בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:יאיר, ביסט א געזונטער לץ.
אויף מאכן ליצנות ביטו דא, הא? באקומסט אפילו נישט קיין ברוך המחזיר פון מיר.

איך וועל זיין נאכגיביג:
ברוך המחזיר! [המחזיר? החוזר!].

שוין, מחילה עולמית פאר די ליבעראלן, זיי האבן אהערגעשלעפט - כאטש צייטווייליג - אונזער באליבטער [tag]יאיר[/tag].
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש

שליחה דורך שמערל »

כעלעמער, כ'מיין אז עס איז אביסל איבערגעטריבן צו זאגן אז אמעריקא איז א שוויץ באד פאר ראדיקליזם, יא מיר האבן מיט וואס זיך צו פארבעסערן אין אונזער טאלעראנץ צו מוסלמענער, אבער מיר שטייען נאכאלטס בעסער פון רוב אנדערע. און טאקע פארדעם איז אין אמעריקא דא די ווייניגסטע ראדיקאלאזאציע ווי אין אנדערע אייראפעאישע לענדער.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:שטעל דיר פאר אזא גזירה קומט ארויס אויף היימישע אידן, מיר מעגן נאר גיין אין שולעס וואס די רעגירונג אפראווט און לערנען בלויז וואס זיי שטעלן צו.......
מען קען נישט זיין היפאקריטיש, און זיך אויפפירן אנדערש צו זיי ווי צו אידן.

וויפיל אידן האבן זיך שוין באטייליגט אדער אנגעפיהרט א מאסיווע באלאגערונג און שחיטה אדער באמבארדירונג אין נאמען פון די אידישע רעליגיע...?! די מוסולמענר, יא...!!!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

berlbalaguleh האט געשריבן:

ר' בערל, דו זאגסט אייביג דערמאנסט מיך פון א מעשה, יעצט איינמאל דערמאנסטו מיך פון א מעשה, טאקע א טרויעריגע מעשה אבער א אמת'ע מעשה און א גוטע מוסר השכל; א וואך נאך די שרעקליכע אכזריות'דיגע מארד פון לייבי קלעצקי ע"ה איז א חסיד'ישע איד געזיצן אין א פארק און געוואטשט זיינע קינדער, און איינע פון די נישט אידישע קינדער האבן זיך געוואלט אראפזעצן לעבן דעם איד, רופט זיך אן די מאמע פונעם קינד: זעץ זיך נישט אראפ לעבן אים, פרעגט דער קינד פארוואס? זאגט די מאמע האסט נישט געזעהן אויף טעלעוויזשאן לעצטע וואך וואס זיי טוען? זיי צושניידן קינדער אויף שטיקער און דערנאך לייגן זיי עס אריין אין פריזער...

ר' בערל טייערער, ביסט אסאך עלטער פון מיר און מסתמא קלוגער פון מיר, אבער דאך ווען ס'קומט צו מוסלומענער און אראבער ווערט איר אביסל ראדיקאל ווייל איר זענט א שטיקל פאטריאט פאר די מדינה, אבער די פאקט איז אז רוב מוסלומנער זענען נישט ראדיקאל, פונקט ווי רוב פרומע אידן זענען נישט קיין מערדער אזויווי לוי אראן. נאר צווישן איינס און א האלב ביליאן מענטשן איז דא גאר א קליינע פראצענט וואס זענען פונדעמענטאליסטן און זיי מאכן אן אסאך גערודער, מסתמא א קלענערע פראצענט מוסלימענער זענען רוצחים אדער שטיצן רציחה פון וויפיל פראצענט חסידים באלאנגען צום שאנדפולע העלבראנץ קולט! און פונקט ווי דו פארשטייסט אז נישט יעדע חסיד איז א העלבראנץ נאר גאר א קליין פראצענט, די זעלבע איז מיט די מוסלומענער.

