הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א חכם.

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך וויל שרייבען אפאר אינטרעסאנטע זאכען וואס איך האב געזען אין סליחות יוצרות און קינות בדרך שאלה ותשובה.
א. ווי האט מען געטראפען דער פך שמן טהור פון חנוכה?
ב. וואס האט דער רבש"ע געוואלט זאגען ווען ער האט געהייסען משה רבינו ואתה פה עמוד עמדי?
ג. וואס איז דער חילוק צווישען דער רעגען סיסטעם פאר'ן מבול צו נאך דעם?
ד. וואס פאר א מופת איז געשען מיט'ן מקוואות ביי די יוונים?
ה. דער רמב"ן דינגט זיך מיט'ן אבן עזרא צו ס'איז דא אזא זאך ווי גלות ישמעאן אדער נאר גלות אדום (עי' רמב"ן עה"פ וצים ביד כתים פרשת בלק. דער נייטיגע חלק איז ארויסגענומען דורכ'ן צענזור און מ'דארף קוקען אינ'ם תורת חיים דרוק אדער שעוועל. דער רמב"ן איז אויך אין מאמר הגאולה\פירוש על ספר דניאל). וואס זאגט דער פייטן וועגען דעם?
ו. וואס האט משה רבינו דערשראקען ווען ער האט געהערט 'החדש הזה לכם ראש חדשים'?
ז. וואס איז פשט אין דער גמרא 'כל המועדים יהיו בטלים וימי הפורים לא נבטלים'?
ח. וואס איז די הלכה, ווען מ'איז אנוס און מ'קען נישט מקריב זיין די קרבן תמיד, מעג מען מקריב זיין אנדערע קרבנות צו א מנחה צו וואס?
ט. שטייט אין פסוק 'שור או כשב או עז כי יולד' פארוואס שטייט שור ערשט?
י. ווען משה רבינו האט געהערט פונ'ם אייבישטער 'עלה אל הר העברים', וואס האט ער געמיינט ס'וועט זיין דארט?
און די תשובות:
א. אין פיוט לשבת ראשון של חנוכה שטייט אז מ'האט עס געטראפען אינ'ם שיתין אינ'ם מזבח, ווי מ'גיסט די ניסוך המים.
ב. אין קינות שטייט 'אהלך אשר פצת למענו לציר אתה עמוד עמדי פה', אז מ'האט איהם אויסגעלערנט וועגען דער משכן.
ג. אין דער לאנגע פיוט פון פאר תפלת טל וואס מ'זאגט נישט געווענדליך (געברענגט אין תוס' מס' ר"ה בשם ר"א הקליר) שטייט אז ס'האט נאר גערעגענ'ט איין מאל אין פערציג יאר. דאס איבעריגע האט מען גענוצט טוי. ס'איז אויך אינ'ם לאנגען פיוט פון תפלת גשם.
ד. אין פיוט לשבת חנוכה שטייט אז מ'האט גע'אסר'ט גיין אין מקוה. דער אויבישטער האט געמאכט א נס אז ביי יעדער מענטש אין קעלער האט זיך אויסגעשפראצט א מקוה. (דאס ווערט שוין געבראכט אין בעל הטורים עה"ת, ממילא איז עס שוין באקאנט). די ארכע'אלאגע'ן האלטען אין איין טרעפען קליינער פריוואטע מקוואות אין ירושלים, אבער מ'שטעלט דאס נישט צו.
ה. אינ'ם סילוק ליום שני דר"ה, וואס רוב קהלות זאגען נישט (אין לעיקוואוד זאגט מען עס דוקא יא), שטייט אז ותור וגוזל פונ'ם ברית בין הבתרים גייט ארויף אויפ'ן שור (תור אין אראמיש איז א שור) און דער שור איז ישמעאל, נישט ווי דער רמב"ן.
ו. אין פיוט לפרשת החדש שטייט אז משה רבינו האט זיך דערשראקען אז ער האט געמיינט אז דער חדש איז מעת לעת נישט מיום ליום. (איך האב א תורה אויף דעם, אבער דא באלאנגט עס נישט).
ז. אין סילוק לפרשת זכור שטייט אז ס'האט מיט דעם אז דער גאול ההעתידה און דאס פארלענדונג פון אדום איז כולל מחיית עמלק, דעריבער וועט דער נס פורים זיין א חלק פונ'ם שמחה פונ'ם גאולה העתידה.
ח. אין סליחות לשבעה עשר בתמוז שטייט אז בשבעה עשר בתמוז בטלו אלע קרבנות, הגם אז ס'איז נאר געווען דער תמיד וואס האט געפעלט. (דוכט זיך אין בריסק זאגט מען נאך די ראיה).
ט. אין פיוט פונ'ם צווייט'ן טאג פסח 'אז על כל חיתו יער' שטייט אז ס'איז צו ווייזען אז דער אויבעשטער האט מוחל געווען דער חטא העגל.
י. אין זולת לשמח"ת שטייט אז משה רבינו האט געמיינט אז מ'גייט איהם גיבען נאך א תורה אזוי ווי ביי הר סיני.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אדנירם האט געשריבן:א מיעוט פון די שטויסער'ס גייען OTD, אבער א רוב פון די שטויסער'ס גייען ווערן פארגרעבט. אידישקייט גייט מיינען טשולנט ליל שישי, שמועסן אין מקוה, און מיטהאלטן אלעס אויפן געלעקסי. א שיעור תורה ביינאכט, א נארמאלע שחרית מיט מנין, א געוויסע ערנסקייט צו אידישקייט, א ווארימקייט אין השקפה, איז א נחלת העבר פאר רוב היינטיגע יונגעלייטלעך נאכן ענדיגן דעם פארשאלטענעם סיסטעם. די סיבה איז כנ"ל, ווייל מ'האט זיי אנגעפיקעוועט די קאפ מיט שטותים, און אין בעסטן פאל האט מען נישט אנגעפילט זייער קאפ מיט די זיסקייט פון יהדות. און די זיסקייט איז די פרפראות לתורה, נישט די תורה זעלבסט - וואס דאס האבן זיי יא געמוזט לערנען, און דערפאר שטויסן זיי דאס דאך.

ס'איז מיר שווער צו גלייבען אז אזא גרויסע פערצענט פונ'ם חסידיש'ע ציבור פאלט אוועק. טאקע די מניינים פאר שחרית זענען בעיקר פול נאר פון מענטשען העכער דער פערציג? דער יונגער עולם גייט ניטש צו קיין שיעור? א חבר מיינער א וומסב"ג'ער זאגט מיר אז זיין ברודער האט זיך געלערנט צו ווערען אן אקאונטענ"ט. ער איז געווען אין די מיטל צוואנצג יארען. ער האט באקומען ארבעט פאר גאנץ קליין געלט. ביינאכט האט ער פריוואטע קליענטע"ן און שבת ליינט ער ביכער צו ווערען בעסער. ווען ער וועט זיין אין די מיטל דרייסיג יארען און זיין בחור וועט שוין זיין אין ישיבה און ער מוז שוין טראכטען וועגען שידוכים, וועט ער זיך נעמען גייען צו א שיעור. טאמער ס'איז אזוי ביי אסאך מענטשען וואלט איך גיכער געזאגט אז טרדת הפרנסה צוזאמען מיט א שוואכער שעצונג צו לימוד התורה פיהרט דער מענטש אהין, מער ווי אן אנגעווייטאגטער הארץ אויף תורה. עכ"פ מיט מיין גאנצע התנגדות צו חסידות, בפרט אויף איהר היינטיגע צורה, איז מיר שווער צו גלויבען ס'איז אזוי באנקראט. דער מענטשליכע גייסט מוז ארויסשפראצען העכער די פראבלעמען דערין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], איר זענט דאך געוואלדיג!

אדרבה, זייט אונז מהנה אביסל מער מיט אייער הפלא'דיגע בקיאות אין פיוט וכדומה.
ייש"כ מרובה.
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

הערות ע"ד מאור עינינו הרה"ג ר' שש משזר שליט"א "אונזער היסטאר

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

[center]הערות ע"ד מאור עינינו הרה"ג ר' [tag]אדנירם[/tag] שליט"א "אונזער היסטאריע"[/center]
[center]חלק ב[/center]

הקדמה: איך בין עומד ומשתאה אויף אזא הערליכען ארבייט פון ליקוט. מען וואלט געדארפט צאהלען טייער פאר אזא service! ממש הפלא ופלא צו נתפעל ווערען. איך בין שוין לאנג חושש אז רבי שש האט לכל הפחות 48 שעות אין זיין טאג (איך בין אויך חושש אויף השבעת הקולמוס!).

הערה: מיין תגובות זענען לאו דווקא הוספות און השגות, נאר מעניין לעניין באותו עניין. ווען איך האב נישט געשריבען מיינט איך האב נישט געהאט וואס צו זאגען.

