תולדות און ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
הודעות: 187 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
שליחה
דורך יודישע שרייבער » פרייטאג אפריל 07, 2017 1:32 am
איש את רעהו האט געשריבן: ער האט נאך מיט יארן צוריק מיר געזאגט ווען די רבנים ומנהיגים זאלן ווען פירן פריוואט קליינע שטיבלאך און אריינגעבן א חיות און א אש קודש אין תורה ומצוות, וואלט קיינעם נישט אזוי געארט דעם שינוי במציאות העולם אז די וועלט ווערט עדווענסד און פארגעשריטן מיטן טאג טעגליכען לעבן. יעצט אז די הנהגה און מסירת התורה ווערט נישט געהעריג פראקטיצירט שלאגט מען זיך מיט די נייע מציאות וואס די וועלט קען נאר עקזיסטירן דורך פארגעשריטענע קאמיוניקאציע
[tag]איש את רעהו[/tag], דאס האלט ער איז דער פראבלעם, וואס איז זיין לעזונג דערצו למעשה (אויב ער האט א שיטה דערויף, לכאורה יא)?
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(
קרעדיט :
@טייערע ברודער )
חיים'ס ישיבה
מאנשי שלומינו
הודעות: 64 זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 27, 2016 7:27 pm
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
שליחה
דורך חיים'ס ישיבה » מיטוואך מאי 10, 2017 7:32 pm
די וואדרידזער רב האט גערעט ג' אמור איבער דעם וואס מען באשרייבט אים, אין איבער די מימרות וואס מען זאגט נאך פין אים אויף די גאס. מען קען עס הערן אויף זיין האטליין 718-906-6428, אנהייב #4
ארי נוהם
שריפטשטעלער
הודעות: 479 זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
שליחה
דורך ארי נוהם » מיטוואך מאי 10, 2017 7:50 pm
כ'האב נישט עכט קיין נערוון אויסצוהערן א גאנצע דרשה, נאר אויף צו הערן וואס ער רעדט וועגן זיין באשרייבונג. איינער קען ביטע אראפברענגען תמצית דבריו? שווער צו גלייבן אז ער האט נישט געמאכט קיין מצב דערפון... [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] --- אגב, ר' יצחק איז געוואויר געווארען ווער דער כותב איז? ער האט געכאפט דיין אידענטיטעט? דו האסט נישט מורא געהאט פון זיין ריספאנס? ביטע טייל מיט.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם )
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
הודעות: 9706 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
שליחה
דורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 10, 2017 8:08 pm
לעצטענס הער איך איהם אביסל אפטער אויפ׳ן טלפון, אבער נאר די חורש"י רמב"ן תורה׳ס. יעצט געהערט דער אנהייב. ער זאגט אז ער איז נישט אחראי אויף וואס ס׳דרייט זיך ארום בשמו, און מ׳האט איהם נישט געפרעגט און מ׳האט זיך נישט פארבונדען נישט מיט איהם און נישט זיין קינדער וועגען די ארטיקל. ער בעט זיך אז די וואס ווילען דרוקען זאלען עס נישט טוהן על דעת עצמם, נאר קודם רעדען מיט זיין קינדער וכדו׳, כדי נישט מסלף צו זיין. ער זאגט אויך אז ער האט עס נישט געליינט. זיין עיקר איז אז ער איז אוועילעבעל צו רעדען מיט יעדעם, אן caller id און ער בעט נישט קיין נעמען און מ׳קען הערען דירעקט פון איהם (אין ישיבות זאגט מען ׳דער מחבר לעבט נאך׳). ער וואלט געוואלט אז מ׳זאל קומען לערנען ביי איהם סוגיות עמוקות, און דערצו קען ער צולייגען די יסודות אין אידישקייט לויט ווי ס׳פעלט אויס, און נישט אויף דער אופן ווי ס׳איז געשען. ווען ער וואלט עס געליינט און גענאט טענות, וואלט עס מיר פארדראסען. אזוי איז עס מיר נישט נוגע. Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin)
דא
ארי נוהם
שריפטשטעלער
הודעות: 479 זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
שליחה
דורך ארי נוהם » מיטוואך מאי 10, 2017 9:19 pm
נו, כהאב שוין געמיינט אז סוועט קומען אזאנס און אזעלעכס. אזא פארווע תגובה פון לעבאוויטש פאסט גארנישט פאר עם... א נאר דארף ער אבער יא זיין עס נישט צו ליינען, ווייל אפילו אויב סוואלט געווען געשריבען איבער א צוויטע פערזענליכקייט, וואלט ער עס אויך געמעגט ליינען צוליב זיין געשמאק אין טראכטען אויסער די באקס, וכ"ש דא אז דער מדובר איז ער זעלבסט.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם )
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » מיטוואך מאי 10, 2017 10:21 pm
איך פארשטיי גראדע פארוואס ער וויל עס (נאכנישט) ליינען.