איך האב במשך פון די לעצטע 10 יאהר געהאט אסאך מוסלומענער וואס האבן געארבעט פאר מיר אין מיין ביזענס, כ'קען דיר נישט אויפהערן צו זאגן ווי געטריי, נארמאל און רעספּעקטפול זיי זענען, איינע פון זיי א פרומע מוסלומענער אימיגראנט האב איך געטראסט מיט צענדליגער טויזענטער דאללער קעש און ער האט אין זיין לעבן נישט גע'גנב'ט א ניקל! ווען ער האט חתונה געהאט האט ער שוין דעמאלסט נישט געארבעט פאר מיר פאר אפאר חדשים, דאך האט ער געמאכט די חתונה אין א גלאט־כשר קעיטערינג האלל אין פלעטבוש, כדי איך מיט מיין ברודער זאלן זיך קענען באטייליגן!!! א צווייטער פון זיי האט אוועקגעמופט צו א צווייטע סטעיט ווייל זיין ווייב גייט דארט אין קאלעדזש, און שוין דריי יאר וואס ער שיקט מיך א טעקסט מעסעדזש צו וואונטשען א העפי האלידעי פאר חנוכה צייט און אנדערע אידישע ימים טובים, און ער פרעגט זיך אייביג נאך אויף מיר און מיין משפחה. איך האב געהאט אין מיין לעבן מעהר ווי טויזנט ארבעטארער און איך קען אנפולן גאנצע אשכולות פון נעגעטיוו מעשיות וואס איך האב געהאט מיט געוויסע ארבעטארער פון פארשידענע קולטורס און בעקגראונדס, אבער איך קען נישט זאגן קיין איין שלעכט ווארט אויף די בערך פערציג מוסלומסנער וואס האבן געארבעט פאר מיר במשך די יארן!

[tag]אדנירם[/tag] האט געשריבן א גאנצע ארטיקל, כ'האב געפלאנט צוריק צו שרייבן און אויפווייזן ווי לעכעריג און סתירות'דיג זיין גאנצע געשרייבאכץ איז, אבער נאכן עס אדורכליינען האב איך מחליט געוועהן אז ס'איז א שאד צו רעדן צו אים פאר צוויי סיבות, ערשטענס איך גיי נישט ענטפערן א אטאקע וואס איז פול מיט האַס קעגן יעדעם וואס איז ליבעראל געשטימט, און ער האט פערזענליך אטאקירט (אזויווי ער האלט אין איין טוהן) אפאר פון די סאמע בעסטע שרייבער דא אין שטיבל בתוכם[tag]ישראל קאפקע[/tag] און[tag]יואליש[/tag] וואס ווייקן זיך שוין דא מיט אונז אין שטיבל אסאך לענגער ווי משזר. צווייטענס איך גיי נישט אנפאנגען צו רעדן מיט א מענטש וואס איז א אתה בחרתנו'ניק און האלט אז אלע אראבער זענען רוצחים!

ר' בערל, ס'איז דא אסאך פליטים פון סוריא וואס זענען אומשולדיגע מענטשן ובתוכם קליינע קינדערלעך, אסאך פון זיי זענען נעבעך יתומים, זיי זענען גארנישט שולדיג, זיי וואלטן געטוהן אלעס אוועקצוגיין פון די רשעות און אנקומען צו מנוחה ונחלה, און מיר אידן וואס האבן אזויפיל יארן געליטן וואלטן געדארפט זיין דער ערשטער זיי צו פארשטיין און העלפן! פארגעס נישט אונזער חתימה איז דאך רחמנים ביישנים וגומלי חסדים...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפגעזען פון וואס דו האלסט איבער מיר, האלט איך אבער פונקט ווי דיין יעצטיגער תגובה - איבער אראבער באופן כללי, און דערפאר האב איך דיר געלייקט.

ומכאן, אז דיין צווייטער פונקט איבער אדנירם איז פשוט אומריכטיג. קודם כל, ווייל אן אתה בחרתנו'ניק מיינט נאכנישט קיין אראבער האסער, אזויווי ס'מיינט נישט קיין כינעזער האסער. און צווייטנס, ווייל איך האב קלאר ארויסגעשריבן מיין דעה איבער די אראבער בכלל אין דעם אשכול [פון דא און ווייטער], און כ'האב דאס דערמאנט אין מיין נייע אשכול בתוך הדברים - א זאך וואס דו האסט פארגעסן אדער זיך געמאכט פארגעסן.

