אן אומפארמיידבארע מחיצה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
אלאדין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

שליחה דורך אלאדין »

[tag]אדנירם[/tag], זיי מיר מוחל וואס איך האב נישט געענטפערט פריער. איך בין שטארק פארנומען דורכ'ן טאג. מיר זעט אויס אז מיר האבן פשוט א מיספארשטעדעניש.

אדנירם האט געשריבן:ווען איך האב אנגעכאפט די לשון 'הלכה'דיג' האב איך אויסדריקליך נישט געמיינט טריקענע שו"ע, נאר אויך די השקפה. דערפאר האב איך נישט געמאכט קיין באזונדערע תגובה פאר 'השקפה'. אבער אין אמת'ן אריין, איז פשוט אז דאס נעמט אריין גענוג הלכה אין זיך, און קיין רעכטע גמ' אויף פארקערט וועסטו נישט געפונען.

איבער די גמ' אין ב"ב כד הוינא טליא, איז לכאורה פשוט אז ס'נישט דומה צום 'אל תרבה שיחה עם אשה'. דארט רעדט מען פון פארהייראטע פרויען [באשתו נדה אמרו, ק"ו 'באשת חבירו'], נישט פון מיידלעך. געדענק אויך אז מיידלעך פלעגן יענע צייטן גיין אין מקוה. און צום סוף, ווילאנג די גמ' איז מעיד אז זיי פלעגן נישט זינדיגן, איז עס טאקע נישט געווען קיין פראבלעם. די רגע וואס ס'קען ברענגען זינד - און נאר א שוטה וועט לייקענען אז לפחות בזמנינו קען עס ברענגען זינד - איז נישטא קיין היתר, נאר אויב עפעס ווערט די גמ' אין ב"ב א ראי' לאיסור.


נאכאמאל, אין חז"ל ווערט די פראגע באטראכט לויטן מצב, בכלל נישט מיט דעם שווארץ-ווייסן צוגאנג צו וועלכן מיר זענען געוואוינט פון היינט. די עדות פון ר' יוחנן איז בלויז איין ביישפיל פון אזא צוגאנג. אויב דו ווילסט אן אנדערן ביישפיל נעם אין באטראכט די מעשה פון אביי אין מסכת סוכה (נ"ב ע"א). אביי האט נישט אפגעהאלטן א מאן פון שפאצירן מיט א פרוי צוזאמען, נאר ער איז זיי נאכגעגאנגען כדי צו זען צי זיי ווילן זינדיגן. אמאל איז באשטימט אין דער גמרא אז צדיקים האבן א גרעסערן יצר הרע ווי געווענליך און אמאל איז באשטימט פארקערט. (ר' יוחנן האט אמאל געזאגט אויף זיך אז די ווייבער זענען אין זיינע אויגן ווי "ווייסע קאטשקעס" און ס'איז אים דערפאר נישט קיין פראבלעם צו קוקן אויף זיי.)

ס'פילט זיך מיר מאדנע צו ציטירן די גמרות, ווייל ס'זענען דא גמרות אויף אלע זייטן און איך וויל נישט אויסזען ווי יענער וואס קלויבט זיך מאמרים לויט זיין געשמאק. מיין נקודה איז נישט צו ציען א הלכה'דיגע מסקנא, נאר איך האב עס גענוצט דיך צו דערמאנען אז חז"ל אנערקענען די סוביעקטיוויטעט פון דער פראגע, און דערפאר וועט מען נישט הערן קיין איינהייטליך קול אין דער סוגיא, נישט אין חז"ל און נישט אין די שפעטערע מקורות. ס'איז וויכטיג צו אנערקענען אז וואס מיר דעבאטירן איז מער השקפה'דיג אין כאראקטער ווי הלכה. פארשטייט זיך אז די הלכה'דיגע מסקנות פון סיי וועלכן פוסק וועט זיין אין איינקלאנג מיט זיין השקפה'דיגן בליק איבער דער פראגע.


איך פאדער אויסדריקליך די צענדליגע ביישפילן פון תשובות, וואו מ'זעט דאס פארקערטע. ווי געזאגט, איך זוך נישט די צד איסור, איך האב פשוט נישט באגעגענט קיין צווייטע צד, און כ'גלייב נישט אז ס'עקזיסטירט אין אונזערע מקורות.

דיין באקאנטע ביישפיל פון חתנים וואס פלעגן זיין גאר נאנט מיט זייערע כלות, איז טאקע גוט. איך וועל אפילו מוסיף זיין משלי, די תשובות וואס פארפירן קעגן די איינגעגעסענע פירצה פון יונגען און מוידן וואס פלעגן טאנצן צוזאמען. פארט וואלט איך נישט געקענט ארויסנעמען פון דעם אז דאס איז געווען דער מצב הדור, נאר ענדערש א געוויסע פירצה אין געוויסע מקומות אין געוויסע זמנים. והא ראי', אז קישן און ארומנעמען די כלה איז זיכער אן איסור גמור לכל הדעות. אוודאי איז אין געוויסע תקופות אין געוויסע מקומות די מצב היהדות געשטאנען נידעריג, אבער פון דעם קען מען בכלל נישט ציען קיין שום החלטה לגבי די עצם נאנטקייט צווישן מענער און פרויען באופן כללי.


