בלאט 4 פון 4
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 7:17 pm
דורך [NAMELESS]
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אסף המזכיר האט געשריבן:אגוטן פריינט. די הנהלה ארבעט אויף אן אנאנימע אפציע, מיר האפן אז עס וועט זיך אויסארבעטן בקרוב.
איך האלט עס דאס איז נישט קיין גוטע איידיע, געוויסע גייען דאס אויסניצען צו פירקלען זאכן שטותים און אנדערע גארביטש וואס ס'וואלט זיי נישט געפאסט מיט זייער נאמען, עס קען זיין יצא שכרו בהפסדו,
גערעכט, און א עצה דערויף אז מען זאל דאס נאר לייגען אין מאחורי הפרגוד וואס דארט איז מוחזק עפ''י רוב באזעסענע ניקים, און מען זאל דארט עפענען א אשכול פון דברים שלא בעניני אחורי, והכל על מקומו יבוא בשלום
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 9:59 pm
דורך moshav zekeinim
נאטירליך האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:אסף המזכיר האט געשריבן:אגוטן פריינט. די הנהלה ארבעט אויף אן אנאנימע אפציע, מיר האפן אז עס וועט זיך אויסארבעטן בקרוב.
איך האלט עס דאס איז נישט קיין גוטע איידיע, געוויסע גייען דאס אויסניצען צו פירקלען זאכן שטותים און אנדערע גארביטש וואס ס'וואלט זיי נישט געפאסט מיט זייער נאמען, עס קען זיין יצא שכרו בהפסדו,
אפשר קען מען מאכן אז נאר אויף געוויסע אשכולות וועט דאס ארבעטען
אשכולות מיוחד צו שרייבן פערזענליכע זאכן אזוי ווי דאגה בלב. און דארט זאל די צענזור זיין זייער שטרענג, און נאר צו לאזן ערנסטע געשרייבעכטץ. כדי צו האלטן די ניווא םון א אשכול וואס איז מיוחד פאר פערזענליכע נושאים וואו דער ערנסקייט דארף זיין פיל א העכערע סטאנדארט. איבערהויפט אז אנאנים נעמט אמאל אןועק די אחריות פונעם שרייבער זיך צו האלן אויף א געוויסע סטאנדארט.
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 10:15 pm
דורך moshav zekeinim
עמעזאן האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:אסף המזכיר האט געשריבן:אגוטן פריינט. די הנהלה ארבעט אויף אן אנאנימע אפציע, מיר האפן אז עס וועט זיך אויסארבעטן בקרוב.
איך האלט עס דאס איז נישט קיין גוטע איידיע, געוויסע גייען דאס אויסניצען צו פירקלען זאכן שטותים און אנדערע גארביטש וואס ס'וואלט זיי נישט געפאסט מיט זייער נאמען, עס קען זיין יצא שכרו בהפסדו,
גערעכט, און א עצה דערויף אז מען זאל דאס נאר לייגען אין מאחורי הפרגוד וואס דארט איז מוחזק עפ''י רוב באזעסענע ניקים, און מען זאל דארט עפענען א אשכול פון דברים שלא בעניני אחורי, והכל על מקומו יבוא בשלום
עס איז טאקע א גוטע עצה אויף צו פראטעקטן פון אומגעווינטשענע פירקלערייען. אבער לתועלת אונזער ציל פון דאגה בלב פארוואס זאל נישט זיין א געלעגנהייט פאר יעדן צו קענען ארויסגעבן זיין וויי געשריי בכל הענינים מעמקי דליבי, ווען מקען פשוט מאכן א פארום מיט פשוט א שטרענגערע צענזור?!
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 10:24 pm
דורך איך אויך
קען דער יעניגער ביטע אויפהערן מיט זיין לעיקוואד פעטיש?
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 10:34 pm
דורך moshav zekeinim
צו די וואס טענה'ן אז ווער ס'האט צו שרייבן א איבערלעבענישט אדער ווייטוגן עפנט א אשכול. קודם כל עס איז פשוט נישט אמת. רוב האבן נישט די כוחות זיך צאמצונעמען אין שרייבן, ספעציעל טיפע און אומגעווענדליכע ווייטוגן, וואס דאס דארף א שטארקער אינקורידזשמענט אז מזאל עס שרייבן ווייל דער וואונד איז צו שטארק אדער אומאויסדרוק באר.
