בלאט 4 פון 6
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 4:31 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו האט געשריבן:@בעלעגלה
מען האט ניש געברויכען קיינע רוח הקודש צו זען די טיפשות פון משיחיזעם
ליין דורך הרב מונשיין'ס בריוו יעדער בר דעת האט עס געזען וואקסן
שטייצעך אז מונדשיין האט עס מער אנגעהאנגען אין די חוזר פון רבי'ן
איך האב גארנישט צו צולייגן צו אדנירם'ס ענטפער פאר דיר...!
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 4:32 pm
דורך [NAMELESS]
קפה נמס האט געשריבן:זהיר וויאזוי מ'שרייבט אויף א ת"ח א גדול בישראל. מ'מעג האלטן אנדערש, אבער מ'דארף אכטונג געבן די לשונות וואס מ'נוצט.
לש"ש מעג מען יא (בשם רב שך)
Re: דער השתלשלות פון 'דעת תורה', 'צדיק הדור', און 'גדול הדור
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 4:32 pm
דורך איש את רעהו
העריך
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 4:51 pm
דורך קפה נמס
אדנירם האט געשריבן: און וויבאלד ס'דא משוגעים בארעכטיגט עס דען יא דעם וויסטן רשעות'דיגן קאמיין קעגן חב"ד? .
ר' אהרן איז בארעכטיגט צו רופן רז"ל אין ערכאות און רז"ל איז נישט בארעכטיגט צו מסר'ן, סאטמאר איז בארעכטיגט צו טעראריזירן פאפא און רמ"ד איז נישט בארעכטיגט זיך צו רופן באבוב.
אונז זעמיר אזוי צוגעוואוינט צו אונזער גארבעדזש, אז אפילו א ברייטער קאפ ווי ר' @שש זעט נאר רעכטן און אומרעכטן. ווען א ריכטיגער גדול בישראל איז לוחם מלחמתה של תורה (עכ"פ עפ"י דעתו) דארף ער נישט קיין רעכטן. ער טוט וואס איז ריכטיג פאר כבוד שמים אנע חשבונות און רעכטן.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 5:27 pm
דורך [NAMELESS]
קפה נמס האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:צו גאר ביזטו מצדיק די טעראריסטישע השחתה'דיגן דעלעגיטימיזאציע קאמפיין אנטקעגן חב"ד דורך הרב שך, וויבאלד זיי האבן געזינגען יחי אדונינו?
@שש
פליעז, הוי זהיר בגחלתן.
אפגעזען פון מיינע פריוואטע דעות, איז קפה נמס גערעכט.
לאמיך מיך קלאר מאכן: די טעראריסטישע השחתה'דיגן דעלעגיטימיזאציע קאמפיין אנטקעגן חב"ד, דורך הרב שך
'ס אנהענגער.
אפשר האט ער נישט געכאפט ווי ווייט ס'גייט גיין, און אפשר האט ער אפילו נישט געוואוסט דערפון. כ'בין אים דן לכף זכות. און כ'רעד פון די מצב שיצא מבית מדרשו.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 6:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א. דאס קאסט מיר א פרייז? דו קענסט זיך נישט ארויסדרייען פון דיין פארטיי ערציאונג. איך בין נישט אינוועסטירט אין הרב שך. איך בין נישט קיין פארטיי מיטגליד. איך זעה אין איהם די גדלות פון וואס די תורה רעדט. ווען מ'וועט מיר איבערצייגען אז נישט איז נישט. איך האב מיט דעם גארנישט. איך וואוין נישט אין בני ברק און אין רוב זאכען וואס ער האט געטוהן וואלט איך נישט געטוהן אדער נאכגעגאנגען מיט איהם, ממילא האב איך נישט קיין נגיעה און איך דארף גארנישט פארענטפערען.