ווען איך האב גערעדט וועגן די פילע ביישפילן פון תשובות האב איך מיך נישט באצויגן צו הלכה, ווייל דאס וואלט געווען א שמועס פאר זיך- ווי געזאגט. איך האב מיך באצויגן צו דער "היסטארישער איינפארביגקייט" וואס דו האסט אפגעמאלן, און כ'האב אויפגעברענגט דעם ביישפיל פון תשובות כדי צו ווייזן אז דיין בילד איז ווייט נישט אקוראט. אודאי זענען געווען אונטערשיידן צווישן פלעצער, צייטן, תקופות, א.א.וו. ישראל קאפקע'ס השערה אז ס'איז אנדערש געווען אין די שטעט ווי אין די דערפלעך איז מסתמא ריכטיג, אבער איך בין זיכער אז אפילו צווישן די שטעט איז נישט געווען איבעראל אייניג. די איינפארביגקייט אין דער טעמע וואס מיר קענען פון אונזער היינטיגן לעבן שטימט בכלל נישט מיטן בילד פון אמאל.


איך וואלט נישט געברענגט קיין גרויסע ראי' פון די תורה ודעת'ניקעס פון יענע תקופה. ווען אמעריקע איז געווען א רוחניות'דיגע שמעלץ טאפ, איז תורה ודעת געווען א הצלה אין פשוט'ן זין פון ווארט. איך גלייב אז זיי האבן מקיל געווען און צוגעלאזט פארשידענע זאכן וואס זענען נישט געווען אקצעפטירט אין רעגולערע אידישע מקומות, ווייל אנדערש איז געווען אוממעגליך. איך האב קלאר אויסגעשמועסט אז אוודאי זענען געווען סיטואציעס יוצאים מן הכלל, אבער ווען מ'וויל דן זיין וויאזוי ס'האט אויסגעזען אמאל, פסק'נט מען נישט אפ פון תורה ודעת, ענדערש נעם נארמאלע ישיבות אין אייראפע אדער ארץ ישראל צו גאר באגדאד, און אזוי זאלסטו אפ'פסק'ענען.


איך האב אודאי נישט געמיינט צו ניצן תורה ודעת אלס א מעסטער פאר דעם ברייטן היסטארישן בליק, נאר אויף דעם אז רבנים האבן געקענט שטיין הינטער דעם. נאכ'ן קלארמאכן אז מיר דעבאטירן נישט הלכה, האב איך געברענגט דעם ביישפיל צו ווייזן אז הלכה'דיגע פיגורן האבן געקענט טרעפן א וועג. ס'איז נישט א ביישפיל וואס ווייזט עפעס איבער "אויף היסטאריע", נאר א ביישפיל גענומען "פון [א וויכטיגער פאל אין] היסטאריע". פארשטייסט דעם אונטערשייד?

תורה ודעת איז נישט געווען חרדיש לויט אונזערע סטאנדארטן, אבער דאס איז געווען פולקאם ארטאדאקסיש, אונטער דער פירערשאפט פון רבנים וואס זענען אנערקענט ביי אונז. תורה ודעת איז נישט געווען א מוסד פון אסימילאטארן, אדער פון אזעלכע וואס זענען אויפ'ן וועג צו אסימילאציע, נאר פון פרומע אידן וואס זענען געווען אפן צו דער אמעריקאנער סביבה. ס'איז לכתחילה געווען געשטעלט לויט די יסודות פון דער ישיבה אין לידא, און נישט דוקא א בדיעבד. פארשטייט זיך אז דו קענסט זיך דינגען אויף זייערע יסודות, אבער ס'איז אין לדבר סוף. אונזער ויכוח איז נישט ווער ס'איז מער איד, נאר צי הלכה קען פארנעמען פארשידענע נואנסן אין דער פראגע וואס מיר דעבאטירן.

צו זאגן אז ס'איז געווען בדיעבד, ראטעווען דעם דור, א.א.וו. איז אפאלאגעטיק. במחילה. ווען נישט די שפעטערע כוואליעס פון מזרח-אייראפע וואלטן געענדערט די אמעריקאנער מאפע וואלט ארטאדאקסיע לכאורה געבליט אויפ'ן שטייגער פון תורה ודעת ווי דער אויסשליסליכער לכתחילה. אט דאס מיינט דאך אז א תקופה צו א תקופה איז נישט גלייך.

דאס זעלביגע איז בנוגע הרב רי"י וויינבערג. די היתרים וואס ער האט געגעבן איז געווען וויבאלד דאס איז געווען דער בוחר הרע במיעוטו. נישט אזוי פסק'נט מען אפ היסטאריע, צו אפילו דעת הרבנים.


אויב הלכה איז שווארץ און ווייס וואלט נישט שייך געווען קיין פשרות. ריכטיג? אויף דעם איז גענוג די פאר אנעקדאטן פון היסטאריע. ווער האט גערעדט פון פסק'ענען?