איך האלט גראדע אז דו טוסט גוט מיטן נישט צוריקענטפערן. ס'איז דאס בעסטע וואס צו טאן ווען מ'האט נישט וואס צוריקצוענטפערן. אבער פאר די רעקארד, האלט זאכן אין ריכטיגן פרעספעקטיוו.
יא, כ'האב אטאקירט די הייליגע ליבעראלן וואס 'שרייבן שוין לענגער ווי מיר', הגאוה"צ יואליש וישראל קאפקע, און כ'האלט אז ס'איז זיי ערליך געקומען.
און ניין, כ'האלט נישט אז אלע אראבער זענען רוצחים! כ'האלט גראדע - בנוגע דעם - פונקט ווי דיר אין דיין לעצטע תגובה.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אדנירם האט געשריבן:אפגעזען פון וואס דו האלסט איבער מיר, האלט איך אבער פונקט ווי דיין יעצטיגער תגובה - איבער אראבער באופן כללי, און דערפאר האב איך דיר געלייקט.

ומכאן, אז דיין צווייטער פונקט איבער אדנירם איז פשוט אומריכטיג. קודם כל, ווייל אן אתה בחרתנו'ניק מיינט נאכנישט קיין אראבער האסער, אזויווי ס'מיינט נישט קיין כינעזער האסער. און צווייטנס, ווייל איך האב קלאר ארויסגעשריבן מיין דעה איבער די אראבער בכלל אין דעם אשכול [פון דא און ווייטער], און כ'האב דאס דערמאנט אין מיין נייע אשכול בתוך הדברים - א זאך וואס דו האסט פארגעסן אדער זיך געמאכט פארגעסן.

איך האלט גראדע אז דו טוסט גוט מיטן נישט צוריקענטפערן. ס'איז דאס בעסטע וואס צו טאן ווען מ'האט נישט וואס צוריקצוענטפערן. אבער פאר די רעקארד, האלט זאכן אין ריכטיגן פרעספעקטיוו.
יא, כ'האב אטאקירט די הייליגע ליבעראלן וואס 'שרייבן שוין לענגער ווי מיר', הגאוה"צ יואליש וישראל קאפקע, און כ'האלט אז ס'איז זיי ערליך געקומען.
און ניין, כ'האלט נישט אז אלע אראבער זענען רוצחים! כ'האלט גראדע - בנוגע דעם - פונקט ווי דיר אין דיין לעצטע תגובה.

"וכדומה.."]שש, ס'דא איין פראבלעם וואס דו פארשטייסט נישט, אריינעמען סירישע פליטים איז די פראצענט סכנה פאר אונז די זעלבע ווי סיי וועלכען אנדערע אימיגראנטען.

אויב וויל אייסיס אריינשיקן דא איינעם איז די לעצטע וועג דאס צו טוהן דורך די פראסעס פון אימיגראנטען, וואו מגייט אדורך א משך פון צוויי יאר פון דרישות וחקירות, אינטענסיווע נאכפארשעריי, אויספילן פאפירן, שווערע ביורקראטיע, און אויב ס'דא סיי וואסערע חשש אדער אומקלארקייט אין דיין היסטאריע אדער בעקגראונד ווערסטו זאפארט צוריקגעוויזען און קענסט נישט אריינקומען.

פאר א טעראריסט זיך אריינצוווישען קיין אמעריקע איז אסאך גרינגער פון דעם ווען ער קומט אריין מיט א וויזע אלס גאסט, און האלט זיך אונטער דעם רעדאר ווילאנג ער וויל דא בלייבן,

די מענטשן וואס נעמען זיך די מי און פלאג פון ווערן א לעגאלע סיטיזען, און דורך גיין די צוויי יאר פון הארץ עסעניש, קודם מיינט עס אז די היסטארי זייערס איז הונדערט פראצענט קלין, און צווייטענס אז מוויל אנהייבן א פרישע לעבן, אן אמעריקאנע לעבן, און איבערלאזן אלא גארבידש פון וואו מען קומט. אנדערש פארוואס זאל מען מיטמאכען דעם פראצעדור.

און די היסטארי ווייזט טאקע אז פון די לעגאלע אימיגראנטען האט מען קיינמאל קיין צרות נישט געהאט, נישט קיין חילוק פון וואו זיי קומען.

אדנירם האט געשריבן: דו פארשטייסט אים נישט? זיי געהערן דא אין אמעריקע? נישט זייער קולטור שטימט מיט אמעריקע, נישט זייער רעליגיע שטימט מיט אמעריקע,

זאלסטו מיר מוחל זיין, אבער די דאזיגע ווערטער איז ריין ראסיזם און די פונקט פארקערטע פון וואס אמעריקע איז געבויט אויף, און מיט דעם מהלך וואלסט "דו" נישט יעצט געזעצן דא אין אמעריקע על סיר הבשר.[
/quote]

[tag]וכדומה..[/tag]האט דיר גאנץ פיין גענטפערט !!!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת'ל ברענגט אנדערע מענטשנס ווערטער.

