בלאט 4 פון 6
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 6:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט געמאכט א גרויסע טעכנישע בער פון א גרמא. פארוואס איז בישול נישט קיין גרמא. בשעת מ'לייגט דער טאפ אויפ'ן פייער איז דאס נישט אינ'ם מצב פון ווערען געקאכט ביז ס'ווארעמט זיך אן. נאר אזוי איז דרך בישול און דער מעשה איז וואס קאכט, הייסט עס שוין נישט אומדירעקט. יעצט דער סוויטש קען באהאלטען אונטער זיך וואס פאר א קונץ, מ''מ אזוי צינד מען אן א לעכט.
היינט געהערט בשם ר' גדליה נדל זצ''ל פון א געדרוקטע בריוו זיינע, זיי מיינען חז''ל זענען נישט געווען אזוי קלוג צו טראכטען פון אזעלכע פאטענט'ן?
הגם איך פארשטיי איהם נישט, מ''מ אלו דבריו.
נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 11:16 pm
דורך berlbalaguleh
הבא ללמד האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:דער עפיזאד ווי ער פרובירט אריינצושלעפן א שבת גויטע אין זיין בעדרום איז איינס און א גוטס... איך האב אויך געהאט אזא געשיכטע אלס בחור. עס האט מיר גענומען א פאר מינוט צו כאפן ווי awkward איך בין געווען, צו פרובירן אריינרופן א מיידל צו מיר אין שטוב...
@כוכב איך האב געציטערט אלטס בחור נאר צי רעדען צי א מיידעל, ווער רעדט נאך פין אריין ריפען
הבא ללמד: ביטע זיי נישט נאאיוו. דאס איז דאך א חלק פון די רעקלאמע/קאמערשל...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:11 pm
דורך מור וקציעה
נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 10:10 am
דורך פארוואס?
יעצט בלייבט צו שפאקולירן, אויב די היינטיגע חרדישע רבנים וואלטן געווען אין די צייטן וואס מ׳איז אויפגעקומען מיטן אזויגערופענעם היתר פון מכירת חמץ, וואלטן זיי עס מתיר געווען נאר פאר חולים שיש בנם סכנה אדער אויך פאר חולים שאין בהם סכנה?
(בעצם, וואס דארפן מען שפאקולירן, מ׳קען דאך קוקן אויף די היתר מכירה פון שמיטה).
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 10:55 am
דורך געפילטע פיש
מוזט נישט צוריקגיין ביז מכירת חמץ, איך האב קיין ספק נישט אז ווען שבת זייגערס קומען ווען היינט ארויס וואלטן זיי געווען אסור פארן נישט זיין שבתדיג אדער עפעס אן אנדערע אויסטרעף. בלי שום ספק כלל.
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 11:07 am
דורך סאשי פיש
ווער האט געטוישט די קעפל פונעם אשכול?
פארוואס שטייט נישט אז מען האט עס געטוישט?
[tag]קעלנער[/tag]
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 10:46 pm
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד האט געשריבן:איך פארשטיי אבער נישט פונקט די פסק אז חולה שאיב"ס איז עס מותר און נישט פאר יעדער. הייסט עס דאס איז אן איסור דרבנן בשינוי? און וואס פעלט אויס דער גרמא אויב אזוי? אויב לעקטער איז בכלל א דרבנן כהסכמת רוב הפוסקים דארף מען דאך נישט דער גאנצער פאטענט.
ווי איך פארשטיי איז לויט די רבנים א גרמא און גרמא איז נאר מותר במקום צורך גדול, איך זעה נישט פארוואס עס זאל זיין א שינו,
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 10:51 pm
דורך לעיקוואד
זייט ווען איז די הלכה אז גרמא איז מותר בצורך גדול? בכל אופן א חולה שאיב"ס דארף נישט אנקומען צו דעם, אויך א שינוי דארף מען נאר היכא דאפשר.
