בלאט 4 פון 7
Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מאך זיך נישט נעריש. איך האב געזען צייטונגען פון זעכציג און זיבעציג יאר צוריק וואס זאגען אז 'היינט איז שוין נישט דא קיין ציונים'. ס'עקגזיסטירט נאך, און טאמער דעמאלס איז געווען א געפאר, איז נאך היינט. נאר פרעדיגען קנאות און פעלשען תורה איז נישט דער ענטפער דערצו.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:12 pm
דורך הבא ללמד
[tag]אדנירם[/tag] איך טריי צי פארשטיין דיין מיינונג
בעצם איז דע מדינה א גיטע זאך אדער ניין דאס איז א געפערליכע זאך נאר מען דארף שוין נישט רעדען פין דיעם?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:14 pm
דורך קאך_לעפל
איך פארשטיי נישט וואס דער מאשזאר זאל זיין געזונט וויל דא, איך האב נישט באצויגען אויף קיין איין ווארט וואס ער שרייבט, איך האלט נישט אז מען מעג ע''פ הלכה ענפערן, איך האב נאר גענפערט פאר מאטי, און געגאנגען ווייטער.... און אגב דער אויסברוך פון מאשזאר איז מיר א גרויס כבוד און א פארגעניגען, און עס איז א פיינע סימן..... זאל דער אייבישטער העלפן.....
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:17 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]הבא ללמד[/tag], אויב דיין שאלה איז באופן כללי, אין די רעיון הציוני, התייסדות המדינה, וכדומה, איז דא אסאך צו רעדן ואין כאן מקומה ווייל נישט דאס איז דער פוינט דא.
אויב דיין שאלה איז כהיום, איז דער ענטפער פשוט: היינט איז דאס ממש נישט מעלה און נישט מוריד.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:21 pm
דורך [NAMELESS]
קאך_לעפל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דער מאשזאר זאל זיין געזונט וויל דא, איך האב נישט באצויגען אויף קיין איין ווארט וואס ער שרייבט, איך האלט נישט אז מען מעג ע''פ הלכה ענפערן, איך האב נאר גענפערט פאר מאטי, און געגאנגען ווייטער.... און אגב דער אויסברוך פון מאשזאר איז מיר א גרויס כבוד און א פארגעניגען, און עס איז א פיינע סימן..... זאל דער אייבישטער העלפן.....
איך פארשטיי נישט וואס דער קאך לעפל וואס איז נישט געזונט וויל דא, ער באציט זיך אויף דעם מענטש אדנירם, ער איז מחליט אויף א מענטש וואס יענעמ'ס מיינונגען זענען - ללא שום הגיון, און דערנאך פרעגט ער אז ער פארשטייט נישט וואס דא טוט זיך... און אגב, דער אויסברוך פון קאך לעפל במשך אלע זיינע תגובות ביז די לעצטיגע, איז מיר א גרויס כבוד און א פארגעניגן, און עס איז א פיינע סימן פון איינער וואס האט נישט וואס צו ענטפערן, און ווייסט נישט וויאזוי צו ענטפערן... זאל דער אייבערשטער העלפן, בזכות דעם רבי'ן זי"ע...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:33 pm
דורך ישראל קאפקע
@שש, פארוואס שפירסטו בארעכטיגט צו גרעפצן אויף א גאנצע קהילה קדושה בישראל און קאך לעפל מעג נישט גרעפצן אויף דיר?
אדרבה, אז דו האסט עפעס צו זאגן, עפעס א שיטה צו פארטיידיגן אזוי ווי @מאטי טוט עס, אדער א נושא צו באהאנדלען (די בליק פון גדולי ישראל פון לעצטן דור אויף ציוניזם) בי מיי געסט (כאטש אנדערע זענען שוין נמאס). אבער סתם אראפצורייסן און אפשפעטן פון סאטמאר, זאגאר אין צוויי לאנגע און ברייטע אשכולות אין איין טאג.
אגב, סאטירע שרייבט מען אויף פובליק מענטשן, א פאליטיקאנט, א פירער אדער א רעגירונג (אדער אויף די אייגענע פראקציע). שרייבן סאטירע אויף א רבים וואס מען קען נישט פארטראגן (כאטש מען ווארפט אריין, פארשטייט זיך, אויך קעגן זייער מנהיג) איז קיין סאטירע און איז נישט קאמיש. עס איז העיט-ספיעטש.
וואס דרייסטו א קאפ מיט קאך לעפל. מיר געפונען זיך נישט אין זיין אשכול וואו דו האסט קאמענטירט. מיר געפונען זיך אין דיין (צווייטע) אשכול וואו ער האט קאמענטירט.