ב. ס'איז נישט דער שולד פון די ליטווישע ציבור אז די חסידים האבען גארנישט מצליח געווען צו באווייזן זייט'ן טשעבינער רב. (ווי דערמאנט שוין ערגעץ, דער בריסקער רב האט געזאגט 'ווען ר' ישראל אלתר קען ווערען גערער רעבע, ווייסט מען אז חסידות איז באנקראט'). דאס איבערגעבן די לייצעס פון הנהגה צו יורשים האט אויסגעראטען יעדער שטיקל גוט'ס אין א סביבה און ארויסגעברענגט די השחתה אין די מענטשהייט. איך האב לעצטענ'ס געזאגט א חבר אין לעיקוואוד 'דאס וואס רוב עכטע ישיבה-לייט באקעמפען די שליטה און ממשלה פון די יורשים לבית קאטלער אין לעיקוואוד, לא דבר ריק הוא. ווען מיר וועלען עס נישט טוהן איז נאך א פאר דורות זענען מיר אין די זעלבע פעקל ווי די חסידים'. טאקע אין לעיקוואוד די גרעסטע תלמידי חכמים בייגען זיך נישט פאר די יורשים, און די יורשים זענען טאקע נאך אלס שטארק באגרעניצט בעז"ה. און דאס האט הרב שך געזען ביי די אסיפות פון די מועצת היתומים. און טאמער דו זעסט עס נישט וועל איך דיר פרעגן: היינטיגע גערער רעבע ר' יענקל אלתר איז א גרויסע ת"ח וואס איז ווערד צו פסקנ'ען גרויסע שאלות? טאמער יא, ווען איז ער געווארען דער ת"ח? נאר בפטירת זיין פעטער? א טאג פאר דעם איז ער געווען א פלעינע ע"ה? די שקר איז אזוי איינגעווארצעלט אז דער פשטות איז שוין פלאטשיג.
ג. דיין באשטעטיגטע פאקטען אז דער גערער רעבע איז א גאון וקדוש איז בכלל געדעקט מיט עפעס? מ'האט נישט קיין ספר וואס ווייזט אט די גדלות בתורה, בכלל נישט קיין קנה מדה פון קדושה וואס דו זאגסט אז דו ווייסט שוין וואס ס'איז געווען דארט, און נישט קיין איין תלמיד וואס ער האט געלערנט תורה ביי איהם. טאמער דיר איז באקוועם צו גלייבען אז ער איז געווען א גאון וקדוש, האסטו נישט קיין רעכט צו נוצען הרב שך, אדער סיי ווער, פאר דיין באקוועמליכקייטען.
ד. קוק אן יעדער חסידיש'ער רעבע היינטיגע טאג. ס'איז דא בעסערע און שלעכטערע. יעצט וואס איז די קנה מדה פון א בעסערע? דער וואס זארגט זיך פאר זיין חסידים אז זיי זאלען האבען וואס ס'פעלט אויס פאר זיי. און די שלעכטע רייט אויף זיין חסידים און נוצט זיי אויף זיין פערזענליכע צרכים. די בעסטע פון זיי ווערט נישט געשעצט מיט דעם אז ער טוט לשם שמים און ער טוט נאר וואס ס'פעלט אויס פאר'ן תורה. די צדיק ביי זיי איז דער וואס נוצט נישט זיין חסידים פאר זיך. יעצט ווען מ'האט א שאלה וואס איז נוגע גאנץ תורה, נישט איין ווינקעל פון אידען, ווי קען א מענטש וואס אויפן בעסטן פאל זארגט ער שטארק פאר זיין ווינקל בכלל זאגען א דעה? ער באלאנגט בכלל נישט ביים טיש.
ה. דער ליובאוויטשער רעבע'ס גאונות איז נאך מער צו לאכען. ער האט דאך אלעס געשריבן און געזאגט הויך. יעצט קוק אין זיינע ספרים. זיין תורה על הש"ס אדער רמב"ם זענען פיין פאר א חדר מלמד. אין הלכה איז ווייניגער ווי א מו"צ אין סקווער (יא, דער חיי הלוי קען נאך בעסער ווי איהם) און אין קבלה קען איך נישט רעדן, נאר דערמאנען די מימרא פונ'ם חזו"א אויפ'ן בעל הסולם. "צו קענען נסתר דארף מען קודם גוט קענען נגלה. ווען מ'זעט אז איינער צייכענט זיך נישט אויס אין נגלה, ווייסט מען קלאר אז אין נסתר קען ער אויך נישט". און טאקע לא שמענו מעולם אז ת"ח זענען געגאנגען ביי איהם אויסצוארבעטען זייער ספקות אין לערנען. יא, חסידים זיינע האבען געפאלגט זיין פסקים, אבער לא שמענו מעולם אז א ת"ח זיצט אין ביהמ"ד און פלאנטערט זיך מיט א שווערער ש"ך צו א רמב"ם צו וואס און ער איז מחליט 'אה, דאס דארף דער ליובאוויטשער רעבע'ס קענשאפט'. ביי הרב שך איז דאס שוין איינמאל געווען און אזוי אויך ביי הרב משה פיינשטיין און ביים חזו"א און ביי נאך אנדערע גדולי ת"ח, אבער נישט ביים ליובאוויטשער רבי'ן. יעצט, איך פערזענליך האב נישט אזא שווארצע בליק אויף איהם ווי מ'האט אין בני ברק, אבער אז ס'האט עפעס נישט געטויגט, און ווען א ת"ח א מופלג וואס האלט אז דער מענטש רעדט שלא עפ"י תורה און מ'פאלגט איהם און דעריבער דארף מען מפרסם זיין וואס ס'טוט זיך, איז בכלל נישט קיין פראבלעם, און מיט אלע דיין רעדעכץ האסטו נאך נישט געוויזען די אקטועלער פראבלעם דערין.
