בלאט 4 פון 4

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 10:45 pm
דורך יאסל ראקאווער
יעקב מענטש האט געשריבן:

אז מ'דינגט נאר איין דזשעניטאר צו רייניגען א גרויסע לאנטש רום, קענסט אים בלעימען אז ס'איז שמוציג ?


איך האלט גראדע נישט אז די פיילן דארפן זיין געציהלט צו די רבנים, איך האלט אז דא דארף זיין א וועד הישיבות וואס טוט רעפרעזענטירן אלע ישיבות, און מ'טיילט זיך מיט די פתולת און די עידית, און 'נאר אזוי' קען מען דאס מתקן זיין,

און זיי זאלן אויך פאנד רעיזען פאר די ישיבות אזוי ארום שאפן א 'שטיקל' אינסענטיוו פאר די ישיבות -וואס עפ"י רוב מוטשען זיך פינאנציעל - אנטייל צונעמן. אבער נישט דאס איז דער שליסל צו סוקסעס, דער עיקר איז אז ס'זאל זיין א גרעסערע פראצענט ישיבות אנגעשלאסן דערין ווי נישט.

אין ווילי ביי ביידע סאטמערע פראקציעס איז די זאך זייער שיין מסודר,


יעקב מענטש שלאגט פאר א געוואלדיגע עצה. די עשירים דארפען זיך צוזאם נעמען באגודה אחת און זיך אינטערנעמען, וועלכע ישיבה ס'נעמט נישט א מינימום 5-10 פארצענט פון די וועד הישיבות ליסט (די וועד וועט מסדר זיין כל שאין להם קטף ונטף) גיבט מיר אונז נישט קיים געלט. די ראשי ישיבה איז נישט וועלטס פארזארגער. די גביר איז אויך נישט. אונז זעמער מחזק תורה, נישט ביזנעסעס.

Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 10:52 pm
דורך ירא שמים
די עשירים?! וואסערע אינטרעס האבן זיי דא?! זייערע קינדער נעמט מען דאך אריין.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 12:01 am
דורך יאסל ראקאווער
גראדע האב איך אפאר עקסטערע דאללער און איך בין מחזק תורה כל הזמן. ערשט, אלץ איינער וואס טיילט געלט פרוביר איך מברר צו זיין צו מיין געלט גייט צו עניים הגונים. איך, און איך בין זיכער הונדרעטע אנדערע, זענען נישט אינטערעסירט צו מחזק ראשי ישיבה'ס פריוואטע ביזנעסעס. ריכטיגע עניים שאינם הגונים.

צווייטענס, די פאקט אז די וועד לייגט אריין די בחור אין א ישיבה נעמט אוועק א גרויסע דילעמע פון ראשי ישיבה, ער קען זיך, כביכול, ווארפען מיט בחורים! ווייל למעשה צום סוף גייען אלע בחורים האבן עפעס א ישיבה. די גאנצע סאשעל פראבלעם מיט טאטעס וואס ווילן נישט זייערע קונדער מיט אנדערע פאלט אוועק. ער איז וועד בחור. וואס קען מען טוען?

זה נהנה וזה נהנה.

און ווייסט וואס נאך? ס'וואקט אריין צו מיר א ראש ישיבה אדער א אדמיניסטרעיטער וואס איז נישט א חלק פון די וועד גיב איך א פעני און ווארף אים ארויס. אונו דארף מיר אויך קענען סקרינען. מ'קען נישט מפרנס זיין די וועלט.

Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 12:11 am
דורך ירא שמים
אין לעיקוואד איז דוכט זיך דא עפעס אזא סארט סיסטעם, ליטוואק גערעכט?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 12:13 am
דורך ירח בן יומו
דעם שבת איז פארשפרייט געווארן א קונטרס "הצלת בחורי ישראל"
מיט גאנץ ענדליכע טענות.
ער שלאגט דארט פאר א מהלך אז די ישיבות זעלבסט זאלן אפשאצן יעדער בחור ביי די 15 יאר, און די וואס וועלן שוין עפ"י דרך הטבע קיין ר' עקיבא אייגר נישט וואקסן זאל מען זיי צו שטעלן אין די ישיבה זעלבסט קלאסן פון עפעס אזוי ווי מוזיק פארבן, קאמפיוטערס, וכו',

און א בחור וואס קען ציען נאר צוויי סדרים א טאג וועט ביי די נאכט סדר זיך עפעס צו לערנען און אויס ניצן די צייט. און א בחור וואסקען נאר ציען איין סדר זאל צוויי סדרים עפעס צו טוהן.

