אסף המזכיר האט געשריבן:א גוטן כבוד חברי "קאווע שטיבל"
מיר שפירן א פליכט אויסצוקלארן וואס האט זיך היינט אפגעשפילט אין שטיבל און מיר קוקן ארויס פאר אלעמענס פולסטער קאאפעראציע און פארשטענדעניש.
ווי איר ווייסט זענען לעצטנס אריינגעקומע פרישע כוחות אין דער פירעשאפט פון קאווע שטיבל. באלד מתחילה האבן מיר געשטעלט אלס א הויפט ציל נענטער צו ברענגען "קאווע שטיבל" פאר'ן אלגעמיינעם ציבור, און זעען מיט וואס מ'קען העכערן אונזער ניווא אז אונזער בית וועד לחכמים זאל זיין א דבר השוה לכל נפש וואו יעדער חרדישער איד זאל זיך קענען טרעפן דאס פלאץ.
א ווענדפונקט איז געקומען ווען דער אשכול פון חברינו [tag]גנדי[/tag] האט אנגעמאכט א שטורעם און האט ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי פילע היימישע אידן, הלמאי מ'לאזט צו אז מ'זאל אזוי פרעך חוזק פון די תקנות פון די היימישע מוסדות אין וועלכע עס ווערן נתחנך אונזערע קינדער על דרך ישראל. קריטיק אקעגן אונזער זייט האט נישט אויפגעהערט צו שטראמען מיט א פארלאנג אז אז דאס זאל נישט טאלערירט ווערן.
מיר זענען דא צו ערמעגליכן א שופר פאר'ן יעדן חרדישן איד און מיר זוכן ווי ווייניגער צו צוימען דאס פרייהייט פון אויסדרוק, אבער אין דער זעלבע צייט דארף גענומען ווערן אין באטראכט אז מיר האבן גענומען אויף אונז דעם ציל צו פארזיכערן א העכערער ניווא פאר'ן שטיבל וואס זאל גאראנטירן אז דאס פלאץ זאל האבן א קיום לאורך ימים, און זאל ווערן אקצעפטירט ביים ברייטן אלגעמיינעם ציבור, און ווי ס'ווערט געברענגט פון מרן הקדוש בעל ייטב לב זי"ע אויפ'ן פסוק "אשר יוציאם ואשר יביאם", אז א מנהיג דארף וויסן וואו איין און וואו אויס. דעריבער האבן מיר אויף צייטווייליג אראפגענומען דעם אשכול. מיר האבן נאך נישט באשלאסן קיין ענדגילטיגע החלטה אויף דער טעמע און וויאזוי מיר וועלן באהאנדלען ענליכע פעלער אין דער צוקונפט. מער דעטאלן וועלן מוזן נאכפאלגן בקרוב, ווי נאר עס וועט געפאסט ווערן א באשלוס צווישן די מנהלים.
א דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.
איים סארי. אבער שטותים האט אויך א גבול, און ווארטן א גאנצער טאג פאר אזא לעכערליכן אנטווארט איז עקסטרימלי דיסעפוינטינג. איך מיין אז "גנדי-געיט" איז דער סקאנדאל פונעם יאר.
ביטע קומט ארויף מיט א גאנצער ליסטע פון זאכן וואס טארן נישט געשריבן ווערן דא אין שייכות מיט דעם ייטב לב'ס מאמר איבער וויאזוי א מנהיג זאל זיך אומגיין. אשאד מ'זאל זיך פלאגן צו שרייבן און ס'זאל נעלם ווערן צוליב פרישע אומבאקאנטע כוחות און מיסטעריעזע שטרעבונגען.
פאר ווער ס'האט נישט מיטגעהאלטן. ידידנו גנדי האט געשריבן אן ארטיקל אין "שמייכל" פארום. דארט האט ער געשריבן איבער תקנות וועלכע באלאנגען "דערווייל" נאך אין שמייכל פארום. ס'איז פארשווינדן געווארן פון דער אויבערפלאך ווי דער מאליעזער פליגער, מיט דעם חילוק אז דא נעמט כאטש עפעס א נייער אומערוועלטער אפישעל פאראנטווארטליכקייט.
בכלל האלט איך אז אפילו אויב זאל אלעס זיין ווי דער חשוב'ער גבאי זאגט, וואלט מען געמעגט מודיע זיין דעם עולם פאר'ן אוועקנעמען. אויך מוז מען פארשטיין פארוואס אזא סטעיטמענט האט גענומען אזוי לאנג צו קומען.
א חרפה און א בושה.
נב. אויב עפענט זיך א נייעם זייטל, נישט מיט אזויפיל ניבול פה און קטנות ווי פאליש, אבער מיט געשאנקענער פרייהייט פון ווארט, בעט איך מ'זאל מיר מודיע זיין. תודה למפרע.
# גנדי-געיט, #NoJusticeNoPeace.