בלאט 4 פון 7
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 9:23 am
דורך [NAMELESS]
יתד געט נישט קרעדיט פאר קאווע שטיבל
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 10:05 am
דורך יואליש
וויאזוי האט נבנתה העיר געלייגט א האנט אויף די ווערסיע ווידיאו? פארוואס איז קודם אפירגעקומען א קורצערע ווידיאו? קען איינער פארציילן ווען, וויאזוי און דורך וועם איז די ווידיאו אפגעפינען / אידענטיפיצירט געווארן?
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 10:17 am
דורך לית דין בר נש
ונבנתה וואלסטו געלאזט מאראנצןזאפט דיר אינטעוויוען?
די זאלסט פארציילן די היסטאריע פון דער קליפ מיט מארעך און ווי אזוי עס איז אנגעקומען צו דיר
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 10:20 am
דורך מרקד אתלת
איז עפעס אינטרנט געווארן אזא דבר מותר ופשוט, ווי יתד נאמן שרייבט מיט אזא פשטות: בימים אלו התפרסם, הרעיד נימים נסתרים בנפשו של כל יהודי
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 10:26 am
דורך יואליש
מרקד אתלת האט געשריבן:לאמיר אנפאנגען: די געפיל וואס וואלטן די מענטשן מיט זייער גאנצע מעכטיגקייט געטראכט ווען זיי זאלן וויסן וואס גייט קומען אויף זיי און אפאר יאר
די זריזות מיט וואס די רבנים גייען
די תמימות'דיגע ערנסקייט אין די אידאלגיע וואס שיינט ארויס פון זייערע פנים.
די שטאלצקיט און מעכטיגקייט וואס דערקענט זיך אויף די ראשי העסקנים איז עפעס וואס מעזעט נישט היינט
ועל כולם די יראת הכבוד פארן פאטעגרעפער
בנוגע די זריזות, קיפ אין מיינד אז אמאליגע
פילם געכאפט אין ווייניגער "פרעימס פער סעקאנד" שפילט שנעל. יעדער יאגט זיך און אלע באוועגן זיך פלינק און decisive. אבער ס'איז נישט די נאטירליכע ספיעד.
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 10:48 am
דורך מרקד אתלת
דאס מיינט אז די באוועגן זיך שטאט האבן די גאר גאר שטאט באוועגט
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 10:54 am
דורך סאו וואט
כ'זעה נישט וואס מען מאכט אזא גדלות פון קדושתו פונעם ראדינער ראש ישיבה בעל החפץ חיים ז"ל, חוץ פון דער היסטראישע פאקט.
איך זעה זיין גדלות מער אונעם משנה ברורה און חפץ חיים ועוד, ווי פונעם ווידיאו.
זאגט מיר איינער ווען ער האט נאר געזעהן דער קליף ווי מ'זעהט רבי לעמיל שפיטצער, און מ'האט זיך איינגערעד אז דאס איז דער חפץ חיים, פישש, מ'זעהט דער גדלות, אדערווייל לא דובים ולא יער, ס'איז נישט געוועהן דער חפץ חיים,
ס'איז נאר אלס דו אינטשטרעדאקשען צום קליפ, אז דא גייט מען זעהן דער "חפץ חיים", ווען מ'זאגט ווען נישט גארנישט פאר דיר, און מ'גיבט דיר דאס קליפ צו זעהן, וואלסטו עס אנגעקוקט און געפרעגט, נא? וואס זעהט מען שוין דא? אבער וויבאלד דו גייסטו צו צום קליפ אז דא זעהט מען דער חפץ חיים, אה, פישש, מיט אלע פאקסען און גרימסען.
כעין זה האט רבי שמעון מזעליחוב ז"ל געזאגט, דער וועלט רעשט מיטן גולם וואס דער מהר"ל האט באשאפען, איין ספר מהר"ל וועגן איבער אלע אותות ומופתים זיינע.
אלענפאלס ריזיגע שכויח פאר ונבנתה פאר דו היסטורישע גילויים, כה לחי.
