בלאט 4 פון 8

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:18 pm
דורך [NAMELESS]
נאך נישט געהאט קיין צייט צו ליינען, אבער נאכ'ן ארויספרינטען זעהט מען הערשט וואספארא אומגלויבליכע ארבייט דא איז געמאכט געווארען.

גרייט מיר זיך אויף יו''ט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:23 pm
דורך מצטמק ויפה
איך האב נאר געליינט דעם ארטיקל ווייל עס האט מיך געכאפט פונעם דעקל. און גלייב מיר ווארף אראפ די בעזים און שמאטע פון די האנט און לויף שנעל ליינען דעם ארטיקל. איך האב עס געליינט מיט איין אטעם ווי די עשרת בני המן, עס איז עפעס אומבאשרייבליך וואס דער ראובן ווארפט צוזאם, ידיעות, חכמה, תורה, ממש נתפעל צו ווערן.
מיינט נישט אז אנדערע זענען שוואכער איך האב פשוט נאר דאס שוין געליינט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:44 pm
דורך ברסלבער
[tag]אבטולמוס[/tag], איך האב אויך שוין דורכגעליינט דיין ארטיקל און כ'האב זייער הנאה געהאט, זייער אינטערעסאנט און באלערנד. די קשיות ואיבעיות וואס זענען מיר נאך געבליבן וועל איך מוזן לאזן ווען דו וועסט ארויפלייגן דעם ארטיקל אין שטיבל.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 4:06 pm
דורך פרייוויליג
נשתוממתי!!!!! לא יאומן כי יסופר וואס די כח פון א חבורה איז אומשטאנד צו טאן. חילכם לאורייתא!! א מייסטערהאפטע ארבעט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 4:12 pm
דורך לית דין בר נש
א גרויסע יישר כח פאר [tag]כוכב[/tag] און [tag]מה הוא[/tag] פאר די הערליכע ארבעט אנבעליוועבל!
אבער איך בין דאך א איד מוז איך אריינווארפן א קריטיק אויך!
די ערשטע ארטיקל וואלט געדארפט זיין א שיינע באשרייבונג פון [tag]וועטערבאריכט[/tag] מיט די פארקעס"ט פאר יו"ט!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 4:18 pm
דורך קינד_אן_קייט
[center]א הערצליכן ייש״כ פאר הני תרי צנתרא דדהבא כמר:
[tag]כוכב[/tag] ו[tag]מה הוא[/tag]
ואתם עמם ידי הנאמנים עושי המלאכה
פאר׳ן אהערשטעלן אזא הערליכן העכסט געלונגענעם אויסגאבע,
ועל כולם די אלע מחברים הנשגבים
וועלכע האבן אונז צוגעשטעלט וואונדערליכע לייען מאטעריאל שאין דוגמתם, עלנכ״ה.

בטוחני אז דער זכות פון הנאה וואס עט׳ס האסט פארשאפט פאר די פולע לייענער וועט אוודאי אויך גורם זיין הנאה לכם ולאהובי לבכם, בעולם ולעולם.[/center]

יישר כח

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 5:10 pm
דורך וועטערבאריכט
איך האב אדורכגעקיקט אין אנגעהויבען צו לייענען דער פסח אויסגאבע עס איז הערליך אין פראפעשינעלי ציזאמענגעשטעלט אין די תוכן איז זעהר גיט. עס איז א שטאלץ פאר מיר צו קענען סערווירען אזא רייכע , געלערענטע אין openminded ציבור מיט מיין דעילי וועטער ריפארטס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 6:56 pm
דורך וויליאמסבורגער
הערליך איז נישט דאס ווארט!!
ארויסגעדרוקט אין קונטרס פארמאט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 6:59 pm
דורך געוואלדיג
געדענק צו שערן דיינע נעגל מארגן (פאר מצות באקן) :lol: :lol:

גילוי דעת

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:14 pm
דורך געפילטע פיש
להווי ידוע אז דאס קונטרס איז ארויסגעקומען אין שלושת ימי הגבלה צו ערמעגליכן דעם עולם עס צו פרינטן אויפן באלעבוס'נס חשבון, נישט חלילה עס צו ליינען פאר יום טוב, כל הקורא פה-סח בערב פסח כאילו בא על ארוסתו בבית חמיו.