שמעון וואלף
חבר ותיק
הודעות: 3547 זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
שליחה
דורך שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:58 am
איש את רעהו האט געשריבן: איין נקודה איז שטארק פארזעהן געווארן ביים באשרייבונג פון [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] ווי שטארק די רב מיטן אש קודש טוט ערווענען זיינע געדאנקעןגאנג פאר א צווייטען וואס ליגט אינעם פראבלעים עכ"ז טוט די רב מיט אויסערגעווענליכע ליבשאפט יענעם אנצייגן די ריכטיגע מיינונג וואס א איד דארף וויסן, און ווערט נישט יענעם'ס פערזענליכע קעגנער. וועגן די צייט ווען חסידי באבוב האבן געמאכט א קרעמל ארום דעם רב דאס איז געווען אין די צייט צווישען נ"ט און די קומענדיגע בערך 10 יאר וואס באבוב האט שוין נישט געהאט מער דעם שטארקער און געזינטער מנהיג וואס זיי האבן געהאט אין זייערע פריערדיגע יארן האט זיך א גרופע איידעלע אינגעלייט ארויסגעלאזט אויף די כדור הארץ זיכען ערגעץ ווי צו שעפן פון א באר מים. ..
כ'האב געהערט אז רב"ץ מ'באבוב 48 שיקט זיין מיידל סקול הערן א שמועס פון וואדריזשע רב ווען זיי פארן ארויס פאר א שבת התוועדות אין די קעטסקילס
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
הודעות: 1028 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך כלבאשבוע » דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:44 pm
ארי נוהם האט געשריבן: כ'האב נישט עכט קיין נערוון אויסצוהערן א גאנצע דרשה, נאר אויף צו הערן וואס ער רעדט וועגן זיין באשרייבונג. איינער קען ביטע אראפברענגען תמצית דבריו? שווער צו גלייבן אז ער האט נישט געמאכט קיין מצב דערפון...
ער זאגט נישט גארנישט
און מדארף קענען סובל זיין צמצום און פארקנייטשקייט אים בכלל אויסצוהערן
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
מפוזרי
ידיד ותיק
הודעות: 889 זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
שליחה
דורך מפוזרי » דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:56 pm
איך האב אויסגעהערט. אלץ וואס ער זאגט איז, א באווארענונג מען זאל נישט מיינען אז ס'איז געשריבן געווארן אפיציעל מטעמו. פירוש: ער האט עס געזען און ס'איז אים פיין געפאלן, ער שרייט נישט אז מ'איז מסלף, אבער זאג נישט אז איך האב עס ענדארסט און האלט מיך נישט עקאונטעבל דערויף. מ'דארף פארשטיין זיינע ווערטער, ער איז פארט אן אונגארישער רב.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
הודעות: 9706 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
שליחה
דורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 28, 2017 3:36 pm
יעצט אויסגעהערט א שטיקעל זיינער. ער רעדט וועגען די היינטיגע בעלי השקפה און מעוררים, וואס קומען להחיות לב נדכאים און פיהרען זיי אין אן עקסטאז פון למעלה מעשרה טפחים, מיט מדרגות און השגות. ער זאגט אז למעלה מעשרה טפחים איז א מקום פטור, ווי מ׳האט שוין נישט קיין חיובים. די סארט מחזקים העלפען נישט מקיים זיין מצוות נאר זיך פטר׳ן פון מצוות. Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin)
דא
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » זונטאג מאי 28, 2017 5:05 pm
כ'האב נישט לאנג צוריק געליינט די ארטיקל. ס'איז א שיינע ארבעט. און איך זע פארוואס א סאטמארע אינגערמאן וואס פאנגט אן צו ווערן אויפגעקלערט זאל ווערן פארכישופ'ט פאר עם. און אגב, די ווארט וועגן די מופתים ווערט שוין געברענגט אין בוצינא דנהורא פון דער רבי ר' ברוכ'ל ממעז'ביזש זי"ע.
