בלאט 4 פון 6
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:03 pm
דורך קרעקער
איין נחמה קענסטו האבען
אז געווענדליך ווען א קינד וואס מהאט נישט געלאזט גיין צו די טאטע וואקסט אויף ווערט ער אזוי גערעגט אויפען מאמע אז ער גייט נאר צו די טאטע
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:06 pm
דורך [NAMELESS]
האט עימיצער באמערקט אז דא איז געפרעגט געווארן א קשיא?
פארוואס איגנארט מען אים?
ענק זענען שלעכטע מענטשן. ענטפערט׳ס אים.
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:53 pm
דורך הקטן
איש עברי האט געשריבן:נעבעך נעבעך דאס הארץ רייסט. א וואוילער און ליבליכער פאטער וואס זיין גורל איז אז ער איז געבוירן אין א געמיינדע וואס אירע קינדער ווערן ערצויגן אראגאנט און אומוויסנד, די זכרים שטאפט מען מיט גמרא און מיט פשעטל'ך אן קיין טראפ אלגעמיינע ווינסשאפט, בילדונג. די נקבות מאכט מען זיכער אז זיי זאלן נישט קענען נישט דאס און נישט דאס.
דיין דרשה איז געבויט אויף:
אלגעמיינע ווינסשאפט, בילדונג =
גיט!
גמרא מיט פשעטל'ך =
שלעכט!
דאס איז נישט קיין פאקט.
דאס איז סך הכול דיין מיינאנג
נישט א יעדער איינער האלט אזוי
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:09 pm
דורך Kool man
ווען א נישט אידישער שופט אין פעמילי קאורט הערט אז א קינד איז געווען ביים טאטען אין שטוב ווען דער טאטע האט געקוקט עדאלט ווידיאוס אדער גראב גערעדט, ער האט געוואטשד "פארן, גייט ער צונעמען קאסטעדי פונעם טאטען, און ער קען פארלאנגען מ'זאל פערסיוען קרימינעל טשארזשעס אקעגען די אומשולדיגע טאטע וואס וואטשט פארן אין זיין קינד'ס קעגענווארט [בלויז ווייל די רבנים האבען איהם צוגענומען די פת בסלו [LOL], דארף ער קוקען עדאלט שמוץ פונקט ווען זיין מינדעריעריג קינד דרייט זיך ביי איהם אין שטוב], יעדע רעכט דענקענדע גוי וועט נישט לאזען א קינד ביי א טאטען וואס האט נישט די ברעקעל אחריות און א אונס נארמאלע זשעלי אין זיין קאפ זיך איינצוהאלטען כאטשיג די צייט וואס ער האט וויזיטעישען און פארלעשען זיין תאווה צו באדען אין שמוץ און זיצען צוגעקלעהבט צום קא פיוטער סקרין צו קענען זעטיגען זיין גרעבע יצרא דעריות, בלויז פאר זיין אזא שוטה וואלט איהם יעדע בי"ד אדער שופט צוגענומען די קינדער, דאס איז ריכטיגע טשיילד ענדענזשערמענט און אביוז אויפען העכסטען גראד!
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:15 pm
דורך איש עברי
הקטן האט געשריבן:איש עברי האט געשריבן:נעבעך נעבעך דאס הארץ רייסט. א וואוילער און ליבליכער פאטער וואס זיין גורל איז אז ער איז געבוירן אין א געמיינדע וואס אירע קינדער ווערן ערצויגן אראגאנט און אומוויסנד, די זכרים שטאפט מען מיט גמרא און מיט פשעטל'ך אן קיין טראפ אלגעמיינע ווינסשאפט, בילדונג. די נקבות מאכט מען זיכער אז זיי זאלן נישט קענען נישט דאס און נישט דאס.
דיין דרשה איז געבויט אויף:
אלגעמיינע ווינסשאפט, בילדונג =
גיט!
גמרא מיט פשעטל'ך =
שלעכט!
דאס איז נישט קיין פאקט.