כוכב, מה הוא, ודעימיהם, אן הערכיכע דזשאב וואס איר האט אראפגעלייגט דא, יישר חילכם.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:16 pm
דורך אפטעמיסט
אמר ר' אפטע הכל חייבין ב"פה-סח"

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:23 pm
דורך אפטעמיסט
אויף ק"ש'ס טוויטער אקאונט איז פובליצירט געווארן א בילד פון א מאסן-אויספרינט פון די "פה-סח" מאגאזין. באריכטן געבן אן אז ס'ווערט שוין מער פארשפרייט ווי די טריביון.

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 9:11 pm
דורך נולד מאוחר
געגעבען פאר מיין טאטע א קאפי, פרעגט ער מיר ווער געבט עס ארויס? ווייז איך עם אויפן דעקל קאועשטיבעל.
פרעגט ער מיר קאוע שטיבעל פון וועלכע שול?
פארוואס שטייט נישט אויפן דעקל די פולע אדרעס פונעם קאוע שטיבעל?

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 9:30 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט געענדיגט ליינען ברסלבר'ס ארטיקעל.
הערליך!!!

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 9:57 pm
דורך טאמבל סאס
פלאוויוס: תינוק שלא נפתחו אפרוחיו [emoji106]

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:20 pm
דורך בעל מדות
טשולדיגט מיר כוכב און אלע אנדערע געטרייע מוציאים פון די היסטארישע פה-סח אויסגאבע, איך בין פלעין דום געפלעפט און צוגענאגלט צו מיין פה-סח אויסגאבע אז איך האב נישט די צייט און פאסיגע ווערטער וואס ענק צו זאגן, ווען איך וועל צוריק אראפרוקן די ברילן וועלכעס ליגט מיר אויפן קאפל וועל איך פרובירן מיך צוזאמענקלויבן און אפגעבן מיין דאנק אין וועלכע פארמאט איהר ווילט נאר...איך וועל שרייבן, רעדן, שרייען, און קוויטשענען...איך וואלט אפילן אריינגעווארפן א סכום הגון פאר די אייביגע הוצאות וואס אזאנע פראיעקטן ברענגען מיט זיך מיט!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:58 pm
דורך [NAMELESS]
הער אויס זאגן א מיינונג איבער די גליון קומט נישט אין באטראכט, ווי חז"ל ווינדערן זיך שוין ויהודה ועוד לקרא. אבער ווי די גרויסע זענען מעיד האט @כוכב אהער געשטעלט אזאנס וואס עס איז נאכנישט געווען! מיט די הילף פון @מה הוא.

איין זאך איז מיר אינטערעסאנט א חוץ די מעסטער פיעס פון @אבטולמוס, געפינט זיך אויפן דעקל נאך 3 מאמרים אלע פון זיי באשרייבונגן פון גוטע יודען מפורסמים בדורינו, הגם נישט אלע איז פון די גאר הויכע קאליבאר,

@ברסלבער הערליך קלאר, פארענטפערט אסאך, הגם עס איז נאך אלס דא א מקום פאר הערות, איך האלט זאלסט אויך עפענען א הערות אשכול,

@לית דין בר נש א ייש"כ פאר די הערכה אויף הגאון הגדול בעל אורח אפרים זצ"ל איך האף אז דאס איז נאר אן הקדמה, און פון א תלמיד'ס בליק וועסטו ממשיך זיין מסביר צו זיין די אייגנארטיגקייט פון זיין דרך הלימוד, און בכלל די קאך מיט וואס די תלמידים האבן געלעבט מיט עם,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:03 pm
דורך ברסלבער
עמעזאן האט געשריבן:@ברסלבער הערליך קלאר, פארענטפערט אסאך, הגם עס איז נאך אלס דא א מקום פאר הערות, איך האלט זאלסט אויך עפענען א הערות אשכול,