דאס וואס דו רעדסט פון די בריוולעך פון הרב וויינבערג צו מיידלעך, איז טאקע גוט. איך וועל צולייגן נתן קאמינעצקי'ס באקאנטע בוך אויפן טאטן רבי יעקב, וואו ער דערמאנט ענדליכעס. אזוי אויך חיים גראדע'ס צמח אטלס. היות די תקופה בעפארן קריג איז שוין געווען ביטער, זענען טאקע פארשידענע גבולות נפרץ געווארן. דערפאר האב איך מקפיד געווען צו שרייבן 'צוויי הונדערט יאר צוריק'. כלומר, בעפאר די השכלה האט געשלאגן טיפע ווארצלן אין ליטע. ודו"ק היטב.


גוט, שטייען מיר אויף איין בלעטל. נאר דו ווילסט צוריקגיין צו א נקודה אין היסטאריע וואס דארט דאכט זיך דיר האט יא געשטימט מיטן אידעאל פונעם היינט... לאמיר זאגן אז דו וואלסט גערעכט געווען, פארשטיי איך נישט פארוואס זאלסט וועלן צוריקגיין צו א ווייטן עבר. שטייען מיר דען היינט אין יענער צייט פון צוויי הונדערט יאר צוריק? אפשר זאלן מיר צוריקגיין נאך אן אנדערטהאלבן טויזנט יאר צום זמן הבית ווען דאס אידישע לעבן איז געווען מער פילפארביג אין אומצאליגע תחומים? די השקפות ביי אונזער עולם זענען על פי רוב אונטערן רושם אז אונזערע אידעאלן זענען געווען דער וועגווייזער פון אונזערע אבות אין מזרח אייראפע, ארויף ביז צו משה רבינו. אבער אויב דו הייבסט אן צווייפלען אין דער דירעקטקייט און דו דארפסט צוריקלויפן מיט אפאר הונדערט יאר, איז אונזער ויכוח געשלאסן.

איך האב געוואלט נאר דערמאנען א פרט לגבי יענע "פאר השכלה'דיגע צייט". אויסער די תשובה ספרים וואס מאלן אפ א לעבעדיג פארשידנארטיג בילד, קענען מיר אויך קוקן אין דער ליטעראטר און אין דער קונסט פון אידן אין יענע צייטן (וויפיל ס'איז שוין פארבליבן). איך וועל נעמען א ביישפיל פון א קלאסישן מעשה ביכל פון יענער תקופה, "די בבא בוך" פון אליהו בחור, וואס איז געווען שטארק פאפולער ביי דעם אייראפעישן אידנטום, בעיקר ביי ווייבער. דער אינהאלט פונעם בוך איז א ראמאן וואס ס'פירט דער העלדישער בבא מיט א געוויסער פרינצעסין, אויב איך געדענק ריכטיג. אין דעם מעשה'לע ווערן געשילדערט לעבעדיגע בילדער פון זייער ליבע, וויאזוי זיי האבן זיך געהאלזט אינעם פערדן-שטאל באהאלטענערהייט... און די פרטים וואס ווערן געשילדערט זענען דוקא עראטיש.

אין דער הקדמה צום בוך שרייבט דער מחבר אן ערנסטן שיר מיט א תפילה צו גאט, וואס צייגט אז דאס איז נישט באטראכט געווען ווי א פסול''ער ספר, נאר ווי א ליבליכע פאלקס בוך (ס'איז געשריבן אין גראמען, געמאכט אויף צו זינגען פון אנהייב ביזן סוף). איך פארשטיי אז מ'קען זיך דינגען אויף יעדן ביישפיל אז ס'שפיגלט נישט אפ "די גאנצע היסטאריע" און אפשר אויך אז ס'שפיגלט נישט אפ "דעם אידעאל", אבער אויפ'ן זעלבן אופן איז קלאר אז אונזער מאדעל שפיגלט אויך נישט אפ "די גאנצע היסטאריע". צי דער אידעאל דארף זיין ווי ביי אונז אדער צי מיר זענען געגאנגען צו ווייט, דאס איז דאך די טעמע פון אונזער שמועס.


איבעריגס, איך וואלט געגארט צו טרעפן מקורות אין פריערדיגע ספרים, וואס געבן אן אנדערע פרעספעקטיוו צום נידון. אדרבה, געב מיר נאר די פתח היתר...


אנדערע פערספעקטיוון האבן מיר געזען. נישט אזוי? אבער א היתר איז ליידער נישט מיין תחום צו קענען געבן. אויף דעם וועסטו זיך מוזן אליין פלאגן... ;)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלאדין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמערל האט געשריבן:וואס וואונדערט מיר אבער איז, אז בשלמא א לינקער ווייסן מיר דאך אז שבע תועבות בלבו, און אלע קשיות און דריידלעך וואס ער האט איז דאך נאר ווייל ער האט תאוות. אבער וואס איז פשט פון זיכן דוחקים צו קענען גיין רעכט? אויב איז עס סתם א תאוה דאן געב דיך שוין נאך די ריכטיגע תאוות...

