בלאט 4 פון 4

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 10:21 am
דורך [NAMELESS]
קרעקער האט געשריבן:שרולי שטיין זאגט ער איז העפי און ער האט נישט קיין טענות אויף קיינעם, ער האט ליב זיין משפחה טאטע מאמע און ליב געהאט זיין ווייב

אבער ער שטויסט יא אויפן עדיוקעישן סיסטעם און ער שטיצט נ. מאסטער'ן.

צוריק צום שמועס

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 2:28 pm
דורך [NAMELESS]
ביטע נישט אוועקגיין נאכאמאל פון די נושא און האלטן אלע וויצן אין א זייט, די נושא איז א ערענסטע און פאדערט רעספעקט.

קודם א ווארט פאר די וואס האבן מיר שלעכט פארשטאנען, דער ציל פון די אשכול איז נישט געווען זיך צו פרייען חס ושלום מיט די אלע פאסירונגען, חס מלהזכיר, זיי זענען אלע מיינע ברודער און שוועסטער, מיין בלוט און פלייש, מ'מוז זיי ראטעווען ווי שנעלער.

וואס יואב זאגט אז די חרדי'שע קולטור איז גאר שולדיג דערין ווייל מיר שטעלן נישט צו פאר א איד וואס וויל נישט היטן שבת קיין אפשענס צו זיין א טייל פון אונזער קאמיונעטי איז געווען ביי מיר א חידוש, איך האב נאך נישט די השגה אין ליבעראליזם, ביי מיר האט זיך עס געהערט ווי איינער זאל ווען זאגן אז דער אמעריקאנער גאווערמענט איז שלעכט ווייל א מענטש וואס גלייכט צו איינברעכן אין בענק האט נישט קיין טשענס צו זיין א בירגער ווי אלע.

יעצט צום נושא, אריינגייענדיג טיפער אין די נושא דורך ליינען אויפן געוועב וכדומה און דורך רעדן מיט די וואס ווייסן בין איך געווארן שאקירט צו הערן אז די זאך גייט סך ווייטער ווי מען מיינט, איך וויל נישט אריינגיין אין דיטעילס אבער ס'רייסט ביים הארץ, ס'איז ממש ווי א נארמאלע ערשיינונג ביי די או טי די קאמיונעטי צו זיין אין א סועסייד קאנדישאן. ס׳איז מיר אויך אביסל רואיגער געווארן ווען איך האב געזעהן אז ס׳גייט פארקומען א suicide prevention awareness event פאר די געמיינדע, לאמיר האפן אז ס'וועט האבן די ריכטיגע רעזולטאטן.

אבער איך בלייב נאך אלץ מיט מיין וויי געשריי, די או טי די קאמיוניטי באקומט גרויסע פאנדינג פון די גאווערמענט דורך די פוטסטעפס ארגאניזאציע, זיי האבן נישט קיין גרויסע געמיינדע וועם צו באזארגן, און וואס ס'גייט דארט פאר איז ממש הימל-שרייענד, ס'איז א בכיה לדורות יעדער וואס פאלט אריין דארט, איך קען אסאך וואס זענען נישט געווען צופרידן מיט די סיסטעם און זיי האבן איבערגעלאזט וויליאמסבורג אדער קרית יואל בארא פארק וכדומה און זיך אפגעמופט צו א אנדער געגנט און זיי פירן א מאדערן ארטעדאקס לעבן און טוען דארט כל מה שלבם חפץ, איך דארף ענק נישט זאגן אז ס'איז דא אנדערע אפציעס, ס'איז דא אסאך צווישן אונזערע היימישע יוגענטליכע וואס גייען קיין ארץ ישראל דינען אין צה"ל און זענען נארמאלע מענטשן בגשמיות. נישט אז איך בארעכטיג עס אבער ס'איז פארט נישט קיין טאטאלע יאוש, משא"כ די פוטסטעפס ארגאניזאציע זיי האבן גאר פאנדינג און ס'איז א דיזעסטער מיט זיי, מ'קען אויף זיי זאגן וויאזוי שלום דין האט א נאמען געגעבן זיין ביכל: 'כל באיה לא ישובון', ווער ס'גייט אהין איז בחזקה אז ער קומט נישט צוריק.

