בלאט 4 פון 4

Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 12:38 am
דורך קל וחומר
אזא שיינקייט ברויך באשיינען דעם 'וועקער' נאו טו וועיס עבאוט איט.

מ'ברויך נאר חקרן זאל צוענדיגן אז ס'זאל זיין א שלימות.

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 12:41 am
דורך [NAMELESS]
חס ושלום!

Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?

נשלח: פרייטאג יוני 10, 2016 12:46 am
דורך קל וחומר
פארוואס?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 1:15 am
דורך צום פינטל
חקרן איך קען דיך נישט געניג באדאנקען פאר די הערליכע באשרייבינג ביז הער
ביטע לאז אינז נישט מיט די צינג אינדרויסן שרייב ווייטער
תודה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 11:18 am
דורך סקרן
אנטשולדיג ר' חקרן איך בין ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען אלס וואס איר האט געשריבען עס איז זייער גוט און איך האב שטארק הנאה געהאט
איין שאלה האב איך צו דיר פארוואס שרייבסטו אזוי איין זייטיג די מעשה נישט חלילה אז איך זאג ס'איז געווען אינגאנצן פארקערט אבער אסאך זאפטיגע מעשיות סיי פון זיין טאטע און פון זיין שווער פון זיין ברודער וואס קורא הדורות מאז האבען געשריבען האסטו אויסגעלאזט
און דאס וואס דו צולאזט דיך אזוי אויפ'ן רעביצין זיינע און מאכסט דעם רבי'ן כמעט אומשולדיג ווייס איך נישט פון ווי דו נעמסט עס ווייל נישט אין רוזין נישט אין טשערנאביל נישט אין צאנז האט מען אזוי גערעדט נאר ביי די משכילים האט מען אזוי גערעדט און זיי זענען איבערהויפט נישט באגלייט נאך ווייניגער ווי די צאנזער שרייבערס נישט אז די צאנזער שרייבערס זענען יא אינגאנצען באגלייבט אבער ווען מען שרייבט עפעס דארף עס זיין באשריבען פון אלע מקורות נאר דערצו אזא קאנטרעווארסעל נושא אבער זייער א שיין און גוט ארבעט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 6:07 pm
דורך berlbalaguleh
חקרן האט געשריבן:נאך די ימים טובים אי"ה, וועלן מיר קלערן דערפון.

חקרן: באמת קענסטו שוין אנהייבן קלערן. אזוי אז נאך די יו"ט אי"ה זאלסטו שוין זיין גרייט צו טון למעשה. ווייל אז נישט וועלל איך זיין געצווינגען אליינס אויס צו פאנטאזירן די איבעריגע פארזעצונגען, פון מיין אייגענעם דמיון. כיד ה' הטובה עלי... :lol:
נ.ב.: א פאר גרויסע קאמפעניס (ניין. נישט די עלעקטריק און געז קאמפאני.) אין האליוואוד לויפן מיר נאך. זיי וויללן אז איז זאלל ווערן זייער סקריפט שרייבער פאר מעגליכע קומענדיגע מאווי פראדוקציעס וואס זיי פלאנען ארויסצוגעבן אי"ה. זייערע ברענטשעס אין וויליאמסבורג (ביים וואסער) האבן שוין געמאכט ערנסטע קאנטאקטן מיט מיר... :roll:
פיל"ד: דאס איז א שם פון א מלאך וועלכער העלפט צו צו פארקויפן זאכן. (וואס דער קאסטומער וויל, אדער קען נישט קויפן.)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 2:36 pm
דורך סקרן
הרב חקרן וואס איז מיט אייך געשעהן?
ס'קומט די יאהרצייט פונעם לעוויר י"ג כסלו

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 12:55 pm
דורך סקרן
היינט קומט פאר א הכנסת ספר תורה לע"נ הרה"ק מלעווע און אחיו הרה"ק משטפנשט
אריינגעגעבן דורך האדמור מבאיאן שליט"א

נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2017 4:27 pm
דורך סקרן
חקרן האט איהר אויפגעגעבן?
ס'איז נאך דא א וועלט צו שרייבן אויפ'ן לעוויר לכאן ולשם

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 12:13 am
דורך חקרן
אזוי ווי שוין ערווענט, זעענדיג אז דער אשכול איז געווארן א מקום וואו מען בארעדט צדיקים, בפרט דורך איין געוויסער ניק וואס איז ווייט פון חסידות און פארשטייט נישט צו אונזער קולטור און לעבן, וויל איך דעריבער נישט זיין א גורם דערצו. אז דער עולם וועט צוזאגן אז מען וועט דעבאטירן נאר דעם עצם מעשה אבער נישט גדולי החסידים פון פריעדיגן דור, וועל איך קענען ממשיך זיין.

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 12:50 am
דורך קאווע טרינקער
איך לייג מיין האנט תחת ירכך. האסט מיין ווארט. Go.

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 2:16 am
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער: זעה נאר אז נחום זאלל נישט אויסגעפונען. ווייל ער'ט דיך ארויפלייגן אויף זיין האטליין... :lol:

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 10:35 am
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך לייג מיין האנט תחת ירכך. האסט מיין ווארט. Go.

אבער גייסט עס נישט קענען אוועקנעמען פון דארט ביז די ענד...

וואס ליטוואק אין בערל גייען דא נישט אפטון...!

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 10:55 am
דורך סמבטיון
הרב חקרן דו ווייסט דאך ווי דער עולם האט הנאה געהאט פון די אשכול, וועגען איין ניק וואס זייעט אן כאאס ווי ער טרעט אריין , על כל העדה תקצוף?? פליז בארעכן זיך און הייב אן ווייטער צו שרייבן די דראמאטישע השתלשלות הענינים לבית ליעווע.

Re: רבי דוב בער פון ליעווע (בערניו) - וואס האט דארט פאסירט?

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 5:59 pm
דורך א איד
גם אני מצטרף לקאווע
איך לייג נישט מיין האנט אונטערן גארטל, אבער דו האסט מיין ערנ-ווארט.
איך וועל שתדלן ביי די הנהלה, און מדווח זיין א יעדע תגובה וואס עס איז מגרע בכבוד הצדיקים הקודמים

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 6:10 pm
דורך [NAMELESS]
א איד האט געשריבן:גם אני מצטרף לקאווע
איך לייג נישט מיין האנט אונטערן גארטל, אבער דו האסט מיין ערנ-ווארט.
איך וועל שתדלן ביי די הנהלה, און מדווח זיין א יעדע תגובה וואס עס איז מגרע בכבוד הצדיקים הקודמים
סמבטיון האט געשריבן:הרב חקרן דו ווייסט דאך ווי דער עולם האט הנאה געהאט פון די אשכול, וועגען איין ניק וואס זייעט אן כאאס ווי ער טרעט אריין , על כל העדה תקצוף?? פליז בארעכן זיך און הייב אן ווייטער צו שרייבן די דראמאטישע השתלשלות הענינים לבית ליעווע.

בעלז איז טאקע נישט צופיל אריינגעקומען...