בלאט 4 פון 5

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 5:16 pm
דורך berlbalaguleh
chusid האט געשריבן:מדינת ישראל איז מער נישט די מערסטע מסוכנ'דיגע פלאץ פאר א איד צו וואוינען ווייל ראקלענד קאונטי איז ערגער..... נאך א מזל אונז האמיר א מדינה .

נו, ציונות. איך בין מוחה...! וואו זענען אונזערע ערליכע עסקנים. די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני...אשר קנאת ה' צב' בוער בלבבם...!נעשה את כל הגולה כמדורת אייש???!...אוי. שיער פארגעסן...גיוואאאאאלד...!...!
אוואו זענען אונזערע קלוגע, סאפיסטיקירטע ניקס....כל אחד וואחת בשמו ובשמה הטוב והטובה יתברך/תתברך...!

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 5:19 pm
דורך מנשה לוסטיג
מהרסייך ומחריבייך ממך יצאו.
נישט דער גוי און נישט דער האלבע גוי איז אומשטאנד דעם 'בלאק דעם בלאק וואויט' צו עקאמפלישען אין א גרופע.
עס איז די נושרים פון אונזערע אפפאל - גראב גערעדט, וואס פיטערן די פויערן אין די ארומיגע גלילות, מיט בילדער און אינסייד נייעס, אבער ווי עס שיינט, וועט זיי עס נישט אזוי גרינג איינגעבן.
און ווי איר פארשטייט פון מיינע ווערטער, בין איך אוודאי מיטן פאן אין די הייעך אויף ניצחון.
מיר האבן געזיגט מיטן כח האחדות, און מיר וועלן בעזרת השם זיגן אין גרויסן.

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 5:44 pm
דורך איש צדיק תמים
די ראקלענד holocaust museum וואס באשטייט גראדע נישט פון קיין איין חרידישער יוד זעהט אויס ליינט נישט הוגה׳ס קריטיק און זיי זענען ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט וואס ברענגט ארויס אז יא! עס איז דא ״איטאלערענס״ קעגן דעם יוד, יא! עס איז דא האס! און יא! די האליקאויסט דארף דערמאנען וואס עס זאל ח״ו נישט נאכאמאל פאסירן!

און לכבוד דעם שטורעם וואס איז ענטשטאנען נאר אדאנק דעם ווידיא וואס האט אויפגעוועקט די וואס האבן דאס איגנארירט ביז היינט, גייען זיי זיך אריינלייגן צו פארשפרייטן מער רעגליעזע טאלערענס.

אינטערסאנט! נישט נאר זאגן גארנישט אז דער ווידיא אז א חרבן (ווי הוגה זאגט) נאר זיי זאגן גאר אז דערמאנען דעם שואה דארף וועקן די געמיטער צו שלום און טאלעראנס.

ליינט זייער סטעיטמענט.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 7:02 pm
דורך חקרן
איך פארשטיי נישט. דער עולם דא האט נישט מורא צו רעדן קעגן ווידער און פאלאטשעק? - זיי זענען דאך מקורבים צום פרעזידענט און זענען פערזענליך געלאדנט געווארן צום יעריגן חנוכה מסיבה... איר האט נישט מורא אז זיי וועלן ענק פאר'מסר'ן?

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 7:22 pm
דורך פלאוויוס
@איש צדיק תמים, אויב עפעס איז עס נאר א ראיה אז מענטשן דערשרעקן זיך פונעם ווארט האלאקאסט. הוגה איז אבער גערעכט אז ס'קומט דא איבערהויפט נישט אריין. ס'איז א מיאוס'ע מאניפולאציע פון א הייליגן באגריף. וויאזוי די דרויסנדיגע נעמען עס אן מאכט נישט דעם קליפ אלס גערעכט אדער אומגערעכט. מ'דארף נאר האבן צוויי אויגן צו זען אז ס'איז א שרעקליכער קליפ.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:09 pm
דורך ביבער
די ווידעאו באשולדיגט און סטראשעט, און די מוזיעאם סטעיטמענט רופט פאר טאלעראנץ. איך מיין ווען דער ווידעאו וואלט ווען געזאגט דעם מעסידזש וואלט קיינער נישט געהאט קיין טענות.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 12:03 am
דורך [NAMELESS]
איך בין נישט קיין מאנסיער איינוווינער, אבער עס איז מיר אינטערעסאנט ווי ביידע צדדים אין א לאקאלע פאליטישע עקאנאמישע מחלוקה, זעען אינדעם אוניווערסעלע צדדים, איין זייט זעעט דעם אלטמאדישע איד וואס וויל די גאנצע וועלט איינשלינגען, און די אנדערע צד זעעט א המשך צו דעם דור דור'דיגע אנטיסעמיט וואס ביז ער וועט דעם איד אינגאצן צימאלן וועט ער נישט איינריען,

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 12:49 am
דורך מנחם
דער דמיון צום נאצי האליקאוסט איז לדעתי אן אומדערהערטע דערנידערונג אין די בלוט פון געשטעטנערס/פאלאטשעקס עלטערן, משפחה, וואס זענען אומגעקומען במשכ'ן קריג.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 1:40 pm
דורך גנדי
ווען איך האב געזעהן דעם ווידיעאו האט דאס מיר געאיבעלט.

