די פרייליכע סליחות באוועגונג
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך פלעג זיך באטייליגן יעדעס יאר מיט א קביעות ביים סליחות פון יואלי לעבאוויטש און איך האב זיך באמת מחי' געווען. היי יאר בין איך נישט לאקאל דעריבער האב איך געזאגט ערגעץ ביי א פארשליימטע מנין מיט אידן וואס טראגן צוגעקניפטע פיאות און אויליגע גלעזער און איבער אלעם די קרעכצנדע בליטש שמעקנדע קעלעכ'לעך.
איך האב זיך געבענקט צו א ווארעמע סליחות, אן די אלע צדיקים וואס האבן נישט געזינדיגט א גאנץ יאר... אבער דאך פארשטיי איך די חילוק צווישן יואלי לעבאוויטש'ס סליחות, צו ליפא שמעלצער און שלום לעממער. ווייל יואלי לעבאוויטש'ס סליחות איז באזירט אויף קארליבאך, און די אנדערע איז סתם זינגערייען וואס מאכן נישט קיין סענס. איך דארף נישט איינער זאל מיר פערפארמען גראמען און חזנות'ער ביים סליחות זאגן, איך דארף איינער זאל בלויז זינגען.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
מאך זיכער האט געשריבן:היי יאר בין איך נישט לאקאל דעריבער האב איך געזאגט ערגעץ ביי א פארשליימטע מנין מיט אידן וואס טראגן צוגעקניפטע פיאות און אויליגע גלעזער און איבער אלעם די קרעכצנדע בליטש שמעקנדע קעלעכ'לעך.
זייער, זייער נישט שיין.
פאסט נישט פאר אזעלכע דערהויבענע פרייליכע סליחות סארט אידן ווי דו צו רעדן אזוי אויף אנדערע אידישע קינדער וואס זייער גאנצער חטא באשטייט אז זיי האבן נאכנישט זוכה געווען צו קומען צום טעם פון יואלי לעבאוויטש'ס סליחות.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: די פרייליכע סליחות באוועגונג
יעצט לאחר המעשה זאגסטו מיר?! נעקסט טיים זאג מיר פריערberlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: דאס אלעס וואס דו זאגסט וועגן ..."יואלי"... דער בעל תפילה זאג איך איבער מיין רעבי'ן שליט"א. (וועלכער רבי זאג איך נישט.). נאכמער. איך ווארט שוין א גאנץ יאר פאר דעם ..."אשרי"... פון סליחות...! דאס געט א קלאפ אזוי שטארק. נאכמער ווי סיי וועלכער מוסר ספר. אדער אלול מוסר שמועס...!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער: כ'האב נישט געוואוסט אז דו ווילסט הערן (מיין רעבי'ן) ווי ער קרעכצט און זאגט אשרי און לך ה' הצדקה מיט א לב נשבר ונדכה...! זיין זאגן ...הנשמה לך והגוף פעלך רייסט שטיקער ביי די נשמה און הארץ. ס'וועקט אויף אפילו די אידן וועלכע האבן ארומגעהאצקעט א גאנצן (אדער רוב) זומער און געהאקט א לעבן. מיט ..."נייט סווימינג, גריללס און סטעיקס און ביר. א יעדן ליל ששי און מוצאי שבת ביז 5 פארטאגס...! און געגאנגען אויף רעיסינג באוטס..! אפילו די אידן ווערן פלוצלינג הייליגע אידן...!
שמעקעדיג האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:היי יאר בין איך נישט לאקאל דעריבער האב איך געזאגט ערגעץ ביי א פארשליימטע מנין מיט אידן וואס טראגן צוגעקניפטע פיאות און אויליגע גלעזער און איבער אלעם די קרעכצנדע בליטש שמעקנדע קעלעכ'לעך.
זייער, זייער נישט שיין.
פאסט נישט פאר אזעלכע דערהויבענע פרייליכע סליחות סארט אידן ווי דו צו רעדן אזוי אויף אנדערע אידישע קינדער וואס זייער גאנצער חטא באשטייט אז זיי האבן נאכנישט זוכה געווען צו קומען צום טעם פון יואלי לעבאוויטש'ס סליחות.
איך האב געשריבן אונטער א הומאריסטישע איינפלוס. ביטע נישט נעמען פערזענליך, איך האב געמיינט ארויסצוברענגען די סיטואציע ביי סליחות.