כתב הרב ש"מ: ספרי יוסף בן מתתיהו הכהן, והמסתעף והאריך לבאר עניניו בטוטו"ד.
ואומר א"ח: אין זיין ספר "מור וקציעה" (סימן שז) שרייבט דער גרויסע עמדין וז"ל, ספר יוסיפון העברי, חלקיו הראשונים, רובם ככולם מעניני ישראל ונסים שנעשו להם, הללו ודאי מותרין לקרותן גם בשבת (רק לא בקבע במקום בטול ד"ת, דלא עדיפי מכתובים שגזרו שלא לקרות בהן בשבת, מפני בטול בית המדרש), חוץ מספורי הבלים שנקבעו בתוכו, כמעשה נקתניבור והנמשך מאלכסנדרוס מוקדון, כי זה הספור כולו אינו מדברי יוסיפון עצמו, אלא תוספת שהכניסו בו מעתיקיו, ליפותו בשו"א, ומלאוהו מהבלי חרטומי מצרים) זה ודאי אסור גם בחול בקבע וכנזכר. אמנם ספרו הששי (שקראו מלחמות ה') שהוא המובחר ומסולת שבו, מצוה לקרותו בימי בין המצרים, אבל לא בשבת, מפני שצער הוא לנו. וכן דברי הימים של ר"י כהן, אני אוסרו לקרות בו בשבת לגמרי מה"ט, לפי שעיקר הענינים שמביא ממאורעות ישראל, ושראוי לדעתם, הם מעניני גזרות שמד, והשאר דברים בטלים. וכו' אך ספר דברי הימים של ר"י כהן, דבר מועט הוא הנמצא בו ממה שעבר על אבותינו, המצטרך אלינו ושראוי לנו לדעתו, ויש לעיין באותן דברים בחול בלבד, ורובו ככולו מדברי הימים של מלכי אומות העולם שעברו, ואין צורך בידיעתן כלל ואסורה הקריאה בהם בקביעות כנ"ל, אלא לעתות הטיול כדחליש לבא מגרסא, וביומי דפגרי בהו רבנן, כדי ללמוד מתוכו לשון נקי וצח, גם כדי שלא להיות הת"ח ערום מידיעה בקורות הימים ושינויי הזמנים, למען יידע להשיב שואלו דבר, ולא יהא נחשב פתי וסכל בעניני העולם. אף לפעמים יש בו נפקותא לענין ספורי דברי הימים השייכים אל אומתנו ללמוד מאלה על אלה, או יצא ממנו למוד עצה ותבונה בעסקי עולם הנצרכים לנו ג"כ, ביחוד בענין השתדלות והפקת רצון אצל מלכים ושרים.
אין שו"ת מהרי"ץ חיות (סימן יב) איז ער מעתיק די גאנצע שטיקעל מור וקציעה מיט דער הקדמה: למען אהבתו לא אמנע מלהעתיק לפני רו"מ מ"ש הגאון יעב"ץ בספרו מור וקציעה סימן שז [חיבור על טור או"ח מהגאון יעב"ץ ספר יקר מציאות].... און נאכדעם שרייבט ער איבער די גאנצע אריכות מילה במילה.

כתב הרב ש"מ: ספרי רבי יצחק אייזיק הלוי [הורוויץ – כמדומני שצ"ל "רבינוביץ" (א"ח))] וכו' זיין מעלה איז אויך מיט דעם וואס ער האט זיך געשלאגן מיט משכילים און אפיקורסים ווי גרעץ און [אייזיק הירש] ווייס [בעל מחבר דור דור ודורשיו] וואס האבן ארויסגעגעבן זייערע אייגענע היסטאריע ביכער, מיט אן אגענדע ביליג צו מאכן חז"ל וראשונים.
ואומר א"ח: אין ספר הזכרון פאר רבי יצחק הלוי שרייבט הרב יחיאל יעקב וינברג ז"ל אז דאס איז געווען זיין חסרון וז"ל, אף על פי שבחקר המשנה הלך הרי"א הלוי בעקבותיו של רד"צ הופמן [בעמח"ס מלמד להועיל, תלמיד פרשברג וראש בית מדרש לרבנים בברלין - הילסהיימר] כמוהו הוא מבחין בין משנה קדומה ששימשה יסוד למשנתנו אלא שהלוי מקדימה לתקופת הסופרים ואנשי כנסת הגדולה ואילו רד"צ תופסן מאחרה לתקופה של לפני חרבן הבית השני וכו' אף על פי כן לא הלך בדרך המחקר שלו בהבחנת המקורות ובבדיקת הנוסחאות והגרסאות. אין אצל רי"א הלוי אותה המתינות שיקול הדעת שאצל הופמן. הופמן היה חרד לקיומה של המסורת העתיקה שלנו לא פחות מאשר הלוי. כל עמלו הספרותיתי והמדעי במשך ימי חייו [של הופמן (א"ח) היו קודש למטרה זו. הוא השתדל להוכיח בדרכי המדע את אמיתת המסורת הזאת כנגד כל המבקרים שרצו לערער עליה בהשערות נלוזות, אבל יחד עם זה היה הופמן זהיר מאוד מודד ושוקל כל מילה היוצאת מפיו. אומר דבר בשם אומרו. מוכיח אותם בנחת ובלשון חכמה עד שתחזירם למוטב, והודו על האמת ע"י כך. לא זו בלבד שכבוד המסורת לא נפגמה ולא הועם זיוה אלא להפך כבודה עלה ונתבסס יסודה לאור המדע האמתי. הופמן היה בתוך תוכו איש האמת ועבודתו המדעית היתה לשם בירור האמת וגילוה, לפיכך זכה ודעותיו נתקבלו בעולם המדעי וספריו היו לאבני פינה של המדע התלמודי. רד"צ הופמן מופיע לפנינו, קודם כל, כאיש המוסר, מסוגם של חכמי ישראל הקדמונים, מכאן השפעתו הגדולה על האינטיליגנציה היהודית שלא נחלשה גם לאחר פטירתו. אבל רי"א הלוי לא הלך בדרך זו. גאון תורני זה עמד כל ימי חייו בקשרי מלחמה עם חחשודים בעיניו, אויבי היהדות, והיא משתקפת גם במחקריו חגדולים רבי המעוף וחהיקף. לבו היה לב סוער וגועש בכל דעה שלא היתה כדעתו, הריח ריח מינות, ובכל שיטה שלא היתה כשיטתו חשד בכפירה וזלזול בקדושת המסורת בחמת זעם. הוא ראה בכל סטיה מן הדרך הכבושה שלו כוונות זדון והרס של בנין היהדות כולו, אשר היתה יקרה לו מכל יקר, ומכיון שעלה בלבו חשד כזה כנגד מי שהוא, מיד נתגבר כארי ולא ידע שום רחמים או פשרה במלחמתו. הוא התנפל על אויבי התורה והמסורה והמטיר עליהם אש וגפרית ובעטו החד עשאם ללעג וקלס. בשביל זח קיפח הלוי במו ידיו את כבודו אשר היה ראוי לו בכל גאוניותו ובשל הזכות שקנה במה שפתח אפקים חדשים למחקר התלמודי, עכ"ל הרב וינברג.
עס ליגט מיר אין זכרון אז אין עפעס אן ארט זאגט הרב וינברג ארויס ברחל בתך הקטנה אז הלוי וואלט געדארפט מער נוהג כבוד זיין מיט גרץ און אנדערע, אבער איך געפין עס נישט יעצט. מסתמא מאך איך א טעות.
איינער פון מיינע ידידים האבען מיר דערמאנט אז אין זיין שטיקעל "לחקר המשנה" (שרידי אש חלק ד) שרייבט הרב וינברג אז אלעס וואס דער דורות הראשונים שרייבט וועגען יסוד המשנה איז נאר א פירוש צו די יסוד פון הרב דוד צבי הופמן. ער דערמאנט אז חנוך אלבק שרייבט וועגען הלוי: כי בספרו יש מן החדש ומן הטוב, אלא מה שהוא חידש אינו טוב ומה שהוא טוב אינו חידוש (מחקרים על המשנה עמוד 97). אויף דעם שרייבט וינברג: אי אפשר להסכים לדעתו של הר"ח אלבק שהתקיף את הלוי חריפות .. ומדד לו - שלא כשורה - במידה שמדד הוא [הלוי] לאחרים. אין אנו יכולים לקבל את פסק דינו על הלוי, "כי בספרו...." ולא היא ודאי יש בספריו - בדרך כלל - מן החדש ומן הטוב גם יחד וכו'..
אין יענע זעלבע שטיקל האט ער אויך די זעלבע טענות אויף הלוי אז ער איז נישט נוהג כבוד אין אנדערע און ער דערמאנט קראכמעל און זכריה פרנקל ביים נאמען.

עס איז כדאי צו דערמאנען אז הרב אביגדור מילר האט געשריבען זייער שיין אין ענגליש א תמצית פון די הסטוריה ע"פ ספרי הלוי. זיין ספרים אויף היסטוריה איז מפורש ע"פ דברי הלוי אזוי ווי ער שרייבט אליין אין די הקדמה. מיר ווייסער אז הרב אדנירם שליט"א האט גוזר געווען אויף לע"ז, אבער מאהבת הכהן הגדול ודברי הלוי ברענג איך דאס סיי ווי.

דרך אגב, איך האב א מאל געהערט [פון נישט קיין גוטן מקור] אז רבי חיים הלוי סולוביציק [ידידו של הלוי] האט געהאט א יד אין די דורות הראשונים. זייער נישט מסתבר, אבער למיחש מיהא בעי.

