בלאט 4 פון 10
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 9:42 pm
דורך berlbalaguleh
בן אדם האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:געזעהן שבת אין די בלעטל דברי תורה א אינטערסאנטער שטיקל איבער דער לעווע
התם ומתמם עם תמימים" וואס האמיר פון די אלע מעשיות...? דו זעהסט דאך וואס ס'איז געווארן פונ'ם ליעווער...!
ער וויל נאר ווייזען ווי גרויס ער איז געווען קודם. א מוסר השכל!
בן אדם: ניין. דער מוסר השכל איז אז די אלע זאכן זענען שטותים והבלים. דאס איז נוגע פאר אונז היינטיגע צייטן אויך. מ'נעמט א מענטש א בשר ודגים און מ'פארגעטערט איהם...
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 9:47 pm
דורך [NAMELESS]
ר' בערל, איר ווייסט אז משה רבינו איז אויך געווען א בשר ודגים ?
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 12:51 pm
דורך חקרן
אין די פריעדיגע קאפטילען האבן מיר דערמאנט דעם שווערן לעבן וואס דער ליעווער איז דורכגעגאנגען, ווי אזוי דער מזל האט אים צוגעפירט אז ער האט זיך געפינען אין א פארוויקלטער מצב, זייענדיג אין גלות רומעניע, ווייט פון זיין משפחה אין רוסלאנד, בשעת דער שלום בית אין שטוב איז געווען אומדערטרעגליך, ווערנדיג אלס מער און מער אנגעצויגן, און קיין קינדער האבן זיי נישט פארמאגט. פון דער אנדערער זייט האט ער קיין רבי נישט געוואלט זיין, בשעת די משפחה פון ביידע זייטן לייגט אויף אים גרויס דרוק און צווינגט אים מיט געוואלד צו פירן רבי'סטעווע. זיין רביצין מיט די הילף פון די גבאים האלטן אים אין איין נאכקוקן און יעדע ריר ווערט באריכטעט צו די ברידער קיין סאדיגורא און קיין טאלנע.
לויט ווי דער משכיל משה אורנשטיין שרייבט נאך פון וואס דער ליעווער האט אים דערציילט, איז געווארן א מצב אז זיין רביצין שיינדל פלעגן זיך כסדר סודות'ן מיט די גבאים אונטער זיין רוקן, רעדנדיג כסדר פון אים, ווי אזוי מען דארף אים באהאנדלען און-אזוי-ווייטער, א זאך פון וואס ער האט זיך געשפירט געטראפן, ער איז געווען ווי דער ארעסטאנט אין תפיסה וואס זיינע אויבערהארן קוקן אים נאך און שמועסן דורך ווי אזוי אומצוגיין מיט אים, און דאס מאל זענען זיינע אויבערהארן זיין אייגענע ווייב מיט די גבאים, עס איז געווען גאר א ווייטאגליכער מצב. ער האט איר אויך חושד געווען אז זי איז מזנה מיט די גבאים - א זאך וואס זי האט גע'טענה'עט פארקערט, אז ער האט זיך פארליבט אין דעם פריצ'עס טאכטער, אדער לויט אנדערע ווערסיעס די שוועגערין פונעם פריץ וואס האט געוואוינט פונקט קעגן איבער דעם הויף. לויט ווי אזוי יאסל דיק שרייבט - און ער האט קלאר געשריבן אונטער א צאנזער השפעה און איז נישט באגלויבט מיט זיינע ווערטער - האט זיך דער ליעווער אריינגעזעצט אין שטוב פון פריץ און איז דארט געזעצן צען טאג, און בלויז מיט שווערע כוחות פון די חסידים און מקורבים, האט מען ארויסגעראטעוועט דעם רבי'ן פון דארט.