אגב, ווי עס קוקט אויס איז דיין גאנצע באקאנטשאפט מיט סאטמאר נאר דורך י.מ. סופר'ס ארטיקלען אין די צייטונג.
סאטמאר איז די גרעסטע דינאמישע און וואקסנדע חסידות, וואס לייגט א גרויסן דגוש אויף צדקה וחסד, קובע עיתים זיין לתורה, אמונה בטחון און ערליכקייט.
אויפן וועג צו באנקראט? איי דאונט טינק סאו.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:48 pm
דורך [NAMELESS]
ישראל קאפקע, מיט געוויסע זאכן בין איך לגמרי איינשטימיג מיט דיר, און מיט געוויסע זאכן נישט. צו פירן א ויכוח מיט א פאק באליידיגטע אידן איז נישט וואס איך זוך צו טון אין דעם מאמענט.
כ'האב ארויסגעברענגט א נקודה, והרוצה לזיך דינגען הרשות בידו.
נאר איין אגב: כ'קען סאטמאר פון די נאנט. און ניין, ימ"ס ארטיקלען שפיגלען נישט אפ דעם רוב פון סאטמאר.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:48 pm
דורך קאך_לעפל
רבי ישראל איך שעץ דיין זיך אנעמען.. אבער איך זאג דיר צו אז עס פעלט בכלל נישט אויס.... עס איז מיר א כבוד און א שטאלץ זיין אויסברוך.....אמונה פשוטה אינעם הייליגען באשעפער, און דאס וואס שלומי אמוני ישראל האלטן זיך פעסט אין דער הייליגער שיטה, קרענקט אים... לאז אים געמאכט....
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:54 pm
דורך [NAMELESS]
קאך_לעפל האט געשריבן:אמונה פשוטה אינעם הייליגען באשעפער, און דאס וואס שלומי אמוני ישראל האלטן זיך פעסט אין דער הייליגער שיטה, קרענקט אים... לאז אים געמאכט....
גערעכט, אייסיס קרענקט מיר, על קאידא קרענקט מיר, מזרח'יסטן קרענקן מיר, און די שיטה הק' קרענקט מיר.
א ראי' ברורה אז דאס אלעס איז אמת.
נאר 'אמונה פשוטה אינעם הייליגן באשעפער', קומט ממש נישט אריין דאהי, חוץ אויב איינער וואס גלייבט נישט אין שיטה הק' גלייבט נישט מיט קיין אמונה פשוטה אינעם הייליגן באשעפער רח"ל.
דו ברעכסט און ברעכסט, און רעדסט פון יענעמ'ס אויסברוך...
פלאי פלאים!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:00 pm
דורך berlbalaguleh
מבקר האט געשריבן:היום נחגג חג העצמאות, אבל לוח השנה לא נשתנה, היום היא יום ד׳ אייר.
מבקר: דו כאפסט נישט...? ס'איז א יום העצמאות מוקדם. דער בעל המימרא (אדנירם) האט געוואוסט אז די סאקמערער חסידים און להב' די נטורי חרתא פאסטן דאך אום ה' אייר, ר"ל. און מ'איז דאך נישט קובע קיין תענית אויף עש"ק, חוץ עשרה בטבת. ממילא האט ער שוין היינט אפגעשריבן זיין חוות דעת לכבוד דעם יום המר והנמהר...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
אתא קלילא: ייש"כ פאר ברענגען דעם נטורי חרתא אינגערמאן מיט דעם פלאטשיג'ס און די געקרייזלטע פיאות, וועלכער האלט א פאן פון די פאלעסטטינער מדינה. זיי מיינען נעבעך אז אין די נייע פאלעסטינער מדינה וועט מען זיי אויפנעמען אויף א גאלדענע טאץ און זיי געבן כבוד מלכים...זיי 'עללן זיך נאך בענקען נאך די ציוניס'טישע מדינה הטמאה...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:27 pm
דורך פרייוויליג
א איד האט אמאל געטראפן א מזרחיסט ביים בארטען פון טייך אום ה׳ אייר מתעיין זיין אין ויואל משה. אויפן פראגע, וואס איז פשט? ענטפערט די מזרחיסט: איך האב געזוכט ספרים וואס רעדן ארום וועגן די יום טוב ה׳ אייר, און געטראפן האב איך נאר ויואל משה רעדן דערפון...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:20 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מאך זיך נישט נעריש. איך האב געזען צייטונגען פון זעכציג און זיבעציג יאר צוריק וואס זאגען אז 'היינט איז שוין נישט דא קיין ציונים'. ס'עקגזיסטירט נאך, און טאמער דעמאלס איז געווען א געפאר, איז נאך היינט. נאר פרעדיגען קנאות און פעלשען תורה איז נישט דער ענטפער דערצו.
