בלאט 4 פון 4
נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 10:30 pm
דורך Yossy
I disagree. מהאט געקענט זען פון די ערשטע מינוט א שטארקע זלזול. צי שרייבען א דור הפלגה פאועם אין הנאה האבן ווי מען פראבירט צי פארשטיין. אין ווען מען בעט עם ער זאל עס געבן צי פארשטיין מאכט מען זיך נישט צוטין . דעס שרייט זייער הויך אז די goal איז נישט פראפעשינעל פאועזיע נאר צי הנאה האבן וויאזוי מיר מאכען זיך צי נער אריינצילערנען פשט אין זיינע ווערטער .
איך האב געהאט דע פילינג פון day one
אדרבה איך challenge עם צי מסביר זיין זיינע פאועמס אין אינז וועלן אלע איינזען די גרויסע חכמה וואס ליגט אין דעם, אין איך וועל ציריקציען אין עם איבערבעטען ברבים , אבער וועסטי זען אז סגייט נישט געשען
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:00 am
דורך [NAMELESS]
איך אויך
STOP IT
ביהעיוו ווי א מענטש
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:17 am
דורך קאסטנער
געפעלט מיר ווי @שלום לייקט דא כמעט א יעדע תגובה, אין בעיקר די אקעגן אים...
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:19 am
דורך ישמעאל הכהן
Keep ur enemies closer...
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:27 am
דורך [NAMELESS]
אפשר שרייבן מיר אינטער א פעטיציע אז דער הויעכגעשעצטער פאעט בערגער זאל זיך ברעכען פין זיינע הייליגע טראדיציעס אין יא מסביר זיין כאטש איינס פין זיינע ווערק, אזוי מיר זאלן זען וואס ער שטעלט פאר אויף זיין זייט פונעם דעבאטע,
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:31 am
דורך גנדי
אוי וויי. אוי וויי.
מען האט אונז אביסעל קריטיקירט. און מיר ווערן באליידיגט און מען הייבט אן שטויסען. עס דערמאנט מיר פון מקוה טענה׳ריי.
איך אליין האב אויך געשריבען א דיכטונג (קיינמאל געהערט די ווארט) אבער איך האב קיינמאל פרובירט אריינלייגען קונסט. איך האב געוואלט עס זאל זיין שמאלציג ווי א לאטקע לכבוד חנוכה. ויש קוראים לה ״שמאזיע״. איך האב געוואלט ווי מער זאלן פארשטיין און הנאה האבן.
פונקט אזוי ווי קלעסיקעל מוזיק איז קונץ. אבער פאפ מוזיק פארקויפט זיך אין די מיליאנען והוא הדין רעפ און היפ האפ. לויט די כללים פון מוזיק ליגט נישט קיין קונץ אין פאפ מוזיק.
מיר זענען גראפיטי. וואס מיט די צייט איז געווארן איר אייגענע ארט.
א דאנק אייך ר׳ שלוום פארן אויפוועקן און ארויסברענגען אונס ער אויפברויז. דאס וועט ברענגען אן אויפוואכונג.
און צו אייער שאלה. וואס איז גוטע חסידישע פאזיע און וואס נישט. לויט ווי שמאלציג די ווערטער זענען אלץ מער חסידיש איז דאס. אזוי ווי אונז חסידים מעסטן א גוט שטיקעל קוגעל אדער הערינג. מיר האבן ניט ליב א שיינע דארער יעקישע איגירקע. מיר האבן ליעב א שמאלציגען פעטן טשולענט וואס די טלית און בעקיטשע ווערן פארשמירט. מיר זענען מוותר אויף די שיינע ריינע אנטצוג.
מיר לייגן צו א ״ש״ צו די ווארט ״ניט״. די ש׳ איז פאר שמאלץ!
פארגעסט נישט. מיר רעדן א מארמאראשע רומענישע אידיש. וואס שטאמט פון פויערען וואס האבן ליעב געהאט דעם פערד און קעגעל ניט דעם ביכעל אדער פעדער.
אבער נאך אלעם. ר׳ שלום טייערע קומט קיין וויליאמסבורג וועלן מיר אייך היימיש אויפנעמען מיט א שמאלציגען געברוטענעם קישקע אז איר וועט פארגעסן פון אלע כללים און קונסט דיכטונגען.
אונזערס א העלזעל און א געבראטענעם דיכטעל איז בעסער ווי אייערע דיכטונגען...