ייש"כ. ווי ערווענט אינעם ארטיקל איז דאס באמת געשריבן גאר אין קורצן, ווען איך האב ווען מער צייט קען איך שרייבן פון יעדן פאראגראף, כאטש א גאנצן בלאט. כ'האף בעז"ה ממשיך צו זיין ווייטער ווי נאר איך באקום רשות פון כוכב ארויפצושטעלן מיין ארטיקל אין שטיבל.

שמעקעדיג? כוכב? זענט איר אויפן קאפ געפאלן?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:51 pm
דורך לעיקוואד
איך מוז ארויסברענגען מיין ווייטאג און עקספעריענס, אז דאס שרייבען אזא אויסגאבע מיט ניק נעמען איז א קאלאסאלער טאקטישער טעות. איך זעה אזא שיינע היימישע פרומע מאגאזין, נו דרוק איך עס ארויס איך ברענג עס ביי מיין טאטן אין שטוב ערב בדיקת חמץ איך ווייז עם קוק אזא שיינע מאגאזין זיי האבן אפילו אריינגעשטעלט מיינס אן ארטיקל. נו גיט ער א בליק, הייבט אן אזוי צו קרומען מיט די נאז ווער זענען די מענטשען וואס איז דאס כוכב? מה הוא? וואס איז דא בכלל דער פשט. נו, עס איז מיר פארגאנגען דער גאנצער אפעטיט, גיי הייב אן מסביר זיין פארהאן אזא פורום אויפן טריפהנער אינטערנט ווי עס שרייבען היימישע חסידישע יונגעלייט וואס רעדן זיך איין זיי דארפן זיך באהאלטען און דאס זענען די ניק נעמען מיט וואס זיי באנוצען זיך אויף די שרעקליכע אפיקורסות מיט ניבול פה מיט ווער ווייסט וואס גייט דארט פאר אז זיי האבען דער גאנצער קאנספירעסי. אביסעל שכל וואלט איר נאך געמעגט האבען. אויב נישט די אמתע נאמען כאטש שרייבען עפעס נעמען וואס מאכט סענס, ווי עס פירען זיך נארמאלע היימישע אויסגאבעס, זאל שטיין יואל פינקעלשטיין חיים ברוך איידלשטיין וכו' וכו'. שמעקעדיג? געפילטע פיש? וואס? וועלכער פשט האט אזא מין טעות?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:55 pm
דורך זייגער
איך דארף מודה זיין אז דאס מאל איז עס איבערגעשטיגן קרעטשמע'ס 'קראטש - מיר אויסגאבע.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:01 am
דורך ישמעאל הכהן
געפילטע פיש מאכט סתם נישט קיין סענס ווען אזויפיל אידן עסן פאלשע פיש די טעג

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:18 am
דורך געפילטע פיש
האסט א טענה, אויב קוקט מען עס אן ווי עפעס וואס ברויך אפילירן צו א פרעמדע עולם וואס קען נישט ק"ש ביזטו גערעכט. מ'וואלט טאקע געקענט לייגן אנשטאט דעם כ. שטערן, ראובן ראבינאוויטש, ל.ד. נ מאנן, ג. פיש, וכדו'.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:19 am
דורך רויטע וואנצעס
לעיקוואד זאגט א גוטע נקודה. די ענטפער ווענד זיך לכאורה אין וואס די ציהל מיט די אויסגאבע איז. איז עס א מתנה פאר לאיעל קאווע שטיבל לייענער און מער ווי א פנימי זאך, אדער פשוט א מארקעטינג טול אריינצוברענגן מער לייענער פאר קאווע שטיבל.