ווי איך האלט דארף דער ארגאניזאציע ווערן פארשפארט, נישט ווייל איך האב א התנגדות מצד אידישקייט, נאר ווייל זיי זענען א דורכפאל, זיי זענען א ארגאניזאציע וואס צילט אויף אונזער געמיינדע אריינצוכאפן פרישע מעמבער'ס און די רעזולטאטן זענען נישט גוט. ווען איינער פרעגט מיר וואלט איך אים געראטן ענדערש ווער א קריסט אדער א קאטאליק ווי איידער א או טי די.

ווי אויך זייער גאווערמענט פאנדינג דארף זיך ענדיגן, איך מיין מיר זאלן אנהייבן א קאמפיין ביי די שטאטישע טאטעס, מ׳דארף אנהייבן ארום צו רופן אונזער לאקאלע קאנגרעס און אסעמבלי לייט און זיי פארהאלטן פארוואס אזא טאטאלע דורכפאל-דזשיהאד ארגענעזאציע איז נאך אפען. איז דא אמעריקא?

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 2:30 pm
דורך I'm back
וויפיל געלט באקומען זיי פון די רעגירונג?

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:11 pm
דורך גאנצל
@עזריאל בקיצור דיין פראבלעים איז די ארגענעזאציע

פליס טויש דעם קעפל פונעם אשכול

און אויך קענסטו שוין ווערן otd אבער נישט גיין צו פוטסטעפס ........ #סאוסייד וואטש

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:20 pm
דורך יהושע חיים
או טי די איז פאטסטעפס אין די היינטיגע שפראך

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 7:36 pm
דורך [NAMELESS]
עזריאל האט געשריבן:אבער איך בלייב נאך אלץ מיט מיין וויי געשריי, די או טי די קאמיוניטי באקומט גרויסע פאנדינג פון די גאווערמענט דורך די פוטסטעפס ארגאניזאציע, זיי האבן נישט קיין גרויסע געמיינדע וועם צו באזארגן, און וואס ס'גייט דארט פאר איז ממש הימל-שרייענד, ס'איז א בכיה לדורות יעדער וואס פאלט אריין דארט, איך קען אסאך וואס זענען נישט געווען צופרידן מיט די סיסטעם און זיי האבן איבערגעלאזט וויליאמסבורג אדער קרית יואל בארא פארק וכדומה און זיך אפגעמופט צו א אנדער געגנט און זיי פירן א מאדערן ארטעדאקס לעבן און טוען דארט כל מה שלבם חפץ, איך דארף ענק נישט זאגן אז ס'איז דא אנדערע אפציעס, ס'איז דא אסאך צווישן אונזערע היימישע יוגענטליכע וואס גייען קיין ארץ ישראל דינען אין צה"ל און זענען נארמאלע מענטשן בגשמיות. נישט אז איך בארעכטיג עס אבער ס'איז פארט נישט קיין טאטאלע יאוש, משא"כ די פוטסטעפס ארגאניזאציע זיי האבן גאר פאנדינג און ס'איז א דיזעסטער מיט זיי, מ'קען אויף זיי זאגן וויאזוי שלום דין האט א נאמען געגעבן זיין ביכל: 'כל באיה לא ישובון', ווער ס'גייט אהין איז בחזקה אז ער קומט נישט צוריק.

ווי איך האלט דארף דער ארגאניזאציע ווערן פארשפארט, נישט ווייל איך האב א התנגדות מצד אידישקייט, נאר ווייל זיי זענען א דורכפאל, זיי זענען א ארגאניזאציע וואס צילט אויף אונזער געמיינדע אריינצוכאפן פרישע מעמבער'ס און די רעזולטאטן זענען נישט גוט. ווען איינער פרעגט מיר וואלט איך אים געראטן ענדערש ווער א קריסט אדער א קאטאליק ווי איידער א או טי די.