אין יענע טעג איז פארגעקומען א געשיכטע, וואס האט פיל פארערגערט דער שלום בית-בית מצב אין שטוב פון רבי'ן. זעענדיג אז אין שטוב איז אנגעצויגן, האט די רביצין אריינגענומען אין שטוב א ציכטלינג, אן ארעמע יתומה וואס זאל זיך האדעווען אין זייער שטוב. די מיידל האט זיך געפינען אין שטוב, ווען מיטאמאל האט מען זיך דערוויסט נישט מער און נישט ווייניגער, אז דאס מיידל איז פארשוואנגערט געווארן... לויט ווי עס שיינט איז זי איבערגערעדט געווארן דורך איינע פון די גבאים אדער שטוב מענטשן, און עס איז געשען וואס עס איז געשען.
די רביצין - וועלנדיג אפהאלטן בושות, און נישט וועלנדיג אז דאס מיידל זאל זיך אזוי ארומדרייען אין חצר - האט איר פארשיקט קיין הוש - א שטעטל וואס איז געווען אין די גלילות פון ליעווי און דארט האט בעצם דער רבי אנגעהויבן צו פירן רבי'סטעווע איידער ער האט זיך געצויגן קיין ליעווי. דארט אין הוש, זייענדיג אין איר אכסניא, האט זי געבוירן איר קינד.
דער בעל-אכסניא, וועלכער האט פון אנהויב גארנישט געוויסט, הערנדיג וואס עס איז געשען האט ער זיך זייער געשעמט, ער האט איר פארטריבן פון די אכסניא, זי האט זיך געדרייט אויפן גאס מיט איר קינד און קיינער האט איר נישט געוואלט ארייננעמען אדער זיך אומקוקן אויף איר. האלטנדיג קוים עטליכע טעג נאך א געבורט, מיט א קליין קינד אין די הענט, האט זיך א יונגע מיידל געדרייט אליין אויף די גאס, נישט האבנדיג איינער וואס זאל זיך קומערן אדער זארגן פאר איר. פארשטייט זיך אז עס האט לאנג נישט גענומען און זי האט אויסגעהויכט איר נשמה אינאיינעם מיט איר קינד.
די מעשה האט אנגעמאכט א שטיקל גערידער און דאס האט נישט צופיל צוגעגעבן צום שלום-בית אין שטוב. די פרטים פון די מעשה איז נישט באקאנט, מאנכע צווישן די משכילים שרייבן אז זי האט חושד געווען איר מאן, דער רבי, אז דאס איז גאר געווען זיין ארבעט... אנדערע ברענגען אז מען האט געוויסט ווער דאס איז געווען, און אז איינער פון די הויף מענטשן האבן דאס געטאן. אזוי צי אזוי האט די מעשה זיכער נישט פארבעסערט די שוין אזוי אויך שווערע לאגע צווישן דער רבי מיט די רביצין.
מען דארף נעמען אין באטראכט ליינענדיג די אלע מעשיות, אז רוב מקורות איבער דעם ליעווער קומען פון די משכילים. אמת, טייל באשרייבונגען קען מען אננעמען אלס אמת, אפילו עס קומט פון די משכילים. דער שרייבער פון די שורות, זוכנדיג חסידי'שע מקורות אויפן ליעווער, האט זיך פארבינדן מיט איינע פון די באקאנטע ידענים אין חסידי'שע מעשיות, א תלמוד-חכם מופלג און בעל דרשן, וואס זיינע טעיפס ווערן געהערט אין די מאסן, אויף אלע היי-וועיס ווערט ער געהערט. יענער האט געזאגט אז צווישן די חסידים איז כמעט גארנישט דא, אבער מען קען גלויבן וואס די משכילים שרייבן אויף אים, בפרט פון משה אורנשטיין וואס שרייבט נאך וואס דער ליעווער האט אים דערציילט. מען דארף אבער נעמען אין באטראכט אז משכילים זענען פארט משכילים, זיי לערנען אפ זאכן אנדערש ווי אונז לערנען און קוקן אויף זאכן אנדערש, און אלס מענטשן האבן זיי נגיעות און זענען נוטה אויף געוויסע זאכן.