און בנוגע די טענה אז נאר ריסנט פראבלעמען שרייבן מענטשן. נו, על זה אנו דנין, איך וויל דאך אינקורידזשן אז מען זאל יא שרייבן אלטע ווייטוגן.
און דאס וואס איר זאגט אז מוועט עס נישט שרייבן דא אין דעם אשכול.
איז אזוי, קען זיין אז נישט און קען זיין אז יא, סאופאר שרייבט מען סייווי נישט אויף די לעוול וואס איך ציל, אבער ליסן פרענדס, מיין ציל איז נישט דוקא אז עס זאל דא געשריבן ווערן אין דעם אשכול, איך ציל בעיקר אז עס זאל ווערן פאפולער אזא קאלום און אזא געדאנק ווי מענשטן געבן ארויס זייערע באגראבענע צרות מכל המינים שהתועלת בזה מן המותר לציין להמבינים. זאל עס זיין א פארום מיוחד פארדעם ואדרבא.
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 10:38 pm
דורך איך אויך
ר' איד זייט מוחל און אפשר הערסטו אויף צו קעקעצן און דרייען די ביצים?! האסט שוין אנגעפירקלט דריי בלעטער און קיינער האט נישט די מינדענסטע אהנונג וואס דו ווילסט פון אונזער לעבן האבען.
Re: דאגה בלב איש
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 10:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עזריאל, איך האב א בלעכענע מאגען געווענדליך, אבער דאס..... וואו! נאר דאס קען איך זאגען
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 12:00 am
דורך moshav zekeinim
איך אויך האט געשריבן:ר' איד זייט מוחל און אפשר הערסטו אויף צו קעקעצן און דרייען די ביצים?! האסט שוין אנגעפירקלט דריי בלעטער און קיינער האט נישט די מינדענסטע אהנונג וואס דו ווילסט פון אונזער לעבן האבען.
וואספארא מין שפראך!!!
איך מיין אז עס איז יא קלאר וואס איך וויל. קיינער האט נאר פשוט נישט וואס צו דערציילן אדער די מוט צו דערציילן, אז דער קאלום זאל ווערן א פאקט. און דאס וויל איך שטיפן אז סזאל יא געשען.
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 12:50 am
דורך שמעקעדיג
הע, ווילסט שטופן? עס איז זייער שווער צו לייגן דרוק אז "יענער" זאל שרייבן. אז איינער וויל שרייבן קען ער זעלבסט רואיג שרייבן וואס ער וויל במקום שלבו חפץ. אבער פארלאנגען און פרעשורן א צווייטן דאס ארבעט זיך נישט אויס (@כוכב איז אן אויסנאם...)
אלזא איך שלאג פאר אז זאלסט אויפהערן בעטן. אדער שרייב אליין, אדער וועט קומען די ריכטיגע מינוט וואס א צווייטער וועט באשרייבן זיין איבערלעבעניש.
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 8:48 am
דורך moshav zekeinim
i begging you party
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 1:47 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
אזויווי קיינער האלט נישט ביי גארנישט וועל איך אנהייבען:
איך בין א קרבן פון מאלעסעטעישען, פשוט און גראד. איך בין א קרבן ווען דאס האט פאסירט, איך בין א קרבן ווען מיינע עלטערען און געשוויסטער האבען עס אוועקגעמאכט, און איך בין א קרבן עד עצם היום הזה.
אויסער מיין חשוב'ע רביצין תליט"א ווייסט קיינער פון דעם צו זאגען און איך וויל עס מיטטיילען מיט די חברי השטיבעל, כדי מסביר צו זיין אויף'ן שפיץ גאפעל וויאזוי דאס פאסירט, וואס די געפילען זענען און וויאזוי איר זאלט אייער אייגענע קינדער היטען פון דארפען דורכמאכען שבעה מדורי גיהנום, און ערגערס.
היות די טעמע איז א טריגע"ר פונקט פאר אסאך מענטשען וועל איך עס נישט מיטטיילען נאר בהסכמת כל החברים און א ווארענונג אז וועם עס שטערט זאל דאס נישט ליינען.