וועלל, נישט אז כ'האב אים נישט וואס אפצוענטפערן, אבער ווי קומט דאס צו דיין שקר גלוי אז כ'האלט אז אלע אראבער זענען רוצחים. כ'האב דיר פיין אויפגעוויזן, זיי מודה און צו צוריק!

ווילסט דיך אנהייבן טענה'ן באופן כללי, נאו פראבלעם, אבער זאג נישט ליגנט אויף מיין חשבון, און ווען כ'ווייז דיר עס אויף - קומסטו מיט אנדערע מענטשנס טענות.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קודם ציה דו צוריק פון דיינע פערזענליכע אטאקעס אויף [tag]יואליש[/tag] און [tag]ישראל קאפקע[/tag] דערנאך וועל איך ווייטער רעדן מיט דיר, אבער ווילאנג דו קענסט נישט דורכקומען דיינע שוואכקייטן פארלאנג גארנישט פון יענעם, זיי האבן א רעכט צו זאגן זייער מיינונגען אפילו ס'שטימט נישט מיט דיינע דעות און פארדעם דארפן זיי נאכנישט ווערן אטאקירט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פשוט גוט פאר די רעקארד, אז דו האסט נישט קיין פראבלעם צו שרייבן אפענע פרעכע שקרים, און דו שפירסט ניטאמאל קיין אז דו ביזט נישט גערעכט, וויבאלד איך האב געשריבן שארף.

מצדי ענדיגט זיך דער ויכוח דא. וירא הקהל וישפוט.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אדנירם האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:יאיר, ביסט א געזונטער לץ.
אויף מאכן ליצנות ביטו דא, הא? באקומסט אפילו נישט קיין ברוך המחזיר פון מיר.

איך וועל זיין נאכגיביג:
ברוך המחזיר! [המחזיר? החוזר!].

שוין, מחילה עולמית פאר די ליבעראלן, זיי האבן אהערגעשלעפט - כאטש צייטווייליג - אונזער באליבטער [tag]יאיר[/tag].

מחילה פארוואס? מחילה פארווען? מחילה פארוועם? ווייל זיי האבן געזאגט א אנדערע מיינונג פון דיר? ביסט טאקע א גרויסע שרייבער אין ק״ש און איך בין זיכער אז אסאך אידן האבן הנאה פון דיין שרייבן און סדערקענט זיך ווי דו לייגסט אריין שווערע כוחות און ארבעט אבער ווי ווייט איך ווייס איז עס נאכנישט דיין פערזענליכע שטיבל און אסאך אנדערע חשובע ניקס האלטן אנדערש פון דיר איז !HOLD YOUR HORSES

ס׳געפעלט מיר ווי מיט דיין רעכטע האנט מאכסטו א ריזיגע ברוכים הבאים פאר א יעדע גיטע ניק וואס קומט צוריק און מיט דיין לינקע האנט האסטו אוועקגעשטיפט אסאך גיטע שרייבערס אין ק״ש בתוכם איינע פון די בעסטע שרייבערס וואס די היימישע עולם פארמאגט וואס שרייבט אין אסאך היימישע אידישע און ענגלישע אויסגאבעס און ער איז געוועהן איינע פון די בעסטע שרייבערס דא אין שטיבל פונעם ערשטען טאג, ער האט מיר געזאגט בפני: איך האב פארלוירן אינטרעס אין ק״ש זייט אדנירם איז געווארן די רבי פון ק״ש!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קודם כל, פון וואנעט ווייסטו צו איך בין נישט קיין שרייבער, ודי בזה.
צווייטנס, כ'האב אהערגעשלעפט אסאך אנדערע וואס האבן באקומען אינטערעסע איינמאל כ'בין אנגעקומען דא.
דריטנס, כ'האב שוין לאנג אפגעזאגט די רבי'סטעווע. כ'ווייס נישט פשט פון דיין נארישע בלבול.
פערטנס - והוא העיקר: גראו אפ! אלס ליבעראל וואס טאלערירט יעדן, מעגסטו טאלערירן דעם שארפן אדנירם, און מער פון דעם: ס'האט קיין פשט איבערצוקייען אלע אויסגעדראשענע טענות ככלב השב אל קיאו. ס'געבט א רושם אז ווען דו בלייבסט סטאק איז דאס דיין איינציגסטן - שוואכן - וואפן אין דיין ארסענאל.

