נייע אידישע געגענטער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
ציגרעטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך ציגרעטל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זאכען פאר א קהלה וואס מ'דארף זיך אליינס באזארגען:

א. א רב. מ'דארף אוועק שטעלען גדרים פונ'ם סאמען יסוד פון א קהלה אז דער רבנות און דער רב זאלען זיין אויף א שטייגער פון 'עבד לעבדי ה'', אז דער ארבעט פון א רב איז צו זארגען פאר'ן עולם, נשיט אז דער עולם דארף זיך זארגען פאר איהם. מ'קען מסתמא נישט צונעמען דער זכות ירושה פון זיין קינדער, אבער מ'דארף עס באגרעניצען צו א רעכט פאר א וואו"ט פאר מ'פראבירט מיט א פרעמדען, נישט אז ס'איז זיינס אטאמאטיש.
ב. קהלה שטאטוטען. אז דער קהלה זאל נישט קענען ווערען פארוואנדעלט אין א נכסי הפרט, אז יעדער איינער זאל קענען האבען א מיינונג און א שטימע אין וויכטיגע זאכען, אז קיינער קען נישט זאגען אז פרעגען אויף די עסקנים הייסט אונטערברענגען די זאך. מ'דארף אוועקשטעלען א וועג אז טענות זאלען געהערט ווערען, אנדעריש וועט מען אדער בלייבען מיט פוסעים על ראשי עם קדוש, אדער מיט א בני יואל וואס טוט אן אחריות.
ג. מוסדות. יעדער חדר אדער מיידעל שולע זאל געגרינדעט ווערען מיט אוועד ההורים, וואס דער מוסד האט אין דעם קיין ווארט נישט. אז איינער האט א פראבלעם מיט וואס דער מוסד טוט אדער האט געטוהן, זאל ער נישט דארפען אויסשטרעקען זיין האלדז אויף צו קענען עפעס זאגען, נאר דער וועד ההורים זאל שטיצען זיין רעכט צו האבען טענות און ממילא זענען די הנהלה אמת'ער ארבעטארער'ס פון די עלטערען און נישט פארקערט. דער וועד זאל קענען מאנען א מלמד וואס טוט נישט צו דער זאך, כולל איבער-שלאגען, מאלעסטען און סתם טשעפען א קינד ווייל ער מיינט אז אין לו גואל.
ד. רעגירונג באציאונגען. מ'דארף זארגען אז עסקנים וואס האבען דער קהלה שטיצע זאלען עס נישט קענען באנוצען פאר זייער פריוואטע צרכים קעגען דער תועלת פונ'ם קהלה. למשל א בויער זאל נישט קענען בויען פראיעקטען און מאכען געלט אין אן אופן וואס אנדערע קענען נישט, פארדרייען דער מארקעט אויף א נישט קאפיטאליסטישע אופן. ס'איז דא אנדערע משלים ואכמ"ל. לעיקוואוד ליידט שטארק פון אסאך אזעלכע פראבלעמען, דעריבער קען עס זיין א טערמין פון וואס מ'קען זיך אפלערנען.
ה. מוסדות עזרה. מ'דארף זען אז מ'זאל האבען די נויטיגע ארגאניזאציע'ס צו העלפען דער עולם מיט זאכען וואס מ'קען אליינס נישט טוהן, אבער נאר מיט אזעלכע זאכען. ס'איז א סכנה צו פארפיהרען דער ציבור אין אן אופן אז מ'מיינט אז מ'קען גארנישט אליינס. למשל, העלפען מענטשען אוועקשטעלען א ביזנעס מיט עצות און געלט איז גאנץ פיין, אבער נישט אין אן אופן אז מ'מיינט אז אן דער קען מען נישט און מ'דארף בכלל נישט ווייזען קיין אייגענע איניציאַטיוו.
ו. ישיבות כוללים און שיעורי תורה. מ'דארף אוועקשטעלען א וועג צו האלטען לימוד התורה ברום המעלה תוך דער וואלקען פון ארבעטען פאר פרנסה, אויפשטעלען א קהלה און בויען א געזעלשאפט. דאס איז דער פליכט פון א רב, אבער דער עולם דארף עס פאדערען פון איהם און שטיצען ווען ס'קומט עפעס פאר. מ'דארף אויך אוועקשטעלען די ישיבות אויף ביידער אופנים, הן אז א בחור זאל זיך אריינטוהן און אמת'דיג ליגען אין לערנען און שטייגען דערין, און אויך אז א בחור וואס ס'געלונגט איהם נישט, אל נישט אין גאנצען ארויספאלען. איך ווייס נישט ווי מ'טוט עס, איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן קיין מוצלח'דיגע וועג דערצו, אבער זוכען דארף מען.
ז. חושן משפט. ס'דארף אוועקשטעלען א בי"ד וואס מחמת די תקנות הקהלה מוז יעדער איינער ברענגען זיין סכסוכים אהין.מ'דארף קלוגעהייט באגרעניצען און פארברייטערען דער כח פונ'ם ב"ד, כדי זיי זאלען בלייבען מיט א כח אבער נישט קענען דרייען א קאפ און מענה זיין דער דין און פעלשען תורה מיט זייער מאכט.


