דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

המשך פון פריער:

דער אפיציעלער ראש הקהל איז געווען הרה"ח ר' שמעון ווייס ע"ה. ער איז אויכעט געווען א גרויסער עושר און א שותף מיט ר' אברהם חיים הכהן פילאף. א יעדעס יאר אויף די ימים נוראים (ר"ה, יוכ"פ און סוכות) פלעגן קומען איינער פון די 2 שותפים קיין ניו יארק צום סאטמארע רבי'ן זי"ע. זיי האבן זיך איינגעטיילט. א יעדע יאר איז געקומען אן אנדערער. זיי האבן אויכעט געטון ביזנעס דאהי.

איך געדענק אויך וויאזוי מ'האט געפראוועט כ"א כסליו. אזוי ווי די סעזאנען זענען דאך פארקערט דארט. איז דאמאלס געווען זומער. האט מען געמאכט די סעודה אינדרויסן. אין בעק פון ביהמ"ד און אויף די זייט פון די קלאסרומס איז געווען א גרויסער הויף (בעקיארד, בלע"ז) האט מען דארט אויפגעשטעלט טישן און בענק איבער'ן גאנצן הויף. און מ'האט אויך גערופן א (גוי'אישן) עלעקטרישן. און ער האט געצויגן לייטס איבער דעם גאנצן שטח. און ס'איז געווען היימישע מוזיק. און מ'האט געהאלטן דרשות. פון וואס איך האב זייער ווייניג פארשטאנען. אזויפיהל האביך געוואוסט אז ס'גייט זיין א געשמאקע סעודה. בימים ההם, ווען דער האלאקאוסט איז נאך געליגן אין די ביינער פון די מענטשן האט מען נישט דיסקרימינירט אקעיגן קינדער. מ'האט געלאזט די קינדער זיצן ביים טיש און הנאה האבן פון די סעודה. און מ'האט זיי נישט פאריאגט אזוי ווי היינט, ליידער. (איך וועל נאך צוריקגיין און רעדן איבער די בעלי בתים פון ביהמ"ד. נאר צוערשט וויל איך א ביסל רעדן וועגן די סיזנס.זומער/ווינטער.)

אין דרום אמעריקע (און אויסטראליע) זענען די סיזנס פארקערט ווי ערגעץ אנדערש אויף די וועלט. נאך סוכות הייבט זיך אן ספרינג און זומער און ס'איז זייער הייס. און נאך פסח איז פאלל און ווינטער . נאר די ווינטער דארט קומט נישט צו די קעלט פון ניו יארק אדער מאנטריאל/טאש, למשל. ס'קומט קיינמאל נישט צו צו די פריעזינג מארק פון 32 דיגריס. די קעלטסטע טעמפעראטור דארט איז בערך 40 דיגריס. נאר ס'איז דא שטארקע ווינטן און א סאך רעגן. לויט דעם קומט אויס זייער מאדנע און אינטרעסאנטע מצבים. סוכות איז שוין כמעט ספרינג. און ס'בלאזט שוין א ביסל א ווארימערע ווינט. און חנוכה איז שוין זייער הייס. און מ'דארף ווארטן ביז די חנוכה לעכט לעשן זיך אויס כדי מ'זאלל קענען אויפמאכן א פענצטער. נאך חנוכה פארט דער עולם (דער וואס פארט) אין די קאנטרי. און מ'בלייבט דארט ביז א וואך אדער צוויי וואכן פאר פורים. ווייל דאמאלס איז שוין סוף זומער. און ס'הייבן זיך אן צו ווייזן סימנים פון ווינטער. פאר פסח, ווען מ'גייט באקן מצות איז שוין דא שטארקע ווינטן און רעגן. און שבועות איז שוין אינמיטן פון ווינטער. איך געדענק אז איינער פון די בעלי בתים האט געגעבן א קידוש אום שבועות און ער האט אויך געגעבן 2 ריזיגע טענקס מיט הייסע קאווע...! שבעה עשר בתמוז און תשעה באב זענען די קורצסטע תעניתים. און עשרה בטבת איז די לענגסטע...! אונזער סוכה איז געווען אויפגעשטעלט אויף א מין פארטש אויפ'ן 2'טן שטאק פון אונזער הויז. ס'איז אבער געווען באדעקט מיט א ריזיגן סקיילייט, געמאכט פון שיינע,, קאלירטע גלאז. ס'איז געפארן אויף טרעקס. און מ'האט עס געקענט אויפמאכן און פארמאכן לויט די וועטער. דאס איז שוין געווען בימים ההם ובזמן הזה. ס'א חידוש אז מ'זעהט עס נישט דאהי.

