"ם).

אין קורצן נאר: די סנהדרין איז אוועקגעשטעלט געווארן גענוי פאר דער פונקציע, צו מאדיפיצירן דעם געזעץ-סיסטעם לויטן געברויך פון דער צייט ("השופט אשר יהיה בימים ההם"), און דער אופן וויאזוי די סנהדרין האט דאס געטון איז היסטאריש זייער אינטערעסאנט. פארשטייט זיך אז די סנהדרין האט געמוזט זיין צוזאמגעשטעלט פון מענטשן וואס געהערן צו דער עליטע רעליגיע, נישט צו דער פאפולארער רעליגיע (דא קומט אריין די וויכטיגקייט פון סמיכה). פארשטייט זיך, איינע פון די גרויסע צרות פונעם גלות איז די פראבלעם וואס ס'איז נישטא קיין סנהדרין (און דערפאר איז דא א מקום פאר רעאקציע אינערהאלב דעם אידישן רעליגיע-סיסטעם), אבער דערפאר טאקע האט די תורה אפגעשאפן מיתת בית-דין ווען ס'איז נישטא קיין סנהדרין. דער אידישער געזעץ-סיסטעם האט זיך אויף דעם אופן באווארנט פון רעאקציאנערישן בארבאריזם.

די צרה מיט ראדיקאלן איסלאם, און אפשר מיט איסלאם בכלל, איז וואס ס'פארמאגט נישט קיין סיסטעם וואס זאל לאזן דאס געזעץ זיך מאדיפיצירן, אינעם קאנטעקסט פון דער טראדיציע (דאס איז א וויכטיגער פרט!), לויט דער אנטוויקלונג פון דער מענטשהייט. דערפאר, אפילו אויב איסלאם זאל האבן געווען א הערליכער עטישער דאקומענט אין זיין צייט, איז א הכרח אז פריער אדער שפעטער זאל עס בלייבן הינטערשטעליג. איך ווייס נישט צי איסלאם איז באמת שולדיג אין דעם, ווייל איך בין נישט באקאנט מיט די סודות פון איסלאם (און לאמיר זיך נישט נארן: די בעסטע אידעאלאגיע קען ווערן אויסגענוצט צום שלעכטן), אבער דאס איז בכל אופן די פראבלעם מיטן ראדיקאלן איסלאם פון אונזער צייט.

כבוד הרב [tag]פלאוויוס[/tag] איך בין נישט אזוי קלאר אין דיינע הבחנות פון עליטע רעליגיע מיט פאפולערע רעליגיע, אבער איך האב נאכנישט געטראפן איינער און די אידישע רעליגיע וואס זאל זיך דינגען מיט'ן רמב''ם'ס עיקר הדת אז תורה שבע''פ און דער פירוש המקובל אויף דער תורה שבכתב, איז איבערגעגעבן געווארן פון גאט צו משה ביים סיני בארג,
א חוץ אויב די רעכנסט די כיתות הצדוקים ובייתותים אין זייערע לעצטערע נאכפאלגער ווי אחד העם וחביריו אינעם כלל פון דער 'עליטע רעליגיע', אחוץ פון זיי איז דער קאנזעסוס פון חכמי ישראל פון די לעצטע 2000 יאר אז ווער עס זאגט אז די פירוש פון עין תחת עין מיינט גופו ממש און די חכמים האבן עס געטוישט מדעתם כדי עס צוציפאסן צי זייערע מאראלישע פארלאנגען (און דא וועט דער חכם צולייגן אז זיי זענען געווען פאראויס פון די וועלט בנוגע מאראל), פארדינט ער ריכטיג דער נאמען.'כופר' אין האט נישט קיין חלק בישראל, (ויודעני מדברי המורה בענין פירוש עין תחת עין אבל הרי לא כתב שמעולם היה הדין גופו ממש וחכמים שינו בדורותם, רק שעומק פשוטו כך הוא והפירוש המקובל שבתושבע''פ מתכחש לעומק פשוטו, ) ,