כלפי מה דברים אמורים? - די מעשיות פון דעם סארט, לייגט זיך באמת נישט אויפן שכל, דער ליעווער איז שוין געווען אן עלטערער מענטש, געקומען פון א רבי'שע משפחה, ער האט נישט געקענט קיין אנדערע שפראך אויסער אידיש. צו זאגן אז ער האט געהאט שייכות מיט די שוועגערין פון פריץ איז אזוי ווי מען זאל זאגן אז סקולענער רבי האט אנגעקניפט אן אפער מיט בריטני ספיערס (אנטשולדיגט פאר מיין אויסדרוק), דאס איז דאך א זאך וואס איז פשוט רחוק מהמציאות, שוין אפגערעדט אז די שוועגערין פונעם פריץ האט מסתמא געהאט בעסערס אויפן געדאנק... בקיצור, עס לייגט זיך פשוט נישט אויפן שכל. ווידער די אויבנדערמאנטע מעשה, שרייבן רוב משכילים אז מען ווייסט פון וועמען עס איז געקומען, נאר די וואס האבן ליב צוצולייגן דראמאטישקייט און ראמאנטישקייט, ווילן דאס באפעפערן מיט חשדות פון די רביצין... בפשטות איז קיינמאל נישט געווען חשדות פון דעם סארט אויפן ליעווער, דאס איז פשוט די ליידיגע קעפ פון די משכילים וואס לייגן דאס אזוי אראפ. ווידער פארקערט איז קלאר, אז דער ליעווער האט חושד געווען זיין רביצין מיט זנות, ער האט דאס קלאר באשטעטיגט אין טשערנאוויץ פאר משה אורנשטיין.
עס איז דא דער פלאץ צוצולייגן, אז ווען מען האט אמאל געפרעגט דעם סאדיגורער, אויב עס איז אמת אז זיין ברודער האט זיך גע'שמד'ט, א שמועה וואס איז שטארק נתפשט געווארן בימים ההם און פיל מענטשן האבן דאס געגלויבט, האט דער סאדיגורער געענטפערט: "חס ושלום, מען זאגט אויף אונז אזויפיל זאכן, און בלויז א קליין חלק דערפון איז אמת". מסתמא זענען די אלע סארט מעשה'לעך אויך פון די שמועות וואס מען האט דעמאלס געשמועסט.
אזוי צי אזוי, האט דער חלק פון די רבי'סטעווע פארנומען א גרויסן ארט אין דער מצב, בשעת די רוזשענער און טשערנאבילער ברידער האבן געהאלטן אז ער מוז פירן רביס'טעווע מיט א שטארקייט, אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין די משפחה. זיי האבן געהאלטן אז עס פאסט נישט פאר א רוזשענער קינד צו זיין כאיש בין אנשים און צוריקווארפן קוויטלעך אין פנים... דער ליעווער האט אבער אנדערש געהאלטן, ער האט זיך פאר'מואס'ט אין די רבי'סטעווע און זיך פאר'מואס'ט אין זיין ווייב וואס צווינגט אים דערצו (זי פלעגט זיך אפהאלטן פון אינטימישע באציאונגען מיט אים, אלס קנס פארן נישט וועלן פראווען), און ער האט זיך געוואלט זען ארויס פון דעם פלאנטער.
מזמן לזמן פלעגן קומען שלוחים פון סאדיגורא אדער פון טאלנע, צו פראבירן משפיע זיין אויף אים. ער פלעגט זיי זאגן אז ער ווייסט נישט וואס זיי ווילן, ער איז אן איש פשוט ווי יעדער און ער דארף נישט די גאנצע זאך, אבער זיי פלעגן אים זאגן פונקט פארקערט, אז ער האט א הויכע נשמה און כלל-ישראל דארף צוקומען צו אים. בפרט דער שליח פון טאלנע, דער חסיד ר' דוד באלטיש (פון די שטאט באלטע), וואס פלעגט אפט קומען בשליחות פון זיין רבי'ן פון טאלנע און איז כסדר געווען פארמישט אין דער נושא. ר' דוד איז געווען א תלמיד-חכם און בעל-מקובל, ער פלעגט כסדר ברענגען ראיות פון זוהר און קבלה אז ער איז דער צדיק הדור און אז ער איז א חידוש אין דעם דור, ער איז פון גאר אן אנדערן עולם און ער דארף משפיע זיין אויף די וועלט און-אזוי-ווייטער. טראצדעם וואס דער לעווער האט זיך געוואלט אפשאקלען דערפון, האט ער אים אויפגעקלערט על פי תורה וקבלה אז ער דארף זיין א רבי, משפיע און מנהיג הדור, אזוי האט מען פראבירט צו ארבעטן אויף אים און אים טוישן.