ליטוואק פון בודאפעסט: במחכת"ה האסטו א גרויסן טעות. אויב דו קענסט מיר אנווייזן כאטש איינעם פון די פרייע יונגלעך אין די נייט קלאבס אין תל אביב וואס גייט דארט. אדער אין אילת. וועלכער גייט אדער טוט עפעס לשם ציונות. ווידער גיין אין די ארמיי הייסט נישט קיין ציונות. ווייל א יעדער נארמאלער מענטש וויל באשיצן זיך און זיין משפחה. נאר די שטינקעדיגע חסרי דעה די נטורי חרתא טוען וואס זיי טוען. און נאך א ראיה האסטו אז די רשעים די (געוועזענע) ציונים פון די שב"כ זענען אחרי ככלות הכל נישט אזעלכע רשעים אז זיי לאזן אט די משוגעים ווילדעווען און סטאפן זיי נישט...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:37 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווי זאגט ער דארט מנשה?
ווען ס'שוין דא ווער ס'זאל וויינען, קען איך שוין לאכן..
Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווי לאנג דאס ווארט ציונות איז נישט קלאר פארטייטשט, איז א שאד צו רעדען.
אבער איין זאך נאר. דער בחור אינ'ם נייט קלא''ב איז א איד און וויל זיין אידיש. ט'פארוואס דרייט ער זיך אינ'ם נייט קלא''ב? נישט פאר'ן זעלבע סבה וואס דער סקווערער אדער דער סאטמארער בחור גייט אהין. נאר ווייל מ'האט איהם אויסגעלערנט אז ס'איז נישט קיין סתירה. ער מיינט זיין א איד האט נישט מיט שמירת המצוות. ער איז נעבעך אומשולדיגט, אבער דער פארברעך פון אזוי מחנך זיין קינדער גייט נאך אן דורות. יעצט דעס האט נישט מיט בחירות, און גייען צו איראן און די פאלעסטיניען איז נאך פונקט אזוי נעריש. הרב קוק איז נאך אלס אסאך גרעסערער ת''ח ווי זיין קעגענער און שיטה הקדושה איז פולקאמער לאקשען. אבער דאס איז נישט ריכטיג אז ציונות און איהרע פראבלעמען זענען פארשוואונדען געווארען.
און דער געווער קעגען די פראבלעם איז פונקט ווי פאר פופציג און הונדרעט יאר צוריק. שטיצען און בויען חדרים ישיבות און כוללים, לעבען א לעבען וואס שרייט פון זיך אליינס אז א איד איז פארבונדען מיט'ן תורה ונותנה, און זיך פיהרען אויף אן איידעלע אופן וואס די בריות וועלען זאגען 'אשרי אביו שלמדו תורה'.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:41 pm
דורך מנשה לוסטיג
Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 8:57 am
דורך נופת צופים
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 9:01 am
דורך [NAMELESS]
זעה איך גוט ? זיי טאנצן דארט ? ווי זענען די בגדי שבת ?
Re: יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 9:03 am
דורך [NAMELESS]
נופת צופים האט געשריבן:IMG_20150424_085147.jpg
איפה זה?
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 9:36 am
דורך שמעקעדיג
זיי טאנצן? אין א יום המר והנמהר והמנמנמהר?
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 9:40 am
דורך שמעון וואלף
ק/פ
--
מזרוחניק פגש נטורי קרתא הבוקר ואמר לו, שלמעשה שניהם מודים שהדגל הוא מכשיר מצוה, וכל המחלוקת היא שהנטורי קרתא סוברים ש'הדלקה עושה מצוה' והוא סובר ש'הנחה עושה מצוה'!
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 11:26 am
דורך איש את רעהו
די טאג איז א נישט גוטע לאו דוקא פאר סאטמארע אידן
אנדערע רבי'ס און רבנים האבן זיך נאר מוציא געווען מיט די סאטמארע רבי , זיי האבן געהאטן כל זמן סאטמארע רב שרייט פעלט שוין נישט אויס פאר זיי צו עקסער מעורר זיין
אבער א חוץ די כיפה סרוגה'ס און נאכפאלגער פון הר'' קוק האט יעדער געזען אין ציונות א שעדליכע און אומגליקליכע זאך פאר אידן
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 12:45 pm
דורך חקרן
און איך נישט?