בלאט 4 פון 4

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 3:06 am
דורך שלמה המלך
שלום על ישראל האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין - האט דער טאהש'ער רבי זצ"ל פארציילט אז ביי זיין זיידען ר' מילך פון טאהש זצ"ל פלעגער קומען מאדיארען שושן פורים נאכמיטאג און געשפילט קלעזמער!!! קענסטיך פארשטעלען זיי האבען נישט באקומען קיין נאטען פון ליהודים היתה אורה!! נאר געזינגען זייער אשת חיל'ס... א פרימאק האט אים איבער געפרעגט הלמאי נישט נאר גוי'אישע ניגונים נאר ממש דער גוי אליין האט געשפילט מיט'ן פידל און טראמפייטער ביים טיש!?! האט אים טאשע רבי גע'ענפערט קלאר אז יא!! נישט געוועהן אנדערע וואס האט מען געדארפט טוהן? האט מען געדינגען גוי'שע קלעזמער און זיי פלעגען קומען איטליכען יאר שושן פורים אין אינטערגעהאלטען דעם רבי'ןס טיש דעם רבי מיט די חסידים...

דאס קען זיכער אריין גיין אינעם אכשר דרא אשכול! קענסטיך פארשטעלען ווען איינער זאל זיך אריינברענגען ביי א שמחה אדער ביי אפארברענג גוים מיט קלעזמער ווי דער עולם ואלט געשטורעמט! - ווער רעדט נאך א רבי'שע הויף זאל באשטעלען א גאנצע קריסטליכען באנד זאל שפילען זייערע ניגונים און די רבי זאל פארגלייזען די אויגן און טאנצען אינדערמיט? - פאשקעווילען וואלטען ווייס געמאכט די גאסען.....

וואס רעדט איר? כ'געדענק נאך מיט דרייסיג-פערציג יאהר צוריק איז יעדעס אידישער חתונה געווען עפ"ר נאר גויאישע שפילער אין די בענד, און אמאל איין איד אין די מיקס.

דס געדענק איך שוין נישט אבער וואס יא די קלעזמער איז געוועהן ביי די לעדיס!! יא הערסט? די בענד מיט די זינגער (ווער עס האט געהאט- נישט געוועהן דעמאלטס איינגעפירט) זענען אלע געוועהן ביי דע פרויען! די חידוש איז געוועהן אויף ר' יו"ט ערליך ז"ל וואס ער איז געוועהן א פארט פון די בענד מיט א קארדיען און ער פלעגט זיצען א גאנצע חתונה מיט ציגעמאכטע אויגען!!
אבער ער איז געוועהן אחד מני אלף דער המון עם 'אלע' חתונות פון 'אלע' יודען איז די קלעזמער געוועהן ביי די פרויען!

און די ווייסט וואס נאך? די חתן און כלה נאכען זיך מיחד זיין אין יחוד שטיבל איז מען געקומען עסן ביי די פרויען! יא דער חתן אפילו ער איז געגאנגען מיט ווייסע זאקען - סטראקעס, יו נעים איט, האט געגעסען זיין מאלצייט מיט זיין נייע אשת חיל ביי א טיש אין די פרויען אפטיילונג!

פרעג דיין טאטע (און פאר די נייעם דור - דיין זיידע,) שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך וועסטו זעהן איך בין גארנישט מגזם!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 8:38 am
דורך הקטן
די קלעזמער איז געוועהן ביי די לעדיס ביים קבלת פנים

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 10:30 am
דורך שלום על ישראל
הקטן האט געשריבן:די קלעזמער איז געוועהן ביי די לעדיס ביים קבלת פנים

נאך היינט אויך ביי רוב נישט חסידישע חתונות. אין פאקט, אפילו ביי די חסידישע, שפילט די שפילער ביי די קבלת פנים נאר פאר די פרויען, אבער ער שטעקט נאר אריין זיין ספיקערס, נישט מער.

Re: מאדיארישע מקור פון הייליגע אשת חיל מצוה טאנץ ניגון

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 11:27 am
דורך ירא שמים
יואליש האט געשריבן:אין די משפחה האב איך אסך געהערט איבער זולדי. מיין זיידע האט אים געריפן א "מה יעשה'ניק". זיינע בדחנות איז נישט אלעמאל געווען דאס איידעלסטע, אבער אידן פון דערהיים האבן עס נאכפארציילט און זיך געקוילערט בשעת די צווייטע דור האט געהאפט אז די קינדער פונעם דריטן דור הערן נישט.