ו. די אלע מערכות פון הרב שך זענען נישט געווען אז דער אדער יענער טויג נישט. אלס איז געווען נוגע א זאך. ווען הרב גריינימאן האט געזאגט וואס לדעתו האט נישט געטויגט האט ער געזאגט הויך און קלאר אז ס'טויג נישט און פארוואס. כמו"כ ביי הרב עובדיה (ווער האט איהם אנגערופן עבדאלל"ה? דער איד? נישט הרב שך) און הרב דוב לאנדא און הרב דוד פוברסקי ועוד. ווילסטו אז ער זאל שווייגען ווייל אנדערע האלטען אנדערש ווי איהם? ער האט נישט געזאגט אז די מענטשען טויגן נישט. ער האט געזאגט אז די זאכען טויגן נישט. אפשר האט ער געהאט א שארפער וועג פון רעדן, אבער די מערכה איז קיינמאל נישט געווען אז יענער טויג נישט.
ז. היינט הערט מען אסאך וואס ווילען אויסרימען הרב שלמה זלמן אויערבאך, נישט צוליב די גרויס כבוד וואס זיי האבען צו איהם, נאר אויף צו קלאפען אנדערע. דערווייל איז באשאפען געווארען א נייע מענטש, וואס בחייו האט נישט עקזיסטירט. מ'מאכט אזא רושם אז ער איז געווען א מנהיג על מי מנוחות, און ער האט אויפגעטוהן אן טשעפענען קיינעם. דערווייל איז דאס איין גרויסע שקר. ער איז נישט געווען קיין מנהיג, גארנישט האט ער משפיע געווען, נאר גע'פסקנ'ט און געזאגט שיעורים פאר תלמידים. און דאס איז טאקע ווייל ער האט נישט געטויגט צו הנהגה. וואס האט דאס מיט הרב שך וואס האט געהאלטען אז ער טויג יא, און דעריבער מוז ער טוהן וואס מ'דארף טוהן. ער האט גערעדט פון דעם ביים יסוד פון דגל דערמאנענדיג פון הרב יהושע לייב וועגען משה רבינו. ס'איז פיל געשמאקער צו בלייבען בשלום מיט יעדער איינער, אבער האמת אהוב מכולם.
ח. דו האסט פארגעשטעלט אן עצה אז מ'זאל איינשלינגען. איינשלינגען קען מען די אייגענע שפייאכץ. ווען דער זאך איז נישט דיינס, קענסטו נישט איינשלינגען. נאר דו ביסט אזוי צוגעוואוינט צו 'רעכטען' פון א מנהיג, אזש דו קענסט נישט משיג זיין די זאך. הרב שך האט געטוהן לויט ווי מ'דארף טוהן. ווער גיבט איהם א רעכט 'איינצושלינגען'? ס'איז דען זיינס געווען איינצושלינגען? הרב שלמה זלמן האט טאקע געקענט 'איינשלינגען' ווייל ער איז נישט געווען קיין מנהיג, ער האט נישט געהאט אויף זיך דער לאסט, ווייל טאקע האט ער נישט געטויגט צו דעם.