געשמאַק און שמאַלציק
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:02 am
דורך שלום בערגער
כ׳האָב תחילת בדעה געהאַט צו רופן מײן קומעדיק ביכל „[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] הוידל בוידל נפיחות“, נאָר איצט בין איך נישט זיכער, צי איך זאָל עס בעסער נישט רופן „שמאַלציק װי אַ לאַטקע לכבוד חנוכה“.
די באַשרײבונג פון חסידישער פּאָעזיע הנ“ל איז צװישן די בעסטע װאָס כ׳האָב אַמאָל געלײענט. און עס לײגט זיך אױפן שכל - נײן, עס רינט דערפון די סלינע אין מױל, כ׳האָב שױן חשק טועם צו זײן.
שטעלט זיך די פראַגע - איז דאָס אַלץ? מער װילט איר נישט?
װאָס שײך װילי - כ׳האָב אַלע מאָל ליב אַן אײנלאַדונג אױף טשאָלנט. מיטן שענסטן כבוד . איר זײט אַלע מאָל אױך פאַרבעטן צו באַלטימאָר אױף מײנעם (איך גרײט דאָס אַלײן).
נאָך פריער אָבער, אױב איר װילט (כ׳װײס ס׳איז נישט גרינג און כ׳בין נישט *אַזױ* אַן אַטראַקציע) קענט איר קומען מיך הערן דעם 22סטן מאַרץ אין בראָנקס בײ דעם אידישיסטישן שלום־עליכם צענטער.
אַ פרײלעכן מאָנטיק
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:15 am
דורך איך אויך
איך וואלט דיך געראטן צו גיין מיטן ערשטן. און אגב אויך 'געב נישט אויף דיין דעידשאב'.
נײ בוך
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:28 am
דורך שלום בערגער
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:49 am
דורך איך אויך
ענדערש קומט א בילד פנעם ראדני ביהכ''ס אאופס פונעם בראנקסער שאלעם אלייכעם אידיש צענטער ביהכ''ס. אדערווייז איז עס פיין פאסיג.
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך אויך, טשיל! וואס האט ער געטוען צו דיר?! געשריבן אפאר ווערטער וואס דו פארשטייסט נישט? ווערטער זענען נישט קיין קוילן.
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 6:41 pm
דורך געוואלדיג
שלום בערגער האט געשריבן:2. מע מעג קריטיקירן יענעם אן צו זיין 100% פערפעקט. 90% פון וואס כ'שרייב איז שטות, ווי ביי אלע שטערבלעכע שרייבערס. פון דעם איז ניט אויסצודרינגען אז כ'טאר ניט עפענען א פיסק און מצפצף זיין אויף אייערע זאכן.
דאנקע שיין פארן אנערקענען, מער ברויכן אונז ניט,
אבער איהר האט ניט ערקלערט וועלעכע 10% איז ניט שטות, אינז וועלן שוין מיזען אליין אויסוועלען וועלעכע 10% איז ניט שטות (אפשר די עטליכע ווערטער ווי איר לויב אינז אויס?)
א מיספארשטענדעניש
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 8:31 pm
דורך שלום בערגער
אדער בעסער געזאגט, עטלעכע.
1. קריטיק מיינט ניט אַז איך פייף אייך אַן, איך באליידיק אייער טשאלנט אדער שפיי אין אייער קאווע. ס'איז אין תוך אן עיקר פארעם פון מענטשלעכער באַציִונג, פון פארשטאנד.
2. א פאר לידער מיינע האב איך יא פארטייטשט ברבים. כ'האב דווקא אבער תמיד מטריח געווען צו ווארטן און הערן וואס חברה שותי קפה מיינט. ערשטנס, ווייל די פשטים אייערע זיינען אפט מאל בעסער פון מיינע. לא בשמים היא. דער לייענער האט שליטה איבערן טעקסט. דאס איז ניט חדר און איר זייט אַלע - מערסטנס - אינטעליגענטע דערוואקסענע. אייערע מיינונגען און לייענישן זיינען פונקט אזוי גוט, און רוב מאל מער אינטערעסאנט, ווי מיינע.
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 8:53 pm
דורך יואב
אלס א מיטגליד אין דער קהילה שפיר איך א חיוב צו פארדאמען די געמיינע גערעדאכץ און פארגרעבטן ווערטער-אויסברוך פון געוויסע, הויפטזעכליך דער יעניגער ניק, קעגן שלום בערגער.
דורך ניצן אזא נידריג-אפשטויסנדן צוגאנג צו מאניפעסטירן זיין אומאיינשטימיגקייט מיט א צווייטער פערזאן טוט ער רעפרעזענטירן בלויז זיך אליין, און רעדט נישט – האפנטליך – אין נאמען פון קיינעם. איך ווייס נישט צו איר, שלום, האט אין אכט גענומען, אבער א גבאי הקהילה האט פארמעקט די עקלהאפטיגע באמערקונג.
כ'האף און גלייב אז מיט דער יעצטיגער הודעה טו איך דוקא יא פארטרעטן דאס גרויסע רוב.
דאס לאזן הערן א דיפערענץ אין מיינונג טוט בלויז דעמאנסטרירן דאס ברייטע טאלעראנץ און פרייהייט פון טראכטן וואס ווערט רעספעקטירט און איז שטארק באגריסנד בתוך די ראמען פון דער קהילה. אבער דברי חכמים נשמעים בנחת. דאס מוז צוגיין אויף א דערוואקסענעם פארנעם.
חברים יקרים, אנשי שלומינו! ביטע לאזט נישט דערצו אז דער ניווא פונעם שטיבל זאל זיך קייקלען אריין אין דער אדמה.
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 8:56 pm
דורך איך אויך
זעהסטו 'שלום' צוביסלעך ווי מער דו דרייסט דיך אין די גענערעראלע ק''ש אשכולות (דייקא נישט די וואס האבען דיינע 'פאזיעס') ווערסטו צוביסלעך דערהיינטיגט ,מיט ווייניגער קריטיק און מער עעפרישיעשן פאר דעם אכסניא וואס ווערט דא פאר דיר און אונז אלע צוגעשטעלט בחינם.
והעיקר וואונדער איבער וואינדער דיין אידיש הייבט אן צו האבען א שטיקל נארמאלע צורה ,א ווארט קלעבט צו א ווארט און מען קען שוין אביסל ארויסהאבן וואס אויף גאט'ס וועלטל דו ווילסט ארויסברענגן. איך זעה אויבן האסטו עקסעפטעד מיין רעקאמענדאציע סו אפשר קען איך דיר גיבן נאך אן עצה בחינם ,לאדיך אפ פון די אלע נארישע בורות נשברים ,שטויב אפ דיינע היימישע אידישע קענטעניסן און מיר אלע וועלן הנאה האבן פונעם קאווע ,טשולענט און אייערשפייז בענעזאם.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 16, 2021 10:01 pm
דורך מי אני
[tag]שלום בערגער[/tag] שרייבט אין זיין פארווערטס ארטיקל:
שלום בערגער האט געשריבן:מע דריקט אױס די אַנטױשונגען מיטן אײבערשטן. מע גראַמט װי ס׳איז אַ נאַטירלעכע זאַך צו גראַמען, װי אַ דיכטער מוז גראַמען, װײַל קײן אַנדער ברירה איז נישטאָ.
איז אינטרעסאנט אז מ׳קען זאגן אז עפ״י העגעל גייט איינס צוזאמען מיט דאס אנדערע. דהיינו,
דא הא׳מיר ציטירט העגעל׳ס חילוק צווישן
קלאסישע און
ראמאנטישע קונסט און זייער קשר צו די אנטוויקלונג פון רעליגיע. יעצט, העגעל האט געהאלטן:
איז קען מען זאגן אז דאס איז טאקע די קשר פארוואס חסידים, וואס רעליגיע און איר ״אינעווייניגקייט [ווארעמקייט]״ שפילט גאר א שטארקע ראלע אין זייער אידענטיטעט, פארלאזן זיך אין זייערע דיכטונגען מער אויף גראמען.
ומאידך גיסא אפשר וועגן דעם האט [tag]קטלא קניא[/tag]
געשריבן דערויף קטלא קניא האט געשריבן:אין קאַווע שטיבל האָט מען אויסגעגאָסן אַ טעפּל קאַווע אין דעם עולמס פרצוף און דער עולם האָט צוריקגעשפּיגן. קיין קריסטן זענען זיי דאָך נישט. שלום בערגער האָט געזאָגט אַז זייערע פּאָעזיע איז קיין פּאָעזיע נישט