כתב ש"מ: למעשה איז ר"ז יעבץ אויך נתקבל געווארן - כאטש ער איז א טראפעלע מער לינק גענויגט [למשל, ביים באשרייבן שיין מענדלסאן, אדער ביים באשרייבן חסידות געמיין].
ואומר א"ח: אודה ולא אבוש איך האב אין מיין לעבען נישט אריינגעקוקט זין ר"ז יעבץ'ס ספרים, אבער לגבי "באשרייבען שיין מענדלסאן" איז כדאי צו דערמאנען דאס וואס איז מסתמא דברים פשוטים צו אידען אזוי ווי אונזער רב אדנירם שליט"א, אבער נישט אזוי ווייט צו אנדערע, אז מנדלסון איז געווען א הונדרעדט פרוצנט א שומר תורה ומצוות. די טענות אויף עם איז נאר אז ער איז געווען א שורש פורה ראש ולענה, אבער ער אליין האט געהיטן תורה ומצוות. דאס וואס איז באקאנט אז ווען דער חתם סופר שרייבט "בספרי רמ"ד אל תשלחו יד" מיינט "ר'שע מ'שה ד'עסויער" איז א שקר מוחלט.

כידוע דער מהר"ם שיק האט געלערענט זיין חומש מיט'ן ביאור. דער כתב והקבלה, דער רש"ש און א סאך מער אחרונים ברענגען עם אראפ. איך ווייס נישט וואס יעבץ שרייבט, אבער עס קען גאר זיין דברים פשוטים.

לגבי געמיין אויף חסידים... נייתי ספר ונחזי....

כתב ש"מ: נאך אפאר ספרים וואס ער האט געשריבן איז ווערט צו דערמאנען: 'רש"י חייו ופירושיו' - וואו ער באשרייבט אין 4 בענדער די היסטאריע פון רש"י און זיין מהלך אין זיינע פירושים על תנ"ך וש"ס ותשובות.
ואומר א"ח: איך וואלט ממליץ געווען רבי שלמה מאיר ליפשיץ'ס ספר ר' שלמה יצחקי, רש"י. איך האב נישט געזעהן הלפרין'ס ארבעט, ממילא זאג איך נישט וואס איז בעסער, נער א גוטע יסודיתדיגע ספר אויף רש"י.

כתב ש"מ: ריכטיג איז צו גיין על הסדר, און אנהייבן מיטן 'סדר עולם' [רבה], וואס לויט די גמ' נדה מ"ו ע"ב איז דער מחבר דערפון דער תנא רבי יוסי בן חלפתא. די ראשונים שרייבן שוין אז ער האט געשריבן די יסוד דערפון, און עס איז צוגעקומען שטיקלעך במשך הדורות (כטענת היעב"ץ כלפי ספר הזהר). עס גייט אדורך די סדר הבריאה אויף א כראנאלאגישן אופן ביז תקופת בר כוכבא [פון וואו נעמט איך דער נאמען? (א"ח). ליינט אויך דא איבער דעם השתלשלות הספר. דא קענט איר ליינען דעם ספר זעלבסט מיט א הערליכע הקדמה אדורכצוטון דעם ספר.
ואומר א"ח: אינטערסאנט אז רבי אדנירם שטעלט צו דער יעבץ איבער די זוהר אהער. ווייל אין שו"ת שאילת יעבץ (חלק א סימן לג) שרייבט דער הייליגע עמדין צו רבי משה חגיז ווער איז מטיל ספר אין דער סדר עולם, אז מען טאר דאס נישט טוהן. רבי יעקב עמדין זאגט עם שארפע מוסר אויף דעם וואס רבי משה חגיז שרייבט צו עם אז עס זענען דא הוספות צום סדר עולם. דער יעבץ שרייט צו מהר"ם חגיז אז ער האט דאס גענומען פון רבי עזריה דמן אדומים וז"ל, ועל דברי מעכ"ת האחרונים שמסר אלי בלחישה. אשתומם כשעה חדא ומטיבותיה דמר אמינא לקבל שכר על הפרישה. התחיל מר בשבח ס"ע. ותמה וכו' ובמכ"ת האדון שנמשך אחר לשון רכה של ר"ע מאדומים המרבה דברים ללא הועיל כי זכורני זה שנים רבות שעברו שקראתי ספרו. ונשתמש בזה הלשון. שקילא טיבותיה ושדיא אחיזרי לא מדובשו ולא מעוקצו. כי ארסו שוקע והיה בעיני כמתעתע ותשליכהו עצתו לשאול בכלדיים ואת פי ה' לא שאל וישאל בעצו. ועל כן אני אומר חלילה לי לשמוע מה שהביא מעכ"ת עוד מדברי האדומי הלז שבמקצת מקומות איזה חכם אחרון שלח בה יד כו'. וגם בספרים אחרים תקראנה כאלה עכ"ל. (במ"ע עיין בספרו א"ב פ"מ דקל"א ע"א תמצאנו מלה במלה). והנה עם שבאמת מעשים אשר לא יעשו בישראל כאלו כבר ידענו בגדולה מזו והמה בכתובים שבדברי נבואה הקדושה שלטו ידי מעתיקים. אנשים בוערים חרשי משחית פוחזים ריקים. כידוע. וכנראה ג"כ אצלנו בספר יהושע סי' כ"א יעויין ברד"ק. מ"מ שיקרא לא קאי ולא תעשנה ידיהם תושיה. ארורים עושי מלאכת ה' רמיה. וברוך ה' אשר לא השבית גואל לישראל. ה"ה חכמי דור דור העומדים על תיקון הספרים שלא יטמע בינינו דבר שאינו. ובאמת ברייתא דסדר עולם סתמה נקייה וטהורה. אמרת אלוה צרופה מצות ה' ברה. ולא ראיתי מי שחשדה להוציא עליה שם רע כי אם הרב עזריה הנ"ל אשר העיז פנים. בכל עוז הקשה רוחו ואמץ לבבו לחלוק על הקדמונים. וחזי מר מאי סלקא ביה דשקליה למטרפסיה ע"י הגאון המפורסם יחיד בדורו זקן של חותני זקני הנודע ביהודא ובישראל גדול שמו כמהור"ר ליווא בר בצלאל ז"ל בספרו באר הגולה בחתימת באר הששי שם ידבר עמו משפטים עם מוציא דבה הר"ע הנז' אשר הרע לעשות בהוציאו לעז על מסורת התנאים וחולק על הקבלה וחלילה למר להתפתות בלשונו החלק העולה שעירה דברי נרגן מפריד אלוף והוא כנחש ישך וכצפעוני יפריש. מי יתן החרש יחריש. אמנם כל זה איננו צריך לנו רק להזהיר את עצמנו לבלתי נשכח שלא לשמוע לעצתו של יצה"ר להטיל מום בקדשי שמים. ויש ליזהר עוד שלא ליפול ברשתו. כי לעניננו אין אומר ואין דברים. כי מי האומר שיאמר להגיה ולמחוק הספרים הקדושים הברורים באין צורך ודוחק כלל. ואיברא הא דכתב מר אשאל וכו' אבל חלילה להגיה מלבנו שלא לצורך כדי לחלוק על האמת ועל כל הגדולים כאמור, עכ"ל.

כתב ש"מ: ווייטער איז באוואוסט דעם 'איגרת דרב שרירא גאון'. רב שרירא, דער טאטע פונעם לעצטן גאון - רב האי גאון, האט אראפגעשריבן אביסל פון די סדר הדורות, השתלשלות התורה שבעל פה, ועוד כמה דברים חשובים, און א בריוו. דא קענט איר ליינען זיין היסטארישער בריוו. דא האט איר צוויי נוסחאות פון זיין בריוו.
ואומר א"ח: חקרו החוקרים, אם היה מסורה לרב שרירא גאון ברוב דברים שכתב, או שלמד כן מפי הגמרא ועוד מקורות, ולא באתי אלא להעיר.

כתב ש"מ: אביסל שפעטער איז אפירגעקומען רבי דוד גאנז. אליינס א תלמיד פון מהר"ל, איז ער געווען א ריז אויך אין וועלטליכע חכמות. פארקערפערנדיג אין זיך חכמת המאטעמאטיק, דזשיאגראפיע, אסטראנאמיע, און היסטאריע. זיין ספר אויף היסטאריע - אפיציעל בעידוד המהר"ל, בשם 'צמח דוד', איז צוטיילט צווישן אידישע היסטאריע און וועלטליכע היסטאריע [א חידוש פאר א היימישער...], און איז בשעתו געווען גאר פאפולער עפענענדיג א פתח צו פרישע ידיעות. דא קענט איר ליינען זיין ספר.
ואומר א"ח: להשלמת הענין וועל איך ברענגען די ווערטער פונעם מור וקציעה (שם סימן שז) וואס ער שרייבט וועגען דער צמח דוד וז"ל, ספורי דברי מלכי ישראל וכו' כמו צמח דוד חלק ראשון וכו' הם נחשבים כספרי קודש ממש, כיון שאין עסקיהם אלא בעניני מקרא ותלמוד וכו' מותרין לקרותן גם בשבת - רק לא בקבע במקום בטול ד"ת, דלא עדיפי מכתובים שגזרו שלא לקרות בהן בשבת, מפני בטול בית המדרש וכו' אך [בחלק ב של צמח דוד... באותן דברים ... מדברי הימים של מלכי אומות העולם שעברו, ואין צורך בידיעתן כלל ואסורה הקריאה בהם בקביעות כנ"ל.., אלא לעתות הטיול כדחליש לבא מגרסא, וביומי דפגרי בהו רבנן, כדי ללמוד מתוכו לשון נקי וצח, גם כדי שלא להיות הת"ח ערום מידיעה בקורות הימים ושינויי הזמנים, למען יידע להשיב שואלו דבר, ולא יהא נחשב פתי וסכל בעניני העולם. אף לפעמים יש בו נפקותא לענין ספורי דברי הימים השייכים אל אומתנו ללמוד מאלה על אלה, או יצא ממנו למוד עצה ותבונה בעסקי עולם הנצרכים לנו ג"כ, ביחוד בענין השתדלות והפקת רצון אצל מלכים ושרים, עכ"ל. כאטש דאס איז די זעלבע שטיקעל פון די מור וקציעה וואס איך האב אויבען געברענגט, ברענג איך דאס עקסטרע לגבי דער צמח דוד.