און ברעוואו פאר "קול ברמה" פארן אריינשטעלן מקור הראשון און זיין אויסגאבע, לאמיר אלע האפען און בעטן ער זאל נישט ווערן גע'אסר'ט דורך דער ווילי שקצים היפיקראטען אז דער קול ברמה זאל נישט אונטערגיין.
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 12:37 pm
דורך ונבנתה העיר
אזוי ווי עס זענען דא אידן וואס האבן נסיונות אין אמונת חכמים, ומאיזה סיבה ווילן זיי ענדערש גלייבן אז איך האב עס גענומען פון יו-טוב ר"ל, האט א טייערער איד צוגעשטעלט א הוכחה אז יא, קאווע שטיבל איז דער מקור ראשון, וזל"ק:
פרוף אז ונבנתה האט עס געלייגט פאר די יו טוב קליפ פון the Jewish songs
קוק די זייגער ווען ונבנתה האט עס געלייגט, עס איז די לאקעל צייט אין ניו יארק.
די יו טוב קליפ האט די utc טיים זאון, עס איז פינף שעה אפגערוקט.
קוק ווער עס האט עס פריער
IMG-20150224-WA0002.jpg
IMG-20150224-WA0001.jpg
די פרטי הסיפור וועט איהר לכאורה קענען ליינען אינעם מאמענט.
מאווי רעכטן זענען נאך אוועילעבעל.
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 1:02 pm
דורך מרקד אתלת
און וועלעכע איז די ריכטיגע בילד פון חפץ חיים לויטן לאיזשנער, זעטס און שטוינט
חח ליאזשנא.jpg
דאס איז רבי משה'לע שינאווער
IMG-20150114-WA002.jpg
איבער דער ליאזנא'ער רבי, א פראגע.
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 1:57 pm
דורך בן נריהו
א אשכול איבער דעם אויב איז דא - ווייסעך נישט, איבער דעם ליאזנא'ער רבי און דער פארשטעלונג זיינער. דא שטעל איך איך די פראגע, דעריבער. דער רבי, א קראנטע איז ער? זיין ווארט, וואגיק איז עס? ווי האלט זיין שטאנד אינער'ן אנטיקען האנדל געזעלשאפט? אנטווארטען זאל נאר - ביטע - דער וואס ער ווייסט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 2:32 pm
דורך כוכב
ניין.
ניין.
באקאנט אלס א זייפן וכזבן ובעל דמיון.
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 3:31 pm
דורך געוואלדיג
ונבנתה אונז ווארטן מיט שפאנונג צו הערן מער פרטים
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 3:56 pm
דורך בן תמליון
בן נריהו האט געשריבן:א אשכול איבער דעם אויב איז דא - ווייסעך נישט, איבער דעם ליאזנא'ער רבי און דער פארשטעלונג זיינער. דא שטעל איך איך די פראגע, דעריבער. דער רבי, א קראנטע איז ער? זיין ווארט, וואגיק איז עס? ווי האלט זיין שטאנד אינער'ן אנטיקען האנדל געזעלשאפט? אנטווארטען זאל נאר - ביטע - דער וואס ער ווייסט.
זעה דא:
viewtopic.php?f=4&t=4814&hilit=%D7%93%D7%95%D7%99%D7%98%D7%A9#p151917קיין איין ווארט וואס ער זאגט איז נישט קראנט. איצט איז געווען לטובת הכלל האט זיך מגלה קלונו געווען בפני כל עם ועדה. ער האט שוין דעם ווידיא פיר יאר זאגט ער מיט א פרעכהייט.
זיין מוזעאם איז פיין אבער קויפט נישט גארנישט פון איהם נישט לידיעה און נישט במציאות.
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 4:03 pm
דורך ונבנתה העיר
געוואלדיג האט געשריבן:ונבנתה אונז ווארטן מיט שפאנונג צו הערן מער פרטים
ונבנתה העיר האט געשריבן:די פרטי הסיפור וועט איהר לכאורה קענען ליינען אינעם מאמענט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:01 pm
דורך געוואלדיג
איך בין נייגעריג אין די אמת'ע מעשה...