(אין אנדערע ווערטער, לויט רוב פוסקים אז לעקטער איז א דרבנן, מעג מען עס אנצינדען לצורך חולה שאיב"ס)
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:02 pm
דורך [NAMELESS]
רב גיל ברענגט די רמ''א
תיבה שאחז בה האור יכול
לפרוס עור של גדי מצדה האחר שלא תשרף ועושים מחיצה בכל הכלים להפסיק בין הדליקה אפילו כלי חרס חדשים מלאים מים שודאי יתבקעו כשתגיע להם הדליקה דגרם כיבוי מותר:
הגה: במקום פסידא (מרדכי פרק כל כתבי)
שלד סעיף כד
Re: נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:10 pm
דורך [NAMELESS]
דאס אז לעקטער איז א דרבנן העלפט נישט פאר לייט באלבס,
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:23 pm
דורך יאיר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער עולם דערמאנט דער סברא פונ'ם חזו"א וועגען בונה, נישט ברענגענדיג דער זאך בשלימותה. ער בויעט נישט קיין סברא פון זיך אליינס אז דאס זעט איהם אויס ענדליך צו בונה, און כיפערדיג דער גאנצע הלכה'דיגע פראצעס, קומט אויס מיט א פולקאמער איסור. ער בויעט עס קודם אויף ראשונים מיט א סברא פון מיטה של טרסיים. דער יסוד פון בונה לויט איהם איז: צוזאמשטעלען צוויי זאכען וואס מאכט א נייע זאך א נייע השתמשות. קוקסט אין דער בוך פון בנימין בראון – החזון איש הפוסק, המאמין ומנהיג המהפכה החרדית פון עמ' 569 און ווייטער ווי ער באשרייבט עס שיין.
דער ברענגען א 'מחלוקת חזו"א און הגרשז"א' איז אביסל נישט אין פלאץ. ס'איז א דור גערוקט, און הגרשז"א איז אזוי משועבד צום חזו"א ווי אונז זע'מיר. אויב ס'איז שטארק נוטה לחלוק עליו מעג און דארף ער חולק זיין. אבער צו אונז וואס ווייסען נישט איז דאס ניטאמאל א מחלוקת.
דער איסור דרבנן האט מיר אלס געשטערט. אויב ס'איז נישט דאורייתא, ט'ווי ווערט עס א דרבנן? ווען האבען דער רבנן עס גע'אסר'ט? ווי הייסען די רבנן? טאמער איינער קען מיר צושטעלען א מראה מקום דערצו, וואלט איך געווען דאנקבאר.
אסאך פוסקים זאגן אז לעקטער איז אסור וועגן מוליד, וואס איז גראדע גאנץ מסתבר.
אגב, דער חזון איש'ס חידוש האט נישט קיין הענט און קיין פיס, כידוע. ס'איז אן אייגענע סברא וואס האט נישט קיין שום אחיזה אין גמרא וראשונים. די איינציגע סיבה פארוואס מען דערמאנט עס בכלל איז ווייל ס'איז "דער חזון איש". און אויב מען אסר'ט שוין יא לעקטער וועגן א בויך סברא, זאל מען שוין מחדש זיין אז דאס איז נאך א אב מלאכה, מלאכת עלעקטער. ס'שטייט דאך אין די מעשה ביכלעך אז שלמה המלך האט גענוצט לעקטער פאר זיין קעניגליכע שטול, אודאי האט ער עס גענוצט פאר די בית המקדש.
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:25 pm
דורך יאיר
איך ווייס נישט פונקטליך ווי אזוי דער נייער פאטענט ארבעט, אבער איז דאס אנדערש להלכה ווי עפענען א פריזשידער שבת ווען ס'ארבעט נישט, וואס איז אויך א פסיק רישא בגרמא?
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:27 pm
דורך געפילטע פיש
ס'איז נאך בעסער ווי א פרידזש ווייל די פרידזש איז זיכער אז עווענטואל גייט זיך עס אנצינדען, משא"כ דעם סוויטש. בד"וו, פארוואס איז מוליד מסתבר מער ווי אנצינדען א קראן וואסער?
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:29 pm
דורך יאיר
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'איז נאך בעסער ווי א פרידזש ווייל די פרידזש איז זיכער אז עווענטואל גייט זיך עס אנצינדען, משא"כ דעם סוויטש. בד"וו, פארוואס איז מוליד מסתבר מער ווי אנצינדען א קראן וואסער?
ווייל א קראן וואסער טוישט נישט דעם סינק. אנצינדן א לעקטער טוישט דעם לעקטער פון טונקל צו ליכטיג, און עס פילט אן די גאנצע שטוב מיט א ליכטיגקייט. דאס איז אסאך ענדערש א שינוי מהותי ווי אנצינדן א סינק, און איז לכאורה נישט ווייניגער ווי מוליד ריח.
