בלאט 4 פון 4

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 12:28 pm
דורך הקטן
אויב וועט מען נאכקיקען בין איך זיכער מען וועט טרעפען אז דארט וואו מען קישט זיך אפען זענען די קינדער אסך מער געזינטער און מער ציפרידען און לעבן, אואו דארט וואו סאיז דא ליבשאפט אן קישן
א יא?!?

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 2:15 pm
דורך גראף
אקעי. היינטיגע חתנים פון אולטרע ארטעדאקס חסידים לערנט מען אויס אז מען מעג און מען דארף זיך קושן פארנט פון די קינדער? כ'פרעג ווייל עס זעהט מיר אויס ווי איך ווייס טאקע נישט וואס מען טוט היינט. איך פארשטיי אז מען רעדט נישט דא פון אויפגעקלערטע און איך מיין עס נישט אין א נעגעטיוו וועג.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 2:53 pm
דורך פארשטאנד
ירח בן יומו האט געשריבן:לעבעדיג? ס'שטייט הארבע זאכן אויף קישן א טויטע.
וועמען קישן די חסידים אזוי "לעבעדעיג"? (אויסער דעם רבי'ן'ס האנט?)

שלא מן הענין אבער דאך אן הערה...
פאר א היסטארישע בליק אויף קושן א טויטן קוק דא, 'נשיקת המתים — לגלגוליו ותהפוכותיו של מנהג'.
הערות אויף דעם מאמר דא.

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 11:38 pm
דורך ליב צו וויסן
גראף האט געשריבן:אקעי. היינטיגע חתנים פון אולטרע ארטעדאקס חסידים לערנט מען אויס אז מען מעג און מען דארף זיך קושן פארנט פון די קינדער? כ'פרעג ווייל עס זעהט מיר אויס ווי איך ווייס טאקע נישט וואס מען טוט היינט. איך פארשטיי אז מען רעדט נישט דא פון אויפגעקלערטע און איך מיין עס נישט אין א נעגעטיוו וועג.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


ווער זאגט דאס ?
איך פארשטיי אז די שקלא וטריא דא איז צו מען זאל/מעג, נישט צו מען לערנט אזוי אויס.

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2020 12:52 am
דורך גראף
איך האב פארשטאנען אז דער שמועס האט זיך פארקירוועט פון הלכה צו למעשה.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2020 1:07 am
דורך הדסים
איך הייב מיר שוין אויך אן צו פילן אויסגעשפילט. זעט אויס עס זענען פארהאנען אידן וואס רוקן זיך פאראויס אין זייער פערזענליכער לעבן, און איך בלייב דא טראכטן און רעדן וואס מען וואלט געדארפט טון...