דער אייבישטער האט אונז אויכעט מזכה געווען מיט אן אורח (אפשר גאר א תושב.) א ספרד'ישע איד א בעל תשובה, וועלכער האט געוואוינט אין בוענאס איירעס, ארגענטינע. נאר ער האט געפלאנט אריבערצוברענגען זיין משפחה קיין מאנטעווידעא, אין אונזער קהילה. ווייל דארט איז נישט געוון קיין געהעריגע תלמוד תורה, אין יענע צייטן פאר זיינע קינדער. מיין טאטע ע"ה האט איהם אהיימגעברענגט פון ביהמ"ד י"ג מידות/עיוכ"פ ביינאכט נאך מעריב. ס'האט געהייסן פאר א וואך. אבער למעשה איז ער פארבליבן כמעט א יאר. ער האט געהאט זייער אינטרעסאנטע מנהגים/מסורות. ער האט למשל א יעדע זאך וואס ער האט געטון פרייטיג האט ער געזאגט ..."לכבוד שבת"...שאפינג. און אויספוצן די שיך. אלעס איז געווען לכב' שבת. מיט זיין זיסן הברה ספרדית. (נישט עברית, ח"ו). ער האט געזינגען זיינע ספרד'ישע זמירות, וואס מיין טאטע האט איהם מכבד געווען צו זינגען מיט אזא מתיקות. א יעדן שבת נאכמיטאג האט ער געלערנט פון דעם ילקוט מעם לועז אויף די אריגינאלע שפראך, לאדינא. און ער האט עס ארויסגעזאגט מיט אזא מתיקות'דיגן ניגון. ער האט אויכעט געהאט א מנהג צו זאגן אויף א יעדע זאך וואס האט געברענגט עגמת נפש..."כפרת עוונות"...אונז האבן אויך געהאט ראולינג געיטס אויף די פענסטערס וואס די גוי'אישע לענדלארד האט אינסטאללט. ס'איז דאך געווען פארצייטישע געיטס נישט מיט עלעקטריק. ס'האט געהאט א ברייטן פאסיג/שטריק צו אויפמאכן די געיט. און ווען מ'פארמאכט עס דארף מען עס אראפלאזן זייער שטארק פארזיכטיג ווייל ס'קען זיך צורייסן די פאסיג. דאמאלס איז מען אויף צרות. און אונזער חשוב'ער אורח האט זייער שטארק ליעב געהאט זיך מתעסק זיין מיט די געיטס. און בשעת ער האט עס אראפגעלאזט צו פארמאכן האט ער אייביג געגעבן א ווילדן שלעפ און ס'איז אראפגעפלויגן. מיין מאמע ע"ה האט איהם אייביג געבעטן אז ער זאל זיין קעירפול בשעת ער לאזט עס אראפ. אבער זי האט גערעדט צום לאמפ. איין טאג, ווען ער האט געגעבן אזא ווילדן לאז אראפ די געיט האטציך עס צובראכן. און ער האט געזאגט..."כפרת עוונות"...כדרכו בקודש. האט איהם מיין מאמע געזאגט. כפרת עוונות. אבער זיי מוחל באצאל וואס ס'קאסט צו פיקסן. מ'האט געמוזט רופן א פראפעשיאנאל בעל מלאכה דאס צו פיקסן.

ער איז נישט געווען קיין ארימאן. ער האט שפעטער (נאך בשעת ער האט געוואוינט ביי אונז) אויפגעמאכט א גראסערי. מיין טאטע האט איהם געהאלפן ערלעדיגן די פעיפערס אז זיין גאנצע משפחה זאלל קענען אריבערקומען. און זיי זענען איינגעשטאנען ביי אונז פאר בערך א וואך ביז זיי האבן זיך מסדר געווען א דירה...!

המשך יבוא, אי"ה
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי

שליחה דורך ביליג »

berlbalaguleh האט געשריבן:המשך פון פריער:


איך געדענק ווען איינער פון די מתפללים אין אונזער ביהמ"ד האט געגעבן קידוש אום שבועות האט ער אויך געגעבן הייסע קאווע. און דער עולם האט זיך מחיה געווען דערמיט, ווייל ס'איז געווען קאלט און ווינטיג.




berlbalaguleh האט געשריבן: איך געדענק אז איינער פון די בעלי בתים האט געגעבן א קידוש אום שבועות און ער האט אויך געגעבן 2 ריזיגע טענקס מיט הייסע קאווע...!


