נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:27 pm
המשך פון פריער:
דער אפיציעלער ראש הקהל איז געווען הרה"ח ר' שמעון ווייס ע"ה. ער איז אויכעט געווען א גרויסער עושר און א שותף מיט ר' אברהם חיים הכהן פילאף. א יעדעס יאר אויף די ימים נוראים (ר"ה, יוכ"פ און סוכות) פלעגן קומען איינער פון די 2 שותפים קיין ניו יארק צום סאטמארע רבי'ן זי"ע. זיי האבן זיך איינגעטיילט. א יעדע יאר איז געקומען אן אנדערער. זיי האבן אויכעט געטון ביזנעס דאהי.
איך געדענק אויך וויאזוי מ'האט געפראוועט כ"א כסליו. אזוי ווי די סעזאנען זענען דאך פארקערט דארט. איז דאמאלס געווען זומער. האט מען געמאכט די סעודה אינדרויסן. אין בעק פון ביהמ"ד און אויף די זייט פון די קלאסרומס איז געווען א גרויסער הויף (בעקיארד, בלע"ז) האט מען דארט אויפגעשטעלט טישן און בענק איבער'ן גאנצן הויף. און מ'האט אויך גערופן א (גוי'אישן) עלעקטרישן. און ער האט געצויגן לייטס איבער דעם גאנצן שטח. און ס'איז געווען היימישע מוזיק. און מ'האט געהאלטן דרשות. פון וואס איך האב זייער ווייניג פארשטאנען. אזויפיהל האביך געוואוסט אז ס'גייט זיין א געשמאקע סעודה. בימים ההם, ווען דער האלאקאוסט איז נאך געליגן אין די ביינער פון די מענטשן האט מען נישט דיסקרימינירט אקעיגן קינדער. מ'האט געלאזט די קינדער זיצן ביים טיש און הנאה האבן פון די סעודה. און מ'האט זיי נישט פאריאגט אזוי ווי היינט, ליידער. (איך וועל נאך צוריקגיין און רעדן איבער די בעלי בתים פון ביהמ"ד. נאר צוערשט וויל איך א ביסל רעדן וועגן די סיזנס.זומער/ווינטער.)
אין דרום אמעריקע (און אויסטראליע) זענען די סיזנס פארקערט ווי ערגעץ אנדערש אויף די וועלט. נאך סוכות הייבט זיך אן ספרינג און זומער און ס'איז זייער הייס. און נאך פסח איז פאלל און ווינטער . נאר די ווינטער דארט קומט נישט צו די קעלט פון ניו יארק אדער מאנטריאל/טאש, למשל. ס'קומט קיינמאל נישט צו צו די פריעזינג מארק פון 32 דיגריס. די קעלטסטע טעמפעראטור דארט איז בערך 40 דיגריס. נאר ס'איז דא שטארקע ווינטן און א סאך רעגן. לויט דעם קומט אויס זייער מאדנע און אינטרעסאנטע מצבים. סוכות איז שוין כמעט ספרינג. און ס'בלאזט שוין א ביסל א ווארימערע ווינט. און חנוכה איז שוין זייער הייס. און מ'דארף ווארטן ביז די חנוכה לעכט לעשן זיך אויס כדי מ'זאלל קענען אויפמאכן א פענצטער. נאך חנוכה פארט דער עולם (דער וואס פארט) אין די קאנטרי. און מ'בלייבט דארט ביז א וואך אדער צוויי וואכן פאר פורים. ווייל דאמאלס איז שוין סוף זומער. און ס'הייבן זיך אן צו ווייזן סימנים פון ווינטער. פאר פסח, ווען מ'גייט באקן מצות איז שוין דא שטארקע ווינטן און רעגן. און שבועות איז שוין אינמיטן פון ווינטער. איך געדענק אז איינער פון די בעלי בתים האט געגעבן א קידוש אום שבועות און ער האט אויך געגעבן 2 ריזיגע טענקס מיט הייסע קאווע...! שבעה עשר בתמוז און תשעה באב זענען די קורצסטע תעניתים. און עשרה בטבת איז די לענגסטע...! אונזער סוכה איז געווען אויפגעשטעלט אויף א מין פארטש אויפ'ן 2'טן שטאק פון אונזער הויז. ס'איז אבער געווען באדעקט מיט א ריזיגן סקיילייט, געמאכט פון שיינע,, קאלירטע גלאז. ס'איז געפארן אויף טרעקס. און מ'האט עס געקענט אויפמאכן און פארמאכן לויט די וועטער. דאס איז שוין געווען בימים ההם ובזמן הזה. ס'א חידוש אז מ'זעהט עס נישט דאהי.