דאס איז סך הכול דיין מיינאנג
נישט א יעדער איינער האלט אזוי
כנראה אז דו האסט פיין גילערנט אין ישיבה אז דו האסט געקענט אזוי קרום אפלערנען וואס איך האב געשריבען
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:17 pm
דורך Kool man
[tag]הבא ללמד[/tag], זעהט אויס דו האסט נישט פארשטאנען די מעשה, די קינד איז געקומען פארציילען וואס ער זעהט ביים טאטענס קאמפיוטער, אויף דעהם איז די אנדערע צד געלאפען צו בי"ד פארציילען, און בי"ד האט עס געוואלט אויספארשען אויס ס'איז ריכטיג אז ער זעהט ערוות מצרים ביים טאטען אין וויינגארטען, און ליידער האט זיך ארויסגעשטעלט אז מ'האט אים געפאקט ביי די מעשה, און יעצט עסט ער זיינע פירות פון זיין נאכלעסיג און קעירלעסס מיט זיין קינד.
איך האף דיין בלוט האט זיך שוין צוריק געסעטעלט אין פלאץ..
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:21 pm
דורך הבא ללמד
סארי [tag]Kool man[/tag] דאס איז שוין א אנדרע מעשה אבער אויב עס איז אזוי ווי די דערציילט מיינט עס אז מענט רעדט דע פין א פליענער משיגענער אין ווי איך ווייס קען מען ארעסטירען אזא אינגערמאן פאר אזעלכע עבירות
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:29 pm
דורך Kool man
אבסאלוטלי, ס'איז מיר געוועהן א חידוש אז די סיסטעם דא אין ק"ש איז אזוי אריינגעסעט אז יעדער מוז זיין אויף די צד וואס איז קעהגען בית דין, ריגארדלעס די אומשטענדען, יעצט עה איך א מ'האט פשוט נישט פארשטאנען
מיין שפיץ איז געוועהן, יא סאיז דא קאראפשען, יא פיהל פרויען וועלען ברענען אין גיהנם פארען צאפען די בלוט פון זייערע מענער, יא פיהל מענער וועלן בראטען פארען טרינקען די בלוט פון זייערע ווייבער, די וועלט איז נישט הפקר, יא פיהל א"ג עסקנים וועלען צאהלען א פרייז פאר ברענען די הויט פון זייערע ברידער און שוועסטער מיט זיך אריינמישען אין יענעמס מיסט קאסטען, אבער פאר אזא עם חכם ונבון צו שפרינגען תיכף צו אייגענע מסקנות אזש ביז שיסען הייסע פולווער אויף אלע ריכטונגען, אהן צו הערען א צווייטע צד, אדער כאשיג הערען קלאהר איין צד מיט אלע פרטים, איז נישט פאסיג פאר אזעלכע אינטעליגענטע שרייבער ווי קאווע שטיבעל קאמיוניטי
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די רבנים דיינע האבען קיינמאל נישט אויפגעוויזען אז ער קוקט בשעת אז דער קינד איז דארט. נאר אז ער קוקט.
א נארמאלע שופט וואלט נישט צוגענומען וויזיטעישע"ן פאר אזא עבירה פון קוקען אין געגענווארט פונ'ם קינד. ער וואלט איינגעפיהרט supervised visitation אז ס'מוז זיין א צווייטען אין שטוב בשעת'ן באזוך. אוועקנעמען א קינד פון א טאטע איז א הארבע שריט, און מ'טוט עס נאר ווען אלע אנדערע עצות זענען שוין פראבירט געווארען, אדער איז דער סכנה צו שטארק.
