בלאט 4 פון 5

Re: מיילעך קאהן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 11:35 am
דורך קל וחומר
ווען איך הער א ניגון איז די ערשטע זאך וואס איך אנאליזיר ווי אזוי די ליריקס גייען מיטן טון.

אבי יתומים און בדרך האבן מיר די מערסטע אריינגעפיט מיטן ניגון.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 6:09 pm
דורך טאמבל סאס
קל וחומר האט געשריבן:אבי יתומים איז פון מיינע פעוואריטס.
ס׳איז אן עמקות אין פשטנות.

איך קען נישט די בלוז. אבער אויף זיין סייט שטייט געשריבן אז ער איז נשפע פון די בלוז. אויב איז עפעס א ניגון אין דער סידי נשפע פון די בלוז שטעל איך מיר פאר אז ס'איז דער ניגון. קיין אידישער מקור האט דאס נישט.

דער ניגון איז מיין פעיוואריט! איך גלייב אז ס'איז נישט אזא פשטות..

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 5:28 am
דורך טאמבל סאס
דער אמת איז אז ס'איז נישט אינגאנצן ווי איך זאג. דער 'כאשר היה עם אבותינו' דערקען איך פון שמחת תורה ביי די הקפות..

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:42 pm
דורך טאמבל סאס
נישט אז איך האב מיך אמאל געהאלטן פאר א מבין אין נגינה אבער דא שפיר איך אז איך מוז מיך לאזן הערן. סיי ווייל איך האב אזוי הנאה געהאט פון יעדן ניגון באזונדער אין דעם אלבום, און נישט נאר פון יעדן ניגון נאר פון יעדן קאמפאנענט אין א ניגון, און סיי ווייל מיילעך (דערווייל) האט עפעס א יוניק נשמה. ער איז דער איידיעל ארטיסט. (האט ער מחבר געווען אלע ניגונים?)

מיך איז אינטרעסאנט געווען ווי ווייט א מחבר קען נשפע ווערן פון אנדערע ניגונים אין זיין קולטור און ממש צוזאמענשטעלן זיינע ווערק פון א מיליאן קוועטשן און תנועות וואס קענען יעדער פאר זיך אידענטיפיצירט ווערן פון וואו זי קומט און צומאל אפילו גענוי פון וועלכע ניגון ס'קומט. כ'בין זיכער אז יעדע ניגון האט נאך א באנטש אנדערע אינפלוענסעס אבער די פאלגנדע איז וואס איך קען הערן.

שבת: צוויי פעלער קען איך איידענטיפייען איינס אלס א סאטמערע הקפה טייפ און די צווייטע ברסלב מיט א מירון סטייל.

הרינו קען איך הערן סקולען, משה גאלדמאן און ברסלב צווישן נאך אנדערע וואס איך קען נישט אידענטיפיצירן. די ענד קוועטש אויף 'לנו' איז א קלאסיק ליפא שמעלצער - אויך געגאנבעט פון די 60's מוזיק?אר וואטעווער. מסתמא רעקאמאנדירט ביי די סטודיא מענטשן rather than מיילעך.

אבי יתומים ווי איך האב שוין געזאגט איז כלל נישט פון אונזעריגע הויזגעזוינד. אבער די רעליגעיזע פארפרומטער 'אבי יתומים און 'ודיין אלמנות' פון די הויכער פאל, וועלכער ווארנט און דראהעט, וועקט אויף דעם שלאפענדיגער ראש הקהל א שווייס באגאסענער אינמיטן נאכט פון זיין נייטמער - איז א כמו שלש סעודות'דיגער תנועה פון סאטמער. אדער אפשר ווי געזאגט אויך הקפה פסוקים. ווידער, ואתם אהאהיי הדביקים בשם אלוקיכם' רילעיט צו ימים נוראים.

אין דבר העומד איז יוניק. קיין מושג פון וואנעט. א הערליכער ניגון. דר'עיקר איז 'מ'זאגט מ'גלייבט ווייטער.'

קודשא בריך הוא שווער איך איז א געקלעבאכץ פון עטליכע באקאנטע תנועות א שטייגער ווי א סאטמערע שלום עליכם מיט א ברסלבע אשת חיל. והא אוקימנא איז נאך אויך סאטמער אבער רזא וכו' גייט שוין צוריק צו סקולען. די לעצטע פאל, כגוונא דיליה איז משה גאלדמאן.

ונהפוך איז ווידער סקולען און אויך א יו"ט ערליך עלעמענט. דאס איבריגע ווייס איך נישט.

ואהבת א טיפיקעל חתונה ניגון מיט א נאנאח גירסה. די ניגון דערמאנט מיך פון א באקאנטע טאן וואס מ'זינגט אויף לא תבשו פרייטאג צונאכטס.