גאנץ שיין צאמגענומען די דעפינישען פון א פערפעקט וועלט...
:like
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: נייע אידישע געגענטער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ניין, די זענען תקנות פאר א שטעטל פון מענטשען וואס, הגם ס'איז נישט פערפעקט, טוט עס צוריקהאלטען שלעכטע מענטשען פון כאפען די רעדער און מאכען ערגער. דאס איז דער תכלית פון יעדער קאנסטיטושע''ן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

שליחה דורך אייניקעל »

הלכה למעשה קוקט אויס אז דער אלגעמיינער עולם האלט פשוט נישט דערביי

די פראבלעם איז נישט די עסקנים אדער רבנים, ס'איז דער עולם.... יעדער וויל בלייבן זיצן אויפן אונטערשטן הגדול ביז ביז ס'העט זיין א נייע שטעטל פון 352 משפחות מיט אלע צוגעהערן פערפעקטעט פון א ביז ת, הערשט דערנאך וועלן מיר זיין פון די עשרה ראשונים

ס'איז דאך זיכער פארהאן 20-30 משפחות וואס קענען זיך ארויסציען צו א עקזעסטירענדע יודישע ישוב, מיטנעמען די פרנסה, נאר אויפמאכן א קליינטשיג תלמוד תורה מיט שולע אויף א חסידישען שטייגער

אלא מאי פארוואס פאסירט עס נישט??? פשוט ווייל מיר זענען אויפגעוואקסן מיט א שטארקע פאסיווער חינוך, נאך מימי תר"צדיק'ס זענען מיר נישט אנטלאפן פון אייראפע ווען די קרקע האט געפלאקערט, נאך די מלחמה זענען די אודים מוצלים מאש געגאנגען זיכען וואו צו וואוינען, האט מען ווייטער געזוכט א פירער וואס וועט אונז אלעס צושטעלן, חס ושלום מיר טוען זיי נישט בלעמען, אונזערע זיידעס און באבעס האבן מיטגעמאכט צרות וואס מיר וועלן קיינמאל נישט באגרייפן, אבער מיר ווערן נאך יעצט געהרגעט פון היטלער, די עפטער-שאקס פון די מלחמה נעמט נאך יעצט אוועק פון אונז די מוהט און די בחירה צו לעבן א נארמאלע לעבן וואס איז אויסגעהאלטן על פי תורה ועל פי שכל, אלעס ווייל מיר זענען שעפעלעך וואס קענען נישט אליין, מען דארף אונז פיטערען און פירען, נתנה ראש ונשובה מצרימה איז אונזער סלאגאן

איז דערווייל עסט מען שטרוי, איעדע פאר מינוט געבט מען א געשריי אה!! רענט איז טו דעהם היי, און תיכף ומיד איז מען צוריק מיטן פנים אין טעפל, אדער מיטן קאפ אינעם זאמד כמנהג בת היענים
וואס טוט זיך מיט עם חכם ונבון??? הזאת נעמי???
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מיט גרויס שפאנונג קוקן די צענדליגע טויזענטער חרדישע איינוואינער פון ניו יארק הבירה ארויס אויפ'ן אנטוויקלונג פונעם נייע אידישע ישוב אין זשערסי סיטי. לויט'ן פלאן וועט אין א קארגע חודש פון היינט זיך באזעצן דארט די ערשטע צוואנציג נחשונים וואס וועלן פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות אלץ אזעלכע וואס האבן געטון צו דער זאך לטובתם ולטובת הציבור.

די געגענט איז נישט די בעסטע אבער אויך נישט אזוי געפערליך. ס'איז אן ארימע גויאישע געגענט וואס עפ"י דרך הטבע קען מען עס זייער גרינג איבערטוישן פאר אן עיר ואם בישראל. ביי מיין באזוך דארטן בין איך געווען סורפרייזט אז איך האב נישט געזעהן אין ערגעץ קיין גראפיטי, וואס איז זייער פאפיולער ביי אונז אין ברוקלין.

שפאצירענדיג דארט איבער די גאסן האב איך געזעהן שיינע קליינע צוויי שטאקעדיגע הייזקעלעך, אסאך דערפון דיטעטשט מיט א דרייוועי. איך האב מיך געפיקטשערט ווי אין פונף יאר ארום וועט מען זעהן פארנט פון די הייזער מאמעס ווארטן מיט די קינדער פאר די באס.

ווי איך הער, זענען שוין דא איבער הונדרעט הייזער אין די געגענט וואס געהערט פאר אידן נאך אסאך זענען שוין אין קאנטראקט. עס איז יעדענס ווינטש אז ס'זאל מצליח זיין וואס דאס קען זיין א הצלת הדור ברוחניות ובגשמיות.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: נייע אידישע געגענטער

שליחה דורך ירא שמים »

סאיז א דעוועלאפמענט אדער מציעט זיך אריין אין שטאט ? און וואו גייען די משפחות שיקען די קינדער ?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

נישטא קיין דעוועלאפערס אדער אינוועסטארס. יעדער קויפן וואס עס שמעקט אים און מופט ווען ער וויל. דאס איז די אייגענארטיגקייט פון זשערסי סיטי ווערסוס אנדערע נייע ישובים.
פארשפארט