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:37 pm
דורך Kool man
די טאטע האט אלע ברירות צוריק צו באקומען וויזיטעישען, אדער סופערווייזד, אדער דאכט זיך אפילו אויב ער ווייזט אויף אז דארט ווי ער גייט זעהן די קינד איז נישט דא די כלי, כ'מיין מ'רעדט פון מאכען וויזיטעישען ביים טאטעס עלטערען, ביי זיך אינדערהיים אין זיין שטאל האט ער דערווייל פארלוירען די קעיס, און מיט רעכט, אז מ'יז א שוטה איז מען א לוזער
נאכאמאהל, כ'אב נישט גענוג מאריך געוועהן מיט יענע מעשה, ווייל כ'אב נאר געוואלט אנקומען צום פוינט, אז שטענדיג זענען דא צוויי צדדים, מ'קען נישט שימפען און שעלטען פון א פערטעל מעשה וואס א אנאנימענימער ניק האט ארויסגעשאסען, מ'דארף זעהן א גאנצע פיקטשער פאר מ'וויל דזשאזשען
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 6:47 pm
דורך הקטן
איש עברי האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:איש עברי האט געשריבן:נעבעך נעבעך דאס הארץ רייסט. א וואוילער און ליבליכער פאטער וואס זיין גורל איז אז ער איז געבוירן אין א געמיינדע וואס אירע קינדער ווערן ערצויגן אראגאנט און אומוויסנד, די זכרים שטאפט מען מיט גמרא און מיט פשעטל'ך אן קיין טראפ אלגעמיינע ווינסשאפט, בילדונג. די נקבות מאכט מען זיכער אז זיי זאלן נישט קענען נישט דאס און נישט דאס.
דיין דרשה איז געבויט אויף:
אלגעמיינע ווינסשאפט, בילדונג =
גיט!
גמרא מיט פשעטל'ך =
שלעכט!
דאס איז נישט קיין פאקט.
דאס איז סך הכול דיין מיינאנג
נישט א יעדער איינער האלט אזוי
כנראה אז דו האסט
פיין גילערנט אין ישיבה אז דו האסט געקענט אזוי קרום אפלערנען וואס איך האב געשריבען
פיין גילערנט אין ישיבה = No Good
נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 10:35 am
דורך [NAMELESS]
I'm back האט געשריבן:וואס זענען די נעמען פון דער רבנים?
רבותי קיינער האט נאך אלץ אים נישט גענטפערט.
ער וויינט אז ער ווערט אייביג איגנארירט, איך בעט דעם עולם, אין הכי נמי ער פרעגט נארישע קשיות, אבער ביטע ענטפערט אים.
נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 11:50 am
דורך איך אויך
''אז דו האסט נישט וואס צו טוהן טוה עס נישט דא''.
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 12:46 am
דורך זבולון
איך לייען דא איבער אן אלטן אשכול, מ'קען דא לייענען ביידע צדדים, אבער עס איז צו שטוינען אז איינמאל און ווידער אמאל זעהט מען ווי די זעלבע שפיל חזר'ט זיך איבער, מיט די זעלבע נארישע טפשות'דיגע רשעות, און די צד הרשע פארשטייט אפילו נישט וואס מ'רעדט דא צו זיי.
אנהייבן הייבט זיך עס אן מיט אזעלכע ווערטער ווי "קאנפיוזן" די קינדער. אבער עס גייט נישט אריבער קיין פאר מינוט, און ער פאנגט אן צו ווארפן אזעלכע סטעיטמענטס ווי "קיינער איז דיר נישט שולדיג, אז דו האסט געטוהן כך וכך", "אז דו ביסט א שוטה, ביסטו א לוזער", "האסט געמיינט דו קענסט טוהן וואס דו ווילסט, יעצט וועלסטו זעהן מיט וועם דו האסט זיך אנגעהויבן", וכהנה רבות.
פרעגט יעדער נאכאמאל די זעלבע קשיא, דיין פראבלעם איז די קינדער אדער דעם טאטן? דו נוצסט די קינדער אלס א שטעקן צו באשטראפן דעם טאטן?
זאל דער באשעפער אין הימל אראפקוקן און זעהן די צער פון בנים שגלו מעל שולחן אביהם, בזכות העשקנים הקדושים, וואס טוהן אלעס למען שמו יתברך. און זאל שוין שרייען צו זיי : הניחו ממני! לאזט אפ מיין נאמען! נוצט נישט אייערע שמוציגע אקטן מיט מיין נאמען! בקהלם אל תחד כבודי!
הערט שוין אויף צו פראווען רשעות אינעם נאמען פון אלוהי הרחמים והאהבה. עס איז שוין צייט צו תשובה טוהן, זיך צוריקקערן צו מעשים טובים, און אפלאזן די אלע רשעות.