ווי אויך זייער גאווערמענט פאנדינג דארף זיך ענדיגן, איך מיין מיר זאלן אנהייבן א קאמפיין ביי די שטאטישע טאטעס, מ׳דארף אנהייבן ארום צו רופן אונזער לאקאלע קאנגרעס און אסעמבלי לייט און זיי פארהאלטן פארוואס אזא טאטאלע דורכפאל-דזשיהאד ארגענעזאציע איז נאך אפען. איז דא אמעריקא?

גוט און קלאר ארויסגעברענגט.

והשתא דאתית להכא, שליס א בונד מיט [tag]שבת אחים[/tag], ודו"ק היטב.

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 8:32 pm
דורך [NAMELESS]
ישר כח שש פארן צו ברענגן יענער ארטיקל.

אז דו רעדסט שוין פון יענע שמועס וויל איך ארויסברענגן אז איך האב שוין ערגעץ דא אין שטיבל אויסגעדרוקט מיטלייד מיט די או טי די׳ס וואס קענען נישט זעהן זייערע קינדער. כאטש איך צו נישט אינגאנצן צוריק ווייל נישט קיין חילוק די מצב איז נישט גוט אז קינדער ווייסן נישט ווער זייער טאטע איז, און זיי זענען אינגאנצן אפגעהאקט פון איינער פון זייערע עלטערן, אבער יעצט זעה איך יא א וועג צו בארעכטיגן אזא שיטה. אז די טאטע אדער מאמע איז סוסייד׳ל קען איך זעהן אז איינער זאל האלטן אז ס׳איז נישט כדאי די קינדער זאלן זיין אין זיין אנוועזענהייט. איך ווייס אז דאס גייט ארויסרופן בייז בלוט ביי אסאך פון אונזערע חבירים דא אין שטיבל, אבער איך קען זעהן אזא שיטה, כאטש איך וואלט ׳אפשר׳ פארשטאנען אנדערשט. נאכן אריינקוקן אין עטליכע פעלער וואס איך ווייס טאקע אז זיי האבן נישט קיין קאסטעדי אויף די קינדער זעה איך ווי זיי זענען אלע אליין מודה אויף זייערע פובליק בלאגס אדער סאושל מידיע נעצן אז זענען אדער זענען געווען אין א סו סייד קאנדישאן, נו איז עס ׳אינגאנצן׳ אומבארעכטיגט אז זיי קענען נישט זייערע קינדער? אפשר איז עס גאר א טובה פארן קינד, ווער ווייסט...

דאס איז זיכער אז די באשלוס איז א ערענסטע און סיי וויאזוי די באשלוס איז קען מען עס נישט אוועק מאכן, און סיי וויאזוי די באשלוס איז האט עס א נעגאטיווע אפעקט אויפן קינד.

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 9:38 pm
דורך moshav zekeinim
חכם איינער, א גרויסער טייל פון די סועסיד מצב זייערע איז דאך טאקע צוליב די רדיפות און אמטאלעראנץ וואס ער האט מצד זיינע געוועזענע ברודער, אינקלודינג דאס נישט קענען זעען די קינדער. וואס פאר א טעם האט אזא דזשאסטעס? עס איז דאך ממש בחינת "הוא יצר הרע הוא השטן הוא המלאך המוות". דאס קומט זיך אים תחת אשר עיניתו?

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 10:01 pm
דורך [NAMELESS]
מושב טייערער, קודם ישר כח פארן נישט פארקריכן פונעם נושא. און ביי אזא פאל וועל איך דיר טאקע ענטפערן.

ערשטענס די פעלער וואס איך האב געטראפן זענען געווען אויף סו סייד פאר די פסק אז זיי קענען נישט זעהן די קינדער.