דער אייבישטער האט אונז אויכעט מזכה געווען מיט אן אורח (אפשר גאר א תושב.) א ספרד'ישע איד א בעל תשובה, וועלכער האט געוואוינט אין בוענאס איירעס, ארגענטינע. נאר ער האט געפלאנט אריבערצוברענגען זיין משפחה קיין מאנטעווידעא, אין אונזער קהילה. ווייל דארט איז נישט געוון קיין געהעריגע תלמוד תורה, אין יענע צייטן פאר זיינע קינדער. מיין טאטע ע"ה האט איהם אהיימגעברענגט פון ביהמ"ד י"ג מידות/עיוכ"פ ביינאכט נאך מעריב. ס'האט געהייסן פאר א וואך. אבער למעשה איז ער פארבליבן כמעט א יאר. ער האט געהאט זייער אינטרעסאנטע מנהגים/מסורות. ער האט למשל א יעדע זאך וואס ער האט געטון פרייטיג האט ער געזאגט ..."לכבוד שבת"...שאפינג. און אויספוצן די שיך. אלעס איז געווען לכב' שבת. מיט זיין זיסן הברה ספרדית. (נישט עברית, ח"ו). ער האט געזינגען זיינע ספרד'ישע זמירות, וואס מיין טאטע האט איהם מכבד געווען צו זינגען מיט אזא מתיקות. א יעדן שבת נאכמיטאג האט ער געלערנט פון דעם ילקוט מעם לועז אויף די אריגינאלע שפראך, לאדינא. און ער האט עס ארויסגעזאגט מיט אזא מתיקות'דיגן ניגון. ער האט אויכעט געהאט א מנהג צו זאגן אויף א יעדע זאך וואס האט געברענגט עגמת נפש..."כפרת עוונות"...אונז האבן אויך געהאט ראולינג געיטס אויף די פענסטערס וואס די גוי'אישע לענדלארד האט אינסטאללט. ס'איז דאך געווען פארצייטישע געיטס נישט מיט עלעקטריק. ס'האט געהאט א ברייטן פאסיג/שטריק צו אויפמאכן די געיט. און ווען מ'פארמאכט עס דארף מען עס אראפלאזן זייער שטארק פארזיכטיג ווייל ס'קען זיך צורייסן די פאסיג. דאמאלס איז מען אויף צרות. און אונזער חשוב'ער אורח האט זייער שטארק ליעב געהאט זיך מתעסק זיין מיט די געיטס. און בשעת ער האט עס אראפגעלאזט צו פארמאכן האט ער אייביג געגעבן א ווילדן שלעפ און ס'איז אראפגעפלויגן. מיין מאמע ע"ה האט איהם אייביג געבעטן אז ער זאל זיין קעירפול בשעת ער לאזט עס אראפ. אבער זי האט גערעדט צום לאמפ. איין טאג, ווען ער האט געגעבן אזא ווילדן לאז אראפ די געיט האטציך עס צובראכן. און ער האט געזאגט..."כפרת עוונות"...כדרכו בקודש. האט איהם מיין מאמע געזאגט. כפרת עוונות. אבער זיי מוחל באצאל וואס ס'קאסט צו פיקסן. מ'האט געמוזט רופן א פראפעשיאנאל בעל מלאכה דאס צו פיקסן.
ער איז נישט געווען קיין ארימאן. ער האט שפעטער (נאך בשעת ער האט געוואוינט ביי אונז) אויפגעמאכט א גראסערי. מיין טאטע האט איהם געהאלפן ערלעדיגן די פעיפערס אז זיין גאנצע משפחה זאלל קענען אריבערקומען. און זיי זענען איינגעשטאנען ביי אונז פאר בערך א וואך ביז זיי האבן זיך מסדר געווען א דירה...!
המשך יבוא, אי"ה