דאס אז ס'איז נישט דא קיין חילוק ביי ענק פון א ת"ח אדער נישט. ווען מ'האט א טענה אויף א מענטש, לאזטו דיין מויל לויפען און רינען נישט טראכטעדיג אז א ת"ח דארף מען אנדעריש באהאנדלען, על אף דיין טענות, איז א חלק פון די באנקראטירטקייט פון דיין לעבען שטייגער.
הרב שך האט זיך סך הכל געשלאגען מיט יורשים, רעבע'ס וואס זענען אייניקלאך פון אייניקלאך פון מענטשען וואס ס'קען זיין זיי זענען געווען תלמידי חכמים. ווען ס'האט געהאט צו טוהן מיט א ת"ח האט ער טאקע אנדעריש גערעדט עי' ערך 'שבט הלוי' ועוד. ווען א מענטש'ס 'סולם ערכים' איז געבויט עפ"י תורה, לאזען זיין פערזענליכע קריגערייען, אדער אפילו לש"ש קריגערייען, נישט צורירען דער כבוד ת"ח וואס דער תורה פאדערט. נאר די וואס לעבען נאר פארטיי, נאר איך מיך און זיך, פארלירען אלע מדות ונימוס במקום א מחלוקת, אז אפילו פינף און צוואנציג יאר נאך דער קריג האסען זיי און שימפען זיי כאילו מ'נעמט זיי יעצט עפעס צו.
און [tag]אדנירם[/tag] איך האב נישט קיין אהנונג וואס דו קענסט פון לעיקוואוד, אבער דיין מציאות איז אביסל מאדנע צו מיר. וואס איז דער 'פריצות' פראבלעם אין לעיקוואוד? וואס איז שלעכט מיט חתונה האבען מיט א יונגערע מיידעל? ווער האט דיר איינגערעדט אז יעדער האט חתונה פאר געלט אדער א יפת תואר? פארוואס מעג מען נישט חתונה האבען מיט א יפת תואר?
איך מיין נאר ארויסצוברענגען אז דו האסט א גאנצע בליק אויף א שטאט און א געזעלשאפט, און ס'איז אין גאנצען נישט געגרינדעט אויף תורה. דיין טענות זענען אלע נאר 'היימישע'.
"א קאלטקייט צו דברים שבקדושה" - וואס זענען די דברים שבקדושה? קברים אין בית שמש? יא, קיינער אין לעיקוואוד גייט איהם נישט אן די קברים דארט. אחוץ איינער. דער וואס ר' י.מ. אינדיג האט געדינגען צו שרייבען זיין 'מכתב להרב שפרן', אבער ער האט עס געטוהן פאר געלט. ער וואלט געטוהן פאר'ן אנדערע צד פאר געלט אויך. אחוץ דעם, ווייס איך נישט וואס פארא דברים שבקדושה דו האסט זיך אנגעשטויסען אין לעיקוואוד וואס וואלגערט זיך אן א גואל.
החסידות על העליונה = דידן נצח = חסידים vs מנגדים
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא