בלאט 4 פון 4

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 8:00 pm
דורך moshav zekeinim
נאטירליך האט געשריבן:נאך טרעפן א גוטן פלאץ נאכן דורכגיין די אלע אומטויגליכע טרעפט מען זיך שוין אן געלט און מיט חובות, און רוב יונגעלייט מאכן נישט גענוג געלט צובאצאלן די הון תועפות וואס דאס קאסט אפ, איז דא דא איינער וואס איז דורעגעגאנגען און האט עפעס אן עצה? טרויערן אויף די פסכילאגן אז זיי טוען נישט גוט איז א שמועס אין געזעלשאפט איך רעדט מער אחיעזרדיג

א געווענליכע קלאסישע עצה אויף צו טרעפן א ריכטיגער פסיכאלאג ווען מהאט עס נייטיג איז נישטא, ווייל דער פסיכאלאגישער סיסטעם דארף א תיקון. וואס יא, אן עצה אפירצוקראצן פון אונטערן טיש דאס איז אפשר יא מעגליך, די שאלה איז נאר וואס.

וואס סקען יא זיין, אז סאפשר פאראן קליינע אומבאקאנטע ארגאניזאציעס דערפאר, וו.צ.ב. אין קליינע שטעטלעך, וואו א מענטש האט עפעס מער א ווערט און מעגליך אז אין אזעלעכע סארט מקומות וועט מען גיכער גיפונען די נויטיגע באגלייטונג מיט צוגענגליכע פרייזן

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 8:40 pm
דורך הוגה
נאטירליך האט געשריבן:נאך טרעפן א גוטן פלאץ נאכן דורכגיין די אלע אומטויגליכע טרעפט מען זיך שוין אן געלט און מיט חובות, און רוב יונגעלייט מאכן נישט גענוג געלט צובאצאלן די הון תועפות וואס דאס קאסט אפ, איז דא דא איינער וואס איז דורעגעגאנגען און האט עפעס אן עצה? טרויערן אויף די פסכילאגן אז זיי טוען נישט גוט איז א שמועס אין געזעלשאפט איך רעדט מער אחיעזרדיג


מענטעל העלט קליניקס, א שטייגער ווי ביקור חולים אין מאנסי און עזרת חולים אין ק"י נעמען אן מעדיקעיד און אבאמא קעיר אינשורענס.

.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 9:29 pm
דורך נאטירליך
כידוע ליודעי חן אז די קליניקס איז אלץ גוט דורכצושטיפען אבער זיך צו היילן דארף מען בעסערע, הגע בעצמך מעדיקעיד באצאלט פארן טערעפיסט $70 - $90 די פריוואטע נעמען צוווישן $150 - $200 סא ווער בלייבט אינעם קליניק נייע אדער אומגעלונגענע

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 11:10 pm
דורך קאצקע ציקער
ס'דא פריוואטע וואס נעמען אויך מעדיקעיד

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 11:05 am
דורך נאטירליך
קאצקע ציקער האט געשריבן:ס'דא פריוואטע וואס נעמען אויך מעדיקעיד

תשמע, עס איז נאך נישט דא קיין נאראנים וואס מאכן $90 אנשטאט $200

נשלח: דאנערשטאג מאי 14, 2015 8:40 pm
דורך קאצקע ציקער
OK whatever

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:47 am
דורך עולם_גולם
אשר האט געשריבן:דאס איז א נושא ווי מ'טאפט א וואנט, ווער איז גוט און ווער מאכט נאר חרוב ? דאס איז א זאך וואס יעדער פראבירט אויסצוגעפינען און ביי אונז מאכט מען א סוד פון די גאנצע זאך ממילא איז צען מאל שווערער צו טון די ריסערטש. לאור דאס אלעס ארבעט איך אויף א שטיקל ליסטע וואס איך קען באקומען פון ריליף פון סוקסעספולע טעראפיסטן, און אוודאי ווער עס קען צולייגן גוטע מומחים וועט טוען א גרויסן גמילות חסד און וועט זעכער באקומען זיין שכר.

Where are you up to with the list?