בלאט 4 פון 4

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 5:48 pm
דורך יידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:פיינעלי, כ'האב געכאפט יידל מיט א טעות
אפשר נישט
"מיטלענדישער" אדער "מיטללענדישער"

ווענד זיך צו מ'זאגט עס "מיט-לענדישער" אדער מיטל-לענדישער". לכאורה איז די צווייטע ריכטיגער, און עס איז טאקע א טעות פון מיין זייט צו שרייבן מיט איין למ"ד, כאטש אין וויקיפעדיע, און אין גוגל טרענסלעט זע איך אז זיי האבן עס אויך געשריבן מיט בלויז איין למ"ד.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 6:19 pm
דורך kliger
:like :like :like wow wow!!!!
יידל!!
איך האב נישט קיין ווערטער!
דא ליגט מן הסתם שעות ארבעט!

איין זאך פארשטיי איך נישט,
די עשרת השבטים וואלט געדארפט זיין היינט מיליאנען מענטשן!
וויאזוי קענען זיך אזוי פיהל מענטשן באהאלטן???

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 6:21 pm
דורך שמעקעדיג
יידל..... אזא וואונדערליכע ארבעט!! מען קען זאגן, עכ"פ צווישן אונז חברים, אין חכם ונבון כמוך!
און ער געדענקט נאך צו געבן פאר יעדן זיין קרעדיט מיט א גוטהארציגקייט...

איך האב אדורכגעלייענט דעם גאנצן מאמר, און כ'האב נישט קיין הערות ווייל איך בין נישט באקאנט אין דעם נושא. אבער עס איז רייך און מלא תוכן!
און אלס אוכל פירותיהם בעוה"ז, קענסטו קומען אפנעמען פון מיר א שאכטל פוטער פאר אומזיסט, כדי דיר צו באצאלן ד' וה' אויף די פארלוירענע אפגעשפארטע פוטער.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 6:27 pm
דורך [NAMELESS]
יידל :like :like :like :like :like :like
מאך אן אייגענע מאגאזין. יידל, לך בכחך זה!

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 6:30 pm
דורך קאווע טרינקער
יידל האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:פיינעלי, כ'האב געכאפט יידל מיט א טעות
אפשר נישט
"מיטלענדישער" אדער "מיטללענדישער"

ווענד זיך צו מ'זאגט עס "מיט-לענדישער" אדער מיטל-לענדישער". לכאורה איז די צווייטע ריכטיגער, און עס איז טאקע א טעות פון מיין זייט צו שרייבן מיט איין למ"ד, כאטש אין וויקיפעדיע, און אין גוגל טרענסלעט זע איך אז זיי האבן עס אויך געשריבן מיט בלויז איין למ"ד.

וואס זאגט עטץ צו יידל?
איך וואלט אים געגעבן א קוויטעל...
ער האט וויקיפעדיע און גוגל אויף זיין זייט, אבער דאך, ער וועט ענדערשט זאגן אז ער האט א טעות געהאט.
WOW
דאס איז "גדלות".

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 6:33 pm
דורך יידל
:lol:

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 6:33 pm
דורך [NAMELESS]
קופערניקוס האט געשריבן:יידל :like :like :like :like :like :like
מאך אן אייגענע מאגאזין. יידל, לויף יידל, RUN YIDL, RUN, רוץ יידל, רוץ. רהוט, יידל, רהוט1

די קול קורא'ס זענען שוין גרייט, די חופקקי"ם ווארטן שוין מיט שפאנונג, 27 געשעפטן אין וויליאמסבורג דאמעריקא האבן זיך שוין אונטערגענומען. טא וואס ווארסטו?
קומענדיגע חודש א מאגאזין אין די געשעפטן!!

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 6:40 pm
דורך יידל
איך ווארט אויף א לייק פון כעלעם'ר מגיד... קידינג עסייד, זאלן די בליץ שרייבער ווייטער שרייבן שטויות און איך וועל נאכדעם זיי צולייגן אנליין :)

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 7:02 pm
דורך יואליש
יידל האט געשריבן:נ.ב. כאטש דא איז נישט דער בליץ אשכול מוז איך ארויסברענגן מיין אנטריסונג איבער די נידעריגע גראמאטישע מצב פונעם בליץ. איין זאך וואס שטעכט מיר ממש אין די אויגן איז די משוגעת פון שרייבן אן אונטער-שטרעכל , נאך די ענדע פון א זאץ, און דאס לייגן אן אויבער-שטרעכל בעפאר א ס וועלכע קומט ללשון רבים, לדוגמא "קאלומ'ס". און ער מעג זיך שעמען. "מידעטרעניען"? וואו מיינט ער שרייבט ער? אויף עפעס אן אנליין פארום? ער קען נישט שרייבן ים-התיכון אדער מיטלענדישער ים?


באזונדער שטעכט אויס די אויגן - אדער וויל זיך אויסשטעכן די אויגן - דאס נוצן א קאמע נאך און בנוסף צו א פראגע צייכן. פעך. ווען כ'האב עס געליינט האב איך באוואונדערט דאס סבלונות דיינער אין זיך האלטן צו א דירעקט ציטיט אפי' בכל נפשך, און אן אנמערקן [sic].


