בלאט 4 פון 5
Re: אסיפות הרבנים און די יעצטיגע מינוטן
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:12 pm
דורך HotCoffee
I doubt it.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:31 pm
דורך רויטע וואנצעס
דאס האט א כולל אינגערמאן לכאורה צאמגעשטעלט. ווער עס פארשטייט די דינאמיקס פון עשירים מיט רבנים, קהילות מיט מוסדות, פארשטייט אז דא וועט גארנישט ווערן.
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:32 pm
דורך I'm back
HotCoffee האט געשריבן:I doubt it.
Re: אסיפות הרבנים און די יעצטיגע מינוטן
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 5:10 pm
דורך HotCoffee
עזריאל האט געשריבן:עפעס ווערט שוין
בעסער געזאגט: עפעס איז געווען...
נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 5:15 pm
דורך שמעון וואלף
פעטיציע שמעטיציע. אויב וויל מען עפעס דורכפירן ביי די ראשי קהילה, איז די איינציגסטער וועג אויב מ'וועט פארלאנגן געהעריגע וואלן. זאלן די ראשי קהילה דארפן געפעלן פאר'ן ציבור, דעמאלטס קען א פעטיציע עפעס אויפטון.
כעת זענען די ראשי קהילה גארנישט שילדיג פאר קיינעם חוץ פאר די אדמו"ר און אנדערע שישקעס.
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:19 pm
דורך [NAMELESS]
דאס טיפשות אויפן העכסטן פארנעם
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:56 pm
דורך גאנצל
wow עזריאל איז זייער ביזי די וואך קודם די שחיטה יעצט מיט דעם
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:53 pm
דורך Milk shake
פארוואס טיפשות? וואסי שלעכט צו באגריסן די וואס נעמען די גאטס און קוראזש און געבן פאר אידן דירות וואס זיי קענען געבן פאר נישט אידן און מאכן פיל מער?
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:02 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
די גאנצע עדווערטייזמענט שרייט איין זאך: יצחק ראזענבערג די ביסט נישט פון אונזער גרופע...
וואס די נערישע חברה פארשטייען נישט איז אז יצחק ראזענבערג האט קיינמאל נישט געפלאנט צו זיין אין זייער גרופע ער איז שוין איינמאל דארט געווען אין ער ווייסט אז די גאנצע זאך איז איין שטיק בלאף...
די עד דארף מכלומרשט שרייען וואס פאר א גרויסע צדיקים זיי זענען אז זיי געבן דירות פאר אידן יצחק ראזענבערג ווייסט אז די באנדע זענען א גאנצע חברה היפעקריטס...
נישט אז ער איז א גרעסערע צדיק פון זיי.
יעדער איז דא פאר איין צוועק, איינער קיקט אויף געלט און דער צווייטער אויף כבוד..
חוץ רבי פישל דייטש( וואס דרך אגב איז א בושה עם צו לייגן אויפן זעלבע ליסטע) ברענגען זיי נישט פאר אידן קיין דירות ווי מען קען וואוינען ווי א איד, זיי ברענגען די גויאישע מארקעט פרייז פאר אידן וואס דאס וועט זיי נישט לאזן לעבן נישט קיין אידיש און נישט קיין גויאיש לעבן...
א אינגערמאן קען נישט אן טאר נישט באצאלן 3000+ רענט אדער א מיליאן + צו קויפן.
דער סוף איז אז מען איז נישט קיין איד און נישט קיין גוי.
און וויפיל פון די וואס זענען אויף די ליסטע האבן יעצט היינט צוטאג אסאך מער ווי פיפיציג דירות אין וויליאמסבורג וואס איז פארענטעט פאר גוים??
א באנדע בלאפערס כבוד זיכערס וואס שטעכן מיט גרויסע מעסערס אין די ריקן פון זייער אייגענע ברידער און קומען צו לויפן מיט קליינע נאסע שמאטעס צו ווישן די בליט..
געקויפט א פראדזשעקט אין וויליאמסבורג פאר 70 מיליאן דאלער מכלומרשט צו ראטעווען אידישקייט ווען מען קען פאר דעם געלט בויען א גאנצע שטאט מיט טויזענט דירות פאר ביליג רענט.