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 8:42 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס עצם מושג וואס ווערט דערמאנט דא אין דער קעפעל פונ'ם אשכול דארף אויך ארומגעשמועסט ווערן.
ס'האט איינער אריינגעברענגט ביים עולם א מין גלויבונג אז דאס 'קאנפיוזע"ן' א קינד איז דאס ערגסטע. דער קינד זעט נאר איין וועג, ער פארשטייט נאר איין זאך, און ווען מ'ווייזט צוויי וועגען, וועט ער בלייבען מיט קיין איינס נישט.
אין אנדערע אשכולות וועגען חינוך קומען אויך אויבער חכמים בארעכטיגען דער סיסטעם מיט אזא טענה 'מחנכים זאגען אז דאס ערגסטע איז ווען דער חינוך אין שטוב שטימט נישט מיט'ן חינוך אין חדר, וואס דערמיט טוט מען קאנפיוזע"ן דאס קינד'. הייסט'ס מחנכים זאגען אז אלע דארפען זיך בייגען פאר די מחנכים!
רבותי, ס'איז ליגענט. קינדער קענען דערהייבען צוויי דעות, זיי קענען דערהייבען פארשידענהייטען, זיי דארפען נישט קיין איינפארביגע וועלט. דאס איז א שקר פון דער וואס פארקויפט די פארב, וואס אנשטאט'ס צולייגען אויף די פאליצע'ס פון זיין קרעמעל נאך פארבען, האט ער פארבאטען אז אנדערע פארבען זאלען קומען אין שטאט אריין. מ'זאגט קלאר און דייטליך אז איך האלט אזוי, יענער האלט אנדעריש און איך בין גערעכט.
נאר ווען מ'פרעדיגט ליגענט ווערט ער קאנפיוז"ד. און פארוואס? ווייל ער קען שוין נישט טראסטען זיין אייגענעם אינסטינקטען. ווען ער זעט איין זאך מיט די אויגען און די וואס פיהרען זיין לעבען שרייען מיט געוואלד אז זיין אויגען זאגען איהם ליגענט, האט מען איהם באגנב'ט די כח פון די אויגען. ט'ווי אזוי קען ער מארגען זיך פארלאזען אויף זיין פארשטאנד ווען מ'האט עס איהם אזוי צוקלאפט?
איך האב שוין ערגעץ דערמאנט א מעשה מיט'ן נצי"ב מוואלאזין. זיין יונגסטע זוהן, ר' מאיר בר אילן, שרייבט אין זיין בוך - פון וואלאזין ביז ירושלים, וואס האט פאסירט ווען זיין טאטע האט געדינגען א מלמד פאר איהם אנצופאנגען לערנען גמרא. דער מלמד איז געקומען שבת נאכמיטאג באזוכען דער רב איידער ער הייבט אן לערנען מיט דער קינד. זע'ענדיג דארט דאס קינד האט ער געשאקעלט מיט'ן פינגער בכדי איהם צו דערשרעקען, מתובל מיט דברי התראה טאמער ער לערנט נישט ווי עס דארף צו זיין. נאך דעם וואס דער מלמד איז אהיים געגאנגען, האט דער נצי"ב געזאגט פאר זיין מאיר'קע "איך האב דיר געזאגט ער איז א גוטע מלמד, איך האב נישט געזאגט אז ער האט שכל".
דוכט זיך אז א טאטע פון אזא קינד ווי ר' חיים ברלין און א זיידע פון ר' חיים בריסקער און אליינס א גדול הדור האט נאך אזא דעה אין חינוך ווי א היינטיגע מחנך!
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 6:18 pm
דורך טאמבל סאס
דריי פון די קאורט דזשאדזשמענטס אין א לענגערע פארצווייגטע געריכט איבער קינדער פון א אטד טאטע און א חסידישע מאמע, אין לאנדאן, זענען יעצט פובליצירט געווארן אויף בעילי. (פערזענליכע פרטים אנאנאמיזירט)
http://www.bailii.org/[2014] EWFC B230
[2015] EWFC B237
[2016] EWFC B91
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 9:19 pm
דורך זבולון
Wow!