*****

יידל, א געשמאק צו לערנען אזא מאמר! יישר כח!

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 7:10 pm
דורך יואליש
kliger האט געשריבן:

איין זאך פארשטיי איך נישט,
די עשרת השבטים וואלט געדארפט זיין היינט מיליאנען מענטשן!

וויאזוי קענען זיך אזוי פיהל מענטשן באהאלטן???


קען זיין אז אין די הרי חושך (די לעגענדע ברויך א באזונדערע באהאנדלונג) לערענט מען בלויז לימודי קודש און ממילא האבן זיי נישט געמאכט פארשריט אין מעדעצין און אין הייגין, און דאס לעבען איז נאכאלס א דורכשניט פון דרייסיג ביז זעכציג יארן, און פון יעדע משפחה שטארבן האלב ביים לידה, און מגיפות קומען יעדע שטיק צייט און ווישן אפ א דרייפערטעל פון די פאפולאציע.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 6:47 pm
דורך boxcover
ווי געוויסע האבען שוין געשריבען, איז עס מחמת חסרון ידועה און איגנארענס אז איינער זאל ווילד אוועקמאכען דברי סיענטיסטס. עאכו״כ על דברי חז״ל!

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 7:55 pm
דורך [NAMELESS]
Can you try to specify your argument

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:50 pm
דורך boxcover
כאפסט טאקע נישט?

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:13 pm
דורך יידל
Boxcover, כעלעם'ר מגיד (וגם אנכי) וויל וויסן מער ספעציפיש וועלכע נקודה ווערט אוועקגעמאכט, און וואו אין חז"ל ווערט די נקודה דערמאנט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:15 pm
דורך boxcover
אקעי, כ'על מסביר זיין.

דאס אז א איד - מעג זיין א חכם מחוכם - טרעפט א שטיקל תורה שבעל פה וואס ער פארשטייט נישט, איז קיין פראבלעם.

דאס הייסט עס איז נישט א פראבלעם פאר די לומד אז ער קען עפעס נישט צוזאמשטעלן די שטיקל גמרא מיטן מציאות (און כ'רעד שוין פארשטייט זיך נאכן פראבירען איינמאל און נאכאמאל), מיינענדיג אז מען דארף נישט זיין צובראכען ווייל דערפאר האבען זיי געהייסן חכמים, נישט ווייל זיי האבן באוויסען א חכמה נאר ווייל זיי זענען געווען חכמי דורותם ודורות הבאים. זיי האבען - אויסער די ברייטע און שארפע פארשטאנד - געהאט מקובל חכמות ומצוות איש מפי איש פון צייטן נאך פאר מתן תורה (למשל די ספר יצירה וכדומה). זיי האבען געהאט א העכערע מדריגה ווי סתם סיעתא דשמיא (וואס דאס איז גארנישט אזוי סתם). זיי האבען געלעבט אין די ריכטיגע עידזש אוו איפארמעישאן... סאו אז דו פארשטייסט נישט א מאמר חז"ל, זייט נישט צובראכען און דיסאפאוינטעט, ווייל מיר לעבען מיט אסאך שוואכערע מוחות אזש אפילו מיט די גרויסע שפע החכמות וואס די וועלט ווערט יעצט באגאסען, שטייען מיר נאך צוריקגעשטאנען פון זיי אין געוויסע הינזיכטן (און נישט לאנג צוריק, מיט אסאך הינזיכטן).

און אויך איז דאס נישט קיין פראבלעם פאר להבדיל די חכמים זצ"ל. ווען א היינטיגע פארגרעבטע משכיל (נישט חלילה די ניק) אדער גויאישע אקאדעמישער קאפ קומט צו די מסקנה אז א שטיקל גמרא שטימט נישט אדער אז א מאמר איז אוטדעיטעד (אפ"ל), איז נישטאמאל א פחיתת הכבוד פאר די גאוני הגאונים וקודמי הראשונים (כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די עונשים ר"ל). עס איז אבי געשאסן! וואס רעדסטו?! אפילו דו וואלסט געענדיגט גאנץ בבלי, ירושלמי, תוספתא, מכילתא, מדרש, ספרא וספרי, האסטו נאכאלץ נישט די גדלות צו קריגען אדער אפווענדען א מאמר חז"ל ווייל דו האסט געלערענט וואס זיי האבען געשריבען. אבער אז דו האסט אפגעלערנט קוים עטליכע מסכת - וואס האלב געדענקסטו - און דו ביסט א פארטיגע מבין?

אין לך איגנארענס גדולה מזה!

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 10:59 pm
דורך יידל
וואס האט דאס מיטן סמבטיון?

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 12:30 am
דורך [NAMELESS]
boxcover האט געשריבן:זיי האבען געלעבט אין די ריכטיגע עידזש אוו איפארמעישאן...

אין לך איגנארענס גדולה מזה!

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 9:02 am
דורך boxcover
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
boxcover האט געשריבן:זיי האבען געלעבט אין די ריכטיגע עידזש אוו איפארמעישאן...

אין לך איגנארענס גדולה מזה!

דו פארשטייסט גאנץ גוט וואס איך מיין

Re: סמבטיון הנהר, תשיב למין אשר שואל.

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 4:53 pm
דורך איך הער..
אויפגעפרישט לכבוד שבועות