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:32 pm
דורך נהורא נפישא
גראדעמעכעלע האט געשריבן:רב גיל ברענגט די רמ''א
תיבה שאחז בה האור יכול
לפרוס עור של גדי מצדה האחר שלא תשרף ועושים מחיצה בכל הכלים להפסיק בין הדליקה אפילו כלי חרס חדשים מלאים מים שודאי יתבקעו כשתגיע להם הדליקה דגרם כיבוי מותר:
הגה: במקום פסידא (מרדכי פרק כל כתבי)
שלד סעיף כד
גראדע איז א חידוש אז די רמ"א ברענגט דעם מרדכי וואס ברענגט בשם רבינו יואל אז ס'איז נאר מותר במקום הפסד בשעת ווען דער רא"ש האלט קלאר אז ס'איז מותר בכל אופן וכפשטות לשון הגמ' בכל כתבי, די ט"ז אין הל' י"ט האלט אז העיקר כהרא"ש אז ס'איז מותר ער איז זיך נאר מסתייג מכריע צו זיין קעגן רמ"א
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:34 pm
דורך יאיר
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'איז נאך בעסער ווי א פרידזש ווייל די פרידזש איז זיכער אז עווענטואל גייט זיך עס אנצינדען, משא"כ דעם סוויטש.
מיינסט מסתמא צו זאגן אז יעדע ביסל ווארעמע לופט גיבט צו אז עס זאל זיך שפעטער אנצינדן. אבער ביי די לעקטער איז נישט זיכער אז ס'צינדט זיך אן?
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:35 pm
דורך שמערל
עס איז נישט דומה צו עפענען א פריזש, וואס ער וויל נישט אז די עפענען זאל עפעס גורם זיין, איז עס אין ערגסטן פאל א פסיק רישא דלא איכפת ליה, מיט א גרמא.
משא"כ דא וואס ער וויל אז די לעקטער זאל זיך אנצינדן דורך זיין מעשה
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:35 pm
דורך [NAMELESS]
עס קיקט מיר אויס גאר אינטערעסאנט די היתר פון ספק דא, איך גלייב נישט אז עס א ערנסטע צד ספק ווייל אויב יא איז דאך עס נישט אינטערעסאנט פאר באנוץ, איז עס גענוג פאר גרמא אז עס זאל זיין א צד רחוק אז ס'וועט נישט ארבעטן?
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:47 pm
דורך [NAMELESS]
שו''ת רב שלמה אבינר...
הר' אבינר:
ש: הרב שמע על כושר-סוויטש, מתג שמאפשר להדליק חשמל בשבת בדרך של גרמא או הסרת מונע או דבר דומה?
ת: כן. זו הצעה ישנה מלפני כמה שנים והרבנים שללו.
ש: למה לשלול? הרי גרמא מותר אם זה לצורך רציני, ובודאי הדלקת אור בשבת וכיבויו נחשב צורך רציני?
ת: שתי תשובות לדבר:
1. גרמא זה לא לשימוש יום יומי מתוכנן מראש אלא לשימוש חריג במקרה של צרה. למשל יש שריפה, וכדי לכבותה מכינים חביות מלאות מים שמתפקעות כאשר האש מגיעה אליהן וכך נכבית השריפה.
2. כיון שזו דרך רגילה של הפעלת החשמל, זה לא נחשב גרמא. משל למה הדבר דומה? לנורה שנדלקת במקרר בפתיחת הדלת ואין זה נחשב גרמא כי זו הדרך של הדלקת אותה נורה.
ש: אז מה נעשה כדי להדליק חשמל בשבת? הרי אין עניין להחמיר ,אלא שהשבת תהיה נעימה?
ת: נעשה מה שעשינו כל הדורות בלי כל התחבולות האלה. ודי לנו בשעון שבת שהוא חידוש די והותר לענייננו.
ש: אנו מתנגדים לחידושים?
ת: לא. אנו מתנגדים לעקירת השבת. עם מתג גרמא כזה, נוכל להפעיל את כל המכשירים בשבת. ואיה השבת?! משל למה הדבר דומה? לאיסור אמירה לנכרי, שאחד הטעמים הוא, שבכך זו נוכל להפעיל את כל מערך העבודה בשבת. עיין ערוך השולחן.
ש: אבל הם טוענים שהגר"פ שיינברג והגר"י נויבירט התירו?
ת: איני יודע. ובשביל דבר כה חמור, לא די באמירה אקראית תוך כדי שיחה או באיזו חתימה, אלא יש צורך במאמר הלכתי מבורר ומבוסס על מקורות הקודש שלנו?
ש: אבל יש מקרי חרום?
ת: זה משהו אחר. אם זה לבטחון או לרפואה, לא צריך לחפש חומרות, כדבריו המפורסמים של ר' חיים מבריסק: איני מקל בשבת, אני מחמיר בפיקוח נפש. וגם אז יש לשקול אם עדיף במכשיר גרמא או דומה לו, או באופן רגיל כדי שאנשים לא יטעו לחשוב שהתירו פרושים לגמרי את הדבר. משל למה הדבר דומה: כשיש פיקוח נפש, עושים דווקא על ידי תלמידי חכמים, כדי שלא יחשבו בטעות שיש איסור בדבר. וכן גם לכיוון שני, כדי שלא יחשבו שיש היתר במתג מיוחד זה.