והשנית גארנישט פארענפערט נישט סו סייד, נישט מאליסטעישאן און נישט קיין קינדער קאסטעדי, איינער וואס איז אומשטאנד צו טאהן אזא זאך ווייזט אז ער איז אומסטאביל און אפילו ערגער. איך זעה נישט אז א נארמאלע מענטש זאל באגיין זעלבסטמארד אונטער סיי וועלכע אומשטענדן

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 10:13 pm
דורך moshav zekeinim
לאז אפ דעם פסק, די צרות זיינע ביז אהין איז געניג אים אריין צוברענגען אין א מצב נואש. און צו דיין באהויפטונג אז א מענטש בכל מצב שהוא טאמער זאגט ער טוב מותי מחיי דאן איז עפעס ראנג מיט זיין מח, בין איך טאטאל דערגעגן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 10:25 pm
דורך גאנצל
סוי לויט דיר מושב וואלטן 50 % חסידישע אידן געדארפט זיין אין א סוסייד מצב ווייל מ'פייניגט דאך נישט נאר די או טי דיס מ'פייניגט דאך כמעט יעדן אדער קען זיין אז די אוי טי דיס פייניגט מען מער און די איבריגע אביסל ווייניגער

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 10:32 pm
דורך [NAMELESS]
moshav zekeinim האט געשריבן:לאז אפ דעם פסק, די צרות זיינע ביז אהין איז געניג אים אריין צוברענגען אין א מצב נואש. און צו דיין באהויפטונג אז א מענטש בכל מצב שהוא טאמער זאגט ער טוב מותי מחיי דאן איז עפעס ראנג מיט זיין מח, בין איך טאטאל דערגעגן.


נואש מיט טוב מותי מחיי הערט זיך נארמאל, אבער זיין אין מענטאל אינסטעטושן פאר וועלן באגיין זעלבסטמארד איז אינגאנצן א צווייטע זאך.

אויך דא פרובירסטו צו פארקריכן פון די נושא מיטן אריינגיין אין א דיטעל שלא מן הענין. לאמיר זאגן ביזט גערעכט און פאר יעדע מענטש וואס האט א שווערע דורך גאנג איז נארמאל צו באגיין מארד, איז אזא מענטש ראוי צו זיין אחריות אויף א קינד?

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:20 pm
דורך moshav zekeinim
קודם כל ווייס איך נישט מה ענין סוסייד מיט זיצן מיט א קינד, וואס האט מען מורא, אז ער וועט אים מיטשלעפן?

און בכלל איז היפאקריטיש צו זאגן אז וויבאלד דער טאטע עסט זיך אויף פאר עגמת נפש ווייל ער קען נישט זען די קינדער, דעריבער זאל ער נישט זעען די קינדער. מי שאכל שום וריח נודף מפיו יחזור ויאכל שום? עס איז דאך הא בהא תליא?!

און אפילו עס איז באמת א סכנה פארן קינד צו זיין מיט אזא טאטע, און זייער ביסל שייכות מיטן טאטן וועט אים נישט בעסער מאכן. איז דאך עס א געוואלדיגער ערמה צו זאגן אז דער קינד זאל נישט גיין צום טאטן צוליב זיין מצב רוח, ס'טייטש, דו מאכסט אים ענג דאס לעבן און דערנאך שרייסטו געוואלד ער איז דיפרעסט און מען קען קיין קינדער נישט לאזן מיט אים, הייסט עס רצחת וגם ירשת?!

איי, מען קען דאך פארט נישט לאזן קיין קינדער מיט אים? אויף דעם איז מיין ענטפער, דאס איז שוין נישט דעם טאטנס אחריות, דער טאטע דארף קענען זעען די קינדער כראוי והשוטים שקלקלו זאלן זעען צו טון אלעס וואס מעגליך אז דער טאטע זאל קענען האבן די קינדער כראוי אן דעם וואס עס זאל שאטן פארן קינד.

נשלח: דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:37 pm
דורך [NAMELESS]
moshav zekeinim האט געשריבן:קודם כל ווייס איך נישט מה ענין סוסייד מיט זיצן מיט א קינד

נאך די ווערטער האב איך אפגעמאכט אז איך גיי נישט אריין אין א דיסקוסיע מיט דיר, וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין.

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 2:32 pm
דורך שבת אחים
[tag]עזריאל[/tag] פון ווי נעמסטו אז זיי באקומען גרויס געלט פון די גאווערמענט?

איך זאג נישט אז נישט, איך האלט זייער ווייניג פון די פוטסטעפּס ארגאניזאציע און אלעס איז מעגליך, אבער וואס איז דיין מקור?