דערווייל איז דער שלום בית אין שטוב געווארן וואס אמאל מער אומדערטרעגליך, ביז מען האט אנגעהויבן איינצוזען אז עס קען נישט אזוי אנגיין און עפעס דארף געטאן ווערן דערצו. וואס עס איז געווען דער מכה בפטיש אויף וואס מען האט געדארפט אנהויבן ארבעטן אויף א הסכם, איז אומבאקאנט, מעגליך אז עס איז פשוט פון זיך זעלבסט געווארן און די גבאים האבן מחליט געווען צו ארבעטן דערויף. עס איז פאראן א באשרייבונג וואס דערציילט אין נאמען פון ליעווער חסידים, איבער א געוויסע עובדא וואס איז פארבינדן דערמיט. הגם מען קען דאס נישט אננעמען אלס תורת משה מסיני אז אזוי איז טאקע געווען, אבער עס איז נישט אפגעפרעגט צו זאגן אז די מעשה איז ריכטיג, און עס נעמט נישט אוועק קיין כי הוא זה פון די צדקות פונעם לעווער, אויב די מעשה זאל יא זיין ריכטיג.
לויט די ווערסיע, האט דער ליעווער זיך אמאל געוואנדן צו זיינע שטוב מענטשן, אז מען זאל אים רופן די מיידל, די טאכטער פון דער אויפזעהער אויפן הויף. ווען די חסידים האבן זיך געוואונדערט וואס עפעס דער רבי פרעגט זיך נאך אויף די מיידל, האט דער רבי זיך אנגערופן "איר זארגט זיך דערויף? - און אויף מיין שלום בית, אז מיין רביצין זאל זיך אביסל צושטעלן זארגט איר זיך נישט?".
די מעשה האט אויפגעשאקלט די שטוב מענטשן, און זיי האבן באשלאסן אויסצוארבעטן א שלום צווישן די רבי מיט די רביצין.
פארזעצונג אי"ה
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 1:42 pm
דורך חקרן
זעענדיג די שטארקע ווידערווילן פון ר' בערנ'יו צו דינען אלס רבי, און וויבאלד דער גאנצער עסק האט שטארק געשאדט פאר די שלום בית אין שטוב, איז פארמירט געווארן א הסכם צווישן דעם פאר פאלק, מאכנדיג א שטיקל פשרה, דהיינו אז מען וועט אפלאזן דעם רבי'ן און אים מער נישט צווינגען צו פירן רבי'סטעווע, אנשטאט דעם וועט די רביצין פירן, זי וועט פראווען קוויטלעך און אויפנעמען דעם עולם. ער וועט זיך כלומר'שט פארשפארן אין זיין חדר מיוחד, דארט וועט ער קענען טון וואס ער וויל, אבער ער זאל נישט שטערן די הנהגה פונעם הויף.
עס איז געווארן א חידוש אין הויף, דער רבי האט זיך פארשפארט, זיך פורש געווען מחיי העולם הזה און נעמט מער נישט אויף קיין חסידים, אנשטאט דעם לויפט דער עולם צו די רביצין, זי נעמט אויף דעם עולם מיט קוויטלעך, און זי האט דאס געטאן ווי עס דארף צו זיין... זי איז פארט געווען א טשערנאבילער קינד, אויפגעוואקסן אין א רבי'שע פאמיליע, און זי האט גוט געקענט די מלאכה. עס זענען פאראן עדות פון יענע תקופה, ווי אזוי זי האט אויסגעהערט אידישע קינדער, משתתף געווען בצרתן של ישראל, געקרעכצעט און מייעץ געווען דעם עולם. אז עס געווען א שווערע הזכרה, האט זי צוגעזאגט אז זי וועט אויס'פועל'ן ביי איר מאן, דעם רבי'ן, א הבטחה אויף א ישועה. די חסידים זענען געקומען אין די מאסן און זי האט געפראוועט דעם עולם.