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:52 pm
דורך [NAMELESS]
צען יאר צוריק האט דער בליק גע'טנה'ט בשם ליאזנע רבי אז די באקאנטע פעקטשער איז נישט די חפץ חיים
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:54 pm
דורך ישראל קאפקע
201021_1931718157_jpg.jpg
הרב ישראל מאיר זאקס, אן אייניקל פון דעם חפץ חיים, היינט אויף קול מבשר 4-1-1 זאגט אז די פאספארט בילד איז קלאר ריכטיג. די אריגינאלע פאספארט בילד איז געלעגן ביי זיין מאמע אלע יארן!
ער זאגט אז די אריגינאלע בילד וואס ליגט ביי זיי איז ארומגעשניטן געווארן מער און מער מיט די יארן אבער די אריגינאלע האט געהאט די חפץ חיים האלטן זיין היטל! (ווי מען קען זען טיילווייז אויפן פאספארט בילד אויבן).
"נישטא קיין ספיקות אף דעריין!"
ווי ער פארציילט האט די חפץ חיים נישט געהאט זיין געווענליכע רואיגע אויסדרוק אויפן פנים, נאר אן שטרענגע מינע, וואס איז פילייכט צוליב דעם וואס דער חפץ חיים האט שטארק נישט געוואלט אז מען זאל נעמען א בילד פון אים ווי באוואוסט.
___________
חפץ_חיים.jpg
לגבי דעם ברייט פארשפרייטע פעינטינג וואס איז נאכגעמאלט דעם באשטעטיגטן פאספארט בילד, ווען ער האט עס געוויזן פאר זיין מאמע, די טאכטער פונעם חפץ חיים, האט זי זיך אויסעדרוקט 'זעט אויס ווי א פיינער איד, אבער דער טאטע איז דאס נישט'.
אויב מען ווייסט פאר א קלארן פאקט אז דאס איז דער חפץ חיים, און די פעינטינג איז נאכגעמאכט נאכן פאספארט (ער זאגט אז ער ווייסט ווער דער מעלער איז געווען), מצד שני זאגט די טאכטער אז עס איז נישט די טאטע, וועט מען מוזן איינזעצן אז די טאכטער מיינט צו זאגן אז די פעינטינג איז נישט ריכטיג נאכגעמאכט א בילד וואס איז שוין אליין מיט א מינע וואס שפיגלט נישט ריכטיג אפ איר פאטער.
באטראכטנדיג גוט ביידע, די בילד און די פעינטינג קען מען זען גאנץ קענבארע צווישנשיידן, די מויל איז אינגאנצן אנדערש, די גאנצע פנים איז פיל ברייטער אין די פעינטינג און נאך אנדערע חילוקים.
____________
פון וואו קומט די לעגענדע פון א קצב??
דאס וועט מען דארפן פרעגן פונעם ליאזשנער.
ר' ישראל מאיר זאקס זאגט אויף די קצב באבע-מעשה, "איך האב געהערט אלע די מעשות, די אrידזשינעל פעספאוrט פיקטשr ליגט ביי אונז, אוקעי!?!"
____________
http://dvr-streaming.mirc.sc.edu/autoge ... z5_Acc.m4vדי פילם וואס איז פארשפרייט געווארן די וואך זונטאג זאגט ער אויך אז עס איז די זיידע. ער קען אידענטיפיצירן די צוויי באגלייטער פונעם חפץ חיים צו זיין רעכטע זייט.
די בילדער זייט ביי זיי צום פארגלייכן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 6:34 pm
דורך כוכב
טויט פאר ליאזנער רבי'ס לעגענדעס!!!
א שקרן תחת עיני השמש.
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 6:43 pm
דורך outspoken
כוכב האט געשריבן:טויט פאר ליאזנער רבי'ס לעגענדעס!!!
א שקרן תחת עיני השמש.
הייסט כ'דארף אוועקווארפען אלע נייע טייטשען אין פשטים פון ליאזנער רבי און צירוק גיין צו די טייטשען אין פשטים פונם רבין אין חדר המקובל מדור דור.
