בלאט 1 פון 1

אב"ד וויזניץ בארא פארק (לרפו"ש) זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 3:10 pm
דורך ראש הישיבה
[justify]הרב פנחס שלום בן סימא מירל ובנו הגדול של כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א דארף א ישועה.

ווי איך הער האט ער געהאט אן אפעראציע אויף זיין שדרה פאריגע וואך דאנערשטאג. דער אפעראציע נעמט אריין גרויסע ריזיקעס. ביים סוף פון די אפעראציע איז ער אריין אין קארדיאקארעסט (הארץ אטאק). מען האט אים געדארפט אינטערבעיטן. ביז מען האט אים צוריק געברענגט להאי עלמא. מען האט אים ארויף געהאקט צו א רעספערעיטער און געהאלטן איינגעשלעפט ביז נאך שבת. פאר עפעס א סיבה האבן די דאקטוירים מחליט געווען אז מען גייט אים מאכן א טרעיק. זיי האלטן אז לעולם וועט ער דארפן די רעספערעטער ווען ער שלאפט. און אזוי אויך אויב ער וועט עס דארפן כל היום זאל עס זיין לייכט צו קאנעקטן.

שמעתי אז ער האט זיך נעכטן אויפגעועקט און מלא יסורים, ווי מען האט אים געבינדן צו די בעט אז ער זאל נישט ארויס רייסן די רעספערעטאר.

צווישן חסידי וויזניץ מאנסי רעדט מען כמעט נישט פון דעם.

עס קען זיין אז געוויסע פרטים זענען נישט פונקטלעך מדוייק. אויב איינער ווייסט מער פרטים זאל ביטע מעלדן.

די ציבור ווערט געבעטן מתפלל זיין פאר פנחס שלום בן סימא מירל לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.[/justify]