עס איז זייער אינטרעסאנט. כ׳וועל לאזן מיין אייגענע מיינונג אין א זייט. אבער דאס האט מיר געקאסט א שמייכל:
The father said in his statement that he and the children were visiting a Museum where there were paintings on the wall of monkeys walking on two legs with faces similar to men. The father said that he told A what he had been taught in Satmar as a child, that some sinful humans who were involved in building the Tower of Babel became monkeys. The mother disputed that this was taught in the Satmar Community
סתם א רשעות אזוי צו חוזק מאכן פון א צובראכענע תמימות׳דיגע אידישע טאכטער.
עס מאכט מיר טראכטן אז דאס קעפל דארף געטוישט ווערן, אנשטאט ״קאנפיוזן די קינדער״, דארף שטיין ״קאנפיוזן די מאמע״.
עס ווערט נאך מער אינטרעסאנט ווען מען לייענט דעם דזשאדש׳ס החלטה.
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 3:53 am
דורך טאמבל סאס
ס'איז א בפירושע גמ' אין סנהדרין. אבער וואס זאל מען טוהן אז מ'לאזט נישט די מיידלעך לערנען תלמוד.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 6:37 am
דורך טאמבל סאס
ס'איז שוין אין די נייעס!
http://www.telegraph.co.uk/news/2016/11 ... g_share_emSent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 8:44 am
דורך איך אויך
איז דאך די מאמע גערעכט.
אויך, גיי רעד מיך איין אז 'טעלעגרעף ריפארטערס' האבען אליינס אויפגעזוכט דעם ספעציפישן פסק צווישן אלע טויזענטער פסקים. יעדער פארשטייט ווער עס האט עס זיי צוגעשיקט און וואס ער וויל דערמיט, האב נאר נישט קיין טענה ווען עס בעקפייערט.
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:34 pm
דורך טאמבל סאס
אזוי פליקענדיג דורך האב איך געזען נאך א טשיקאווע אנגייענדע געריכט איבער א אינגערמאן וואס האט געשלעפט א באנטש מיט סטעיט בענעפיטס און ווען מ'האט געכאפט האבן זיי אים גערופן צו געריכט. מיליאנע תירוצים ואמטלאות. ס'איז א פחד וויפיהל רעליגיע ווערט אריינגעמישט אין די קעיסעס.
http://www.bailii.org/cgi-bin/format.cg ... ry=(Jewish)
The Appellant is a member of the Orthodox Jewish community. The FTT office notified him on 11 February 2015 that the hearing of his appeal would take place on Wednesday 1 April 2015. That was not a date on which the Appellant had previously said he would be unavailable. Passover in 2015 started on the evening of Friday 3 April.
10. On Monday 30 March 2015 the Appellant telephoned the FTT office asking for a postponement, saying that his representative was not working due to Passover and he himself was unwilling to attend alone. The request was refused on the basis that it was made at very short notice and Passover did not start until the Friday. The Appellant was advised to attend the hearing.
11. The FTT on 1 April 2015 reconsidered the matter. The Judge explained carefully on both the decision notice and the statement of reasons why she decided to proceed with the hearing in the Appellant’s absence. When giving permission to appeal, I recognised “that the period in the run-up to Passover is exceptionally busy. However, the date of Passover is known well in advance. It is not reasonable to make such a request 48 hours before the scheduled hearing.” I remain of the view that on the basis of the reasons given for the Appellant’s non-attendance the Tribunal was entitled to proceed as it did...
13. The Appellant finds it difficult to cope with bureaucracy. In an unsuccessful attempt to have the FTT’s decision set aside, his representative explained that a previous representative had withdrawn as the Appellant had been unable to provide him with “any documentation or evidence”. His new representative candidly added that the Appellant “is totally incapable of managing his affairs effectively and hence always misses deadlines”.
יא, עדיוקעישן איז וויכטיג!
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 6:03 am
דורך טאמבל סאס
אויך אין די טיימס אף איזראעל.
http://jewishnews.timesofisrael.com/shabbat-alien/Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 03, 2016 3:42 pm
דורך טאמבל סאס
יעצט אין די אינדעפענדענט.
http://www.independent.co.uk/news/uk/ho ... 51751.htmlSent from my SM-G903F using Tapatalk