כתב ש"מ: פון די סאמע וויכטיגסטע היסטאריע ספרים, שטייט מיט שטאלץ דער 'סדר הדורות' פון רבי יחיאל עפשטיין, דער מינסקער רב. מיט דריי בענדער גייט ער אדורך די היסטאריע, אין חלק א' - היסטאריע פון בריאת העולם, לרבות וועלטליכע היסטאריע, אין חלק ב' - מחברים פון ספרי יהדות ווערן באשריבן, עד לתקופתו, אין חלק ג' - תנאים ואמוראים, זייערע נעמען און היסטארישע באמערקונגען, און וואו זיי ווערן אראפגעברענגט אין ספרות חז"ל. ער ווערט באצייכנט ווי איינער וואס האט געמאכט פון די געלונגענסטע ארבעט אין די אידישע היסטאריע [כאטשיג אפילו אויף זיינע ווערטער קען מען זיך צומאל דינגען].
ואומר א"ח: כדאי צו דערמאנען חלקו הגדול של רבי נפתלי בן רבי אברהם משכיל לאיתן וואס האט געשריבען הוספות גדולות צו דער ספר.

כתב ש"מ: דערנאך קומט דער חיד"א מיט זיין 'שם הגדולים'
ושואל א"ח בתמימות שלא ע"מ לקנטר: פארוואס "דערנאך"?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אויבערלענדער חכם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:א מיעוט פון די שטויסער'ס גייען OTD, אבער א רוב פון די שטויסער'ס גייען ווערן פארגרעבט. אידישקייט גייט מיינען טשולנט ליל שישי, שמועסן אין מקוה, און מיטהאלטן אלעס אויפן געלעקסי. א שיעור תורה ביינאכט, א נארמאלע שחרית מיט מנין, א געוויסע ערנסקייט צו אידישקייט, א ווארימקייט אין השקפה, איז א נחלת העבר פאר רוב היינטיגע יונגעלייטלעך נאכן ענדיגן דעם פארשאלטענעם סיסטעם. די סיבה איז כנ"ל, ווייל מ'האט זיי אנגעפיקעוועט די קאפ מיט שטותים, און אין בעסטן פאל האט מען נישט אנגעפילט זייער קאפ מיט די זיסקייט פון יהדות. און די זיסקייט איז די פרפראות לתורה, נישט די תורה זעלבסט - וואס דאס האבן זיי יא געמוזט לערנען, און דערפאר שטויסן זיי דאס דאך.

ס'איז מיר שווער צו גלייבען אז אזא גרויסע פערצענט פונ'ם חסידיש'ע ציבור פאלט אוועק. טאקע די מניינים פאר שחרית זענען בעיקר פול נאר פון מענטשען העכער דער פערציג? דער יונגער עולם גייט ניטש צו קיין שיעור? א חבר מיינער א וומסב"ג'ער זאגט מיר אז זיין ברודער האט זיך געלערנט צו ווערען אן אקאונטענ"ט. ער איז געווען אין די מיטל צוואנצג יארען. ער האט באקומען ארבעט פאר גאנץ קליין געלט. ביינאכט האט ער פריוואטע קליענטע"ן און שבת ליינט ער ביכער צו ווערען בעסער. ווען ער וועט זיין אין די מיטל דרייסיג יארען און זיין בחור וועט שוין זיין אין ישיבה און ער מוז שוין טראכטען וועגען שידוכים, וועט ער זיך נעמען גייען צו א שיעור. טאמער ס'איז אזוי ביי אסאך מענטשען וואלט איך גיכער געזאגט אז טרדת הפרנסה צוזאמען מיט א שוואכער שעצונג צו לימוד התורה פיהרט דער מענטש אהין, מער ווי אן אנגעווייטאגטער הארץ אויף תורה. עכ"פ מיט מיין גאנצע התנגדות צו חסידות, בפרט אויף איהר היינטיגע צורה, איז מיר שווער צו גלויבען ס'איז אזוי באנקראט. דער מענטשליכע גייסט מוז ארויסשפראצען העכער די פראבלעמען דערין.

ס'איז מיר זייער שווער זיך צו בייגן דעם קאפ פאר א ליטוואק אבער האמת אהוב מכל.

אוטש!! אבער יא, ס'איז ליידער כמעט אינגאנצן אמת. כ'בין בדרך כלל דער וואס איז נישט מסכים מיט די אנגעווייטאגטקייט דאהי אין שטיבל אויפן סיסטעם, איך האלט אין אלגעמיין אז רוב פראבלעמען וואס ווערן דא ערווענט זענען באמת נישט אזוי געפערליך, איך האב קיינמאל נישט געגליכן דעם למעשה פראיעקט (כ'וויל מיך נישט יעצט גיין טענה'ן דערויף ודי בזה). אבער ביז.... ס'איז אנגעקומען צו דעם ארטיקל, ס'איז ליידער ביטער ווי דער גאל אין דעם הינזיכט, בחורים מיט אינגעלייט דרייען זיך ארום אן קיין שום תוכן, פוסט און לעהר, די קאפ איז מלא שטותים. די גוטע כשרונות ענדיגן אויף קאווע שטיבל און הערן נישט אויף צו פארפירן דאס איז נישט גוט יענץ איז נישט גוט, די שוואכערע אבער וואוילע ענדיגן נעבעך מיט עקסטרימיזם, און זיי ווערן די איינציגסטע מיט וועם די רבנים האבן א ווארט, און דער פועל יוצא איז די תקנות סיסטעם וואס גייט דא ראטעווען דעם אונטערגעברענטן דור... איך וויל דא מער מאריך זיין אבער איך האב נישט קיין כח, די ווייטאג מיינע איז צו טיף.

הכלל, דער פראבלעם איז לדעתי דער שורש כל הפראבלעמען, איך בין ביי די מיינונג אז מען וואלט א סך מער מתיר געווען ביי אונז פארשידענע זאכן וואס דער היינטיגער סיסטעם אסר'ט אויב זאל נאר זיין דער אידנטום מיט דער יהדות עפעס וואס ווערט נישט אזוי לייכט צושאקלט, עפעס מער תוכנ'דיגע אידן. אבער דערווייל ליידער איז דער איינציגסטער לייזונג פאר די היינטיגע ליידיגע אידישקייט בלויז דאס: פארמאכטקייט!!!

השם ישמרנו מהם (?) ומהמונם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א"ח, דער "שקר מוחלט" אויפן רמ"ד שרייבט דוכט זיך ר' עקיבא יוסף שלעזינגער.
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

ריכטיג האט געשריבן:א"ח, דער "שקר מוחלט" אויפן רמ"ד שרייבט דוכט זיך ר' עקיבא יוסף שלעזינגער.

ידעתי בני ידעתי! אולי סבר בעל לב העברי שמותר לשקר מפני השלום בין ישראל ואביהם שבשמים. אגב, דאס איז נישט דער איינציגסטער זאך וואס ער שרייבט וואס מצד המציאות איז לכאורה נישט [tag]ריכטיג[/tag]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם: כמעשהו בראשונה, מיינע הוספות צו הרב [tag]אויבערלענדער חכם[/tag] וועל איך שרייבן אין רויט.


[center]הערות ע"ד מאור עינינו הרה"ג ר' [tag]אדנירם[/tag] שליט"א "אונזער היסטאריע"[/center]
[center]חלק ב[/center]

הקדמה: איך בין עומד ומשתאה אויף אזא הערליכען ארבייט פון ליקוט. מען וואלט געדארפט צאהלען טייער פאר אזא service! ממש הפלא ופלא צו נתפעל ווערען. איך בין שוין לאנג חושש אז רבי שש האט לכל הפחות 48 שעות אין זיין טאג (איך בין אויך חושש אויף השבעת הקולמוס!).
אדנירם: יישר כח פאר די טיטלען און דברי עידוד, אבער כ'האב די זעלבע 24 שעה א טאג, און כ'וואלט טאקע גערן געקענט באשטיין צו קענען מאכן השבעת הקולמוס [איין זאך זאג איך ענק, אמאל האב איך געגלייבט די לעגענדע אויפן בני יששכר אז ער האט געהאט השבעת הקולמוס, ווייל אויב נישט וואלט ער נישט געקענט שרייבן אזויפיל. היינט צוטאגס לייקן איך אין דעם, ווייל 'מבשרי אחזה'...].