דאס איז ריין פאליטיש. דער גוי טאר נישט זאגן איך וויל וואוטן פארקערט פון דיין בלאק וואוט?

וואס האט דאס מיט אנטיסעמעטיזעם?

א מין טפשות'דיגע, נער'ישע ווידיאו.

ווען די מידיע איז קלוג איגנארירן זיי די ווידיעאו וואס די צוויי חדר יונגלעך האבן צוזאם געשטעלט ווי אן אומגעלונגע פורים שפיל?



גראדע מוז איך זאגן אז פאלעטשעק האט א גוטן ענגליש און פרובירט צו רעדן פון הארץ. פון ווי קומט צו א סאטמערע אינגל אזא ענגליש?

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 1:51 pm
דורך גנדי
Kool man האט געשריבן:בנין נערים סתירה


בעני נערים סתירה

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 3:11 pm
דורך טאמבל סאס
גנדי האט געשריבן:ווען איך האב געזעהן דעם ווידיעאו האט דאס מיר געאיבעלט.

דאס איז ריין פאליטיש. דער גוי טאר נישט זאגן איך וויל וואוטן פארקערט פון דיין בלאק וואוט?

וואס האט דאס מיט אנטיסעמעטיזעם?

א מין טפשות'דיגע, נער'ישע ווידיאו.

ווען די מידיע איז קלוג איגנארירן זיי די ווידיעאו וואס די צוויי חדר יונגלעך האבן צוזאם געשטעלט ווי אן אומגעלונגע פורים שפיל?



גראדע מוז איך זאגן אז פאלעטשעק האט א גוטן ענגליש און פרובירט צו רעדן פון הארץ. פון ווי קומט צו א סאטמערע אינגל אזא ענגליש?

פארוואס? ווייל ער זאגט יעדע פאר מינוט "You know" מיט א קוועטש אויף די You?
ניין, איך ווייס נישט - אפשר קענסטו עס מיר ביטע ערקלערן זיי אזוי גוט?

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 3:51 pm
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yx_pr0vuqyo[/youtube]

Re: "דער איד אין ראקלענד"

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 3:58 pm
דורך נופת צופים
ווער איז דער ראביי שעף אז ער פארטרעט מאנסיער אידנטום?

נישט אז איך ווייס פארוואס דעי פאלאטשעק מיט דעי יוסי געשטעטנער האלטן אז זיי פארטרעטן כלל ישראל.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 5:18 pm
דורך מנשה לוסטיג
יעדער וואס איז אינעם בלאק וואויט, פארטרעט יודנטום אין מאנסי, און אז ס'קיצעלט איינעם אז מ'קלאפט צוריק אנטיסעמיטיזעם אין פנים, צריכים לבדוק אחריו.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 5:21 pm
דורך טאמבל סאס
גאלד האט געשריבן:די ווידעא איז א בושה, ללא תועלת,

געשטעטנער, פאלאטשעק און ווידער זענען ציהיצטע שארפטאנס וואס פירן די ציבור אין באד אריין

האט איינער באמערקט די לעצטע פאר סעקאנדס פון די ווידעאו? כ'האב מיך געריסן פאר געלעכטער - ס'האט מיר דערמאנט פון די צוויי אמאטעורישע חסידים וואס גייען קיין האליוואד. ס'שיינט ווי די פראדעצורער האבן עס בכוונה איבערגעלאזט. :lol: :lol: :lol:

ס'כאפט מיר א תאווה אפצושרייבן א ליצנות'ל איבער דעם אינטערוויאו.

Re: "דער איד אין ראקלענד"

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 5:22 pm
דורך אויסגערוט
יוסי האט גענומען א העירקאט :-)