גראדע כבר מלתי אמורה לעיל, אז איך ווארט און מיין הארץ גארט נאך א היתר. געצמיר די תאוות... נאר פארפאלן, כ'בין גענוג אביעקטיוו איינצוזען אז די הלכה ספרים האבן דאס קיינמאל נישט גענומען לייכט, און קיינמאל נישט מתיר געווען.

ווען מ'לערנט גוט אדורך די גאנצע שטיקל דרך פיקודיך, איז אוממעגליך דאס אפצולערנען אנדערש ווי מיר. כ'זוך נישט קיין דוחקים להקל או להחמיר, כ'זוך דעם אמת'ן כוונה פונעם מחבר ספר. לעת עתה האב איך נאכנישט געטראפן קיין קלארע מקור להתיר, ווען קלארע מקורות לאיסור זענען דא די והותר. מצד שני, די וואס האבן געזוכט מתיר צו זיין, האבן דווקא זיך יא אנגעהאנגען אין אומקלארע לשונות, זיך פארהוילנדיג פונעם גאנצן טעקסט בעפאר און דערנאך, וואס געבט א קלארע בילד לצד איסור. משמע אז מ'זוכט בוקי סריקי אבי צו 'טרעפן' א פריערדיגע מקור להקל.

אלאדין האט געזאגט אז די תשובה ספרים זענען פיל מיט היתרים, און אויב כ'פאדער דאס וועט ער צושטעלן מראי מקומות. כ'האב טאקע געבעטן מראי מקומות, ווייל איך וויל אויך ענדערש דעם היתר, אבער לא פצה פיו וציפצף מיט קיין איין מקור - אויף דערווייל.

-----------
אלאדין האקט. יאפס, קיין איין איינציגע מקור פון ספרים וואס זענען מקיל, איז נישט צוגעקומען.
א לענגערע תשובה אויף זיין השגה, וועט אי"ה נאכפאלגן.
אלאדין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

שליחה דורך אלאדין »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלאדין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אלאדין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

שליחה דורך אלאדין »

אלאדין האט געזאגט אז די תשובה ספרים זענען פיל מיט היתרים, און אויב כ'פאדער דאס וועט ער צושטעלן מראי מקומות.


גאט! וואו האסטו געזען אין מיינע ווערטער אז איך וועל דעבאטירן/צוברענגען היתרים פון ספרים? איך פארשטיי אז דא שטעקט איין פרט פון אונזער מיספארשטענדעניש. די תשובה ספרים ווערן נישט גענוצט בלויז דורך פוסקים, נאר אויך דורך היסטאריקער צו באטראכטן וויאזוי מ'האט געלעבט (פון די שאלות צו די רבנים, אדער פון דער מחאה אויף א פירצה, קען מען כאטש זען וויאזוי דאס לעבן איז געווען אין רעאליטעט ). מ'האט שוין געברענגט דא א שלל פון מקורות אויף דעם. וואס שייך הלכה האב איך געזאגט אז איך דעבאטיר עס נישט - נאר אויף אזויפיל ווי מ'זעט אז ס'איז געווען סוביעקטיוו צום דור/מענטש/צייט.

ס''איז קלאר אז מיר האבן אן אנדער צוגאנג צו דער גאנצער פראגע און איך גלייב נישט אז מיר וועלן זיך אויסגלייכן אין דעם נאנטן עתיד. איך קען נישט צוזאגן אז איך וועל קענען יעדעס מאל רעאגירן באריכות, נעמענדיג אין באטראכט די פארנומענקייט פונעם סדר היום, אבער איך וועל כאטש פרובירן.

אדנירם האט געשריבן:גראדע כבר מלתי אמורה לעיל, אז איך ווארט און מיין הארץ גארט נאך א היתר. געצמיר די תאוות... נאר פארפאלן, כ'בין גענוג אביעקטיוו איינצוזען אז די הלכה ספרים האבן דאס קיינמאל נישט גענומען לייכט, און קיינמאל נישט מתיר געווען.


זיי מיר מוחל שש, אבער דו ניצסט דעם אויסדרוק "תאוות" וועלכע שטעלט דעם שמועס אין אן אנדער ליכט. דו ווייסט אז מיליאנען מענטשן איבער דער וועלט פארברענגען דעם טאג אין א געמישטער געזעלשאפט מיט מענער און פרויען אן דעם וואס ס'זאל פארבונדן מיט תאווה? איך פארשטיי דיך נישט. אויב קען מען זאגן אז ס'איז דא א צייט וואו דער אלגעמיינער מצב וואלט מתיר געווען אן אויסטויש צווישן די מינים, איז עס היינט צוטאגס מער ווי אלעמאל. דאס אז ס'זאל זיין אסאציאירט מיט תאוות איז א רעזולטאט פון א ספעציפישן לעבנסשטייגער וואו ס'פאדערט זיך א בעסערונג אין דעם תחום.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז איך בין נישט יושר'דיג, ווען איך פרוביר צו רעדן אביעקטיוו ומתוך כבוד לחולקים על דברי.