כתב הרב ש"מ: ספרי רבי יצחק אייזיק הלוי [הורוויץ – כמדומני שצ"ל "רבינוביץ" (א"ח))] וכו' זיין מעלה איז אויך מיט דעם וואס ער האט זיך געשלאגן מיט משכילים און אפיקורסים ווי גרעץ און [אייזיק הירש] ווייס [בעל מחבר דור דור ודורשיו] וואס האבן ארויסגעגעבן זייערע אייגענע היסטאריע ביכער, מיט אן אגענדע ביליג צו מאכן חז"ל וראשונים.
ואומר א"ח: אין ספר הזכרון פאר רבי יצחק הלוי שרייבט הרב יחיאל יעקב וינברג ז"ל אז דאס איז געווען זיין חסרון וז"ל, אף על פי שבחקר המשנה הלך הרי"א הלוי בעקבותיו של רד"צ הופמן [בעמח"ס מלמד להועיל, תלמיד פרשברג וראש בית מדרש לרבנים בברלין - הילסהיימר] כמוהו הוא מבחין בין משנה קדומה ששימשה יסוד למשנתנו אלא שהלוי מקדימה לתקופת הסופרים ואנשי כנסת הגדולה ואילו רד"צ תופסן מאחרה לתקופה של לפני חרבן הבית השני וכו' אף על פי כן לא הלך בדרך המחקר שלו בהבחנת המקורות ובבדיקת הנוסחאות והגרסאות. אין אצל רי"א הלוי אותה המתינות שיקול הדעת שאצל הופמן. הופמן היה חרד לקיומה של המסורת העתיקה שלנו לא פחות מאשר הלוי. כל עמלו הספרותיתי והמדעי במשך ימי חייו [של הופמן (א"ח) היו קודש למטרה זו. הוא השתדל להוכיח בדרכי המדע את אמיתת המסורת הזאת כנגד כל המבקרים שרצו לערער עליה בהשערות נלוזות, אבל יחד עם זה היה הופמן זהיר מאוד מודד ושוקל כל מילה היוצאת מפיו. אומר דבר בשם אומרו. מוכיח אותם בנחת ובלשון חכמה עד שתחזירם למוטב, והודו על האמת ע"י כך. לא זו בלבד שכבוד המסורת לא נפגמה ולא הועם זיוה אלא להפך כבודה עלה ונתבסס יסודה לאור המדע האמתי. הופמן היה בתוך תוכו איש האמת ועבודתו המדעית היתה לשם בירור האמת וגילוה, לפיכך זכה ודעותיו נתקבלו בעולם המדעי וספריו היו לאבני פינה של המדע התלמודי. רד"צ הופמן מופיע לפנינו, קודם כל, כאיש המוסר, מסוגם של חכמי ישראל הקדמונים, מכאן השפעתו הגדולה על האינטיליגנציה היהודית שלא נחלשה גם לאחר פטירתו. אבל רי"א הלוי לא הלך בדרך זו. גאון תורני זה עמד כל ימי חייו בקשרי מלחמה עם חחשודים בעיניו, אויבי היהדות, והיא משתקפת גם במחקריו חגדולים רבי המעוף וחהיקף. לבו היה לב סוער וגועש בכל דעה שלא היתה כדעתו, הריח ריח מינות, ובכל שיטה שלא היתה כשיטתו חשד בכפירה וזלזול בקדושת המסורת בחמת זעם. הוא ראה בכל סטיה מן הדרך הכבושה שלו כוונות זדון והרס של בנין היהדות כולו, אשר היתה יקרה לו מכל יקר, ומכיון שעלה בלבו חשד כזה כנגד מי שהוא, מיד נתגבר כארי ולא ידע שום רחמים או פשרה במלחמתו. הוא התנפל על אויבי התורה והמסורה והמטיר עליהם אש וגפרית ובעטו החד עשאם ללעג וקלס. בשביל זח קיפח הלוי במו ידיו את כבודו אשר היה ראוי לו בכל גאוניותו ובשל הזכות שקנה במה שפתח אפקים חדשים למחקר התלמודי, עכ"ל הרב וינברג.
עס ליגט מיר אין זכרון אז אין עפעס אן ארט זאגט הרב וינברג ארויס ברחל בתך הקטנה אז הלוי וואלט געדארפט מער נוהג כבוד זיין מיט גרץ און אנדערע, אבער איך געפין עס נישט יעצט. מסתמא מאך איך א טעות.
איינער פון מיינע ידידים האבען מיר דערמאנט אז אין זיין שטיקעל "לחקר המשנה" (שרידי אש חלק ד) שרייבט הרב וינברג אז אלעס וואס דער דורות הראשונים שרייבט וועגען יסוד המשנה איז נאר א פירוש צו די יסוד פון הרב דוד צבי הופמן. ער דערמאנט אז חנוך אלבק שרייבט וועגען הלוי: כי בספרו יש מן החדש ומן הטוב, אלא מה שהוא חידש אינו טוב ומה שהוא טוב אינו חידוש (מחקרים על המשנה עמוד 97). אויף דעם שרייבט וינברג: אי אפשר להסכים לדעתו של הר"ח אלבק שהתקיף את הלוי חריפות .. ומדד לו - שלא כשורה - במידה שמדד הוא [הלוי] לאחרים. אין אנו יכולים לקבל את פסק דינו על הלוי, "כי בספרו...." ולא היא ודאי יש בספריו - בדרך כלל - מן החדש ומן הטוב גם יחד וכו'..
אין יענע זעלבע שטיקל האט ער אויך די זעלבע טענות אויף הלוי אז ער איז נישט נוהג כבוד אין אנדערע און ער דערמאנט קראכמעל און זכריה פרנקל ביים נאמען.
עס איז כדאי צו דערמאנען אז הרב אביגדור מילר האט געשריבען זייער שיין אין ענגליש א תמצית פון די הסטוריה ע"פ ספרי הלוי. זיין ספרים אויף היסטוריה איז מפורש ע"פ דברי הלוי אזוי ווי ער שרייבט אליין אין די הקדמה. מיר ווייסער אז הרב אדנירם שליט"א האט גוזר געווען אויף לע"ז, אבער מאהבת הכהן הגדול ודברי הלוי ברענג איך דאס סיי ווי.
דרך אגב, איך האב א מאל געהערט [פון נישט קיין גוטן מקור] אז רבי חיים הלוי סולוביציק [ידידו של הלוי] האט געהאט א יד אין די דורות הראשונים. זייער נישט מסתבר, אבער למיחש מיהא בעי.
אדנירם: ריכטיג די ביקורת אויף הלוי [וואס האט טאקע געהייסן ראבינאוויץ און נישט הורוויץ], אבער מצד שני האט זיך אויסגעפעלט איינער וואס זאל זיין די 'חצוף' וואס זאל בא'שגצ'ן די משכילים וואס האבן געזוכט צו פארדרייען היסטאריע לויט זייער געשמאק. איינמאל ער האט צוריסן גרעץ, צוהאקט ווייס, און אריינגעביסן אין פראנקעל, האט ער געוויזן אז זייערע ווערטער זענען נישט בגדר 'כנתינתן מסיני' - אזויווי מ'האט אנגעקוקט זייערע ווערטער בעפאר, און נאכדעם האט שוין געקענט קומען מער א מעסיגער זיך מתווכח צו זיין מיט זייערע ווערטער [משל למהד"ד, סאטמארער רב מיט מדינת ישראל...].

הרב אביגדור מיללער זצ"ל - וואס כ'האב מיך אמאל היבש געווייקט אין זיינע שמועסן - איז טאקע געווען א געוואלדיגער בקי אין היסטאריע, און האט ארויסגעגעבן הערליכע ביכער אויף ענגליש על טהרת הקודש, נאר כ'האב למעש"ה נישט אראפגעברענגט ספרים שנכתבו בלע"ז [או כדרך הנכונה: בלעז].


כתב ש"מ: למעשה איז ר"ז יעבץ אויך נתקבל געווארן - כאטש ער איז א טראפעלע מער לינק גענויגט [למשל, ביים באשרייבן שיין מענדלסאן, אדער ביים באשרייבן חסידות געמיין].
ואומר א"ח: אודה ולא אבוש איך האב אין מיין לעבען נישט אריינגעקוקט זין ר"ז יעבץ'ס ספרים, אבער לגבי "באשרייבען שיין מענדלסאן" איז כדאי צו דערמאנען דאס וואס איז מסתמא דברים פשוטים צו אידען אזוי ווי אונזער רב אדנירם שליט"א, אבער נישט אזוי ווייט צו אנדערע, אז מנדלסון איז געווען א הונדרעדט פרוצנט א שומר תורה ומצוות. די טענות אויף עם איז נאר אז ער איז געווען א שורש פורה ראש ולענה, אבער ער אליין האט געהיטן תורה ומצוות. דאס וואס איז באקאנט אז ווען דער חתם סופר שרייבט "בספרי רמ"ד אל תשלחו יד" מיינט "ר'שע מ'שה ד'עסויער" איז א שקר מוחלט.
כידוע דער מהר"ם שיק האט געלערענט זיין חומש מיט'ן ביאור. דער כתב והקבלה, דער רש"ש און א סאך מער אחרונים ברענגען עם אראפ. איך ווייס נישט וואס יעבץ שרייבט, אבער עס קען גאר זיין דברים פשוטים.
לגבי געמיין אויף חסידים... נייתי ספר ונחזי....
אדנירם: דער יעב"ץ דריקט זיך אויס אויף אים זייער שיין אין א תשובה [דער ק' דארטן מיינט קדוש? אדער וואס?].
כידוע האב איך נאך אמאל געהאט א חלום [יתכן ס'וועט נאך אמאל אפירקומען], צו באשרייבן מנדלסון פון אפאר אנדערע ריכטונגען, וכמו שכתבתי כאן.