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:21 pm
דורך [NAMELESS]
מוסר השכל אקטואלי מהוידיאו של החפץ חיים
בסרטון רואים הרבה עסקנים עם כובעים יפים וחליפות מגוהצות המתהלכים בהן חשיבות
כן כן בודאי היו שם כל הכתבים שיודעים ומבינים הכל וכל מלחכי הפינכא שהלכו רכיל מזה לזה שהשמיצו את הלה וגיכחו על דא כו גם כאלו שהיו עסוקים בבירור דעת תורה ואת מי הם מעניינים היום איש אחד נמוך קומה עם פה חתום ודאטשיקל הייליגער חפץ חיים הוא נשאר לדורי דורותוהלוואי ואשפיע על עצמי במשהו
גם אני הסתובבתי כל אחה"צ עם הרהורים מסוג זה שעלו בראשי למראה הסרטון המרגש.גם לעיני בלטה הפומפוזיות של כמה מהאנשים שם לעומת כמה מגדולי ישראל ובראשם החפץ חיים (המשנה ברורה! בל נשכח, הפוסק החשוב ביותר של עדות האשכנזים בדור האחרון)מן הסתם כל האנשים שם הצטרפו זה מכבר לאבותיהם שוכני עפר. מה משאיר האדם בעולם? עוד שעון זהב עם שרשרת?עוד שאיפת עשן סיגריה?עוד חשיבות עצמית מנופחת שאין עמה כל פנימיות אמיתית?(עוד התנשאות ריקה על מחצית מהעם היהודי?)החפץ חיים, עם כל הצניעות שלו, הסתלק מהעולם זה מכבר, אך כמדומני שנכון יהיה לומר שבכל רגע נתון יש יהודי אי שם ברחבי העולם שהוגה בתורתו.בכל רגע נתון שפתיו דובבות בקבר!מה שאיש אחד קטן מסוגל לעשות בחייו הקצרים עלי אדמות!שיתפתי כמה וכמה יהודים במחשבה הזאת במהלך אחר הצהריים ונראה לי שכמה מהם התעוררו אף הם.
פון בחדרי
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:03 pm
דורך כוכב
העכסט אינטרעסאנטער אינטערוויו אויף קול מבשר מיט הרב מאראך.
דער פילם האט נישט עקזיסטירט לאור עולם ביז היי יאר יאניואר און דער ליאזנער שוחט האט עס שוין געזען פיר און א האלב יאר צוריק...
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 9:55 pm
דורך ישראל קאפקע
כוכב האט געשריבן:העכסט אינטרעסאנטער אינטערוויו אויף קול מבשר מיט הרב מאראך.
דער פילם האט נישט עקזיסטירט לאור עולם ביז היי יאר יאנואר און דער ליאזנער שוחט האט עס שוין געזען פיר און א האלב יאר צוריק...
ווער איז דער הרב יוסף מארך?
אגב, ער זאגט אז דער צווייטער גדול וואס מען זעט איז נישט דער טשארטקעווער. ער זאגט אז ער מיינט אז עס איז ר' אהרן לעווין ריישער רב, דער נשיא פון אגודת הרבנים אין פוילן, און פון די פירער פון אגודת ישראל אין פוילן, (זיידע פון דעם אדוואקאט נעיט לואין).
Screenshot_2015-02-24-21-44-39-1.png
Screenshot_2015-02-24-22-07-24-1.png
קוקט 0:47 - 0:52 גלייך פארן חפץ חיים, זעט אויס ווי ער איז גערעכט.
http://dvr-streaming.mirc.sc.edu/autoge ... z5_Acc.m4vhttp://zachor.michlalah.edu/manhigim/ma ... lor=144B5B
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 10:03 pm
דורך נופת צופים
כוכב האט געשריבן:טויט פאר ליאזנער רבי'ס לעגענדעס!!!
א שקרן תחת עיני השמש.
סא וואס גייט יעצט זיין מיט דע מרכבות פרעה? איך ווייס שוין נישט צו כ'זאל אים גלייבן דער ליאזשנער קצב.