ט. הרב איש את רעהו, דו האסט מחליט געווען אז חב"ד טויג נישט פאר געוויסע סבות, און דערנאך מחליט געווען אז הרב שך האט דאס פארגעזעהן. אזוי אויך האסטו מחליט געווען אז מ'טאר נישט גיין אין בחירות און דערנאך פארשטאנען אז די א.ג. 'תלמידי הרב שך' האבען באיקאטירט די בחירות פאר די זעלבע סיבות ווי 'אונז'. דו מעסט יעדער איינער מיט דיין הויזען. דערווייל לא מיניה ולא מקצתיה. הרב שך האט קלאר ערקלערט פארוואס ער איז קעגן חב"ד, נישט וועגען משיח און נישט וועגען ציונות צו וואס. ער האט געזאגט אז ער זאגט נישט פון תורה, זיין דעות זענען פון די פרעמד אנגעזאפט. דער פסק וועגען שטחים, געבויט אויף א מקור פון הלכות שבת, וואס יעדער פופצען יעריג אינגעל קען לייכט אפפרעגען איז געווען איינער פון די דוגמאות. זעענדיג אז דער ליובאוויטשער רעבע איז א דאמינאנטישער מנהיג און א כאריזמאטישע מענטש, האט ער געמוזט ארויסברענגען מיט די באק ציינער כדי מ'זאל נישט נאכגעשלעפט ווערען. און די באיקאטען די בחירות איז געווען א פאליטישער זאך, גארנישט מיט קיין שיטה הקדושה, נאר א וועג דורכצופיהרען א זאך, פונקט ווי דאס גייען אין בחירות איז א וועג דורכצופיהרען א זאך.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 6:19 pm
דורך [NAMELESS]
גוט אז דו האסט דיך אזוי קלאר ארויסגעברענגט.
יעצט דארף מען נאר זען וויפיל שכל הישר ס'ליגט דערין, און אליינס מאכן דעסיזשאנ'ס...
איך האב שוין נישט קיין נערוון פאר דעם, ווייל כ'זע אז כ'דארף אנהייבן מיט די יסודות'דיגע חילוקים און פראבלעמען פון חסיד'ישן און ליטווישן חדר, ואכהמ"ל.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 6:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס האט גארנישט מיט התנגדות. דאס איז וועגען די רעבע'ס פון היינט כלפי די תלמידי חכמים פונ'ם דור. התנגדות צו היינטיגע 'חסידות', וואס קען שטייען אפילו אן די רעבע'ס, און התנגדות צו די אריגינעלער חסידות, איז בכלל נאך נישט אויסגעשמועסט. ועוד חזון למועד.
איך דארף גייען מאכען אביסל געלט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 6:35 pm
דורך קפה נמס
@ליטוואק, איך בין מסכים מיט יעדע ווארט פון דיין תגובה אויסער דיין זלזול און סלידה פון גרויסע לייט ביי חסידים.
דער בית ישראל האט געטון אסאך מער ווי זיך זארגן פאר די גערער קהילה. ער איז געווען א גדול בתורה ובחכמה, פארמאגנדיג גאר שטארקע הנהגה'ישע אייגנשאפטן האט ער א ריזן חלק אינעם אויפשטעלן דאס יהדות החרדית בארה"ק.
ווידעראום לגבי רב שך איז זינלאז אוועקצומאכן זיין חוסר סבלנות צו די וואס האבן געהאלטן אנדערש ווי אים. דיין נקודה לגבי עשייתו לש"ש מה שהיה נכון בעיניו עדיין במקומה עומדת, וכמו שהארכת....
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 6:46 pm
דורך קפה נמס
נאך איין נקודה: דו בויסט אויף איין מעשה וואס רב שך האט געזאגט אויף איין אדמו"ר [ס'איז א בית יתומים דא? ] דיין גאנצע הנחה אויף חסידי'שע רבי'ס.
על אף ס'איז דא אסאך אמת אין די פראבלעם פון המשכת האדמורו"ת איז דאס נישט משקף די מיינונג פון רב שך אויף חסידים און אדמורי"ם.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 6:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עודך, פון וואנעט ווייסטו דו די גדלות בתורה זיינער? ווייז אויף, קיינער איז נישט מחוייב צו גלויבען ווייל אזוי ווילט זיך.
און לגבי די מועצת היתומים, די מעשה מיט'ן סאדיגערער איז אחד מני אלף. רעד מיט תלמידים און מקורבים, און דו וועסט זען אז אזוי איז געווען.
די פראבלעם פון המשכת האדמו"רות איז נישט קיין קליינע זייטיגע, דארט ליגט די גאנצע פראבלעם פון די זאך.
די אלע אנדערע משלים פון אדנירם זענען נישט געווען ווערט די צייט. ער ברענגט נישט ריכטיג הרב שך'ס דעה נאר מיט אן עקסטרעמער אויסדרוק, און נאך דעם איז דאס לייכט אפצוווענדען. קוק נאך הרב שך אין זיין אייגענע שפראך, וכמבואר במכתבים ומאמרים ועוד, זעט מען א קלארער מיינונג, נישט פאליטיק און נישט פערזענליך.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:12 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:.
איך דארף גייען מאכען אביסל געלט.
הצלחה רבה.
דארפסט א המלצה בריוו ?
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואוו, הייסט ווייל איך האב אן אנדערע מיינונג ווי דיר, מוז זיין אז איך בין א שנארער?!
