בלאט 4 פון 7

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 7:47 pm
דורך שאול
מבויט פעסט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:16 am
דורך הדד בן בדד
אויס מענטש האט געשריבן:@הדד וואס
האקטסו א טשייניק???
ווען האט מען געטון עפעס פאר זיינע שונאים???


איך זעה וויזוי ער באהאנדלט זיי אין זיין צוואה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:51 am
דורך לית דין בר נש
ווי אזוי פלאנט ער צו קענען ארויסקריכן פון אזא מעכטיגע געביידע ביי תחיית המתים?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:17 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:35 pm
דורך ישמעאל הכהן
ווערט ער באשריבן אין די היימישע צייטונגען?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:45 pm
דורך שאול
.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:47 pm
דורך שאול
.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:54 pm
דורך שעפטל
אבטולמוס האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:ווערט ער באשריבן אין די היימישע צייטונגען?

די צייטונג

דיסקלעימער... איך האב נישט באקומען קיין פעני פון זיי...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 5:55 pm
דורך פרייוויליג
די קוראיזע וואנזיניגער סאטמארע צייטונגען האבן נישט געלייגט קיין שום נייעס איבער די הסתלקות, און אודאי נישט אויפן דעקל.


איך קוק שוין לאנג ארויס אויף די טאג ווען עס וועט ערשיינען א העכסט נעטראלן היימישען צייטונג וואס וועט סטאבלאזירן דעם גאנצען בייעס פון די פארדארבענע סאטמארע צייטונגען צו יעדן צייט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:09 pm
דורך פרייוויליג
קוקענדיג אויפן מציבה פארשטיי איך נישט וויאזוי מען קען אזוי שלעכט סענטערן ווערטער פון א מציבה. דער אויבערשטער חלק איז נישט סענטערט, און די מיטעלסטער חלק איז צו גרויס אז עס קען זיך דוכטען אז רבי נחמן אדער רבי נתן ליגט דארט. און בעצם די נוסח המציבה איז נישט שלעכט, ער האט זיך נישט באווארפן מיט טיטלען, ער האט געשריבן די פשוט'ער פאקטן וואס ער האט באמת געהאלטן ער פארדינט זיך. החסיד אמיתי, וסבל יסורים, און צוגעלייגט העמיד תלמידים רבים אלס א זכות לנשמתו.

יהא זכרו ברוך.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:13 pm
דורך ישמעאל הכהן
פרייוויליג האט געשריבן:די קוראיזע וואנזיניגער סאטמארע צייטונגען האבן נישט געלייגט קיין שום נייעס איבער די הסתלקות, און אודאי נישט אויפן דעקל.

קענסט שוין פרייוויליג פארמעקן דיין תגובה. איך האב נארוואס געזען אין דער איד א באשרייבונג פון צוויי זייטן אויף הרב שיק.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:33 pm
דורך שעפטל
פרייוויליג האט געשריבן:די קוראיזע וואנזיניגער סאטמארע צייטונגען האבן נישט געלייגט קיין שום נייעס איבער די הסתלקות, און אודאי נישט אויפן דעקל.


איך קוק שוין לאנג ארויס אויף די טאג ווען עס וועט ערשיינען א העכסט נעטראלן היימישען צייטונג וואס וועט סטאבלאזירן דעם גאנצען בייעס פון די פארדארבענע סאטמארע צייטונגען צו יעדן צייט.

ממה נפשך, איז "די צייטונג העכסט נאטראל און היימיש, וואס איז דא ארויסצוקוקן?? איז עס נישט, האבעך מורא אז די סיבה ס'נישטא איינס איז ווייל ס'נישט דא קיין קלייענטל דערפאר...

אזוי צו אזוי... איינמאל ס'דא א שבת עפפ פארן טעלעפאון פעלט שוין בכלל נישט אויס קיין צייטונג...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:39 pm
דורך [NAMELESS]
די צייטונג שרייבט: מנהג קהל "היכל הקודש" חסידי ברסלב. דאס איז שוין געמישט און די פריוואטע ברסלב'ע פאליטיק...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:41 pm
דורך [NAMELESS]
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:די קוראיזע וואנזיניגער סאטמארע צייטונגען האבן נישט געלייגט קיין שום נייעס איבער די הסתלקות, און אודאי נישט אויפן דעקל.

קענסט שוין פרייוויליג פארמעקן דיין תגובה. איך האב נארוואס געזען אין דער איד א באשרייבונג פון צוויי זייטן אויף הרב שיק.