בדרך שאדם מודה בה מודדין לו איז שוין א נייע אויפטוה. אפילו די 'בה' בין נישט זיכער געהערט דארט ליטערעלי. און איך גיי באנקערס פאר זיין הויכע פיטשד וואויס. ביוטיפול. ספעציעל איז עס ביי די ניגון הרינו. (בדוו, געוויסע ניגונים מערק איך זיי האבן פארטעמפט זיין שטימע אביסל. אפשר צו פארדעקן זיין צייטנווייזע קרעצעלעך אין זיין שטימע. בין איך נישט איינשטימיג. די שיינקייט פון זיין גרויסע שטימע טוט עניטיים קאמפענסעיטן פון די פאר קרעצלעך.) וכן לענין הטובה קען איך שוין דערקענען סקולען. די לעצטע יאמא מאמא מיי מיי דערמאנט מיך ראק און העווי מעטאל. די שטילע אונטער ברומען פון די קאווייער טו טו טאהוטורו טורו איז בכלל נישט אידיש!! בקיצור דער ניגון איז געוואלדיג!

געדאנקען, בין איך קאמפליטילי אומוויסנד. נאכאמאל די באליבטע היי פיטשינג. מיין פעיוואריט איז זיין לעצטע "ווי נידריג איך בין" דאס אראפגיין ביי 'איך בין'.

מי יודע, הויבט אן מיט יוסלע ראזנבלאט סטייל און גייט תיכף צו א מוזיק און א ניגון אריינפיר וועלכע דערמאנט מיך פון די צווילינג ניגון פון מיכאל'ס טעיפ "א טאטע הערט". נאכדעם קען איך נישט זיכער מאכן אויב איך הער אייזיק האניג'ס בהר המוריה אדער פינקי וועבער'ס כשרונות. איך הער איבער דעפענטילי ימים נוראים נאכאמאל - די הגעת למלכות אויך נאכדעם אפשר וואס דו גייסט יעצט אריבער וכו'. אויך קען איך הערן נאכדעם טאהשע קוועטשן - שאניייי כאן. און די קעוועטש אויף "is the reason that 'you're here' איז זעכער גויאיש. ענדיגן ענדיגט זיך די ניגון ווי א טוירטש הימנע און ממש צום סוף, טוט מיילעך ענדיגן מיט א ארגינאלע ברסלבע 'שאני כאן' וואס הערט זיך ווי אן אבליוויעסדיגער ברום פון אינגערמאן אין וואלד אינמיטן התבודדות.

יומם איז ווייטער מירון און סקולען.


בקיצור מיינע פעיוואריטס זענען בדרך שאדם, אבי יתומים, דבר העומד און געדאנקען. אז איך וואלט געמוזט פיקן נאכאיינס וואלט איך גענומען לכבוד שבת. בעיקר צוליב די 'סטאפ....פא פא פא פא פא רא ריי ריי'

קען זיין מיין רעוויו ווייזט מער וואס איך האב צוגעהערט מערסטנס אין מיינע אינגע יארן… יעצט ווארט אייך עמיצער זאל ברענגען די גויאישע אינפלוענסעס.

אסאך פון די מוזיק דערמאנט מיך פון ליפא'ס טעיפ בדרך און אויך גרינפעלד'ס המברך יתברך. איינער ווייסט פארוואס?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:24 pm
דורך נעגעל וואסער
עפעס א נייע איזראעלי כוכב מיט א מיילעך קאווער
https://www.youtube.com/watch?v=mODQ7h-roVM

Re: מיילעך קאהן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 7:01 pm
דורך סאשי פיש
אזוי צו פאר הרגענען א ניגון דארף מען קענען

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2018 7:12 pm
דורך כלבאשבוע

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 12:37 pm
דורך כלבאשבוע
נייע סינגל

https://youtu.be/jGjr5E_1HxY

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 12:51 pm
דורך לך לך
כלבאשבוע האט געשריבן:נייע סינגל

https://youtu.be/jGjr5E_1HxY

שוין געהערט אזאנס

נשלח: מאנטאג מערץ 14, 2022 12:35 pm
דורך היכי דמי
מזל טוב פאר דעם 53 יעריגע ארטיסט מיילעך קאהן לרגל זיין שידוך שליסן.

נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2022 5:22 pm
דורך שבת אחים
היכי דמי האט געשריבן:מזל טוב פאר דעם 53 יעריגע ארטיסט מיילעך קאהן לרגל זיין שידוך שליסן.