די גבאים פון זייער זייט האבן אויך מיטגעשפילט דעם שפיל, עס האט געהייסן אז דער רבי האט זיך פארשפארט, זיך אפגעזינדערט מחיי העולם הזה און איז עוסק א גאנצן טאג אין העכערע זאכן וסודות הקבלה. פאר א גראבן בקשיש האבן די גבאים אמאל געלאזט איינעם אריינקוקן אין שליסל לאך, צו כאפן א בליק אויפן הייליגן רבי'ן. עס האט זיך גענומען פליסן געלט פון אלע זייטן, אנשטאט די אמאליגע יארן וואס דער רבי האט נישט געוואלט נעמען קיין געלט, האט מען דאס אצינד צוריקגעצאלט בכפל כפלים, און די חסידים האבן דאס געשפירט פאר א זכיה. די חסידים האבן געשמועסט אותות ומופתים פון די קדושה פונעם רבי'ן און שפעקולירט וואס ער טוט א גאנצן טאג און אין וועלכע הייליגע ענינים דער רבי איז עוסק אונטער שלאס און ריגל. שמועות האבן קורסירט אז דער רבי האט באשלאסן צו ברענגען משיח'ן פאר יעדע פרייז, נאר די ארומיגע מענטשן זענען פאר אים א שטער, דעריבער האט זיך דער רבי איינגעשפארט בחדרו המיוחד, דארט איז ער עוסק אין העכערע תיקונים צו ברענגען משיח צדקינו. די הערצה פון די חסידים צום רבי'ן איז געוואקסן אויף א פיל העכערע פארנעם, און דער הויף האט זיך געפירט א מחיה.
אבער דער רבי איז נישט צופרידן געווען...
ער איז געזעצן פארשפארט אין א תפיסה, ער איז נישט געווען זיך, נאטורליך, ער האט נישט געקענט שמועסן מיט מענטשן פרייוויליג און זיין מעורב בין הבריות, ער האט זיך געמוזט צושטעלן צו די קאפריזן פון זיינע ארומיגע, בשעת זיין אייגענע רביצין, די גבאים מיט זיינע משפחה מיטגלידער, ארבעטן קעגן זיינע אינטערעסן. ער האט ניטאמאל געהאט פאר וועמען זיך צו באקלאגן אין זיין מצב און איינער וואס זאל אים אויסהערן און אים פארשטיין. פארמאכט, פארשלאסן.
דער מצב פונעם רבי'ן האט זיך אזוי שטארק פארערגערט, ביז עס איז שוין אריינגעפאלן בגדר דיפרעסיע, דער רבי האט אנגעהויבן שפירן אז ער פארלירט שליטה אויף זיך, עס הויבט שוין אן צו בארירן חלילה די נערוון. דער רבי האט דעמאלס פארלאנגט אז ער דארף דרינגנד זען א דאקטער. נאכן בעטן עטליכע מאל, האט מען אים געברענגט דעם לאקאלער דאקטער אלמויגן, וועלכער איז אריבערגעקומען צום רבי'ן.
עס האט נישט גענומען לאנג, און דער רבי האט אנגעקניפט נאנטע באציאונגען מיט דעם דאקטער. פאקטיש איז דער דאקטער געווען דער איינציגסטער מענטש מיט וועמען דער רבי האט געקענט אויסשמועסן א גראדער ווארט, דער דאקטער האט געהאלפן דעם רבי'ן און דער רבי האט זיך אויסגערעדט פאר אים. זייענדיג א געלערנטער און א געבילדעטער מענטש, האט דער דאקטער געהאט א גרויסער השפעה אויפן רבי, ער האט אים אויסגעלערנט פארשידענע חכמות און געדאנקען און דער רבי האט הנאה געהאט צו שמועסן מיט אים. דער קשר מיטן דאקטער איז געווארן זייער נאנט, אויף אזוי ווייט אז גאנצע נעכט פלעגן די צוויי אפשמועסן צוזאמען און די חסידים האבן אפגעלערנט דערפון אז דא טוט זיך אפ העכערע זאכן.