איבעריגס, כ'גלייב נישט כ'וועל זיך נאכאמאל אראפלאזן צו דעם פערזענליכן געפעכט. יעדער פארשטייט פונקטליך וואו איך שטיי איין, און וואו דו שטייסט איין.

א גוטן טאג אייך, אדמו"ר מבודהא-וויזניץ סטעטן איילענד...
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש

שליחה דורך גר ותושב »

האסט פארגעסט שליט"א אדער לכה"פ תליט"א
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

גר ותושב האט געשריבן:האסט פארגעסט שליט"א אדער לכה"פ תליט"א

גאנץ א גיטס! גר האסט מיטגעברענגט דזשוקס היינט אין חדר? א קאנסערוועטיוו זאל האבן א סענס אף הומאר? כבין כמעט זיכער אז דו האסט געזעהן די דזשאוק אויף די ׳לעפי טעפי׳ קענדי רעיפערס זיי האבן אויך בערך אזא סענס אף הומאר ווי די רעכטע :lol:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פארוואס מאכט מען א פארטיי פון א מיינונג? איך קוק עס אן ווי שבת, אז דער רחמנות זאל זיין דער עיקר דא, און מ'זאל זוכען עצות פאר די סכנה.
אבער דאס מיינט נישט אז דער רעכטע פעלט א חוש ההומור.
דער ארבעט פון שש אוועקצושטעלען יעדער וואס האלט נישט ווי איהם אלס א שוטה לאזט אויך א שלעכטע נאכטעם, אבער נישט יעדער איינער האט דער רואיגער מוט צו קענען איינשלינגען דער מושג אז אנדערע דעות זענען אויך דעות. מ'דארף קענען לעבען מיט פארשידענע סארט מענטשען, צומאל האלט מען שטארק די נאז.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ביסט גערעכט, כהאב דאך נאר געמאכט אז וויץ. די סיבה פארוואס איך האב געזאגט אז די רעכטע האבן נישט קיין סענס אף הומאר איז ווייל רובם ככולם פון היינטיגע קאמידיענס זענען לינק גענויגט, פארשטייט זיך אז ס׳איז דא רעכטע וואס האבן אויך א סענס אף הומאר למשל די לעצטע האלב נארמאלע ריפובליקען פרעזידענט ראנאלד רעיגאן האט געהאט א שטיקל סענס אף הומאר..
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אדנירם האט געשריבן:פשוט גוט פאר די רעקארד, אז דו האסט נישט קיין פראבלעם צו שרייבן אפענע פרעכע שקרים, און דו שפירסט ניטאמאל קיין אז דו ביזט נישט גערעכט, וויבאלד איך האב געשריבן שארף.

מצדי ענדיגט זיך דער ויכוח דא. וירא הקהל וישפוט.

איך האב נישט געשריבן קיין ליגענט נאר יעדער איינער וואס ליינט דיינע תגובות פון די סוריא פליטים זעהט ווי דו לייגסט אראפ א בילד ווי אלע מוסלימענער זענען רוצחים און דו זאגסט אז ס׳איז א חוצפה צו זאגן אז אמאליגע צייטן האט מען געהאלטן אז די מזרח אייראפע אידן זענען באלשעוויקן (לייקענט אפענע היסטאריע וואס יעדע חדר אינגל ווייסט) הערסט נישט אויף צו מאכן חילוקים צווישן אונז אידן און מוסלימענער פארוואס אונז האט מען ״יא״ געדארפט ארויסהעלפן און די מוסלימענער ״נישט״ און פון דיינע ווערטער איז קלאר ווי די לייגסט זיי אלע אראפ אלץ מערדער אויב נישט האט נישט קיין פשט דיינע גאנצע געשרייבאכץ, אויב זענען זיי פיעספול און נישט ראדיקאל איז פארוואס זאל מען זיי נישט אריינעמען? ווייל זיי זענען נישט קיין קריסטן? אלא מאי דאס איז וואס דו האלטס אז אלע זענען רוצחים און יעצט פראבירסטו אביסל צוריק צו ציען ווייל דו זעסט אז דיינע געדאנקען זענען נישט אזוי פאפולער ווי דו האסט געמיינט ציסטו אביסל צוריק א שטייגער ווי דיין צוטרייטען רבי דאנאלד טראמפ וואס ציעט שוין אויך אביסל צוריק אין די נושא נאכדעם וואס ער האט געכאפט פון יעדעם איבערן קאפ
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