א עוולה, וואס האבן זיי צו באשרייבן לינקע וואס פאר אביסעל כבוד געשיקט דעם עולם צו בחירות, און ארויס געזאגט ברבים שם שמים לבטלה ביי די ברכה אויף הר' עובדי יוסף, רח"ל...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:42 pm
דורך שלמה המלך
נישט קלאר די מצבה בילד.... אפשר כדאי איבערצישטעלען - ביידע זייטען
יש"כ

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:52 pm
דורך [NAMELESS]
פרייוויליג האט געשריבן:קוקענדיג אויפן מציבה פארשטיי איך נישט וויאזוי מען קען אזוי שלעכט סענטערן ווערטער פון א מציבה. דער אויבערשטער חלק איז נישט סענטערט, און די מיטעלסטער חלק איז צו גרויס אז עס קען זיך דוכטען אז רבי נחמן אדער רבי נתן ליגט דארט. און בעצם די נוסח המציבה איז נישט שלעכט, ער האט זיך נישט באווארפן מיט טיטלען, ער האט געשריבן די פשוט'ער פאקטן וואס ער האט באמת געהאלטן ער פארדינט זיך. החסיד אמיתי, וסבל יסורים, און צוגעלייגט העמיד תלמידים רבים אלס א זכות לנשמתו.

יהא זכרו ברוך.

מאך נישט אזא עסק פונעם געשטעל ווען דער גרעסטער פראבלעיםם איז די נוסח

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 9:25 pm
דורך שבת אחים
עזריאל האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:די קוראיזע וואנזיניגער סאטמארע צייטונגען האבן נישט געלייגט קיין שום נייעס איבער די הסתלקות, און אודאי נישט אויפן דעקל.

קענסט שוין פרייוויליג פארמעקן דיין תגובה. איך האב נארוואס געזען אין דער איד א באשרייבונג פון צוויי זייטן אויף הרב שיק.

א עוולה, וואס האבן זיי צו באשרייבן לינקע וואס פאר אביסעל כבוד געשיקט דעם עולם צו בחירות, און ארויס געזאגט ברבים שם שמים לבטלה ביי די ברכה אויף הר' עובדי יוסף, רח"ל...


גערעכט איינער וואס גייט צו די בחירות און מאכט א ברכה אויף ר׳ עובדי׳ ז״ל איז חייב סקילה שריפה הרג חנק און האט נישט קיין פלאץ אין אונזער היימישע צייטונגען און ער איז נישט ווערט צו שרייבן וועגן אים , די אמתדיגע אדמורים וואס אונזערע צייטונגען זענען ווערט צו באשרייבן זענען נישט ח״ו פארנומען מיט אזעלכע שוידערליכע זאכן ווי גיין צו די בחירות און מאכן ברכות לבטלות זיי זענען דאך פארנומען מיט הויכע זאכן און עניני הקהילה ווי זיצן אין קאָורט מיט די ברודער/שוואגער/פעטער/נעפיו און א יעדע פרייע מינוט אויסצוניצען לשם שמים פארן אויף דאָטשע און זיך נישט אוועקריקן א זוז כל שהוא פון אונזער אלטן אויסגעטרעטענע וועג וויאזוי אונזערע פריערדיגע צדיקים פלעגן פאָרן אינדערהיים קיין קאַרלאסבאַד מיט מסירות נפש ממש , קענסטו טאקע קלאר זעהן אז ס׳איז נישט נשתכח געווארן דעם דרך הבעש״ט ווען אזויפיל היינטיגע רבנים זענען ממשיך די גאלדענע קייט און פירן ווייטער אָן די מלוכה ממש פּונקט אזוי ווי דער הייליגער סבא קדישא לבית רוזין פלעגט זיך אופפירן און מען קען טאקע זעהן בחוש ווי די היינטיגע צדיקים די גדולי הדור נעמען דעם וואַנדער שטעקן אין דער האנט און גייען אין גלות אריין ווינטער און זומער אין די גרויסטע קעלט אין היצן און וואלגערן זיך ארום אין די פרעמד ממש א שטייגער ווי די הייליגע ברודער ר״ר אלימלך און ר״ר זושע און מיר דארפן טאקע זיין שטאָלץ מיט די היינטיגע פני הכלב וואס האלטן אָן די טראַדיציע מיט א פעסטקייט אָן זיך אוועקריקן א משהו פון אונזער מסורה, זיצן זיי טאקע אויף די ווארימע ערטער און זענען מקיים די מצות עשה פון צדיקים יושבין ועטרותיהם בידיהם ונהנים מזיו השכינה !