די רביצין פון איר זייט, האט לכתחילה הנאה געהאט פון דעם נייעם קשר, וויבאלד אזוי איז דער רבי געווען פארנומען מיט זיינע זאכן, ער האט איר נישט געשטערט און זי האט אים נישט געשטערט, והכל על מקומו יבוא בשלום. דער דאקטער האט אויך געהאלפן אויפהייטערן דאס געמיט פון רבי'ן, ער האט געשפירט אין דעם דאקטער ווי א רעטער וואס ראטעוועט אים פון זיין דעפרעסט. זיי פלעגן פיל פארברענגען אין שאך שפילן ווי אויך אין אנדערע סארט זאכן.
צווישן די זאכן וואס דער דאקטער האט באפוילן פארן רבי'ן, כדי צו ווערן אויסגעהיילט און פרייליך, אז ער זאל זיך ארויסלאזן אויף א נסיעה צו די גרויסע שטעט, ער זאל באזוכן וויען און דארט זאל ער אויך באזוכן ביי א גרויסן דאקטער וואס וועט אים קענען געבן א רפואה. פארשטייט זיך אז אזא בקשה איז נישט דורכגעקומען די קאפריזן פון די רביצין מיט די גבאים, און מען האט דעם רבי'ן נישט געלאזט פארן. דער רבי איז דעריבער געבליבן אין הויף, אין ליעווי.
עס מוז צוגעלייגט ווערן, אז וויבאלד עס איז פאראן ווייניג מקורות איבער די פאסירונגען, און צווישן די חסידים איז כמעט נישטא קיין מקורות בכלל, אויסער א ווארט דא און א ווארט דארט, ווערן די זאכן געשריבן טריקענערהייט, אזוי ווי עס האט אויסגעקוקט בימים ההם. עס איז שטארק מעגליך אז דאס התקרבות צום דאקטער איז געווען העכערע זאכן, דער רבי האט אים געוואלט מחזיר בתשובה זיין אדער אנדערע ענינים נשגבים. מיר געפינען אויך אזעלכע צדיקים ווי הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצוק"ל וואס האט מקרב געווען און געשפילט שאך מיט אפיקורסים, מיר געפינען אז דער לקט עני מקאסוב און אנדערע גדולי ישראל פלעגן פארברענגען מיט גלחים. עס איז געלעגן דערין העכערע זאכן. דעריבער קען מען נישט אפלערנען פון דאס התקרבות צום דאקטער קיין שום זאך, הן לטב והן למוטב.
עס דארף באמערקט ווערן, אז בעצם האט דער ליעווער נישט געקענט קיין שפראך אויסער אידיש. עס איז זייער שווער צו זאגן אז אין אזא קורצע צייט האט ער זיך אזוי נאנט באפריינדעט מיט א דאקטער וואס האט קיין אידיש נישט געקענט, אויף אזוי ווייט אז ער זאל האבן אזא נאנטע השפעה און ער זאל אים אויסלערנען זאכן. פארט איז זיכער אז דער דאקטער פלעגט זיך דארט דרייען, מען קען אבער נישט וויסן ווי נאנט דער קשר איז געווען, די איינציגסטע מקורות איבער דעם ענין קומט פון די משכילים, און הגם מען קען זיי גלויבן אין רוב פעלער, האבן זיי פארט א נטיה אויפצובלאזן דעם ענין און דאס מאכן פאר דראסטיש מער. אבער אויף אזויפיל איז זיכער, אז דער דאקטער האט געשפילט א גרויסער ראלע אין די פרשה פונעם ליעווער רבי.