איך זעה אז די קאווע ליגט דיר נאך אין די ביינער !! [emoji12] [emoji301] [emoji477]
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ביליג: איין זאך זעה איך אז דו האסט די תגובה געשריבן אויף דיין סמארטפאון, רח"ל. ווייל די סארט סמייליס/אימאדזשי'ס זענען נאר דא אויף מיין געלעקסי עס. 7.
פרעגט די גמרא...מאי קא משמע לן בערל בעל עגלה?...ענטפערט די גמרא. קא משמע לן תרתי. אז ס'נישט דא די סארט סמייליס אויפ'ן דעסקטאפ (אפשר ביי דיר יא. נישט ביי מיר.) און אויך אז ער האט שוין ב"ה דעם געלעקסי 7, וועלכער איז א סאך א בעסערע כלי לעומת דעם דזשאנק וועלכער רופטציך געלעקסי 6. ומעשה שהיה כך היה. מיין געלעקסי 6 איז געגאנגען פייפן. נאך א סאך אומזינסטיגע הוצאות און עגמת נפש, איז ער מיר ליידער אפגעשטארבן אינגאנצן. איך האב אבער נישט געהאט קיין אינשורענס אויפ'ן פאון. האט מיר דער דילער געוואלט טשארדזשן 5 מאות פאר א נייע דזשי6. איראניש (אדער זענען זיי בהמות) האט מיך געקאסט אן אפגרעיד א נישטיגע פאר דאללער, און כ'האב באקומען א נייע דזשי.7...ע"כ הסיפור...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

Re: דאס אידישע לעבן אין די שטאט מאנטעווידעא, אורוגוויי

שליחה דורך ביליג »

איכא למפרך ...די סמייליס איז פון טעפעטאלק !!
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ביליג האט געשריבן:איכא למפרך ...די סמייליס איז פון טעפעטאלק !!

ביליג: איך באנוץ מיך (נאך) נישט מיט טעפעטאלק. (כ'ווייס נישט פארוואס) אפילו ווען איך וויל ליינען קאווע שטיבל מצד נייגעריגקייט...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ר' בערל אז איר האט זיך צירוק גענומען שרייבן היסטאריע, אפשר זענט איר ממשיך דא אויך, און רעדענדיג פון ארוגוויי איז כדי צו הערן אביסל וועגען אורוגווי פון פ"ק של ר' שלמה קארליבאך זצ"ל אליינס:

https://www.youtube.com/watch?v=zPPo33x22qQ

מתוק מדבש!
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: ייש"כ. דו האסט מיך ממש מחיה געווען מיט די מעשה. איך וועלל בלי"נ קאמענטירן און א ביסל מרחיב את הדיבור זיין איבער דעם עניפון צדקה און משולחים דארט אין די שטאט. און די גבירים וועלכע זענען געווען חסידים און תלמידים פון מרן רביה"ק רבינו יואל מ'סאטמאר זי"ע. נאר יעצט אייל איך מיך א ביסל. ועוד חזון למועד, אי"ה...!

נ.ב.: דו ליינסט א ביסל מיינע שרייבערייען דארט אין יענעם אשכול. גארנישט איז אויסגעטראכט אדער פאנטאזירט.נאר וואס איך האב געליינט אדער געזעהן אויף קליפס פון די געשעענישן פון יענע תקופה...ייש"כ...!
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

berlbalaguleh האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:רבי בערל.

לויט ווי איך ווייס זענען געווען אפאר שיינע עשירים וואס זענען געווען אין די קניטטינג ליין עקספארטירענדיג סחורות קיין אמעריקע, און ווילאנג די פאר רייכע אידן האבן דארט געהאט געלט, האט מען אהינגעברענגט היימישע (סאטמערע) מלמדים פון אמעריקע, איך 'מיין' אז רבי בנציון אינדיג ע"ה האט דארט געדינט אלץ מלמד, (קארעקט מי איף איים ראנג)

אויך לויט ווי איך פארשטיי איז דארט געווען גאר גוטע בשר בהמה, און דאס פאלק בכלל פלעגן זיין גרויסע קאנסומערס פון רויט פלייש.

נאך א אינטערסאנטע זאך, אזוי ווי די קהילה איז געווען קליין, און ס'איז נישט געווען אזוי סאך קינדער אין כיתה א' (?) פלעגן די אינגלעך אין מיידלעך לערנען צוזאמען ביי א טיטשער רבי שרה... ( open orthodoxy...)