איך באציה מיך צו דיינע ווערטער, וואס דו האסט געשריבן אז פון די תשובה ספרים קען מען אפירברענגען צענדליגע ביישפילן, און דו זעלבסט קענסט אפירברענגען, אז מ'איז מתיר פארשידענע זאכן פון וואס מ'האט גערעדט, וכמו שכתבת:
אלאדין האט געשריבן:פון די תשובה ספרים באקומט זיך דוקא גאנץ אן אנדער בילד פון וואס מיר ווילן זיך פארשטעלן וועגן דער פארגאנגענהייט. איך מיין אז ס'איז איבריג אנצוהייבן אויסרעכענען, ווייל יעדער וואס האט א געשמאק אין תשובות וועט קענען אפירברענגען צענדליגער ביישפילן (אויב דו וועסט עס פאדערן וועל איך צוברענגען). פון זיכרון למשל געדענק איך א תשובה וואס רעדט וועגן דעם אז מ'זאל אפהאלטן חתנים און כלות פון זיך ארומנעמען און קושן פאר דער חתונה.

אפגעזען וואס די הלכה איז [כ'זוך נאך א בפירוש'ע מ"מ להקל], טרעף מיר פון 'צענליגע ביישפילן' פון תשובה ספרים וואס זענען מתיר געוויסע זאכן, פשוט אויף צו באקומען א היסטארישע בליק, כדבריך.

פון אפירברענגען וואס מ'האט געטון אין ישיבת תורה ודעת, זיך מתעלם זיין פונעם פאקט אז דאס איז איין ישיבה פון צענדליגע צו הונדערטע ישיבות אינעם זעלבן תקופה, און זיך מתעלם זיין פונעם פאקט אז מ'האט געמוזט מקיל זיין פאר די אמעריקאנער עולם, און זיך מתעלם זיין פון דעם וואס איך שרייב לאורך הדרך אז אודאי זענען געווען יוצאים מן הכלל אין געוויסע תקופות אין געוויסע מקומות, איז אומ'יושר'דיג לדעתי, אויב שוין נוצן די ווארט ישרות. צו טענה'ן אז ס'איז סך הכל איין תקופה צווישן אסאך תקופות איז אומריכטיג, ס'איז איין ישיבה צווישן צענדליגע ישיבות אינעם זעלבן תקופה, און ס'איז טאקע איין ישיבה אין א מדבר רוחני וואו מ'מוז מקיל זיין אנדערש ווי אין אלע אנדערע מקומות. פארוואס קענסטו נישט אנווייזן אויף אנדערע תקופות וואס זענען געווען אזוי? פונקט נאך אסימילאציע/השכלה וכו', ווילסטו א ראי' ברענגען איבער תקופות במשך כל הדורות, אז אמאל איז געווען אזוי און אמאל איז געווען אזוי?! היא נפלאת בעינינו.

אוועקמאכנדיג מיין שטארקע פונקט, אז די ליטווישע ישיבות זענען געווען אינפעסטירט מיט השכלה נויגונגען, און מ'האט דארט מער מקיל געווען די לעצטע הונדערט יאר, ווען אין פאקט זוך איך נאך די סארט שפראך פון בעפאר תקופת ההשכלה, איז אומ'יושר'דיג אין היסטארישע אפהאנדלונג. אין פאקט ווייסן מיר אלע וויפיל משכילים זענען געווען אין די ליטע, מיר ווייסן אז דארט האבן זיי געהאט די גרעסטע השפעה, און דארט זענען די בחורים געווארן די מערסטע מאדערנעזירט, טאקע להציל מן הארי והדוב האבן די ראשי ישיבות אינפארסירט געוויסע קולות, אבער כ'האף אז דו וועסט נישט באקומען קיין היסטארישע בליק אויף גיין מיט א בארד, באזירט אויף די בילדער פון די ליטווישע בחורים אינעם תקופה בעפאר'ן קריג. וכהנה רבות.

ברענגען א ראי' פון אליהו בחור'ס בבא בוך, ווען ער זעלבסט איז געווען א טשיקאווער באשעפעניש וואס איז נישט געווען קיין רבנ'ישער אויטאריטעט, אנשטאט זוכן עפעס א היתר פון תשובה ספרים און פון פוסקים, איז אבסורד.

און ווער רעדט פון הלכה זאל זיין שווארץ און ווייס? ס'זענען טאקע דא אנדערע קאלירן. למשל, חז"ל האבן אזא וואפן ווי 'הנח להם לישראל', אזא וואפן ווי 'מוטב שיהיו שוגגין', אזא וואפן ווי 'אין גוזרין גזירה וכו' אא"כ יכולין לעמוד בה', און נאך. דאס מיינט נישט אז לכבוד דעם שטייט יעדע הלכה אויף הינער פיס, וויבאלד לעת הצורך שלעפט מען ארויס פון ארסענאל א היתר. די פוסקים און תשובה ספרים זענען פיל מיט היתרים לעת הצורך, דאס טוישט נישט די לכתחילה'דיגע צוגאנג, די אפיציעלע הלכה'דיגע קו, און די היסטארישע פרעספעקטיוו אין געווענליכע פעלער, וואס דאס איז דער איינפאכער היסטאריע. ומכאן תשובתי לדבריך בנוגע ישיבת תורה ודעת, אזויווי דיינע ווערטער בנוגע די קולות פון רי"י וויינבערג. מה"ט איז דיין ראי' פון סוכה נ"ב אויך נישט אין פלאץ, איך פארטיידיג נישט אונזער שווארץ און ווייס קולטור, מצדי זאל אונזער קולטור גיין א גאנג, והלוואי, און אין יענע סוגיא זעען מיר נישט קיין היתר בנוגע אונזער שמועס, נאר בנוגע אונזער שווארצער קולטור.