אבער אלעס אין די ישיבה זעלבסט שלאפן און עסען אין די ישיבה,די סדרים וואס ער לערנט יא וועט זיין אין די ישיבה. אזוי נאך וועלען וואקסן פיינע ערליכע בעלי בתים מיט קביעת עתים לתורה און מיט תפילה בציבור וכו'.

איי ווי אזוי קען מען לאזן ארבעטס בחורים צוזאמען מיט בחורים לומדים צוזאמען? די לומדים וועלן דאך שוואכע ווערן?
שרייט ער אז ווער זאגט אז היינט איז בעסער? היינט צו טאג יעדער בחור וואס איז נישט צוגעפאסט %100 צו א ישיבה איז שוין אין די גאס, אויף'ן אינטערנעט, וכו' וכו'. מאי חזית דדמך סומק טפי? אז מ'וועט אויסשטעלן אין די שיבה זעלבסט א פלאן פאר ערליכע בעלי בתים קען מען דאך אפראטעווען אזוי פיל.

Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 12:21 am
דורך [NAMELESS]
לאמיר נישט פארגעסן אז ר' מיכאל בער ווייסמאנדעל האט געוואלט אז די בחורים פון נייטרא ישיבה זאלן אויף זיין פארמער'ס!!

Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 7:59 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער סיסטעם אין לעיקוואוד איז בעיקר נוגע מיידלעך. אינגלעך איז נישט דא קיין פראבלעם ווייל ס'איז דא אן א שיעור ליידיגייער'ס וואס עפענען 'מתיבתות' און אזוי איז דא אן איבערפלוס פון ישיבות. מ'זאגט נאך א ווערטעל אז אין אנהייב יאר לאזט מען נישט קיין שום מיידעל גייען אין שולע ווילאנג נישט אלע מיידלאך האבען א פלאץ, און קיין שום מתיבתא מעג נישט עפענען ווילאנג אלע מתיבתות האבען נישט קיין בחורים'!
אבער ביי מיידלאך איז דער תיקון אויך געמישט מיט שלעכט'ס, ואכ''מ ועוד חזון למועד.

Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 11:41 am
דורך ירא שמים
און וואו אזוי ארבעט עס? משרייבט איין די מיידלעך אין די וועד און די וועד צוטיילט זיי?

Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין אנהייב האט דער וועד געשתדל'ט פאר יעדער מיידעל און פראבירט צוצושטעלען וואס מ'האט געוואלט. וויבאלד מ'האט למעשה צוטיילט דער איבעריגע צווישען אלע מוסדות, האבען די מוסדות זיך צוגעשטעלט, ווייסענדיג אז ס'איז מער ווייניגער צוטיילט אייניג צווישען זיי. איין מאל האט זיך גע'עפענט א נייע הייסקול און דער מנהל האט זיך נישט צוגעשטעל. 'איך האב נאר דערהויבענע מיידלעך ביי מיר' (דער מנהל איז א משפחה פון משה פינקל הנודע לשמצה, ומובן מאד), און די וועד מיט די ראשי ישיבות האבען אפגעהאלטען אלע מיידלעך שולע'ס פון זיך עפענען ביז יענע מיידלאך זענען ערלעדיגט. איין מאל אין מיט'ן יאר האט זיך פארמאכט א מוסד און מ'האט אלע מיידלעך הייסקול'ס פארמאכט ביז זיי זענען נישט מסודר.
דער כח פון די וועד איז וויבאלד דער דעת הקהל און ראש ישיבות איז געווען אז מ'דארף יעדעם ערלעדיגען, האבען זיי ענדעריש געפאלגט א וועד וואס זיי האבען אנגעקוקט אלס זייער'ס. ס'איז אויך געווען א פאר גבירים וואס זענען דארט געזעסען וואס האבען גענומען אחריות פאר די געלט פון דאס ארייננעמען, למשל אז מ'האט געדארפט מאכען א בוי קאמפיין צוצובויען צום מוסד, אדער א מיידעל האט געדארפט באזונדערע הילף, האבען זיי צוגעשטעלט.
היינט אבער, מיט'ן וואוקס פון שטאט, האבען זיי געטוישט און מ'פאדערט אז יעדער מיידעל מוז זיך אריינשרייבען אין פיהר עלעמענטער''י שולע'ס און צוויי הייסקול'ס. טאמער מ'ווערט נישט אנגענומען אין איינער פון זיי, זאגט צו דער וועד הילף. אויב אבער מ'האט נישט געפאלגט, ביסטו אין גאס. וכך הוה. היי יאר זענען ניין מיידלאך געבליבען אין גאס פאר'ן נישט פאלגען די תקנה און נישט ווערען אריינגענומען אינ'ם מוסד וואס זיי האבען געוואלט. ס'האט געהאנגען צעטלעך אין גאס אפאר וואכען צוריק מיט א רמז צו א נאמען פון איין מנהל, אבער איך האב גערעדט צו יענער מנהל און ס'גייט איהם ווייניג אן.
דער סיסטעם האט אנדערע פראבלעמ'ן אויך, אבער למעשה אזוי איז עס.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 12:07 am
דורך Big Boy
I’m not exactly sure why the Rosh Yeshivas are here to be blamed and not the parents. Everyone here is coming with tanes to the Rosh Yeshivas because of yiddishkeit or what it says in the Torah. Last I checked the only one that is mechiyev to learn Torah with a child is his own father and grandfather. Basically the melamdim, menahalim and Rosh Yeshivas are just doing the parents a favor by doing the work that the parents are supposed to do. The idea that the person that is supposed be doing a mitzvah (parents) going to yell at someone that is not mechiyev to do it (Rosh Yeshivas) I find it sadly funny. It is as if one of you would come to me and yell at me why I’m not going around looking for a lilev for you.


Also, I think all of you know that most of the times that a bucher is not accepted it’’s because the mosed has a problem with the bucher’s house. You might say that sometimes the yeshives demands or issues are silly. But if you are saying that the Rosh Yeshivas need to have a heart, where is the heart of the parents that they can’t change whatever serious or silly demands the yeshiva has when again the father is the one that has to learn Torah with his son.


Also, if a Rosh Yeshiva decides to take in “shvache bucherem”, guess what. A lot of parents will take out their good boys because they wouldn’t want their sons to dorm with “shvache” in the end the Rosh Yeshiva will be left only with “shvache”. Then the parents of the “shvache” will take out their sons because they want their sons to learn in a good yeshiva.


There was a mosed in Boro Park called Bais Uvi that tried to be for “shvachere” boys. Guess what, it closed. The reason being is that the parents (again, the problem comes back to the parents) don’t want their kids to go to a “shvache” yeshiva. They parked their kids there for a year to make the child a little “mentchlech” ans now they had a full year to work on their master plan. They started using all kind of “protektzia” to get their child into a “normal” mosed. The minute the good mosed accepted their child they left Bais Uvi and it closed.


My final question to you all is. Why does a rosh yeshiva have more responsibility to someone else’s child than you do? I’m sure you’re saying that you are not equipped to handle bucherem. The Rosh Yeshivais yelling the same thing. “I and my staff are not equipped to handle shvachere bucherem”. So it’s as much his responsibility as it is yours.


Of course there are some instances where yeshives are wrong. My comments are just in general not on a particular case.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:02 am
דורך הקטן
א יעדער ווייסט דעם פראבלעם, און בלעמען דעם בלעמען יענעם וועט נישט קיין סך העלפן, אויב וועט דאס לייזען איין פרבלעם וועט דאס ברענגען מיט זיך א צווייטע.
ס'איז צייט צו האבן א אלטערנעטיוו צו די ישובה סיסטעם. די ישיבות האבן א מקום אבער ס'פעלט אויס נאך מהלכים
איך האב געשריבן איין אזא מהלך איך בין זיכער ס'דא נאך