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 2:14 pm
דורך [NAMELESS]
ר' מנחם, דער אלטער מאכט טאקע א מצב ווי כאילו קיינער רעדט זיך אויס דאס הארץ דא, זייט וויסען אז איר זענט נישט דער ערשטער דאס צו טון כאפט א שפאציר ארום וועט איר זיך אנשטויסען אין עטליכע וואס האבן שוין פארציילט זייערע מיטמאכענישן בפרט בנוגע מאלעסטעישן, בפרט אין מאחורי,
שפירט אייך באקוועם צו פארציילן און בעזר השם וועט אייך לייכטער ווערן, און אפשר פארדינען גוטע אדווייס פון חבירים וואס זענען אדורך ענליך,
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 2:16 pm
דורך לית דין בר נש
אפשר אים שענקען א פאס צו
דער אשכול אדער
דער אשכול?
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 2:24 pm
דורך הוגה
מען דארף נישט גיין ביז מאחורי, עס זענען דא גענוג דיסקוסיעס אין דער נושא אויך מלפני.
דא האט איר איינער מחברי השטיבל
טיילט מיט זיין געשיכטע. עס זענען דא נאך כהנה.
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 2:49 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
הוגה האט געשריבן:מען דארף נישט גיין ביז מאחורי, עס זענען דא גענוג דיסקוסיעס אין דער נושא אויך מלפני.
דא האט איר איינער מחברי השטיבל
טיילט מיט זיין געשיכטע. עס זענען דא נאך כהנה.
האט איינער געשריבען מיין מעשה?
דאס איז ווארט ביי ווארט וואס איך ואלט געשריבען. א פלא.
נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 3:01 pm
דורך moshav zekeinim
איך וויל מאכן א מצב אז כדי עס זאל ווערן א גאלעריע - א מקום מיוחד, פאר איבערלעבענישן, וואס זאל ציען צו שרייבן אפילו פאר אזעליכע וואס זענען געווענליך נישט באקוועם זיך צו עפענען בכתב און וואלטן סתם אזוי נישט געעפנט א אשכול דערפאר.
און א דאנק אייך מנחם אבראמאוויטש פאר'ן זיין דער ערשטער צו געבן א לעגעטימער און למעשה'דיגער סטאטוס םארן ציל פונעם אשכול וואס איז לדעתי שטארק נחוץ.
איך וואלט אייך מציע געווען צו עפענען א נייעם אשכול מיט א טייטל וואס איר קלויבט אויס מיטן צונאמען דאגה בלב (למשל: דאגה בלב - מיין מאלעסטעישן מעשה). און איך האף נאכצופאלגן אייער סיפור און פראבירן עס צו האלטן אויף א ערנסטער ניווא. און האפנטליך וועלן די גבאים מיט די צייט עפענען א נייער פארום מיוחד פערזענליכע איבערלעבענישן.
בבקשה נאר איין זאך. דערציילט נאר א אמת'דיגע מעשה, איך פארלאז מיך אויף אייך.
נ.ב. טאמער איז אייך שווער אראפצולייגן אייערע פערזענליכע שטורנמישע געפילן און איבערלעבונג (אמאל אייגענע איבערלעבענישן איז שווער אראפ צו לייגן אפילו מ'איז א שרייבער), דאן קענט איר מיר שיקן אייער איבערלעבעניש אין אישי אין נאוט פארעם (נאטיץ פארמאט) און איך וועל פראבירן כפי יכלתי דאס אביסל אויסצושטעלן.
חזקו ואמצו. באט טעיק יאור טיים ענד וויטאוט קאמיטמענטס
נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:45 pm
דורך נאטירליך
איך בענק זיך נאך די אלטע מושב נאכן זוכן זיינע ערשטע תגובות אין קש אזא ריינקייט אזא זיסקייט
מושב דערצייל אונז דיין ווייטאג, דאס קענען מיר אלע פארשטיין, מיר אלע האבן הערצער.
דיינע שיטות קענען מיר נישט פארשטיין ווייל אונז זעמער נישט אין דיין מצב, וואס האט געפארעמט דיין טראכטן גאנג