די וואס גייען באצאלן דארט עטליכע טויזענט דאללער א חודש מארגידזש אדער רענט וועלן אויפגעראכטן ווערן דערפון אדער פארקערט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:09 pm
דורך לית דין בר נש
וואס טוט דער ר' פישל דייטש ער פארדינגט פאר ביליג? קיינמאל גיהערט פון אים
ספריםפאקער אז די גיבסט שוין א איד א קאמפלימענט שרייב וואס ער טוט איך בין זייער נייגעריג
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:13 pm
דורך [NAMELESS]
לית דין בר נש האט געשריבן:וואס טוט דער ר' פישל דייטש ער פארדינגט פאר ביליג? קיינמאל גיהערט פון אים
ספריםפאקער אז די גיבסט שוין א איד א קאמפלימענט שרייב וואס ער טוט איך בין זייער נייגעריג
פישל מיט זיין זון האבן געבויעט (ווי איך הער) הערליכע דירות, זיי האבן אריינגעלייגט הארץ, מ'זאגט אז קיינער בויעט נישט אזוי שיין צו פארדינגען, איך האב געזעהן פיקטשערס און סקוקט טאקע אויס זייער שיין. אויך האבן זיי באשלאסן אז זיי גייען פארדינגען פאר ביליג, מ'קען מאכן גענוג ריווח אזוי אויך, זיי בעטן פאר א צוויי בעדרום דירה $1600 (נאכאמאל לויט ווי איך הער) וואס איז זייער ביליג פאר א וויליאמסבורגע דירה, און נאכערצו ווען מ'רעדט פון א ברענד ניו הויז, וואס מ'האט געבויעט אויף א היי סטענדערט.
יבוא על שכרו
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:22 pm
דורך Kool man
ספרים פאקער, ביטע זיי מער מסביר, ווער האט געקויפט פאר 70 מיליאן א פראזשעקט צ ו מאכען פאר יודען?
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:16 pm
דורך טוב
למעשה תכלית ווי גייט מען בויען? מיין מחותן זיכט מיט ליכט א דירה פאר מיין זין, קען מען ערגעץ אפפלייען?
Re: אסיפות הרבנים און די יעצטיגע מינוטן
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז דא גענוג און נאך שטעט אין אמעריקא ווי מ'קען קויפען א הויז מיט א לאט פאר $200,000. פאר זיבעציג מיליון קען מען קויפען 350 אזעלכע, פארקויפען פאר $300,000 און יענער וועט אריינלייגען נאך $100,000 און אזוי האט ער א שיינער פלאץ צו וואוינען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:15 pm
דורך טוב
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז דא גענוג און נאך שטעט אין אמעריקא ווי מ'קען קויפען א הויז מיט א לאט פאר $200,000. פאר זיבעציג מיליון קען מען קויפען 350 אזעלכע, פארקויפען פאר $300,000 און יענער וועט אריינלייגען נאך $100,000 און אזוי האט ער א שיינער פלאץ צו וואוינען.
אבער וואס טוט מען מיט מוסדות?
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:24 pm
דורך הבא ללמד
טוב האט געשריבן:אבער וואס טוט מען מיט מוסדות?
מען פארקויפט איין בנין אין ווילי און מען קען מיט דיעם קויפן 5 בניינים און דרויסען
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 6:27 pm
דורך טוב
הבא ללמד האט געשריבן:טוב האט געשריבן:אבער וואס טוט מען מיט מוסדות?
מען פארקויפט איין בנין אין ווילי און מען קען מיט דיעם קויפן 5 בניינים און דרויסען
ווער? מדארף דאך עסקנים!
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 8:29 pm
דורך [NAMELESS]
טוב האט געשריבן:הבא ללמד האט געשריבן:טוב האט געשריבן:אבער וואס טוט מען מיט מוסדות?
מען פארקויפט איין בנין אין ווילי און מען קען מיט דיעם קויפן 5 בניינים און דרויסען
ווער? מדארף דאך עסקנים!
נו פון דעם רעדט מען, די עסקנים וואס זענען אזוי גוט הארציג און קויפן בנינים פאר 70 רעדלעך, זיי זאלן זיין די עסקנים און קויפן נאר פאר דריי
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 8:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווער האט דיר איינגערעדט אז מ'דארף עסקנים צו מאכען מוסדות? ט'טויגען זיי אזויפיל צו חינוך אז אן זיי איז נישט מעגליך?
איינוואוינער אין א שטאט וואס דארפען א מוסד זאלען עפענען א מוסד פאר זייער קינדער.
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:16 pm
דורך טוב
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער האט דיר איינגערעדט אז מ'דארף עסקנים צו מאכען מוסדות? ט'טויגען זיי אזויפיל צו חינוך אז אן זיי איז נישט מעגליך?
איינוואוינער אין א שטאט וואס דארפען א מוסד זאלען עפענען א מוסד פאר זייער קינדער.
למעשה ווער האט אויפגעשטעלט מוסדות ביז היינט? ווער קען פינאנצירן מוסדות? אויב נישט עסקנים און קהילות...
Re: אסיפות הרבנים און די יעצטיגע מינוטן
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גלייב ווייטער.
ס'איז דא אין עפעס א ספר א משל וועגען א פייערצינדער און א פייערלעשער. אפשר קען א סאטמארער ערקלערען.