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
הודעות: 9706 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
שליחה
דורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 28, 2017 5:33 pm
זיינע ווערטער גילטען אויף אלע פארטייען. יעדער וואס לאזט זיין אידישקייט אונטערטעניגט אונטער א זייטיגע נאמען איז אין די זעלבע פעקל. אוו נישט נאר די אידישקייט, נאר די גאנצע מענטשליכקייט. פאר פארטיי איז מען גרייט זיך אפצושינדען די גאנצע צלם אלקים, עיי"ש. דאס זאץ "פארטיי ראטעוועט אידישקייט" הערט מען איבעראל, און זיין טענה דאקעגען גילט איבעראל. ער איז נענטער צו א סאטמארער ווייל דארט איז זיין אפשטאם, אבער ער האט שוין מער ווי פערציג יאר גארנישט צו טוהן מיט זיי. ער וואשט זיך נישט כ"א כסלו און ער פארלעשט די לעכט כ"ו אב (במו עיני ראיתי). ער זעט נישט קיין 'מסורת בית פרעשבורג' פון חת"ס צום כת"ס, נאר צוויי גדולי ישראל וואס זענען פערצופאל טאטע און זוהן. בכלל, זיין בליק איז פיהל ברייטער ווי זיין אפשטאם, וכמבואר שם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin)
דא
חיים'ס ישיבה
מאנשי שלומינו
הודעות: 64 זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 27, 2016 7:27 pm
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
שליחה
דורך חיים'ס ישיבה » מאנטאג מאי 29, 2017 7:33 pm
די ריינקייט פין א יעדע שעבוד אין פין יעדע שיטה אין דעה פרטי איז נישט זיין חידוש, די אלע לעצטיגע רבנים וואס זייער אפשטאם איז נישט געווען פין חסידים זענען אלע געווען ריין אין משובד נאר צי די כללות'דיגע אידישקייט אין געזאגט וואס זיי האבן געהאלטן אז עס ריכטיג, איינער שארפער איינער ווייעכער אין בדרך כלל זענען זיי געווען רבנים פין די אונגערישע אפשטאם. די אלע שיטות אין שעבודים שטאמען פין די המון עם חסידים
וואלווי
שריפטשטעלער
הודעות: 3762 זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
שליחה
דורך וואלווי » מאנטאג מאי 29, 2017 7:51 pm
אדער יא אדער ניין. ב"ש איז דא אין אלע קרייזען.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
הודעות: 9706 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
שליחה
דורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 29, 2017 8:48 pm
פארטיי מיינט אז דער שעבוד צו דער זאך איז אין פלאץ פון שעבוד צום תורה. אין ישיבישע קרייזען איז אויך דא ב"ש, אמת. אבער דאס איז ווייל די הוגי דעות זענען אפט שוטים, און דעריבער רעדען זיי קטנות מיט טפשות. דאס שעבוד צום פארטיי העכער ווי דער פארטיי׳ס ציל אין דער עולם הישיבות איז נאר אין לעיקוואד. און דאס איז פאר איין סבה, דאס ירשנ׳ן די פאסטען. (ס׳איז דא א שטארקע ווידערשטאנד אין לעיקוואוד, מער ווי סיי וועלכע פאסטן ירושה) דאס ירושה איז דער אבי אבות הפראבלעם. ירשנ׳ן א ביהמ"ד, צו א קליין שטאט ווי מ׳ווייסט לכתחילה אז מ׳דארף אנפרעגען ביי די גרויסע, דאס איז בסדר. אבער ירשנ׳ן א שטעלער וואס מיינט מושל בכיפה איז דער אבי אבות פון די פראבלעם. חסידים זענען נישט ערגער ווי א צווייטען, נאר זיי האבען אנגעהויבען דער מנהג גיהנם פון ירשנ׳ן אלע כוחות, אלע מעלות, אלע רוה"ק׳ר, בלויז צוליעב געבורטס אומשטענדען. Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin)
דא
שיח ושיג
מאנשי שלומינו
הודעות: 66 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:07 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