איך בין אומבאקוועם אריינצולאזן פליטים וואס 1 פון 5 פון זיי זענען אן רעקארד צו זאגן אז זיי וואלטן געקענט ביישטיין אפצאווישן איזראעל פון די מאפע, אזוינע מענטשען, אפי' זיי זענען גערודפט פון א אנדערע סעקטע וואס אין צוגאב צו איזראעל/מערב וועלט האסן זיי זייערע ראדיקאלע קאנקורענטן, ברויכן בלייבן אינדרויסן פון אונזער מחנה,

דעם פרייטאג הער איך 770 זאגט דארטן דער אידישער רעדנער, אז די פליטים איבער וואס די רעדע איז, זענען בכלל נישט פון די חברה וואס באווייזען זיך ביי די גרעניצן פון די אייראפעאישע פרייע מדינות, דאס זענען פליטים וואס זענען שוין 20 יאר נישט אין סיריע, און זענען שוין אין די פייפליין, לאאאנג פאר איינער האט געוואוסט וואס אייסיס איז טייטש, א"כ האב איך גארניקס קעגן זיי.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

יעקב מענטש האט געשריבן:איך בין אומבאקוועם אריינצולאזן פליטים וואס 1 פון 5 פון זיי זענען אן רעקארד צו זאגן אז זיי וואלטן געקענט ביישטיין אפצאווישן איזראעל פון די מאפע, אזוינע מענטשען, אפי' זיי זענען גערודפט פון א אנדערע סעקטע וואס אין צוגאב צו איזראעל/מערב וועלט האסן זיי זייערע ראדיקאלע קאנקורענטן, ברויכן בלייבן אינדרויסן פון אונזער מחנה,

דעם פרייטאג הער איך 770 זאגט דארטן דער אידישער רעדנער, אז די פליטים איבער וואס די רעדע איז, זענען בכלל נישט פון די חברה וואס באווייזען זיך ביי די גרעניצן פון די אייראפעאישע פרייע מדינות, דאס זענען פליטים וואס זענען שוין 20 יאר נישט אין סיריע, און זענען שוין אין די פייפליין, לאאאנג פאר איינער האט געוואוסט וואס אייסיס איז טייטש, א"כ האב איך גארניקס קעגן זיי.

ערשטענס ווער זאגט דיר די סטאטיסיקס פונקטליך ? פון ווי נעמסטו דעס?

צווייטענס נעם אריין די פיר גיטע פון די פינף, ס׳איז דא א וועג וויאזוי מ׳קען גאר גרינג אויסגעפינען ווער די גיטע און ווער די שלעכטע זענען! איינס פון פינף אידן זענען אויך לכאורה געוועהן באלשעוויקן ביי די צווייטע וועלט מלחמה איי וועסטו פרעגן פון ווי מיין מקור איז ס׳איז די זעלבע מקור פון ווי די נעמסט אז איינס פון פינף סיריער פליטים האלטן אז מ׳דארף אראפ ברענגען איזרעיאל, איך האב עס געהערט אויף 770 :P

דריטענס איז אזויווי אסאך ניקס האבן שוין געשריבן אז רובא דרובא פליטים וואס לויפן אוועק פון דארט און ווילן קומען קיין אמעריקא זענען נישט די ראדיקאלע בכלל פארקערט זיי ווילן לעבן פריי און ווילן פארגעסן פון די גארבידזש און אמעריקא האט נאך מיט זיי קיין פראבלעמען נישט געהאט דאכצעך! יא ?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין וועלכע חדר ווייסט יעדער אינגעל די פאליטישע נויגונגען פון דער אידענטום פון פאר'ן קריג? מ'ווייסט וויפיל באנען זענען געפארען קיין גור פאר יוכ"פ און ווער האט געטריי משמש געווען דער רבי'ן אין קראלע. וועלכע א.ג. רבנים האבען נוטה געווען צו ציונות און ווער האט געשטיצט ריישע רב'ס אגודיסטישע דעות. אבער פון באלשעוויקען (אחוץ חילוש..... שששש, זאג קיינער נישט אויס) ווייסט מען גאנץ ווייניג אין חדר פון זיי צו זאגען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