איז גאט האט געשריבן מות יומת אין געזאגט פאר משה דאס מיינט חנק אדער סקילה וכדומה, איז דאס דער טייטש אין אינז קענען עס נישט טוישן, סיי עס איז.קעגן רצון הבורא אין סיי מיר האבן נישט טעכניש די כח דערצו ווייל בי''ד הגדול קען נישט טוישן די תורה נישט תורה שבכתב אין נישט תורה שבע''פ, נאר זיי קענען דן לפי זיי פארשטייען כונת התורה איז, און איך ווייס נישט ווי דו האסט געטראפן א רמב''ם וואס זאגט אז בי''ד קען יא טוישן, אין דער הקדמה צום פירוש המשנה זעט זיך קלאר נישט אויס אזוי, (ואם כונתך לדבריו בח''ג פמ''א הרי מבואר להדיא שכונתו להוראת שעה) , מילא פארשטיי איך נישט וויאזוי די קענסט זאגן אז די ד' מיתות בי''ד דארפן זיך טוישן לפי רוח הזמן לכאורה איז דאס קעגן די עיקרי הדת,

אין לדעתי איז דער גאנצע שמועס דא נישט אויף די ריכטיגע רעלסן, מען האט כאילו א פראבלעם אז די תורה איז קעגן די מאראל און מער זענען מחיוב צום מאראל און צום תורה אויב אזוי איז דאך דא א סתירה, אבער דער גאנצער ענין פון מאראל איז דאך א שווער מסכתא וכבר שברו חכמים הרבה קולמוסים לבאר מהו מאראל אין פארוואס מיר זענען מחויב דערצו, אבער דאס איז אלעס פאר איינער וואס האט נישט קיין גאט אדער האט ער א גאט וואס האט אים באפוילן צי זיין משועבד צום מאראל, אבער מיר אידן האט דער בורא געגעבן א תורה וואס דארט האט ער אוועקגעשטעלט זיינע אינסטרוקציעס וויאזוי אנציקימען צום ענדגילטיגען ציל דהיינו להתקרב אל השם, אין צי דאס זענען מיר משועבד אין נישט צו עפעס אנדערש, סיי צו עס שטימט מיט אונזער מאראלישע פארלאנגען אדער נישט, ווייל מיר טוען וואס איז ריכטיג ווייל גאט האט אונז דאס געהייסן טון, (און אויך ווייל קיינער ווייסט ממילא נישט וואס דער אבסולוט מאראל איז מילא וויאזוי קענסטו זאגן צו גאט אז עס איז נישט ריכטיג ווייל עס איז נישט מאראליש? ),
אין דאס איז א פאטאלע טעות וואס א סאך מאכן ובראשם די פירערס פון דער 'אפען ארטאדאקסיע' ומיניהם, אין פון דעם וואקסט ארויס אזעלכע נערישע לעכרליכע און חוצפהדיגע מאמרים ווי 'איך וואלט נישט געשחט'ן מיין קינד אפילו גאט וואלט מיר געהייסן ', דאס קימט פונעם טעות אז מיר זענען מחיוב צי אינזער מענטשליך באשטימטע מאראלישע איידיען,

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:36 am
דורך מאטי
מעכעלע אט דאס גענוי טענה'ט דאך אייסיס, גאט האט געהייסן, אין קאנטראסט צו אלע מענטשליכע רחמנות'דיגע יושר'דיגע געפילן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:05 am
דורך פלאוויוס
מאטי, גראדמעכעלע זאגט אזוי: אייסיס טענה'ט טאקע אז גאט האט געהייסן, אבער מיר ווייסן דאך אז זיי זאגן נישט אמת. אונזער תורה איז די אמת'ע און זייער תורה נישט. פארשטייט זיך אז איינער וואס שטייט אינדרויסן פון ביידע רעליגיעס וועט פרעגן "מאי חזית האי מהאי", אבער דאס איז נישט קיין טענה וואס מ'קען פרעגן פונעם פרומען איד גופא.