אין יענעם זוממער, האט אויסגעבראכן א מגיפה און א חולעריע רח"ל אין שטאט, דער מצב איז געווען שרעקליך. דער דאקטער האט דאן געשמועסט מיטן רבי'ן און דורך זיין השפעה האט דער רבי געלאזט באפעלן אין שטאט, אז דאס יאר תשעה-באב זאל מען נישט פאסטן און נישט קלאגן. דער רבי האט געהייסן אז א גרופע פון כלעזמער זאלן זיך ארומדרייען אין די גאסן אום תשעה-באב און שפילן מוזיק, כדי דער עולם זאל בלייבן געזונט און אויפגעהייטערט.
יענעם ערב-יום-כיפור האט זיך אפגעשפילט אין ליעווע א שרעקליכע פאסירונג, וואס האט אויפגעטרייסלט דאס גאנצע חסידות.
דערויף - קומענדיגע פארזעצונג אי"ה.
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 1:49 pm
דורך חקרן
איך בין געבעטן געווארן מעורר צו זיין - וויבאלד מענטשן ליינען די לעצטע תגובה אננעמענדיג אז דארט הויבט זיך אן די לעצטע פארזעצונג - אז עס איז געלייגט געווארן צוויי פארזעצונגען איינע נאך די צווייטע. די ליינער זאלן אין אכט נעמען נישט אויסצולאזן דעם ערשטן האלב.
בהוקרה
חקרן
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 3:20 pm
דורך חאצקעל שניידער
כוויל לעזן די גאנצע נאר כהאב נישט קיין צייט דורכצולעזן אלע תגובות פון דערצעווישען ,סאו טאמער דו קענסט עס צאמנעמען וואלט איך עפרישיעיטעד ,
כהאב אמאל געליינט דאכט זיך אינ׳ם ספר פון גוטמאן אז ער פלעגט זאגן טיפע חקירישע תורות , דו שרייבסט וועגן דעם?
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 3:39 pm
דורך diff
berlbalaguleh האט געשריבן:דיףף: ביסט א רעביש אייניקל, און דו פילסט דיך געטראפן...? ס'דא בעלי עגלות (באלעגאלעס) וועלכע פאקן איין די רעבעס סיי אין יראת שמים און סיי אין וויסנשאפט...
הבנתי, נישט ממש
אלע רבי'ס זענען אזוי הויך. אינישט
אלע באלעגאלעס אזוי נידריג
נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 3:57 pm
דורך חקרן
לידיעת הציבור:
איך האב צוגעלייגט נאך א ידיעה צום ערשטן פארזעצונג וואס איז ארויפגעלייגט געווארן פרייטאג, ווי אויך עטליכע ווערטער אינמיטן, בנוגע די (פאלשע) שמועות איבער'ן רבי'ן.
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 2:58 am
דורך הדד בן בדד
ר' חקרן, אין דעם ערשטן פארזעצונג פון פרייטאג שרייבסטו אזוי:
"עס איז דא דער פלאץ צוצולייגן, אז ווען מען האט אמאל געפרעגט דעם סאדיגורער, אויב עס איז אמת אז זיין ברודער האט זיך גע'שמד'ט, א שמועה וואס איז שטארק נתפשט געווארן בימים ההם און פיל מענטשן האבן דאס געגלויבט, האט דער ליעווער געענטפערט: "חס ושלום, מען זאגט אויף אונז אזויפיל זאכן, און בלויז א קליין חלק דערפון איז אמת". מסתמא זענען די אלע סארט מעשה'לעך אויך פון די שמועות וואס מען האט דעמאלס געשמועסט."
איך מיין אז עפעס א טעות איז דא אריינגעפאלן, אפשר ווילסטו קלאר מאכן, יישר כח.
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 6:39 pm
דורך חקרן
שכוח, שוין פארראכטן... זעה איך אז כאטש איינער ליינט עס...
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 8:30 pm
דורך א איד
@חקרן ווען קומט די קומענדיגע פארזעצונג?