חוץ מזה וואס ערכאות גניבות לשה״ר ליגענט לא תעמוד על דם ראיך איז דאך אלעס מדרבנן משא״כ בחירות און ברכות לבטלות איז דאך א דאורייתא

קיצור הדברים אונז דארפן זיך האלטן צו די מסורה אונז וועלן קיינמאל נישט באשרייבן און דער איד און אין דער בלאט פון די געמיינע לינקע רבנים וואס גייען מיט שטריימל און בעיקיטשע צו די בחירות ! האט שוין איינער געהערט מ׳זאל שרייבן אמאל עפּעס און אונזערע צייטונגען וועגן בעלזא, גור ,וויזניץ, קלויזנבורג, באאין, קארלין, סערעט , קיינמאל נישט !! היו לא תהיה !!!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 9:41 pm
דורך ירח בן יומו
שבת אחים האט געשריבן:חוץ מזה וואס ערכאות גניבות לשה״ר ליגענט לא תעמוד על דם ראיך איז דאך אלעס מדרבנן


שקר וכזב! די אלע איסורים זענענן מדאורייתא



(די רבנן האלטן דאס נישט)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:27 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:43 pm
דורך ישמעאל הכהן
עזריאל האט געשריבן:הערט מיר גוט אויס מיינע טייערע פריינט, איך האב עס נישט געוואלט ארויס שרייבען ברחל בתך הקטנה אבער אז מ'פארשטייט נישט אנדערש איז נישט דא קיין ברירה.

ביי א פרעמדער פארשוין וואס ווייסט נישט פון קיין מוהרא"ש צו זאגן און לויפט נישט נאך יעדער מנהיג וואס איז אנדערשט פון זיין חדר ווייל אז נישט וועט מען מיינען אז ער איז נישט אויפגעקלערט קוקט דער מוהרא"ש אויס ווי א צערידערטער אומסטאבעליזרטער מענטש וואס ברויך א אדזשאסטמענט און די פילען, נישט דא קיין זאך וואס ער האט געטאן וואס פארלאנגט זיך נישט זעק און פעק מיט תירוצים. זיין צוואה ווייזט אויף עפעס א נישטיגער לופטיגער פאנטעזירער וואס וויל איינרעדן אנדערע זיין גרויסקייט. און יא איך בין אסאך געווען ביי אים איך האב א ברידער זיינס א חסיד, מיין ברידער איז אמאל געווען נארמאל איך קען זיינע חסידים איך זעה זיי ביי שמחות און איך בין געווען שוין ביי זיינע דאנערשטאג שיעורים און איך שריי אויס: דער מענטש איז טאטאל פארריקט. און ווער סקריגט זיך מיט מיר זאל א בליק טאהן און זיין צוואה און אין זיינע לופטיגע חיבורים וואס מ'ווארפט אן ביי די טירן "בחינם".

ווער איז ער צו צוזאגען שידוכים? ווער איז ער צו וויסן אז אלע זיינע שונאים וועלן נידון ווערן בצואה רותחות און ס'איז ריח רע נודף מפיהם? צופעליג איך בין זיינס א שונא און איך בארשט מיר די ציין. און בכלל וואס איז דאס אז ווער סרעדט אויף אים אין לו מחילה עולמית? איז דאס געווען די מהלך פון ערליכע יודען?

און נאכאמאל אסאך מענטשען זענען געווארן טאטאל פארריקט ווען זיי זענען געווארען זיינע חסידים וועם ס'שמעקט נישט מיין תגובה זאל עס נישט ליינען.

דאס שרייבסטו צום סוף...???

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:46 pm
דורך [NAMELESS]
איך אינדארס נישט עזריאל'ס שארפע אטאקעס, אבער איך מיין אז עס איז גאר מאדנע אז א איד זאל שרייבן אויף זיך.אליין 'עובד את השם באמת מיום עמדו על דעתו' דוכט אז עס איז שווער צי טרעפן א אמת'ע גדול בישראל וואס זאל אזוי שרייבן,

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:50 pm
דורך [NAMELESS]
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך אינדארס נישט עזריאל'ס שארפע אטאקעס, אבער איך מיין אז עס איז גאר מאדנע אז א איד זאל שרייבן אויף זיך.אליין 'עובד את השם באמת מיום עמדו על דעתו' דוכט אז עס איז שווער צי טרעפן א אמת'ע גדול בישראל וואס זאל אזוי שרייבן,

רבי איד אויב נאר דאס איז דיר מאדנע האסטו נאכנישט געליינט די גאנצע צוואה, די גאנצע מעשה דארט איז מאדנע ביז גאר, איך וועל אי"ה ארויפלייגען עטליכע שטיקלעך וואס האט מיר געכאפט, ווי אויך האנדעל איך מיר איין עטליכע קונטרסים פון אים וואס איך האב שוין געליינט, איך וועל ארויף לליגען נאר זיינע ווערטער אן מיינע הגהות .

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:02 pm
דורך [NAMELESS]
ווען איינער פון די אדמור"י בית סאטמאר אדער באבוב וואלט ווען געשריבן אפילו האלב פון די תוכן אויף די צוואה וואלט ער געווען צושאנד און צושפאט דא אין שטיבל... ווייסט איינער פארוואס ווען עס קומט צום מוהרא"ש איז מען שטיל?

מ'ברויך שטורעמען א וועלט, זענען דאס די מנהיגים און כלל ישראל?