כתב ש"מ: נאך אפאר ספרים וואס ער האט געשריבן איז ווערט צו דערמאנען: 'רש"י חייו ופירושיו' - וואו ער באשרייבט אין 4 בענדער די היסטאריע פון רש"י און זיין מהלך אין זיינע פירושים על תנ"ך וש"ס ותשובות.
ואומר א"ח: איך וואלט ממליץ געווען רבי שלמה מאיר ליפשיץ'ס ספר ר' שלמה יצחקי, רש"י. איך האב נישט געזעהן הלפרין'ס ארבעט, ממילא זאג איך נישט וואס איז בעסער, נער א גוטע יסודיתדיגע ספר אויף רש"י.
אדנירם: כ'האב עס נאר דערמאנט דרך אגב, ווייל סתם א ספר אויף א גדול איז בגדר ביאגראפיע, וואס פארדינט א קאפיטל פאר זיך אי"ה ביום מן הימים.

כתב ש"מ: דערנאך קומט דער חיד"א מיט זיין 'שם הגדולים'
ושואל א"ח בתמימות שלא ע"מ לקנטר: פארוואס "דערנאך"?
אדנירם: פשוט, ווייל ע"פ סדר הדורות האט ער געלעבט שפעטער...


סוף דבר, האסט געשריבן שיינע הגהות, און אגב זע איך אז דו ביזט היבש אויסגעקאכט אין ספרי היעב"ץ.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דוכט זיך דער בעל סדר הדורות האט געהייסען 'הרב יחיאל היילפרין' ודלא כמו שכתוב.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נאך א פאר שטיקלעך אינפארמאציע וועגען פיוטים יוצרות און סליחות;
פאר די וואכען צווישען פסח און שבועות, זענען דא באזונדער יוצרות געדרוקט אין אוצר התפלות סידור. זיי באקלגען דער גלות פון אידען, דרוקען אויס בענקשאפט צווישען כלל ישראל און דער רבש"ע און באוויינען דער צרות וואס איז געשען צו כלל ישראל אין יענער טעג (נייט נישט דער ווארשאווער אויפרייס און נישט דער אונגארישער וועלט'ס קריג, מ'מיינט גזירת תתנ"ו). יעדער וואך איז דא נאך פאר יעדער שטיקעל ברכות ק"ש. כנראה ס'איז געווען ברייט פארשפרייט דער מנהג פון זאגען די יוצרות, ווייל ס'איז דא א ניגון אויף די ווערטער "יונה יעלת חן מה לך כי תבכי" פארפאסט דורך הרב זלמן סנדר כהנא – שפירא (דער פטער פונ'ם דבר אברהם פון קאוונא) וואס די בריסקער זינגען. (מיין נישט, ס'איז גארנישט אזוי אינטרעסאנט, מער א נוסח ווי א ניגון). אויך דוכט זיך אז ס'איז דא חסידים וואס זינגען די זאכען ביים סעודה.
(איך האב אמאל געזאגט אויף רש"י אנהייב פרשת קרח – פרשה זו יפה נדרשת. ווייל פון שבת זכור ביז שבת פרשת חקת איז דא יעדער וואך פיוטים פאר יענער וואך אחוץ פרשת קרח. זאגט אונז רש"י אז עכ"פ פרשה זו יפה נדרשת במדרש רבי תנחומא, הגם די פייטנים האבען אונז נישט מסביר געווען!)
דער אריגינעלער מנהג איז געווען אז סליחות אום תענית ציבור האט מען געזאגט אין מיט'ן הויכע שמו"ע ביי ברכת סלח לנו. מ'פלעגט זאגען סלח לנא אבינו כי חטאנו מחל לנו מלכנו כי פשענו – סלח לנו אבינו כי ברוב אולתינו שגינו וכו', און נאכ'ן ענדיגען סליחות האט מען ווייטער געזאגט שמו"ע. אבער מ'ענדיגט נישט סליחות אין דער זעלבע פלאץ. נאכ'ן אשמנו זאגט מען משיח צדקך אמר לפניך וכו' כי לה' אלקינו הרחמים והסליחות, און דארט לייגט מען צו א פאר ווערטער – ואל יעכב חטא ועון את תפלתנו מחל וסלח לכל חטאתינו כי קל טוב וסלח אתה ברוך אתה ה' וכו'. נאכ'ן ענדיגען הויכער שמו"ע האט מען געזאגט קל רחום שמך וכו' ביז השתא בעגלא ובזמן קריב. איך הער אז אין דעברעצין אין ב"פ פיהרט מען זיך נאך אזוי, איך ווייס נישט וועגען די יעקע'ס צו אנדערע אויבערלענדער בתי מדרשים.
אין סליחות פאר צום גדליה נוסח ליטא איז דא א סליחה א גאר אינטרעסאנטער. ס'איז א מוסר ספר פאר זיך. אין ישיבות זעט מען כסדר א נייע בחור קומט וואס פון שטוב האט ער געזאגט סליחות נוסח פולין צו אשכנז צו וואס, און ווען ער זעט דער סליחה פאר'ן ערשטע מאל ווערט ער ערשטוינט. איך קען עס נישט אויסשרייבען אין גאנצען, אבער ס'הייבט אן עזב נא בן אדם עזב נא.... טרם יספה או יומו יבא. און ער גייט דורך פארשידענע התעוררות'ן וואס מ'דארף אויף נישט צו זינדיגען.
דער נאמען וואס מיר רופען אן די פיוטים 'יוצרות' איז באמת נישט אינגאנצען ריכטיג. יעדער סארט פיוט האט איהר נאמען און איהר מהלך. 'יוצר' איז פאר פיוטים פונ'ם ברכת יוצר אור אין אנהייב, 'אופן' איז במקום 'והאופנים וחיות הקדש' וואס ווען מ'זאגט פיוטים טוישט מען עס אויף 'והחיות ישוררו', 'מארה' (אינטרעסאנט אז מ'נוצט אזא נאמען, ניין?) איז פאר סוף ברכת יוצר אור, 'אהבה' איז פאר אהבה רבה, 'זולת' איז פאר נאך 'אין אלקים זולתך', (אינטרעסאנט וואס ס'שטייט אין מחזור לר"ה פאר עזרת – אין אומרים זולת בר"ה ולא ביוהכ"פ לפי שאמת ויציב מתוקן כנגד י"ו כפרות שבפרשת י"ה באחרי מות ועתה אנו צריכין כפרה מוטב שנאמר אמת ויציב כהלכתו שהוא כנגגד הכפרות, וואס מיינט עס 'כהלכתו', הייסט באמת ס'איז אזא קולא אז מ'זאגט בכלל פיוטים?!), 'סילוק' פאר'ן לאנגע פיוט (געווענדליך) פאר קדושה און 'אזהרות' פאר די מנין המצוות פון מוסף שבועות (וואס כפי ידיעתי זאגט עס שוין קיינער אחוץ דער לעצטע קטע 'עליונים ששו ותחתונים עלזו' וואס אסאך זאגען נאך).
די ספרדים האבען א מנהג מאנטאג און דאנערשטאג. מיר אשכנזים לייגען דאך צו סליחות צום דאווענען, אבער נישט מיט ה' ה' און נישט מיט'ן גראם פון סליחות. אבער ביי זיי זאגט מען קודם תחנון (לדוד, נישט רחום וחנון) און דערנאך היבט מען אן סליחות, מאנטאג איז אנדעריש ווי דאנערשטיג, אום מאנטאג הייבט מען אן 'אנשי אמנה אבדו' פון ר' האי גאון, וואס מיר זאגען ביי סליחות בה"ב און ביי נעילה, דאנערשטאג זאגט מען נאך עפעס 'תמהנו מרעות תשש כחנו מצרות'. דערנאך זאגט מען נאך פיוטים מיט צוויי מאל ה' ה' אינדערמיט, און מאנטאג איז אנדעריש ווי דאנערשטאג.
דער גראם און דער סיסטעם פון סליחות מסתמא באמערקט דער עולם ביים זאגען, מיט די שלישיה און נאך. אבער איין זאך איז נישט אזוי באקאנט, און איך ווייס נישט צו איך קען עס אויסשרייבען אין ווערטער אויף אידיש. דאס איז א חלק פון די חכמה פון פיוט וואס ס'הייסט אויף ענגליש meter און rhythm. דער ענין איז אז פאעזיא איז נישט נאר וואס די ווערטער גראמען. דאס אז דער גאנצע שרייבאכץ האט א סיסטעם א בנין און די לעצטער ווארט גראמט מיינט אז מ'קען עס ליינען אויף אזא אופן אז ס'זאל קלאפען. אז מ'קען מאכען מער symmetry קלאפט עס נאך מער. למשל אז יעדער שורה האט דער זעלבע מאס syllables און די syllables זענען ענדליך זל"ז (אביסל ווי א haiku). ווען מ'זעט אין מאנכע סידורים פאר יגדל 'השיר הזה שקול משתי תנועות ויתד ושתי תנועות ויתד ושתי תנועות ויתד בדלת וכן בסוגר', און פאר אדון עולם שטייט עפעס אנדעריש (אין דער סוף פון מסכת ברכות אינ'ם הקדמה צום רי"ף האבען זיי דער ליד וואס איז געשטאנען אויפ'ן מצבה פונ'ם רי"ף, שטייט דארט אויך דער סיסטעם פונ'ם ליד אזוי), איז דער פשט אזוי. איך פארשטיי נישט אין גאנצען אבער דער יסוד איז אז א 'יתד' איז א שווא אדער א חטף נקודה, און א תנועה איז א געהעריגע תנועה. יעצט אז מ'קוקט אינ'ם פיוט יג דל, דאס איז צוויי תנועות, און דערנאך דער אל"ף פון א-להים מיט איהר חטף-סגול איז דער יתד. דערנאך איז דא דער להים חי, וואס דאס איז צוויי (פארוואס? ווייס איך נישט) און דערנאך ו וואס דאס איז א שווא, און דערנאך ישתבח. דאס איז דער דלת – דער עפענונג פונ'ם שורה, דערנאך איז דא דער סוגר, וואס דאס איז דער צווייטע האלב פונ'ם שורה פונ'ם ליד, נ מצא איז צוויי תנועות ו איז דער יתד אין עת אל וכן הלאה. אז מ'קוקט די אלע לידער אזוי, זעט מען אז אלס קלאפט, יעדער שורה איז ענדליך צו איהר חבר און דעריבער גראמט עס און זינגט זיך עס בעסער. דער חכמה פון קענען בויען א ליד אזוי איז א חלק פון חכמת הפיוט וואס איז ברייט פארגעסען געווארען.