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:45 pm
דורך חקרן
דער עולם איז טאקע אינטערעסירט צו הערן ווייטער? - נאך די לעצטע פארזעצונג האב איך געהאט די הרגשה אז עס איז פאראן א שוואכע אינטערעסע דערין.
אויב די חברים ווילן אז איך זאל שרייבן ווייטער, וועל איך זיכער ממשיך זיין, איך וויל נאר נישט אויסקוקן ווי יענער וואס לייגט אריין שווערע כוחות אין א זאך וואס עס גייט קיינעם נישט אן, אבער אויב מען וויל דאס, וועל איך זיכער שרייבן להנאת הציבור.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:51 pm
דורך BLOOMINGBURG NY
A giten harav chakren please keep up your good work i really enjoy reading shtiker history that we don't really hear thanks in advance
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 7:53 pm
דורך א איד
זיכער האט דער עולם ליב צו ליינען די גאנצע פרשה
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:23 pm
דורך moshav zekeinim
ווי מער דו וועסט שרייבן אלס מער וועט וואקסן די אינטערעסע דערין. דו מאך עס פאפולער
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 8:27 pm
דורך מיימון
דו ווילסט מיר זאלן דיר פאלן צו די פוס און זיך בעטן ווי א גזלן? גוט, מיר טוען דאס, ביטע!! שרייב ווייטער!!
Re: רבי דוב בער פון ליעווע - וואס האט דארט פאסירט? (דיסקאסיע
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 9:13 pm
דורך [NAMELESS]
שרייב ווייטער!!!!!
איך ליין מיט דארשט.
יעצט האב איך באמערקט אז איך האב פארפאסט די לעצטע צוויי פארזעצונגען, אבער איך קען קוים ווארטען אויף ווייטער
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 11:33 pm
דורך חקרן
אקעי, אקעי, איך הער...
איך האב פשוט נישט געוויסט אז דער עולם האט אן אינטערעסע. נאך די פאריגע פארזעצונג האב איך געהאט אזא געפיל אז איך רעד אביסל צום לאמפ און קיינעם גייט דאס נישט אן באמת, אבער אז דער עולם וויל, זיכער וועל איך פארזעצן בקרוב.
נשלח: מאנטאג מאי 11, 2015 11:35 pm
דורך קאצקע ציקער
רעדסט נישט צום לאמפ מיר ליינען מיט דארשט
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 4:18 am
דורך הדד בן בדד
מיר ווארטן מיט דארשט צו הערן ווייטער. ח"ו צו קלערן אז עס אינטערעסירט אונז נישט. געפילן זענען טאקע זייער וויכטיג אבער פארט זענען זיי נאר געפילן, נישט פאקטן.
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 9:12 am
דורך moshav zekeinim
זיי זיכער אז פאר יעדער איינער וואס בעיט בפה מלא אז דו זאלסט שרייבן זענען דא כאטש נאך הונדערט קאווע שטיבל נאכפאלגער וואס ווילן. און ווי מער דו וועסט באלעבן דעם נושא אלס מער אינטערעס וועט ווערן.
אזא נושא ווי פון דער לעווער אינו חוזרת ריקם, ספעציעל אז דאס איז אזוי איינגענעם געשריבן ווי די באשרייבסט עס.
שרייב און טויזנטער וועלן דאס ליינען אין קאווע שטיבל אליינס, און בנוסף וועט דער ארטיקל ברענגען נאך ארטיקלען פון דעם נושא אדער ענליכע נושאים, און וועט האפענטליך אויפוועקן דעם פארשוויגענעם ענין, ווייל די מעשה איז נאר דער שפוץ פונעם אייז בארג.
שרייב, שרייב, און שרייב. חקור ודרוש און שרייב. עד שיפוצו מעינותיך חוצה.
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 3:24 pm
דורך חקרן
איך וועל שרייבן אי"ה תיכף נאך שבת, די צייט דארף נאר ערלויבן.
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 5:11 pm
דורך moshav zekeinim
we looking forward