איין זאך האסטו נישט פארשטאנען, אדער פארזען, פון מיינע ווערטער. איך בין דער לעצטער צו פארטיידיגן 'אונזער מאדעל' אין די הלכות/מנהגים/צוגאנג. איך האב געשריבן א גאנצע תגובה נאר עוקר מן השורש צו זיין די הוה אמינא אז אונזער קולטור האט ריכטיגקייט אין זיך אין אמת מידה היסטורית. איך רעד נישט פון דער היינטיגער צוגאנג צו יעדע זאך, איך רעד ענדערש פון 'שמועסן מיט פרויען' שלא לשם עבודה, וכדומה. דאס איז פראבלעמאטיש הלכה'דיג, און אפגעפרעגט היסטאריש. און פון יחיד'ישע מצבים קען מען נישט אפפרעגן די יסוד, כ"ש ווען כ'ווארט נאכאלס פארן ערשטן הלכה ספר וואס זאל דאס מתיר זיין אנע פראבלעם, זאל זיין פון א היסטארישע פרעספעקטיוו.

און צום לעצט, ווען איך בעט פארן פתח היתר, מיין איך צו זאגן אז כ'בין נישט דער וואס ליבט חומרות און דערפאר זעט ער אלעס מיט שווארצע ברילן, נוסח סאטמארער רב'ס זען קנאות אין יעדע פסוק עה"ת. איך וויל ענדערש מקיל זיין, און דערפאר האלט איך אז כ'בין אביעקטיוו ווען למעשה טרעף איך נישט קיין פתח היתר.

מיט דעם מיין איך אז כ'האב געדעקט אלע דיינע טענות אינעם לענגערן השגה, ואם טעיתי בכוונת הדרת גאון איסלאמיתו, מוחמד יכפר בעדי.

--------
אלאדין האקט ווידער.
לאמיך מגיב זיין אין קורצן על שלוח דבריו שנית:

כ'האב ציטירט דיין לשון איבער צענדליגע ראיות פון תשובה ספרים. כ'האב שוין מסכים געווען אז דו דארפסט נישט ברענגען צענדליגע היתרים פון תשובה ספרים, נאר ענדערש צענדליגע ראיות פון תשובה ספרים כאטש כלפי די היסטארישע חלק דערפון. אפילו דארט הערשט א פראבלעם לצד האומרים אז אמאל האט מען מער מקיל געווען. סך הכל איז געווען געציילטע זאכן וואס זענען נפרץ געווארן, און געוויסע תקופות. תו לא מידי.
און איך בין נאכאלס נישט מסכים, אז מ'קען זיך פשוט מתעלם זיין פונעם פאקט אז קיינער האט נישט באוויזן אפירצוקראצן קיין תשובה ספר וואס זאל עמטליך מתיר זיין איינע פון די זאכן וואס אלאדין וויל טענה'ן אז ס'איז יתכן מתיר צו זיין.

בנוגע מיין לשון תאוות, קען איך נאר איבער'חזר'ן מיינע לעצטע ווערטער בעפאר דו האסט גע'האקט', אז כ'מיין נאר צו זאגן אז איך קוק עס אן אביעקטיוו, און איך זוך דייקא נישט די חומרא בדבר. די איבעריגע לשונות זענען סתם לתפארת המליצה [אקעי, ס'נישט געווען געלונגען, כי אלאדין טעה בזה פעמיים].
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אין אמת'ן איז די נקודה שוין אויפגעברענגט געווארן כמה פעמים דא אין שטיבל, אז הלכה באשטייט פון יסדות וואס פון דעם קען מען זיך נישט רירן, אבער נאך דעם זענען דא פילע פרטים וואס ווערן געפארעמט לויט די מציאות הדברים, ווי למשל די הלכה פון הוחזקה נדה בשכינותיה איז געווען שיייך אין יענע יארן ווען די פרויען שכנים האבן געהאט מער שייכות ווי יעדע פרוי מיט איהר אייגענער מאן, היינט איז די הלכה נאר נוגע אויף צו מדמה זיין מלתא למלתא, און אזוי טרעפט מען פילע הלכות וואס זענען באשטאנען לויט יענע מציאות און היינט איז די הלכה לויט די היינטיגע מציאות,