יעקב מענטש: די מערסטע פארמעגליכע בעלי בתים פון ביהמ"ד זענען טאקע געווען אין די ניטטינג ביזנעס. עטליכע זענען געווען אין די דזשולערי ליין. און איינער האט געהאט א געלט אויסטויש ביזנעס.. לגבי ר' בנציון אינדיג, און אין וועלכע כיתה ער איז געווען מלמד, געדענק איך נישט. ווייל ער האט שוין נישט געוואוינט דארטן אין מיינע צייטן. אין די אנפאנג תש"כ יארן (1960'ס למספ.')
אמת. ס'איז געווען א קלאס פון יונגלעך און מיידלעך צוזאמען. נאר איך בין דארט נישט געגאנגען, ווייל איך בין שוין געווען גרעסער. מיין יונגערער ברודער איז טאקע געגאנגען אין אזא (מיקס'ד) קלאס. און די רבי...איז געווען די גרויסע טאכטער פון הרב מרדכי הירש. א מלמד אין די ת"ת. ער פלעגט סוף וואך אהיימקומען פון חדר, זינגענדיג די ווערטער פון די פרשה. ווייל קיין עברי האט ער נאכנישט געקענט.
דאס פלייש, וועלכעס ווערט דארט פראדוצירט, און אויך אין ארגענטינע איז איינס אין די וועלט. ס'דא דערפון בשפע און ביליג. מהאי טעמא שיקט די בד"ץ העדה החרדית אהין שוחטים, פאר די לעצטע פופציג יאר.


איך האב יעצט געזען די אשכול, זייענדיג אביסל באקאנט מיט אורוגוויי, וויל איך זאגן מיינע הערות, ר' בנציון אינדיג ז"ל איז געווען דארט לכאורה שפעטער פון דיר, ער איז געווען בערך תשכ"ט און תש"ל
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

berlbalaguleh האט געשריבן:אין די תקופה פון הרב בעק, האט מען אנגעהויבן בויען דאס נייע פראכטפולע ביהמ"ד אויף די מאלדאנאדא גאס. אבער ער איז אינצווישן אוועקגעפארן. איז געקומען זיין דער מרא דאתרא, הרב ר' אשר שמואל כ"ץ ז"ל.


ר' בערל, איר מאכט א טעות, הרב בעק איז געקומען שפעטער פון הרב כ"ץ

הרב בעק איז געווען דער לעצטער רב דארט בערך אין די יארן סוף כ'ס און די ל' יארן, ווען ער איז דארט געווען איז די ת"ת ביהמ"ד שוין געשטאנען, אין פראנט איז געווען די ביהמ"ד, דערנאך א גרויסע הויף מיט די חדרים, דערנאך די טרעפ אראפ צו די מקוה, מצה בעקעריי
און ווייטער אין די בעק איז געווען דעם רב'ס הויז, גערעכט?

שפעטער אין די מ"םס האט זיך די קהלה אויפגעלעזט האט רב בעק זיך געצויגן קיין מעלבורן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א חסיד פון ווילנא: גערעכט. הרב בעק איז געווען נאכדעים וואס איך בין שוין געהאט אוועקגעפארן פון דארט. קורץ פאר מיין קומען דארט וואוינען איז געווען הרב אשר שמואל כ"ץ ז"ל דער מרא דאתרא. נאכדעים. (אין מיין תקופה) איז געווען דער מרא דאתרא הרב אברהם לייטנער. ס'איז כדאי צו באמערקן אז הרב לייטנער איז בכלל נישט געווען דאס וואס מ'האט געהאלטן דאהי פון איהם. דא האט מען געהאלטן אז ער איז געווען אן עקסטרעמיסט. בלשון המעטה. דארט איז ער געווען זייער אן אקטיווער רב. מיט ביידע פיס אויף די ערד. ער האט געגעבן (דירעקטע השגחה אויף די כשר'ע מילעך. אויף די שחיטה. אויפ'ן ברויט. (די ברויט איז געווארן דעליווערט דורך א גוי. האט מען געמאכט א סימן אין א יעדן ברויט.) אויך האט ער געגעבן השגחה אויף אויל פון א גוי'אישע קאמפעני. אלע אידן האבן געקויפט יענע ברענד. ס'איז גארנישט געשטאנען אויף די קאנטעינער. אויסער דער נאמען פון די קאמפעני. אבער מ'האט געוויסט אז הרב לייטנער געט די השגחה אויף דעים...!

אויך איז ער געקומען פארהערן א יעדע וואך אין די ת"ת. אויך האט ער אנגעפיהרט מיט א ישיבה קטנה פאר אויסלענדישע בחורים. וועלכע זענען געקומען פון פארשידענע מדינות ווי ארגענטינע, בראזיל און טשילע...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ר' בערל, יעצט דורך געלייענט דעם אשכול מיט איין אטעם, זייער זייער אינטערעסאנט, זיי ממשיך ביטע,
פארשפארט