פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס איז נישט שיין צו מאכן ווערטלעך פון ענינים וואס האט צו טון מיט נפטרים אדער הסתלקות פון א צדיק, ממילא וועל איך עס שרייבן מיט א ערנסטקייט...

ווען עס גייט אוועק א הייליגער איד, א רבי, ווער רעדט נאך פון איינעם מיט אסאך מעריצים ומקדישים, נוצט מען כסדר די פאלגענדע פראזן:

נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש
אבי אבי רכב ישראל ופרשיו
שר וגדול נפל בישראל
גלה כבוד מישראל
נפלה עטרת ראשנו אוי נא לנו כי חטאנו
מפני הרעה נאסף הצדיק
הוא הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות
יתומים היינו ואין אב
אבידה שאין לה תמורה
הוי מי יתן לנו תמורתו
שבת משוש לבנו נהפך לאבל מחולנו
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'
שקולה מיתתן של צדיקים כשריפת בית אלקינו
צדיק אבד לדורו אבד
אנשי אמונה אבדו
תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים
הורם הנזר והוסרה העטרה
אוי לספינה שאבדה קברניטה
חבל על דאבדין ולא משתכחין
מי יורה דעה ומי יבין שמועה
רועה נאמן... על מי נטשת את הצאן...

דאס אלעס קען זיין אמת ויציב, איך האב נישט קיין טענות אויף די אלע שרייבערס, נאר עס איז פשוט אביסל אינטרעסאנט צו זעהן די זעלבע אויסדרוקן אויף יעדן ערליכן איד, יעדער איז א אבידה שאין לו תמורה, יעדער איז דער לעצטער פון די שיירי כנסת הגדולה, פון פריערדיגן דור (אודאי אזוי...) וכו'.


עקסטער אינטרעסאנט איז די אויסדרוקן "נפלה עטרת ראשנו אוי נא לנו כי חטאנו", און "מפני הרעה נאסף הצדיק", (אויכעט והוא מחולל מפשעינו), כאילו אלעס האט נאר צו טון מיט אונזערע עבירות, ווען נישט וואלטן זיי געלעבט לעולמי עד.

וכבר כתבו ע"ז כאן
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=7&t=61181
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס פאסט פאר מילתא דבדיחותא:

אינדערהעים אין איינס פון די שטעטלעך פון מארמאראש איז א בחור פון 15 יאר פלוצלינג נעלם געווארן.

די גאנצע שטאט איז אריין אין א זוך אקציע. מ'האט איהם ארומגעזוכט איבעראל. קורץ פאר מנחה רוקט זיך דער בחור אן. זיין טאטע איז אויך דארט געווען. רופט ער זיך אן..." והילד איננו. דער בחור איז דא"...שוין. ווער ס'האט פארשטאנען דעם דזשאוק קען יעצט לאכן...!

שוין, דער בעל מסורת הש"ס האט זיך אנגערוקט.... :P

2022
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 26#p493726

2021
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 02#p473602

2018
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 63#p417963

2014
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 35#p173335

מען דארף מאכן א עקסטערע אשכול פון מילתא דבדיחותא'ס וואס ווערט עביוזט :lol:
וה' הטוב יכפר...
וירח ה' את ריח הניחוח
מענדל בייליס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2024 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

שליחה דורך מענדל בייליס »

ווען א באקאנטע מענטש גייט אוועק פון די וועלט שבת: כיוון ששבת וי אבדה נפש

יעדע יאר ביים ווידערעפענונג פון די הייליגע קעמפס: עת הזמיר הגיע וקול התור"ה נשמע במחנינו
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: פסוקים וואס ווערן אביוזט אין די היימישע צייטונגען

שליחה דורך צקון לחש »

כ'האב לעצטנס געזעהן די פראז "וי להאי שופרא דבלי בארעא" אויף א מציבה פון א צדיק וואס איז געווען באקאנט מיט זיין חניוקישקייט... :P
טיילונג איצט!
פארשפארט