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 9:27 pm
דורך shem-tov
איך פארשטיי נישט ווי סקומט צו אזעלעכע הויעכגעשעצטע מידיע לייט און פאליטישע קעפ ווי געשטעטנער. פאלעטשעק. ראלניצקי און דער קלוגער ווידער זיך אראפצולאזען צו אזעלעכע נערישע פראבלעמען ווי מאנסי יודנטום. ביטע לאזט נישט אמעריקע פאר הפקר גייט אייך צוריק צו ענקערע עכטע פראבלעמען ווי אבאמא. קאנגרעס. נתניהו. אד"ג. געשטעטנער שיקט נאר ארויס גוישע טוויטס אפילו פורים צופרי אדער ערב יום כפור ווייל ער איז אסאך העכער פון אונז.. פלוצלינג פורים צופרי זעהט ער אז אפילו אזא חברה מאן ווי טשאקי שומער רעדט פון זיינע המן טאשן האט ער
זיך פלוצלינג דערמאנט אז אפשר איז יא קאאל צו רעדן פון פורים. חחחח. והמבין יבין. בקיצור פליז שאקלט אפ פון מאנסי סאיז גרויליג וואס איר טוט. כמיין דא גייט פארקומען א היסטארישע דיעל מיט איראן און איר זענט ביזי מיט מאנסי ווי קענט איר דאס טאן.. זעהט דאס זאל מער נישט פארקומען.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:11 am
דורך [NAMELESS]
דא האט איר די עכטע סיבה פארוואס בלאק די בלאק וויל מער נישט קיין עכטע אנטעסעמיטישע סטעיטמענטס, סהאט גארנישט מיט די ווידיאו, סך הכול פחד אז ער וועט מער נישט קענען אנגיין מיט זיין אנטעסעמיטיזים
זעה וואס ער האט היינט געשריבן

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:16 pm
דורך איש צדיק תמים
טאקע? שוין אכט חדשים וואס דער פעיסבאק פעידזש שפייט אפענע האס און אנטיסעמעטיזם, פלוצלינג א דריי טאג נאך די ווידיא און נאך די גאנצע מידיע אטטענטשען וואס דער האט באקומען האט ער ״צופעליג״ אנגעפאנגען מורה צו האבן.

די צופאל איז עפעס שטוינענדיג.

און מיט נישט אפענע אנטעסעמיזם האט קיינער נישט קיין פראבלעם, דער כלל אז דער גוי האט פיינט דעם איד איז גילטיג סיי ווי און סיי ווען, דער פראבלעם איז נאר ווען עס הייבט אן צו ווערן א אפענע ערשיינונג און א פעיזש וואס איז א מאגנאט פאר אלע אנטעסעמיטן נישט דווקה פון ראקלענד (פופציג פראצענט פון די האסערס דארט זענען נישט לאקאלע מענטשען) ווערט א Norm.

קען זיין אז די ווידיא האט געהאט חלקים וואס עס וואלט געווען בעסער ווען זיי לייגן נישט אריין (איך למשל וואלט דאס נישט פארבינדן מיטן שואה) אבער ווי עס זעהט אויס האבן זיי ערייכט זייער ציל.

אשרי להם.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:40 pm
דורך [NAMELESS]
איש צדיק תמים האט געשריבן:קען זיין אז די ווידיא האט געהאט חלקים וואס עס וואלט געווען בעסער ווען זיי לייגן נישט אריין (איך למשל וואלט דאס נישט פארבינדן מיטן שואה)

איך פארשטיי נישט, דאס איז נישט קיין חלק דאס איז די גאנצע ווידיאו, די גאנצע מעשה איז געבויעט צי צוגלייכען ראמאפא צו נאצי דייטשלאנד.

והשנית ער זאגט אפען זיי טעם און די שטייסט אין קריגסטיך מיט סברות שונות ומשונות, ער זאגט דאך עפעס

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:50 pm
דורך shem-tov
נו שוין א מחי. נאר פשוט א שאד א שאד אז די קלוגע מאנסי עסקנים זענען נישט געווען אוועילעבעל מיט זייערער ווידיאוס די לעצטע צוויי טויזענט יאר. פרעה. המן. ת"ח ות"ט. היטלער וכו. אזויפיל גזירות רעות און הריגות און אנטיסעמיטישע אינצידענטן וואס זיי וואלטן אונז צאמגעשפארט. שוין. בעסער לעיט דען נעווער. אשרי לנו וואויל פאר אונזער דור אז מיר האבן זוכה געווען צו די קלוגע אפגעריסענע פערדן קליינקעפיגע היץ קעפ וואס פארשטייען צו עסקנות און צו היסטאריע ווי איך צו א ספעיס שאטעל. מאכן חורבנות פארן גאנצן שטאט. זעץ דיך לערנען א דף גמרא דיין קאפ וועט זיך דיר עפענען די קענסט דעם גוי נישט פייטן. שלא אחד בלבד עמד עלינו. השכים והערב והן כלין מעליהן. דאס איז דאך בדוק ומנוסה. איך בין א מיליאן פערצענט זעכער אז די חברה האבן נאך פון די חז"ל ניטאמאל געהערט. דער יוד טוט וואס ער דארף צו טאן.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:56 pm
דורך איש צדיק תמים
שוין די וואלסט לכאורה און ווארשע נישט געהאלטן קיין ביקס.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:02 pm
דורך shem-tov
כהאב ענק געזאגט. די חברה זענען טויט פאריקט ביי אים איז שוין ווארשע יעצט ווייל דער שכן שעלט אז דער חסיד האט אים מאוס אריינגעקאט אויפן פאליסייד אן בלינקערס און נאך געווארפן בייזע בליקן