ב"ה איך האב פרנסה, און איך מאך עס פון מיין קאמפיוטע"ר, און ווען איך שטער זיך צו פאטשקענען צייט אויף ק"ש, מאך איך נישט קיין געלט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:20 pm
דורך [NAMELESS]
ווייל ס'האט פשוט נישט אויס געזען ווי די האסט די געווענטליכע ארבעט שעות. וויל האסטעך דערמאנט נאך זעקס צו גיין מאכן געלט, איז האב איך דיר דן געווען לכך זכות.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:39 pm
דורך קפה נמס
דער בית ישראל'ס התמדה בתורה איז באקאנט לכל יודעיו, אביסל ווייזט זיך ארויס אין זיין ספר וואס איז גאר טיף מיט א שטארקע בקיאות בש"ס וראשונים.
רב שך'ס נישט קענען דולדן די וואס האלטן אנדערש האב איך נישט געבויט אויף שש'ס תגובה. איך האב צענדליגע מעשיות דאס אויפצואווייזן. אין דעם אספעקט האט ער גאר שטארק געענדלט צו סאטמאר רב זצ"ל וועלכער האט אויך נישט געמיינט פערזענליך אדער פאליטיק.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:49 pm
דורך [NAMELESS]
נחמתני קפה נמס נחמתני.
דיינע לעצטע ווערטער האבן אביסל מסביר געווען הרב שך'ס פערזעליכקייט, און מיין ביז יעצטיגע נעגעטיווע בליק איז אביסל שוואכער געווארן.
באמת, א גרויסן ייש"כ!
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:55 pm
דורך [NAMELESS]
לדעתי קען מען אבער נישט גרינג אזוי צוגלייכען רב שך צום סאטמאר רב. דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה, און אזוי אויך אין נסתר און ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 7:59 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:נחמתני קפה נמס נחמתני.
דיינע לעצטע ווערטער האבן אביסל מסביר געווען הרב שך'ס פערזעליכקייט, און מיין ביז יעצטיגע נעגעטיווע בליק איז אביסל שוואכער געווארן.
באמת, א גרויסן ייש"כ!
אדנירם: די זעלבע (לשיטתך וקפה) איז געווען ביי מונקאטשער רב דער בעל מנחת אלעזר זצ"ל. פערזענליך איז ער געווען זייער א פיינער מענטש וועלכער האט געהאט א ווייכע שפראך. אבער חוץ זיין אבסעסיע מיט די ציונים וגירוריהם האט ער געהאט (לולא דמסתפינא, וואלט איך געזאגט) א ביסל א לויזע צונג. און ער האט גערעדט און מבטל געווען א סאך גדולי ישראל און זייערע חיבורים און אויפטוען, וויבאלד זיי האבן נישט געהאט דעם זעלבן השקפה'דיגן אויסקוק וואס ער...!
אנרופן דעם משנה ברורה מיט אן "אלף" איז נאר איין קליינע דוגמא...!
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:02 pm
דורך [NAMELESS]
אויף דער מנח"א האבן שוין צדיקים געזאגט אז ער איז געווען א שווערער תוספת.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:04 pm
דורך [NAMELESS]
(און אפשר קען מען זאגן אז רב שך איז געווען א שווערער ר' חיים)
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:08 pm
דורך קפה נמס
בן אדם האט געשריבן:לדעתי קען מען אבער נישט גרינג אזוי צוגלייכען רב שך צום סאטמאר רב. דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה, און אזוי אויך אין נסתר און ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך.
פליעז זעץ זיך אוועק מיט א ויואל משה און מיט אבי עזרי און רעדאגיר דיין תגובה....
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:21 pm
דורך קפה נמס
ר' בערל,
חוץ פון די פייערדיגע קנאות האט די מנח"א דען אויפגעבויט א תורה וועלט און אידישקייט א פראצענט וואס סאטמאר רב און רב שך האבן געטון?
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:31 pm
דורך [NAMELESS]
קפה נמס האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:לדעתי קען מען אבער נישט גרינג אזוי צוגלייכען רב שך צום סאטמאר רב. דער סאטמארער רב איז געווען דער אמת'ער גאון אין נגלה, און אזוי אויך אין נסתר און ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך.
פליעז זעץ זיך אוועק מיט א ויואל משה און מיט אבי עזרי און רעדאגיר דיין תגובה....
אביסל נעריש גערעדט. ס'איז אזוי ווי מ'זאל פארגלייכן צוויי ראשי ישיבות אין לערנען דורך זייער שיחות מוסר...