אין די פיוטים פון ר"ה יוהכ"פ אויפ'ן ברכות פון הויכע שמו"ע איז דא אפאר זאכען צו באמערקען. דער וואס קוקט גוט וועט זען אז אין אבות דערמאנט מען אברהם אבינו, אין גבורות יצחק אבינו, און נאך 'מחיה המתים' ווען מ'זאגט נאך א פיוט וואס דאס גייט אויף קדושת ה' דערמאנט מען יעקב אבינו. ס'איז דא א ספר פון הרב יהושע העליר (מח"ס חוסן יהושע א פאפולערער מוסר ספר פאר בחורים, ווי אויך דער וואס האט ארויסגעגעבען דער רוח חיים פון ר' חיים וואלאזינער אויף אבות, מיט אפאר הגהות און הוספות זיינער) וואס הייסט בית תפלה. אמאל פלעגט עס זיין געדרוקט אין איין באנד צוזאמען מיט אנדערע ספרים פונ'ם מחבר און זיין ברודער אויף אגדה און מוסר. אין דער בית תפלה רעדט ער פון א ירושלמי וואס שטעלט צו די י"ח עופות טמאות צו שמו"ע, און ער איז מסביר יעדער עוף פארוואס ס'שטימט מיט יענער ברכה. דארט ברענגט ער דער ענין אז די ערשטע דריי ברכות זענען כנגד די אבות, ווייל אזוי זעט מען אין די פיוטים און ער זאגט שיינער פשטים אין דעם, פארוואס דער נשר איז אזוי ווי אברהם אבינו, דער פרס איז יצחק און דער עזניה איז יעקב. אבער דאס גילט נישט אין אנדערע פיוטים. למשל ביי ד' פרשיות צו יו"ט זעט מען נישט דער זאך אז מ'זאל דערמאנען די אבות דארט, עכ"פ נישט באזונדער אברהם ביי אבות.
אין יענע פיוטים טאקע פון ר"ה יוהכ"פ פעלט גאנצע שטיקלעך. ס'איז דא א זייער פאפולערער סידור, בפרט ביים ישיבישע עולם, וואס ס'הייסט 'סידור ווילנא' (ווען ס'איז ערשט ארויס האב איך עס אנגערופען 'סידור מעזשיבוזש'. פארוואס? דו זאג מיר פארוואס ווילנא, וועל איך דיר זאגען פארוואס מעזשיבוזש!) ארויסגעגעבען דורך א חבורה ירושלימ'ער אידען, ובראשם הרב ישראל מאיר הירש נ"י בנו של מרן הרב משה הירש זצוקללה"ה דער וועלט'ס פארזארגער און דער ר' איצעלע וואלאזהינער מיט הרב שמואל הנגיד און הרב יאסעלמאן פון ראסהיים פון אונזער דור(!). זיי האבען אויך געדרוקט א מחזור לר"ה, אבער ס'איז נישט אזוי פאפולער (איך האב געהערט פאר זיי האבען עס געדרוקט אז זיי האבען געהאט א גרויסע ספק, ווייל דער מנהג פון למנצח פאר תקיעות האט באמת נישט קיין עמטליכע מקור, אבער ווי קענען זיי דרוקען א מחזור אן למנצח? ווען ס'איז ארויס לאור האב איך געקוקט צו זען ווס זיי האבען געטוהן. זיי האבען עס געלייגט אין קליינע אותיות טאקע, כאילו ס'איז עפעס א מנהג וואס אנדערע האבען). דארט האבען זיי א לאנגער הקדמה וועגען פיוטים און דער היתר דערצו, מיט לשונות פון אסאך ראשונים, זייער אינטרעסאנט. עכ"פ אין די פיוטים פון אבות גבורות וקדושת השם טענה'ן זיי אז אין אנהייב האבען די פיוטים געהאט צום סוף א רשימה פון פסוקים וואס אויף זיי איז געבויט געווארען דער פיוט. זיי האבען עס אריינגעדרוקט אין העלער אותיות אז מ'זאל עס קענען ליינען. דאס ווארפט א ליכט אויפ'ן גאנצע פיוט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הגם אז איך בין מסכים צו די הנחה פון הרב [tag]אדנירם[/tag] אז דאס קאלירטע פארבען פון אונזער רעליגיע גיבט אסאך צו צו א מענטש'ס באקוועמליכקייט אונטער'ן דאך פון אידענטום, און ממילא איז היסטוריא וויכטיג, ווי אויך פיוטים דקדוק ועוד, מ"מ קלער איך אז מ'וואלט ענדעריש געדארפ'ט אנהויבען מיט דער וויכטיגסטע, וואס דאס איז השקפה לערנען גרונטליך. אסאך מענטשען וואס מ'רעדט מיט זיי קענען נישט די סאמע יסודות פון אונזער רעליגיע. די ווערטער 'איך בין א נער און אויך גלויב' איז הונדרעט פערצענט אמת, עכ"פ איהר ערשטע האלב.
לעצטענ'ס בין איך געווען אין ביהמ"ד שבת נאכמיטאג און א נודניק איז מיר צוגעקומען. איך האב נישט געקענט פטור ווערען פון איהם האב איך איהם מציע געווען מ'זאל עפעס לערנען. דף יומי האט דעמאלס אנגעהויבען מסכת נדרים האט מען אנגעהויבען נדרים. ער האט זיך געהאלטען פאר א לץ, האט ער אין מיט'ן עפעס א ליצנות געמאכט פונ'ם גמרא און איך האב איהם פארגעהאלטען 'דאס איז דאך דער אייבישטער'ס תורה!?'. זאגט ער מיר 'ניין, דאס איז נאר חומש, גמרא איז די חכמים'. איך בין דערשראקען צו זען אז ער ווייסט ניטאמאל גארנישט. מ'קען עס גוט אויסשמועס'ן אין איהר פרטים, אבער אזוי נישט צו וויסען וואס איז דאס תושבע"פ?!
נאך א מעשה: איך בין געווען אין א ביהמ"ד און איך הער ווי איינער א איד, בערך א זעכציג יעריגע, רעדט זיך אפ דער מחלוקת אין א"י ווי געפערליך ס'איז. 'מ'זעט אין היסטוריא אז אלע צרות קומען פון דעם אז מ'שלאגט זיך מיט'ן גדול הדור. ווי קען הרב שמואל אויערבאך זיך שלאגען מיט'ן גדול הדור?'. איך בין נערוועז געווארען, האב איך איהם געפרעגט 'אזוי? ווען אין היסטוריא איז אזוי טאקע געווען?'. זאגט ער מיר 'ביי משה רבינו און קרח'. פארגעס פון זיין טפשות און קטנות אז 'אלע צרות' מיינט איין מעשה פון דריי טויזענט יאר צוריק. איך האב איהם גלייך געזאגט 'משה רבינו און קרח איז כפירה אין י"ג עיקרים, אין נבואת משה, נישט קיין פאליטישע ווער זאל פיהרען דער ווערטשאפט'. שוין, ער רעדט נערישקייטען. איך האב עס שפעטער פארציילט פאר א חבר מיינער, א חשוב'ער יונגערמאן און א גרויסע למדן, נישט קיין יענק"י דוד"ל, א גרויסע ליטווישע יחסן פון אלע זייטען. ער האט זיך אפגערעדט 'פארוואס בין איך אין דער מיטל דרייסיג יארען, און איך וואלט קיינמאל נישט אליינס געכאפ'ט דער נקודה, אז משה רבינו'ס נבואה איז גאר עפעס אנדעריש?'. איך קען איהם נישט ענטפער'ן, אבער דער גרונטליכע וויסענשאפט פון אונזער גלויבען, נישט ראיות צו אמונה און נישט תירוצים צו קשיא'ס אויף אמונה, נאר פשוט וואס מ'גלויבט, פעלט אסאך מענטשען.
איך האב פאר איהם געוואלט צוזאמשטעלען א רשימה פון וואס וואלט געווען כדאי צו לערנען אויף זיך צו באהאווענען אין דער נושא. מ'דארף נישט ווערען קיין וועלט'ס מומחה אין דעם, און מ'דארף נישט לערנען מורה נבוכים וכדו', אבער דער י"ג עיקרים פונ'ם מקור און די ווערטער פונ'ם רמב"ם וכדו' אויף דעם איז פארט וויכטיג פאר יעדער איד, אפילו איינער וואס וויל נישט פרעגען קיין קשיא'ס און נישט נאכפארשען די ראיות און סתירות דערצו.
טאמער ס'קען מיר איינער מוציא זיין אין דער עבודה, וואלט איך איהם דאנקבאר געווען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב אריבער געפיהרט מיין מאמרים אויף פיוטים און סליחות דא. לכאורה פארדינט עס שוין אן עקסטער אשכול.
איך האב אויך פארראכטען מיין אריגינעלע פאסט אין דער אשכול מיט לינקס צוגעלייגט. עיי''ש ותמצא נחת
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

עס איז נישטא קיין ווערטער דיר צו באדאנקען, אדנירם, פאר די אויסערגעווענליכע ארבעט וואס דו האסט אריינגעלייגט אין דעם אשכול. אסאך פון די ספרים וואס דו האסט דערמאנט זענען מיר געווען גענצליך נייע חידושים, בפרט אין דעם תחום פון דקדוק, אין וועלכן איך האב קיינמאל נישט עוסק געווען מחמת דעם וואס אונזערע גדולים האבן נישט געהאלטן דערפון. אבער יעצט האף איך אז איך וועל זיך נעמען די קוראזש אריינצובליקן דערין. כל הכבוד.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יאיר האט געשריבן:בפרט אין דעם תחום פון דקדוק, אין וועלכן איך האב קיינמאל נישט עוסק געווען מחמת דעם וואס אונזערע גדולים האבן נישט געהאלטן דערפון. אבער יעצט האף איך אז איך וועל זיך נעמען די קוראזש אריינצובליקן דערין. כל הכבוד.