סוואלט זיך אויסגעפעלט א גוטע אנאליז אויף די ערשטע צווייטע דריטע דור נאך די מלחמה סארט מענטשן און וואו אזוי און פארוואס די אכשר דרא איז אפירגעקומען.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 11:31 am
דורך הקטן
דו מיינסט אז דער ערשטער דור האט געהאלטן בשיטה אז ניבל פה איז נישט קיין עולה?
דער צווייטער דור האט דאס ערפינדען?

מאדיארישע מקור פון הייליגע אשת חיל מצוה טאנץ ניגון

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 11:42 am
דורך ירא שמים
ח״ו כרעד סתם אזוי ווי די צווייטע דור האט זיך אזוי געטוישט פון די ערשטע און ווי אזוי מאיז אלס געווארן פרומער און פרומער.
וופיל אידן האסטו געקענט וואס זיי זענען געווען מגולחים און זייערע קינדער גייען אין ווייסע זאקן, וכדו׳.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 2:30 pm
דורך לית דין בר נש
שלמה המלך האט געשריבן:און די ווייסט וואס נאך? די חתן און כלה נאכען זיך מיחד זיין אין יחוד שטיבל איז מען געקומען עסן ביי די פרויען! יא דער חתן אפילו ער איז געגאנגען מיט ווייסע זאקען - סטראקעס, יו נעים איט, האט געגעסען זיין מאלצייט מיט זיין נייע אשת חיל ביי א טיש אין די פרויען אפטיילונג!

פרעג דיין טאטע (און פאר די נייעם דור - דיין זיידע,) שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך וועסטו זעהן איך בין גארנישט מגזם!

שלמה המלך שרייב איך בין געבוירן ביי אן אונגערישע, און מיין טאטע און זיידעס און פעטערס האבן גיגעסן ביי די פרויען אפילו זיי גייען מיט סטראקעס!

אבער ניין נישט איבעראל האבן חסידישע אידן דאס געטוהן, און ניין ביי מיין קרייז איז קלאר נישט גיוועהן אזוי ביי די חסידישע אידן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 2:31 pm
דורך הקטן
פין מגולחים צי ווייסע זאקן איז א טויש
דער ערשטער דור מיז נישט האלטן אז דאס איז א טויש צים בעסער

יא ניבל פה ביז נישט ניבל פה איז נישט קיין פארגלייך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 7:37 pm
דורך בעל מדות
[justify]20 ענטפערס וואס מען קען הערן פון מענטשן נאכן הערן אז מען האט געפונען די מקור פון די אשת חיל ניגון שטאמענדיג פון אונגארישע ליבע-לידער.

1) דער פרומער: נו שוין, די קאלוב'ער האט דאך פון פאסטוכער ניגונים אפגענימען.

2) דער סקעפטישער: ווער זאגט עס איז אמת?

3) דער קאלטער: הו קעירס?

4) דער ידען: שטותים והבלים!

5) דער ניגון מבין: מאכט נישט קיין סענס עס זאל קומען פון אונגארן, עס זעט מיר אויס מער לאטייניש סטייל.

6) דער ערליכער: שרעקליכע עוולה ווער האט דאס אריינגעברענגט צווישן אונז?

7) דער צימערמאן: מען גייט אסר'ן דעם ניגון.

8) דער אייוועלטניק: אויב קומט דאס פון קאווע דאן איז עס מסתם נישט ריכטיג.

9) דער שטאלצע איד: די גוים נעמען אידישע ניגונים פונקט אזוי.

10) דער סארקאסטישער: איך עקל זיך שוין לאנג פון דעם ניגון...

11) דער אויפריכטיגער: טטאאקעעע?

12) דער היימישער: אסאך וויזשניצע ניגונים קומען פון גוים!

13) דער באם: וועמען אינטערסירט דאס?

14) דער חכם: ווייז מיר אויף, האט ער געשריבן! סטע'געהערט א מעשה.

15) די חתן: העמער האבן וואס צו רעדן אין יחוד שטיבל.