Re: אסיפות הרבנים און די יעצטיגע מינוטן
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:33 pm
דורך petergrifin
דער סאטמער רבי זצ"ל דער באבאווער רב זצ"ל מיט אנדערע גדולים האבן אליינס געשוויצט דערפאר מיט עטליכע חסידים און זיי האבן זיך נישט געריפען עסקנים און אויך נישט געלאזט אלעס פאר עסקנים נאר האבן אליינס געארבייט דערפאר. סתם שיק עסקנים, רעד צי עסקנים, מען קען נישט בויען אן עסקנים וויזט ווי טיף אין ט... אונז זענען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:49 pm
דורך HotCoffee
געטראפן און חיים שאולזאן'ס וועבזייט:
רבותי;
סאיז א טעות די גאנצע זאך!
די גאנצע אויפרעגעריי און הארץ עסעניש - די גאנצע מכלומר׳שטן סקאנדאל איז א פלעינער מיסטעיק.
ניין, מיר האבן נישט קיין דירה קרייסיס,
מיר האבן נישט קיין רענט קרייסיס און אויכנישט קיין ארטיסטן אדער חב״דסקער קרייסיס....
נאר וואס יא?
אבל יש כאן ״רבנים קרייסיס״.
א שמוציגן אנגעזייעטן ׳סירפלאס׳ (שפע) פון צודרייטע רעבישע קיען מיט שיעפע טאשן - אנ׳ע דזשאבס - שיכור פון ליידיגיין און קראנק פון אזויפיל שנארן.
ווער ברויך זיי?
ווער האט זיי געפרעגט אפילו פאר א מיינונג?
ווייסן זיי דען נישט אליין אז זיי זענען די וואס פארמערן מחלוקת און פארטרייבן פרנסות?!
ווייסן זיי דען נישט אליין אז זיי זענען די וואס פארמערן מסירות און פארטרייבן די גאולה?!
יא יא, אן אנשיקעניש פון פינף שטאקיגע געביידעס - דריי טענאנטס מיט די צוויי איבריגע פאר זיי, אלע האבן זיי פראנט פארטשעס העכער מיין קאפ אז ווען איך וואק דורך אין די ווינטער - ווארפן די אומבאלומפערטע זרע לבטלה׳ניקעס שניי באליס אויף מיין היט!!!!!
און די פאני פארט דערפון איז אז ״איך האב דאך באצאהלט פאר דעם הויז״!!!!
אדני קודש, תרומת המשכן... וכדו׳.
א מין חוצפה; די טייערסטע חתונות, באקוועמסטע קארס, שענסטע הייזער, רייכסטע וועש..
און וואס - מיין אינטערנעט איז די פראבלעם?!
זיצט זיך אזוי באקוועם ביי שלש סעודות אויף זיין ברוינעם לעדערנעם שטיעל - וואס אגב - האב איך אויך באצאהלט דערפאר - און זינגט און פארפירט וועגן לוקסוס????? זאג נאר די - ווער האט דיר געבויעט דיין הויז? הא?
(איך וואלט געהאט חשק אז די אלע רבי׳לעך זאלן פרעגן זייערע געטרייע נדבנים צו זיי וואלטן ווען זיך געקענט ערלויבן די אלע נדבות ווען זיי האבן ווען נישט קיין אינטערנעט.....)
שבת הגדול פארפירט מען וועגן תאוות אכילה און עסן כשר לפסח נאשעריי... - זאג נאר - ווער גיט די הכשר אויף די אלע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]???
נאכדעם זאמלן זיי אונז איין ווי שעפעלעך אין גרויסע זאלן און אין סטאדיומס - און ווייזן אויף אונז זייערע פעטע אויסגעפאשעטע פינגער אז מיר זענען שולדיג אויף אלע פראבלעמען???
נאר וואס דען?
מיר דארפן זיך צאמנעמען, אלע בעלהבתי׳שע אידן אויף א רינדעכיגן אויבן׳אן און די רבי׳לעך אינדערמיט, און שרייען אויף די רבנים!!! געניג איז געניג!!!
אונז ווייסן אויך פארוואס משיח קומט נישט; וועגן ענקערע מעשים.
ווילט עטס געלט - גיי ארבעט!
ווילסט כבוד און דרך ארץ - פיר דיך אויף ווי סדארף צו זיין!!
ווילסט אונז זאלן קומען און פאלגן די דין תורה? - הערטס אויף צו גיין אין קאורט!!
עטס מעגטס יא?!
ווילט איר אונז זאלן האבן שלום מיט אונזער עלטערן און משפחה? - ווייזט אונז א סעמפל!!
מיר ווילן און וועלן האלטן די תורה גענוי אזוי שטרענג ווי אייך!!
אבער ווייזט אונז דעם דרך הישר אן׳ע נגיעות און היפאקריטעיט.
א דאנק