איך בין נישט מסכים מיט גראדמעכעלע'ס צוגאנג, וואס איז גרייט צו פארמאכן די אויגן פאר'ן מענטשליכן מאראלישן געפיל, און איך האף שפעטער צוריקצוקומען צו דעם ווען איך זאל האבן צייט, אבער איך פארשטיי בכל אופן וואס ער זאגט, און איך האלט נישט אז ס'איז קעגן לאגיק. מיין פראבלעם דערמיט איז נאר פונעם מאראלישן אספעקט (לויט מיין פארשטאנד פון רעליגיע-מאראל באציאונגען).

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:23 am
דורך מאטי
פלאוויוס האט געשריבן:מאטי, גראדמעכעלע זאגט אזוי: אייסיס טענה'ט טאקע אז גאט האט געהייסן, אבער מיר ווייסן דאך אז זיי זאגן נישט אמת. אונזער תורה איז די אמת'ע און זייער תורה נישט. פארשטייט זיך אז איינער וואס שטייט אינדרויסן פון ביידע רעליגיעס וועט פרעגן "מאי חזית האי מהאי", אבער דאס איז נישט קיין טענה וואס מ'קען פרעגן פונעם פרומען איד גופא.
און אויך נישט אויף אייסיס.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:30 am
דורך פלאוויוס
אמת. רעליגיע האט זיך איר אינערליכע לאגיק אויף וואס ס'איז נישט שייך צו פרעגן קיין קשיות, נאר אויב מ'האלט אז ס'איז פראבלעמאטיש קען מען לוחם זיין מיט דעם. דאס איז אבער געוואנדן אינגאנצן אין דער אייגענער סיסטעם פון אמונות.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:38 am
דורך [NAMELESS]
@מאטי דאס וואס איינער ניצט תורה'דיגע סברות צי בארעכטיגען רציחה מאכט נישט די תורה אויס לעגעטים, די חילוק איז ווי פלאווייס האט געשריבן אז אייסיס האט נישט קיין רעכט צי גלייבן וואס זיי גלייבן, איי איך קען אים עס נישט אויפוויזן, דאס איז א פראבלעם אבער עס טוישט נישט די פאקט,

מיין כונה אין מיין פריעדיגע תגובה איז נישט געווען צי ענטפערן פארוואס ד' מיתות בי''ד איז יא מאראליש אין אונזער מובן אין אייסיס נישט, נאר איך האב געוואלט זיך דינגען מיט די מהלך פון פלאוויוס אין אביסל ערקלערן פארוואס מיר דארפן נישט האבן קיין פראבלעם מיט די ד' מיתות אפילו מיר האבן עס נישט ליב,

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:41 am
דורך [NAMELESS]
אין אויב וויל מען דוקא זען א חילוק וואלט איך געגאנגען מיט שמעקעדיגס צוגאנג אז למעשה טוט אייסיס זייערע מעשים מיט א תאוה אין א שמחה פאר רציחה. משא''כ ביי די אידן האט עס נישט אזוי אויסגעזען,

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:58 am
דורך מאטי
ווייל גאט האט געזאגט מ'זאל דאס טון מיט א שמחה של מצוה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 11:13 am
דורך יאיר
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אין אויב וויל מען דוקא זען א חילוק וואלט איך געגאנגען מיט שמעקעדיגס צוגאנג אז למעשה טוט אייסיס זייערע מעשים מיט א תאוה אין א שמחה פאר רציחה. משא''כ ביי די אידן האט עס נישט אזוי אויסגעזען,

פון וואנעט ווייסטו אז ווען די אידן האבן אנגעבליך אויסגעשאכטן די שבעה עממים האבן זיי דאס נישט געטון מיט אן התלהבות דקדושה?

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 2:42 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב בעיקר באצויגן צו די מיתות בי''ד טאקע נישט געטראכט פון די ז' אומות

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 3:01 pm
דורך יאיר
בכלל פארשטיי איך נישט וואס ס'איז א מעלה אז מ'טוט גאט'ס מצוות מיט א שווער הארץ. אויב דיין איינציגער באראמעטער איז די תורה, איז דאך א גוטע זאך אז מ'זאל טון די מצוות פון די תורה מיט די גאנצע התלהבות.