ווען עס קומט צו שמועסן מיט פרויען טרעפן מיר שוין אין גמ' אז מיט פרויען וואס א מענטש איז באקאנט איז גרינגער הלכות יחוד ווי למשל קרובים, און די הלכה איז תלוי אין לבו גס בה אדער נישט דאס הייסט אז לבו גס בה איז אמאל א סיבה להיתר און אמאל א סיבה לאיסור ווייל אלעס ווענד זיך אין די אומשטענדן, אמאל וועט מען זאגן אז וויבאלד לבו גס בה איז דא א חשש חטא און מען וועט מחמיר זיין, און אמאל וועט מען זאגן אז ווייל לבו גס בה איז זי נישט מוליד קיין הרהורים בייי איהם, הכלל די הלכות זענען אויסדריקלעך נישט שווארץ און ווייס אדער מעג מען אדער נישט, נאר הכל כפי המבייש והמתבייש.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
אלאדין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

שליחה דורך אלאדין »

אדנירם האט געשריבן:כ'ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז איך בין נישט יושר'דיג, ווען איך פרוביר צו רעדן אביעקטיוו ומתוך כבוד לחולקים על דברי.


איך האב עס געזאגט אין א פריינטליכן טאן (ערזעצט דאס ווארט unfair אויף ענגליש) נאר אין שריפט האט מען נישט געזען מיין שמייכל.. כ'האב עס אבער אויסגעמעקט נאך פאר דו האסט געשריבן דיין תגובה, ווייל איך האב באמערקט אין וועלכן פונקט מיר פארשטייען זיך נישט.

למעשה וועלן מיר זיך נאר דרייען ארום און ארום דעם זעלבן פונקט, און איך זע נישט קיין תועלת אין דעם. הלואי וואלט איך געהאט מער צייט, ווייל ס'איז בכל אופן אנגענעם צו פירן דעם שמועס מיט דיר. די ראיה פון "בבא בוך" איז נישט געווען באזירט אויף דעם וואס אליהו בחור האט געקענט אזוי שרייבן, נאר פון דעם וואס זיין ביכל איז געווען אזוי פאפולער צווישן אידן.

מיט דעם מיין איך אז כ'האב געדעקט אלע דיינע טענות אינעם לענגערן השגה, ואם טעיתי בכוונת הדרת גאון איסלאמיתו, מוחמד יכפר בעדי.


כ'האב דאך ווידער געזען ווי מיר דרייען זיך אן קיין ציל. מוחמד וועט אונז ביידן מוזן פארגעבן :)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלאדין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

Wow, די צוויי פראדוצירן כמעט שנעלער ווי מיר קענען דאס עסן.
אזא רעספעקטפולע, ארטיקולירטע, אינהאלטסרייכע אויסטויש איבער אזא רעלעוואנטע נושא איז שוין חדשים א זעלטנהייט אויפן פארום.
איך קען דאס נישט גענוג שעצן.

אלאדין דיין ראיה פון תורה ודעת איז נישט ווערד קיין סאך, נישט פון א השקפה/הלכה'דיגע קוקווינקל און זיכער נישט היסטאריש.

שש, עס קוקט אויס ווי דו האסט פארשטאנען אלאדינ'ס רעפערענץ צו תשובה ספרים צו בוכשטאבליך.
ער וויל פשוט ארויסברענגען אז דיין היסטארישן 'אידעאל' איז מער היסטארישע 'לעגענדע', נישט אז הלכה האט דאס לעגיטימיזירט דווקא, נאר אז דאס איז געווען א רעאליטעט כסדר דורכאויס דער היסטאריע, צייטנווייז און ארטווייז.
אלאדין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

שליחה דורך אלאדין »

א דאנק ישראל.

ישראל קאפקע האט געשריבן:אלאדין דיין ראיה פון תורה ודעת איז נישט ווערד קיין סאך, נישט פון א השקפה/הלכה'דיגע קוקווינקל און זיכער נישט היסטאריש.


איך גלייב אז ס'איז א פראגע ווי שטארק מ'איז אונטערן איינפלוס פונעם הויפט-שטראמיגן וועג פון טראכטן צווישן אונזער עולם, אבער קען זיין אז איך בין נישט גערעכט. ס'וואלט געפאדערט א חקירה פאר זיך איבער דער ביאגראפיע פון הרב מענדלאוויטש.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

למען השם, אפשר קען מען פאראייניגן די צוויי אשכולות? פארוואס דארף מען טאנצן אהין און צוריק?
האדם לא נברא אלא להתענג
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

דבר בעתו

כי אתא (יהושע בן פרחיה מאלכסנדריא לירושלים, איקלע לההוא אהשפיזא. קם (בעל האושפיזא) קמייהו (יהושע בן פרחיה וישו) ביקרא שפיר, עבדי ליה יקרא טובא (בעל ובעלת האושפיזא עשו כבוד רב לבן פרחיה), יתיב וקא משתבח: כמה נאה אכסניא זו (בן פרחיה היה מהלל את בעלת האושפיזא על המאכלים הטובים שהכינה לו). אמר ליה (הנוצרי לבן פרחיה) רבי! עיניה טרוטות (עגולות). א"ל: רשע, בכך אתה עוסק?! (להסתכל באשת איש). אפיק ד' מאה שיפורי ושמתיה. כל יומי אתא לקמיה ולא קבליה, יומא חד הוה קא קרי ק"ש. אתא לקמיה, הוה בדעתיה לקבוליה, אחוי ליה בידיה, סבר מדחא דחי ליה. אזיל זקף לבינתא פלחא. א"ל חזור בך! א"ל כך מקובלני ממך, כל החוטא ומחטיא את הרבים אין מספיקין בידו לעשות תשובה. דאמר מר ישו כישף והסית והדיח והחטיא את ישראל (סוטה ט"ז. סנהדרין ק"ז).
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואס איז די חילוק צווישן א מאן און א פרוי?

א מאן איז א 'גברא', און א פרוי איז א 'חפצא'... והבן.

רחמנא לישזבן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

בנוגע דאס וואס [tag]אדנירם[/tag] זאגט בנוגע די הלכה'דיגע חלק אז אפגעזעהן פון ווי אינטעלעקטואל מ'איז און דאס איז וואס מען וויל פון די פרוי איז דאך אין אפוטרופוס לעריות, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס ר' יצחק דמן עכו פארציילט אין זיין מאירת עינים איבער דאס אז אריסטו האט על אף חכמתו געוואלט זינדיגן מיט אלכסנדר מוקדון'ס ווייב/מלכה. (ער רעדט סתם אזוי ארום בגנותו של פילאזאפיע און מ'ברענגט דארט צו ווי אריסטו האט אנגעבליך צוריקגעצויגן פון זיין פילאזאפיע סוף ימיו. ועיין מזה ג"כ בדרכי משה ביו"ד סימן רמו.) דאס דערמאנט אויך אביסל פון די מעשה מיט הייפּעישיא.

ולגבי די חלק פון "כל כבודה בת מלך פנימה" איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו מאמר ו בסוף שו"ת בני בנים ח"א וואו ער טוהט דאס דורך. ער ענדיגט צו:
Woman.jpg
Woman.jpg (50.2 KiB) געזען געווארן 1080 מאל


ולגבי הסתכלות האב'מיר שוין דאס אדורכגעטוהן אין וועקער 15.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מי אני: דו ביסט גערעכט. נאר ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'טייטשט אויס די פסוקים פון דעם לעצטן קפיטל פון משלי...! א יעדער איינער לויט ווי ס'לוינט זיך פאר איהם. און ווי זיינע אייגענע אינטרעסן דיקטירן...!
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

לכבוד הרב שש איך האב גאר שטארק הנאה געהאט צו ליינען דיין הערליכן ארבעט

איך וויל אבער צולייגען א נופך משלי וואס מיין בליק איז אויף די ’’גאנצע יסוד’’ סיי די השקפה סיי די היסטאריע וואס סאיז מיר ממש א ווינדער אז אונזער רבי רב שש האט אויסגעלאזט בבחינת עיקור חסור מן הספר

לאז מיר אנהייבן מיט א דיסקלעימער איך זאג נישט אז אמאליגע לעבן איז געווען מער ”סאציאל” צווישן די צוויי מינים נאר וואס יא מען האט געלעבט צזאמען
איך וועל מיר מסביר זיין
אמאל האטן אלע קינדער גוט געוויסט וואס טוט זיך ביי די אנדערן אין קעשענע מען האט גארנישט בהאלטן פון זיי. פון ווען זיי זענען געווען קליין האבן זיי געוויסט וואס זיי ווילן און וואס זיי טארן נישט זיי האבן געוואלט און זיך איינגעהאלטן אדער זיך נישט איינגעהאלטן בקיצור זיי זענען געווען אויפגעקלערט פון געבורט נישט נאר דאס נאר די דארכשניטליכע עידזש חתונה צוהאבן איז געווען 13 יאר אלט
און די תוצואה און רעזאלטאטן פון די הנהגה איז געווען אז די צוויי טיען עידזשערס זענען ציזאמען אויפגעוואקסן אבער א מויער האט זיך ”קיינמאל נישט אנטוויקלט” מען האט גוט געקענט די מהות די ברי’ וואס הייסט נקבה און סאיז א מחיצה מיט די ”מין’’ קיימאל נישט געווען נאר א מחיצה וואס טיילט אופ צווישן די צווי אויף א סאציעלן פארנעם און אוך בעיקור נאך די חתונה מען האט גוט געקענט די מיידלעך פון דיין יארגאנג מאיז אויפגעוואקסן צזאמען

מה שאין כן היינט איז עס א אופארמיידבארע מחיצה אויף אלעס א יונגל אדער בחור ווייסט נישט בין ימינו לשמלו ער ווייסט נישט וואס ער טאר נישט ער ווייסט נאר פרויען פוי און ער ווערט אזוי מחונך ביז די 20 און נאכדעם ווייסט ער שוין נישט ווי וואס ווען ער פילט זיך גילטי אויב ער האט ליב זיין ווייב ער ווייסט נישט וויאזוי צורעדן מיט די באשעפעניש וואס הייסט פרוי און די תוצאות זענען קלאר
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
פארשפארט