לץ אחד...!

[tag]יאיר[/tag]


אגב, האם יש לך מה להוסיף לינקים וכדו' על דברים הנידונים? אם כן, אל נא תמנע טוב מאתנו!
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

שש, איך בין פול מיט איבערראשונג איבער דיין זעלטענער באקאנטשאפט אין אונזער גלאררייכן אוצר הספרים, ממש אן ענציקלאפעדיע פון ספרי יסוד וואס לאו כל אדם ממשמש בו.
הלפרין האט ארויסגעגעבן בסוף ימיו זיין לעצטן ווערק, דרכי הקב''ה, אן אייגנארטיגן ליקוט פון צענדליגער טויזנטער מראי מקומות איבער די וועגן פון השי''ת. אין דער הקדמה ברענגט פאטאסטאטן פון 15 בריוון פון חזון איש צו אים, וואס דו האסט דערמאנט, די שענסטע בריוון אין קובץ אגרות וואו חזון איש אדרעסירט בני נוער זענען אייגנטליך צו אים.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איינע פון די קינדער אין מיין באנק האט זיך פלוצלינג געעפנט דאס מויל און אנגעהויבן גיסן ידיעות אז ס'איז געגאנגען א רויך. ער קען אידישע היסטאריע, דקדוק, און וואס נישט. בקיצור עס האט מיר גענומען צייט געוואויר צו ווערן אז זיין טאטע האט אפגעמאכט אז ער גייט אים מאכן פאר א ידען על טהרת הקדש, און נישט מער און נישט ווייניגער נאר די גאנצע האט ער גאר גענומען פון אונזער באליבטן מזשר פון קאווע שטיבל.
בעל כרחי האט עס מיר צוריק אהער געשלעפט זיך צו באדאנקען פאר שש פאר זיין געוואלדיגע ארבעט. עס ליגט זיכער אין דעם א שווערע ארבעט פון טעג און וואכן. זאל דיר דער אייבערשטער באצאלן בכפל כפלים.
עס וועט נאך מסתמא נעמען אסאך צייט ביז איך וועל עס קענען דורכגיין גרינטליך און מעיר זיין.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רימון האט געשריבן:שש, איך בין פול מיט איבערראשונג איבער דיין זעלטענער באקאנטשאפט אין אונזער גלאררייכן אוצר הספרים, ממש אן ענציקלאפעדיע פון ספרי יסוד וואס לאו כל אדם ממשמש בו.
הלפרין האט ארויסגעגעבן בסוף ימיו זיין לעצטן ווערק, דרכי הקב''ה, אן אייגנארטיגן ליקוט פון צענדליגער טויזנטער מראי מקומות איבער די וועגן פון השי''ת. אין דער הקדמה ברענגט פאטאסטאטן פון 15 בריוון פון חזון איש צו אים, וואס דו האסט דערמאנט, די שענסטע בריוון אין קובץ אגרות וואו חזון איש אדרעסירט בני נוער זענען אייגנטליך צו אים.
[tag]רימון[/tag], ייש"כ פאר דיינע לויב רייד.
דו מאכסט א רושם - פון דיינע דערווייל-געציילטע תגובות - פון א קלוגע יונגערמאן מיט אסאך ידיעות. לאז אונז נישט ווארטן, נאר עפן דיין מויל אז ס'זאל זיך גיסן מרגליות ופנינים לרוב!...


ברסלבער האט געשריבן:איינע פון די קינדער אין מיין באנק האט זיך פלוצלינג געעפנט דאס מויל און אנגעהויבן גיסן ידיעות אז ס'איז געגאנגען א רויך. ער קען אידישע היסטאריע, דקדוק, און וואס נישט. בקיצור עס האט מיר גענומען צייט געוואויר צו ווערן אז זיין טאטע האט אפגעמאכט אז ער גייט אים מאכן פאר א ידען על טהרת הקדש, און נישט מער און נישט ווייניגער נאר די גאנצע האט ער גאר גענומען פון אונזער באליבטן משזר פון קאווע שטיבל.
בעל כרחי האט עס מיר צוריק אהער געשלעפט זיך צו באדאנקען פאר שש פאר זיין געוואלדיגע ארבעט. עס ליגט זיכער אין דעם א שווערע ארבעט פון טעג און וואכן. זאל דיר דער אייבערשטער באצאלן בכפל כפלים.
עס וועט נאך מסתמא נעמען אסאך צייט ביז איך וועל עס קענען דורכגיין גרינטליך און מעיר זיין.
[tag]ברסלבער[/tag], כ'האף אז דיין מעשה איז אמת... אויב יא, געבט דאס מיר גאר אסאך חיזוק. אויב נישט, וועט דאס האפנטליך געשען בקרוב...

ייש"כ פאר דיינע ווארימע קאמפלימענטן. און יא, ס'האט מיר גענומען טעג און וואכן צו מסדר זיין [אדרבה, פרעגטס [tag]יאיר[/tag], וועם איך האב שוין מודיע געווען אז כ'ארבעט אויף מיין 'למעשה', א לאאאאאנגע צייט צוריק].

כ'קען קוים ווארטן אויף דיינע הערות מחכימות!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האב איך געטראכט צו מיר דעם שבת אז ס'קען זיין אביסל שווער אנצוהויבן אלץ בחור, און כדי דער בחור זאל זיין אינטרעסירט ברויך ער שוין האבן געלייענט דעם ספר אלץ קינד.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

איך האב ערשט יעצט דערזען דעם אשכול, איך האב עס נאכנישט פארכאפט צו ליינען. איך וויל אבער קודם כל אויסדרוקן מיין התפעלות און דאנקבארקייט צו אדנירם פאר דער קאלאסאלאר ארבעט. אזעלכע פעאיגקייטן זענען לעגענדאריש!

איך האף צוריקצוקומען נאכאמאל נאכ'ן ליינען מיט א פרישן דאנק (און האפנטליך הערות).
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

אדנירם איך שטוין פון דיינע ברייטע ידיעות און דיין רייכן פעדער, ווי ביזטו געוון ווען איך בין געוון יונג? פארוואס ביזטו נישט געווען מיין מנהל אדער מלמד, לגופו של עניין דארף באצייכנט ווערן אז פון האבן אסאך ידיעות ווערט מען נאך נישט קיין חכם, חכמה איז א אייגנשאפט וואס מען קען זיך איינקויפן מיט זיך איבן די מח צו טראכטן ארגינעל און אינדרויסן פון די פושקע, און אוודאי אז ווי מער מען איז קונה נאך דעות און שיטות העלפט דאס אנטוויקלן חכמה.
בכל אופן אדנירם איך וואלט דיר געדאפט געבן אפאר קרומע אותיות צו איבערטייפו זיכער צו מאכן אז דו ביזט נישט קיין מאשין...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איש עברי האט געשריבן:בכל אופן אדנירם איך וואלט דיר געדאפט געבן אפאר קרומע אותיות צו איבערטייפו זיכער צו מאכן אז דו ביזט נישט קיין מאשין...

:lol: :lol: :lol:


ייש"כ[tag]איש עברי[/tag], און [tag]פלאוויוס[/tag], פאר ענקערע דברי עידוד.
אויב ענק האבן וואס מוסיף צו זיין איבער די ענינים שנידוני באשכול הלז, אדרבה לייגטס צו ענקערע הערות מחכימות להנאת הציבור.
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

אדנירם האט געשריבן:
דער יעב"ץ דריקט זיך אויס אויף אים זייער שיין אין א תשובה [דער ק' דארטן מיינט קדוש? אדער וואס?].

הקצין. (אזוי משוגע איז דער יעב"ץ ניט געווען...)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בפשטות ביזטו גערעכט, כאטש ער איז נישט געווען קיין אפיציעלער 'קצין' הקהילה [בדומה לפרנס, טפסר, וכו'], אבער ס'איז גענוצט געווארן אלס טיטל פאר א חשוב'ער מענטש. ס'שטימט בעיקר מיט וואס איך ווייס אז דער יעב"ץ האט געדארפט צוקומען צו זיינע טובות, ואכהמ"ל.

עכ"פ דער טעות אז דאס מיינט 'קדוש', האט שוין געמאכט דער גרויסער מגיד פון כעלעם, דא.
פארשפארט