שבת אחים האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:איך בין אומבאקוועם אריינצולאזן פליטים וואס 1 פון 5 פון זיי זענען אן רעקארד צו זאגן אז זיי וואלטן געקענט ביישטיין אפצאווישן איזראעל פון די מאפע, אזוינע מענטשען, אפי' זיי זענען גערודפט פון א אנדערע סעקטע וואס אין צוגאב צו איזראעל/מערב וועלט האסן זיי זייערע ראדיקאלע קאנקורענטן, ברויכן בלייבן אינדרויסן פון אונזער מחנה,

דעם פרייטאג הער איך 770 זאגט דארטן דער אידישער רעדנער, אז די פליטים איבער וואס די רעדע איז, זענען בכלל נישט פון די חברה וואס באווייזען זיך ביי די גרעניצן פון די אייראפעאישע פרייע מדינות, דאס זענען פליטים וואס זענען שוין 20 יאר נישט אין סיריע, און זענען שוין אין די פייפליין, לאאאנג פאר איינער האט געוואוסט וואס אייסיס איז טייטש, א"כ האב איך גארניקס קעגן זיי.

ערשטענס ווער זאגט דיר די סטאטיסיקס פונקטליך ? פון ווי נעמסטו דעס?

ס'געווען א לייוו אינטערוויו מיט די חברה ערגעץ, איך קען מיך נישט דערמאנען וואו.

אויף 770 האב איך געהערט א אינטערוויו מיט א INS אפישעל וואס האט מסביר געווען די פראסעס פון באקומען asylum און 'ער' האט געזאגט אז דער עולם איז פשוט מיסאינפארמד, און ס'האט נישט מיט די חברה וואס פליסן אריין קיין פראנרייך און דייטשלאנד.

לגבי אריינעמן די איבעריגע פיהר וואס קוקן יא אויס ווי וואוילע דזשעפערסאניען דעמאקראטן, בין איך היבש סקעפטיש, קוק אן וויאזוי פראנקרייך, דייטשלאנד, ענגלאנד ווער אינפעסטירט פון די שאריא-געזעץ זוכערס,!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יעקב מענטש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:פשוט גוט פאר די רעקארד, אז דו האסט נישט קיין פראבלעם צו שרייבן אפענע פרעכע שקרים, און דו שפירסט ניטאמאל קיין אז דו ביזט נישט גערעכט, וויבאלד איך האב געשריבן שארף.

מצדי ענדיגט זיך דער ויכוח דא. וירא הקהל וישפוט.

איך האב נישט געשריבן קיין ליגענט נאר יעדער איינער וואס ליינט דיינע תגובות פון די סוריא פליטים זעהט ווי דו לייגסט אראפ א בילד ווי אלע מוסלימענער זענען רוצחים און דו זאגסט אז ס׳איז א חוצפה צו זאגן אז אמאליגע צייטן האט מען געהאלטן אז די מזרח אייראפע אידן זענען באלשעוויקן (לייקענט אפענע היסטאריע וואס יעדע חדר אינגל ווייסט) הערסט נישט אויף צו מאכן חילוקים צווישן אונז אידן און מוסלימענער פארוואס אונז האט מען ״יא״ געדארפט ארויסהעלפן און די מוסלימענער ״נישט״ און פון דיינע ווערטער איז קלאר ווי די לייגסט זיי אלע אראפ אלץ מערדער אויב נישט האט נישט קיין פשט דיינע גאנצע געשרייבאכץ, אויב זענען זיי פיעספול און נישט ראדיקאל איז פארוואס זאל מען זיי נישט אריינעמען? ווייל זיי זענען נישט קיין קריסטן? אלא מאי דאס איז וואס דו האלטס אז אלע זענען רוצחים און יעצט פראבירסטו אביסל צוריק צו ציען ווייל דו זעסט אז דיינע געדאנקען זענען נישט אזוי פאפולער ווי דו האסט געמיינט ציסטו אביסל צוריק א שטייגער ווי דיין צוטרייטען רבי דאנאלד טראמפ וואס ציעט שוין אויך אביסל צוריק אין די נושא נאכדעם וואס ער האט געכאפט פון יעדעם איבערן קאפ

היות דו שטעלסט אן א פנים ווי דו פירסט א לעגיטימישע וויכוח, וועל איך דיר ענטפערן כאטש דיין אי הבנה אין בעיסיק זאכן וואס כ'האב קלאר ארויסגעשריבן בטוטו"ד אין מיין אשכול.