שליחה
דורך שיח ושיג » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 12:28 pm
א חלק פון א לעצטיגע דרשה וואס איינער האט זיך גענומען די מיה און אראפגעשריבן לכבוד די צווי יארצייטן פון בעלזער רב און סאטמאר רב
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
שליחה
דורך טמיר » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 11:54 pm
שיח, אפשר קענסטו מסביר זיין מיט א רואיגע טאון און קלאר וואס דיין רבי זאגט דא? איך זעה נאר א גאנצע בארג מיט ווערטער
חיים'ס ישיבה
מאנשי שלומינו
הודעות: 64 זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 27, 2016 7:27 pm
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
שליחה
דורך חיים'ס ישיבה » זונטאג אוגוסט 20, 2017 10:28 am
טמיר האט געשריבן: שיח, אפשר קענסטו מסביר זיין מיט א רואיגע טאון און קלאר וואס דיין רבי זאגט דא? איך זעה נאר א גאנצע בארג מיט ווערטער
הער עס אויס אויפן טעלעפאון וועסטו עס אפשר בעסער פארשטיין. אבער דארפסט זיך אויסטוען פין אלע צומצומים, אין אזוי עס אויסהערן, אין נאכדעם קענסטי זאגן דיין מיינוג.
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » זונטאג אוגוסט 20, 2017 6:32 pm
חיים'ס ישיבה האט געשריבן: טמיר האט געשריבן: שיח, אפשר קענסטו מסביר זיין מיט א רואיגע טאון און קלאר וואס דיין רבי זאגט דא? איך זעה נאר א גאנצע בארג מיט ווערטער
הער עס אויס אויפן טעלעפאון וועסטו עס אפשר בעסער פארשטיין. אבער דארפסט זיך אויסטוען פין אלע צומצומים, אין אזוי עס אויסהערן, אין נאכדעם קענסטי זאגן דיין מיינוג.
אבער דארפסט זיך אויסטוען פון אלע צמצומים, און אנטוען איין געוויסע צמצום, און אזוי עס אויסהערן.
שמעון וואלף
חבר ותיק
הודעות: 3547 זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
שליחה
דורך שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 12:20 am
טמיר האט געשריבן: שיח, אפשר קענסטו מסביר זיין מיט א רואיגע טאון און קלאר וואס דיין רבי זאגט דא? איך זעה נאר א גאנצע בארג מיט ווערטער
וואס איך נעם ארויס דערפון בקיצור איז אז סאטמאר רב האט געהאלטן פון אלע תרי"ג מצות און ד' חלקי שו"ע, לאפוקי פון די וואס ווילן זאגן אז אלעס דרייט זיך בלויז ארום שלש שבועות
שיח ושיג
מאנשי שלומינו
הודעות: 66 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:07 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
שליחה
דורך שיח ושיג » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 7:12 pm
צוקער זיס צו הערן ווי אזוי ר' מנשה פילאפף רעאגירט צו די דרשה פון וואודריזדשער רב קול חומת הדת 7183628800 דריק 1-4-3-1-5 נאכדעם דריי מאל 9 און צוויי מאל 6
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
הודעות: 9706 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
שליחה
דורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 7:29 pm
ער דערמאנט דארט דער וועקער! מ'דארף איהם נאר דערמאנען אז איך בין נישט קיין אפגעפארענער חסיד, איך האב גארנישט מיט זיי מעיקרא. ס'איז א נחת צו הערן זיין שפראך, דער היתול וליצנות מיט א וויינענדיגע שטימע.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
שליחה
דורך diff » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 8:09 pm
ביזט פארט פון בודאפעסט אויפן מאמענט רעדט ער דארט פריער סאך ערגער