מיילעך איז מיר א נאנטע פריינד פאר יאהרן, ער איז א איד מלא-חן, כ׳זאג אים אלץ אז די אהבת ישראל וואלט געזאגט אז אויף אזעליכע אידן ווי דיר שטייט די וועלט. געווארן א חתן ביי די 53, די וועלט זאגט דאך אז “א קלוגער מענטש באנערישט זיך אויך אמאל...” און ווי דער מלך הבדחנים רבי חיים מענדל מערמעלשטיין ז”ל פלעגט זאגן “וואס איז די חילוק פון א חתונה און א לוי׳? ביי א לוי׳ באגראבט מען איין מענטש, ביי א חתונה באגראבט מען צוויי...” און ווי להבדיל די גרויסע רבי און פילאספער ארטור שאפענהאוער שרייבט:
"Marrying means to halve one's rights and double one’s duties ”

מיט דעם אלעמען פארשטיי איך פארוואס רוב מענטשען ווילן יא חתונה האבן, און איך בין מודה אז חתונה האבן איז די סדר העולם. געוויסע מענטשען וואס איך קען זענען חתונה געהאט פאר יאהרן לאנג און זענען גליקליך און צופרידן (א שטייגער ווי מיינע עלטערן זז”ג) און זיי וואלטן נישט געקענט לעבן איין מינוט אליינס אלץ סינגל. אבער פאר מיר ארבעט עס נישט, איך וויל זיין אליינס, אפשר בין איך טאקע נישט קיין Marriage מאטריאל.

בד”וו, מיילעך קאהן׳ס פאטער האט לכתחילה געוואוינט אין ארץ ישראל און געוועהן א חסיד פון רבי חיים מאירל, שפעטער איז ער געקומען קיין אמעריקע און געדזשוינט סאטמאר און קנאות. זיינע קינדער האבן מיר געזאגט אז ער פלעגט אלץ רעדן זייער ווארעם וועגן די אמרי חיים, און ער האט זיך זייער גוט אויסגעקענט מיט די נוסח און נגינה פון וויזניץ ספעציעל פון די ימים נוראים.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:27 am
דורך אדוני המלך
מיילך איז אן ארטיסט…אסאך האלטן ער איז דעפרעסט אבער איך האלט אלע זיינע ניגונים קען מען הערן נישט קיין חילוק וועלכע מאאד מאיז

נשלח: זונטאג מאי 07, 2023 3:29 pm
דורך פלייש
ער ארבעט אין די טעג אויף עפעס פרישע ווידיאוס

נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 7:38 pm
דורך פלייש
מ'האט היינט געשאסען א פרישע זאפטיגע ווידיאו פאר מיילעך

ס'קומט סחורה...

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 10:54 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב איהם (מיילעך קאהן) אין אנהייב נישט גוט אפגעליינט. איך האב געמיינט אז מיט זיינע גאר לאנגע פיאות שיקט ער א מעסעדזש אז ער איז בעסער און הייליגער ווי א צווייטער. וואס ער איז נישט.

לפי האמת. איז עס נישט מער ווי א טרעידמארק פאר א מענטש וועלכער איז שוין געווען (כמעט) אויף דעם גאנצן היומען ספעקטרום. א איד. א גוי. און אלעס אינצווישן.

ער איז עד עמקי נשמתו א מיוזיק קאמפאוזער, זינגער און ליבהאבער. אפגעזעהן פון זיין יעצטיגע, אדער צוקונפטיגע סטאנציע אין לעבן...!

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 11:03 pm
דורך כלבאשבוע
פלייש האט געשריבן:מ'האט היינט געשאסען א פרישע זאפטיגע ווידיאו פאר מיילעך

ס'קומט סחורה...
It's Been a While - Meilech Kohn
https://www.youtube.com/watch?v=WglnL1eofhw

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:11 pm
דורך פלייש

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 2:00 pm
דורך טינט פען
זיין שטימע איז ווי א שארפע טערקישע קאווע, ווען מען טרינקט עס איז עס גאר גוט, אבער מען קען עס נישט טרינקען אפט.
מעגליך ער ריקארדעט זיינע זאכן גלייך ביים אויפשטיין?
די שארפקייט גלייך איך.

נשלח: מאנטאג יוני 12, 2023 1:29 pm
דורך בן ישי
מיילעך האט געהאט א אינטערסאנטע אינטערוויא אויף ליווינג לחיים פאדקעסט.
איך מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס ער דערציילט זיין לעבן'ס געשיכטע אין פאבליק.

https://youtu.be/jnxkX8UoZeY

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 5:13 pm
דורך זיינוועל
איינער ווייסט בערך ווען זיין נייע אלבום דארף צו ערשיינען פאר'ן גאס?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:53 pm
דורך כלבאשבוע
דער נייער אלבוים איז דא:
https://mostlymusic.com/collections/fea ... le?aff=202

דעם לעצטן ניגון ״מיין וועג״ שפילט ביי מיר אויף ריפיעט שוין עטליכע שעה
די צוברעכסט מיין טעלעפאן און שרייסט אויף מיר שייגץ?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:59 pm
דורך ערנסטגערעדט
כלבאשבוע האט געשריבן: דעם לעצטן ניגון ״מיין וועג״ שפילט ביי מיר אויף ריפיעט שוין עטליכע שעה
די צוברעכסט מיין טעלעפאן און שרייסט אויף מיר שייגץ?
מיינסט כהעל מיך אויפרעגן?
מיינסט כהעל מיך נעמען שרייען?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 2:56 pm
דורך צועקים וזועקים
מיילעך האט געדאווענט די שחריתים דעם ראש השנה אין אומאן ביי פעדער.