16) די למדן: עס איז א ערסטע שאלה.

17) די לץ: טאקע א אונגארישע ניגון!

18) דער ארכיוויסט: מאדנע עפעס שטימט נישט מיט די דאטומען.

19) [tag]אחד העם[/tag]: אידן זענען אלעמאל געווען גרויסע מוזיק-גנבים.

20) אנדערע: נעה די אונגארישע האבן עס ביינונז געזען ערשט.[/justify]

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 7:44 pm
דורך יואליש
ווייס איך נישט פארוואס דער באם זאגט אין אידיש וואס דער קאלטער זאגט אין ענגליש.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 7:47 pm
דורך נהורא נפישא
יואליש האט געשריבן:ווייס איך נישט פארוואס דער באם זאגט אין אידיש וואס דער קאלטער זאגט אין ענגליש.

Because he usually doesn't know English

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 9:53 pm
דורך שבת אחים
און וואס זאגט דער[tag]בעל מדות[/tag]?

זעהט אויס אז דער בעל מדות אליינס דערוואגט זיך נישט צוזאגן קיין אייגענע מיינונג און מיט זיין איידלקייט עקסעפטירט ער יעדעמס מיינוג צוגלייך!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 8:28 am
דורך כספי
שלמה המלך האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין - האט דער טאהש'ער רבי זצ"ל פארציילט אז ביי זיין זיידען ר' מילך פון טאהש זצ"ל פלעגער קומען מאדיארען שושן פורים נאכמיטאג און געשפילט קלעזמער!!! קענסטיך פארשטעלען זיי האבען נישט באקומען קיין נאטען פון ליהודים היתה אורה!! נאר געזינגען זייער אשת חיל'ס... א פרימאק האט אים איבער געפרעגט הלמאי נישט נאר גוי'אישע ניגונים נאר ממש דער גוי אליין האט געשפילט מיט'ן פידל און טראמפייטער ביים טיש!?! האט אים טאשע רבי גע'ענפערט קלאר אז יא!! נישט געוועהן אנדערע וואס האט מען געדארפט טוהן? האט מען געדינגען גוי'שע קלעזמער און זיי פלעגען קומען איטליכען יאר שושן פורים אין אינטערגעהאלטען דעם רבי'ןס טיש דעם רבי מיט די חסידים...

דאס קען זיכער אריין גיין אינעם אכשר דרא אשכול! קענסטיך פארשטעלען ווען איינער זאל זיך אריינברענגען ביי א שמחה אדער ביי אפארברענג גוים מיט קלעזמער ווי דער עולם ואלט געשטורעמט! - ווער רעדט נאך א רבי'שע הויף זאל באשטעלען א גאנצע קריסטליכען באנד זאל שפילען זייערע ניגונים און די רבי זאל פארגלייזען די אויגן און טאנצען אינדערמיט? - פאשקעווילען וואלטען ווייס געמאכט די גאסען.....
און אין מירון פארצייטנס?
ס'איז באוואוסט אז די שפילערס אין מירון זענען געווען די אראבישע און דרוזישע שכנים, און אלע מירונ'ער דעבקעס און טענץ הארא'ס קומען פון זיי

דא ברענגט @מאראנצןזאפט אז די באוואוסטע דעבקע וואס מ'האט ארויפגעלייגט אויף דעם די ווערטער 'יש בורא עולם, אין עוד מלבדו' קומט פון די גריכישע, און דא איז @גראדעמעכעלע מסביר אז ס'איז אריינגעקומען דורך די אראבערס אין מירון

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:52 am
דורך קהל'ס נער
שלמה המלך האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס זעהט אויף די קליפ אז דער חתן דארף אן ערענסטער רופא?
עס אז מיר א פלא אז מ'האט אים נישט ארויסגעפירט מיט א סטרעטשער......
דאס מיינט כמשוש חתן על כלה, דער חתן פרייט זיך מיט זיין כלה, נישט ווי ביי אינז ווי דער חתן זעיט אויס ווי א אבל ביי א הספד, און מען כאפט אן דעם כלה כמי שכפאו שד.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 10:28 pm
דורך פינקע בלומען
אין סקווירא זינגט מען אפילו נישט אשת חיל, אין מען טאנצט מיט א גארטל