ש: אבל יש שימוש בעוד פתרונות הלכתיים מלבד גרמא, כגון הסרת מונע, התמדת פעולה וכו'?
ת: ידוע, אך איני מתלהב מכל אלה. התורה לא ניתנה למלאכי השרת, לא לבעלי מקרוסקופ ולא לבעלי טלסקופ, ולא למהנדיס אלקטרוניקה...
ש: האם הרב לא היה מהנדס אלקטרוניקה בצעירותו...?
ת: כן. אבל אין זה קשור. התורה ניתנה לכל יהודי פשוט, על פי מה שעיניו רואות. לכן מים מותרים, גם אם יש חיידקים כיון שלא נראים בעין בלתי מזויינת. וכל זמן שרואים את השמש, זה עוד לא שקיעת החמה, על אף שהיא מתחת האופק, ונראית זמן מה בגלל התופעה האופטית של שבירת קרני האור. אות ספר תורה שיש בה סדק הנראה במקרוסקופ נחשבת לשלמה. וכן הלאה.
ש: אבל מה זה קשור למכשיר גרמא?
ת: היהודי הפשוט רואה שלוחצים על מתג וזה נדלק, הוא לא אמור לדעת סודות האלקטרוניקה שבתוך המתג. זה מה שנקרא אצל הפיסיקאים Black Box, קופסה שחורה, יש Input קלט ויש Output פלט. לוחצים על מתג זה ויש חשמל שנדלק. מצד שני אנו פוסקים על פי ה-Macro, התופעה הכוללת, ולא על פי ה-Micro, המבנה הזעיר.
ש: אבל יש מכשירים רבים שמשתמשים בשבת הבנויים על יסוד זה?
ת: על הראשונים אנו בוכים, ואין להוסיף עוד.
ש: סליחה שאני מתעקש, אבל יש המתירים אותם ראשונים?
ת: אמר הגרי"ש אלישיב: חשמל זה לא עגונה. כלומר עגונה יש לחפש כל הקולות שבעולם כדי להתירה להינשא. לעומתה, חשמל יש לבנות את שימושו בצורה שיהיה מותר לכל הדעות, כמו שעושים ב"משמרת השבת". כמובן כאמור לעיל, מלבד ענייני בטחון ורפואה.
ש: תודה. שבת שלום.
ת: שבת כשר ושלום.
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:51 pm
דורך [NAMELESS]
ווי איך פארשטיי איז דא דא צוויי היתרים און ביידע האבן פראבלעמען, איינס אז עס איז נישט קיין גרמא ווייל עס איז נאר הסרת המניע, אבער רש''ז אויערבאך און נאך האבן געהאלטן אז עס איז נאכאלץ א גרמא,
ב' עס איז א גרמא וועגן עס איז דא א הפסק זמן צווישן די פעולה און די תוצאה און אויך איז עס א ספק, אבער אויף דעם דינגען זיך אויך פוסקים אז דאס מאכט עס נישט פאר קיין גרמא,
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 11:54 pm
דורך יאיר
ייש"כ פאר די העתקה פון רב אבינר. דאס איז ממש א חידוש נפלא אז א פוסק באנוצט זיך נאך מיט דעם אלטן אויסגעפרואווטן סגולה פון קאממאן סענס ביים פסק'ן א שאלה.
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 12:01 am
דורך געפילטע פיש
יאיר האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:ס'איז נאך בעסער ווי א פרידזש ווייל די פרידזש איז זיכער אז עווענטואל גייט זיך עס אנצינדען, משא"כ דעם סוויטש. בד"וו, פארוואס איז מוליד מסתבר מער ווי אנצינדען א קראן וואסער?
ווייל א קראן וואסער טוישט נישט דעם סינק. אנצינדן א לעקטער טוישט דעם לעקטער פון טונקל צו ליכטיג, און עס פילט אן די גאנצע שטוב מיט א ליכטיגקייט. דאס איז אסאך ענדערש א שינוי מהותי ווי אנצינדן א סינק, און איז לכאורה נישט ווייניגער ווי מוליד ריח.
וואס הייסט? די קראן וואסער איז מוליד א נאסקייט אינעם סינק וואס איז פריער נישט געווען. פריער איז געווען טרוקן, יעצט איז נאס.
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 12:15 am
דורך יאיר
און ווי אזוי פארשטייסטו דעם חילוק צווישן מוליד ריח און אנצינדן א קראן?