נניח איז יעדע הונדערטסטע אדער טויזנסטע אראבער איז א פאטענציעלע מערדער, וואלט איך קיינעם נישט אריינגענומען צו מיר אין שטוב, אפילו כ'ווייס אז ס'דא א טויזנסטל שאנס אריינצופאלן מיטן מערדער. פארשטאנען?
וויאזוי קומסטו פון דא, ביז מאכן אן החלטה אז איך האס אלע אראבער? דו קענסט ממש נישט פארשטיין יענעמ'ס ווערטער? אדער דו זוכסט ניטאמאל צו פארשטיין יענעמ'ס נקודה? איך האב דאס אלעס זייער קלאר ארויסגעברענגט אין מיין אשכול!

בנוגע די באלשעוויקן, רעדסטו ווייטער שטותים. דו מיינסט נאך א האלבע רגע אז איך קען נישט אזוי גוט היסטאריע ווי דיר מיט א שמיץ אריבער. אלזא, דאס האט נישט צוטון מיט די פליטים פון דייטשלאנד, און קיינער האט נישט געהאלטן אז 'אלע' מזרח אייראפעאישע אידן זענען באלשעוויקן. איבעריגס, איך האב קלאר געזאגט אז אפילו ס'געווען אזא חשש, איז א חוצפה צוצוגלייכן א חשש פון באלשעוויקן צו א חשש פון רוצחים. אפשר פארט גייסטו זוכן צו פארשטיין וואס יענער זאגט, אנשטאט זוכן וואו אים אפצופרעגן? ווייל דו ביזט ממש נישט געאייגנט דערפאר.

און צום לעצט: איך האב קלאר געזאגט אז איך בין נישט אויסן צו פארענטפערן די רעפובליקאנער, און כ'בין זיי גארנישט שולדיג, און אין פאקט בין איך פארגרוילט פון געוויסע שיטות זייערע ביז איבערן קאפ. סאו זאג מיר נישט 'דיינע רעפובליקאנער'. אודאי און אודאי זאלסטו נישט זאגן 'דיין דאנאלד טראמפ'. אפשר אלס ליבעראלער שוואנץ זאל איך מאכן א צד השוה צו סאציאליזם, און פון דארט צו קאמוניזם, און זאגן 'דיין יוזעף סטאלין'?!

און צידה לדרך: דיינע נארישע ווערטער 'יעצט פראבירסטו אביסל צוריק צו ציען ווייל דו זעסט אז דיינע געדאנקען זענען נישט אזוי פאפולער ווי דו האסט געמיינט ציסטו אביסל צוריק', צייגן נאר נאך איינמאל ווי ווייניג דו ליינסט וואס יענער שרייבט.
קודם כל, כ'האב מקדים געווען אז מיינע געדאנקען זענען נישט איבעריג פאפולער אין די ליבעראלע ק"ש.
צווייטנס, איך פרוביר גארנישט צוריקצוציען, אייגנטליך האב איך נאכנישט אפגעטרעטן קיין כי הוא זה פון וואס איך האב געשריבן, דו"ק ותשכח.
און צום לעצט, לדאבונך מוז איך דיר זאגן אז כ'האב מיך גענארט. פון די מספר לייקס וואס איך האב באקומען אין מיין 'ליבעראלן, גענוג איז גענוג' אשכול, זע איך פונקטליך ווי פאפולער דיינע סחורה איז, און ווי שטארק פאפולער מיין שיטה איז.

הצלחה רבה, און נעקסטיים ליין אביסל בעסער.
אפשר אזוי וועסטו נאך איינטאג ווערן א בעל תשובה אויך...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

געוואלדיג האט געשריבן:רבותי ביטע נישט אטאקירן פערזענליך, מען האט גענומען א שיינע אידעאלאדישע שמועס און דאס פארוואנדלט אין א קינדערישע דיבעיט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

האומר דבר בשם אומרו......
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט