בלאט 31 פון 37

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:53 pm
דורך שמעקעדיג
כ'בין מודה אז צומאל פעלט זיך אויס דער וואטערמארק צוליב די קאפיקערערס
(שטייט אפילו קלאר דייעט.jpg)

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p1015244

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 4:01 pm
דורך ר' שלמה אבן גבירול
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'בין מודה אז צומאל פעלט זיך אויס דער וואטערמארק צוליב די קאפיקערערס
(שטייט אפילו קלאר דייעט.jpg)

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p1015244


דא האט איר א לינק צו ביידע בילדער דירעקט, און... עס איז אויף די האר די זעלבע...
קאווע שטיבל
אייוועלט

נשלח: מוצ"ש פעברואר 14, 2015 8:50 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 12:59 am
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג, שכוח פאר'ן לינק.
געפעלט מיר וואס איינער שרייבט דארט, אז אפשר אויב די רעדאקציע וועט איינזעהן וואספארא ליצנות די נערישע בריוון זענען, וועלן זיי אויפהערן אריינשטעלן די בריוון וואס זיי באקומען און ענדערש אליין מאכן מער זאכליכע בריוון.

נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 4:41 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן::lol: :lol:

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=91&t=25839

שמעקעדיג: ייש"כ פאר ברענגען דעם לינק.איך האב אפגעליינט צוויי בלאט. כ'האב געקוילערט פאר געלעכטער. מער האביך שוין נישט קיין כח... :lol:
זיי האבן א באנדע גוטע לצים... :roll:

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 1:05 pm
דורך שמעקעדיג
עהעם.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 1:17 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך געב אויף.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 11:53 pm
דורך berlbalaguleh
אבטולמוס: איך מיין זיי מעגן זיך רופן די חעלעמער צייטונג...(אנטשולדיגט פאר'ן כעלעמ'ער מגיד.(...
נאך א נייעס באריכט: בשורה טובה. די הייליגע ארגאניזאציע "טעג" האט זיך אנגעטראגן אז זייערע טעקנישנ'ס וועלן זיצן אין "טעג" אפיס א יעדן טאג בין מנחה למעריב און ארויפלייגן דעם נייעם "גדר" פילטער אויפ'ן "איי וואטש. דער טעם פארוואס עפל האט (לשיטת הבלאט ) געגעבן א נאמען "איי-וואטש" פאר דעם נייעם טעכנאלאגישן כלי, איז ווייל מ'קען עס אויכעט אנשטעלן אז ס'זאלל קלינגען ווען אן איי קאכט זיך אפ. מ'דארף נאר אריינפראגראמען וויאזוי מ'וויל דאס איי זאלל זיין אפגעקאכט. לויז אדער הארט. און דער איי-וואטש וועט רופן דעם בעה"ב...!

Re:

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 11:49 am
דורך petergrifin
באשיינפערליך קען מען נוצן די ווארט באשיינפערליכע מאנכע מאל.
@מאטי

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 11:25 am
דורך שמעקעדיג
איינס קלוגער פונעם צווייטן

.

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 5:07 pm
דורך פרייוויליג
אומגלויבליך וואספארא שטרוי מען פיטערט טויזענטער לייינער מידי שבוע בשבוע. עס איז א שרעק אז מיר [זיי] ווערן רינדיגער און רינדיגער מיט יעדן פרישען צייטונג.

Re:

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 5:56 pm
דורך petergrifin
.

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 9:54 pm
דורך בונדל
איך וואלט ארויסגעגעבן א ביכל פון די אלע בריוו צום ליינער פונעם בלאט. אלע קינדערגארטן לערערינס ואולטן עס מסתמא געקויפט

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 10:10 pm
דורך וכדומה..
אבטולמוס האט געשריבן:די חברה נעמען ניטאמאל די מי נאכצושרייבן די פשוט'ע פאקטן. דער נייער זייגער הייסט "עפל וואטש", נישט "איי-וואטש", און קיינער ווייסט נאך נישט צי דאס וועט מצליח זיין צי נישט.

דאס קוקט אויס ווי דער שרייבער האט געהערט אין מקוה א שטיקל נייעס אז עפל האט ארויסגעגעבן א זייגער, און ער האט תיכף דערנאך אויסגעזויגן פון פינגער דעם באריכט.

ווער רעדט נאך פון די פילע גראמאטישע גרייזן, און קטנות'דיגע שפראך.


וואף....אזויפיל שטותים און ליגענטס צאמצורעדן אין איין קליינע ארטיקעל..... מבהיל......

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2015 11:05 pm
דורך פיינע קאווע
צו די בלאט ארויסגעבער. איך אינוועסט אפאר מינוט אין שרייבן די שורות כולי האי ואולי איר ליינט דא.
אויב איר קוקט וויאזוי איך שרייבט דא וועט איר נישט מאכען קיין מיסטעיק. איך בין אן אהרוני!. מען קויפט די בלאט ביי אונז אין שטוב וועכענטליך.
די חלק האוצר איז זייער שיין. מער ווייניגער זייער אינטערסאנט. די 3 דאללאר צאלט זיך אייביג אויס מיט די פאר ארטיקלעך דארט. די קינדערלעך האבן ליעב די בילדער. פיין און וואול
דעבאטע איבער קאווע וכדומה אויך גיט. הו קערס. סי זיכער אלע אידענעס אין מאנרא האבן וואס צו רעדן ביים באס סטאפ. אך טוב וחסד.
די בריוו צום בלאט איז אבער שרעקליך פאריקט. פליז בכל לשון של בקשה סטאפ מיט די נאנסענס וואך נאך וואך. עס איז א גרויל. ודי בזה.

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 2:32 pm
דורך signout
איך מיין אז פין אבטולמוס'ס (ענד קאמפעני..) ארויפשטעלן די דאקומנטען פין דער בלאט אין האבען אזוי סאך אלטע ארכיווען זעהט יעדער פארוועם ער ארבעט

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 3:10 pm
דורך היסטאריקער
signout האט געשריבן:איך מיין אז פין אבטולמוס'ס (ענד קאמפעני..) ארויפשטעלן די דאקומנטען פין דער בלאט אין האבען אזוי סאך אלטע ארכיווען זעהט יעדער פארוועם ער ארבעט

אמת, איך בין א קנאפער חסיד פון בלאט, אויך האב איך שטארק הנאה פון אבטולמוס, אבער וואס איז פשט פון ארויפלייגען זייערע שטייער דאקומענטן?
חוץ אז מ׳ טוט עס פאר פרנסה

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:27 pm
דורך signout
שוואך אויסעזויגענע תשובה

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm
דורך שצם_חנכל
פאסיג פאר שוואך אויסגעזויגענע אטאקע

Re: "דער בלאט"

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 7:19 pm
דורך וכדומה..
קען מיר איינער מסביר זיין פאר קרייען אוט לאד וואס דאס האט מיט טעכנעלאגישע כלים???

יעדע נארישקייט איז טעכנעלאגיע, סעלפאונס, וואטסעפפ, שילדיג, הערטס שוין אויף דארט!!!
:לשוןהרע:בילד

Re: "דער בלאט"

נשלח: פרייטאג יוני 19, 2015 8:09 pm
דורך נופת צופים
ער זאגט דאך אז מען דארף קאנטראלירן די קינדער. נו, אויף די טריפה'נע כלים ל"ע שטייט דאך אז מען טאר נישט קאנטראלירן די קינדער.

Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 3:22 pm
דורך [NAMELESS]
צוויי אנמערקונגען וואס עס האט מיר שטארק פארדראסן ליינענדיג דעם בלאט פאריגע וואך און פון די וואך ,

איינס , פאריגע וואך האבן זיי באריכטעט די פטירה פון ר'בנימין קליין זצ"ל - מזכיר ואיש סודו פונעם ליבאוויטשער רבי'ן אויף צענדליגער שליחות'ער למען קדושת ישראל - מיט א קארגע צוויי דריי טריקענע שורות ! , ובנוסף לזה , האבן זיי איהם צוגעטיילט דעם טיטול ז"ל און פארן ליבאוויטשער רבי'ן גופא האבן זיי צוגעטיילט דעם בכבוד'דיגן טיטול פון ע"ה !..לא תהא כהנת כפונדקית ..

צווייטענס , די וואך האט דער ש"מוציגער ש"ווארצע טעלער געשריבן אינעם ערשטן פעידזש א גאנצע ביאור פארוואס מיר דארפן זיך נישט פארענטפערן וועגן אנטיסעמיטיזם און התגרות סיי ביי די אנעקסעישן און סיי ביי די אינוואזיע אויפן טאן האוז אין מאנטיסעלא ..ווייל די גוים האבן אונז במילא פיינט וכו וכו ...זייט ווען איז פארהאן אין זיין באזיץ אזאנע הסברים אז זיי האבן אונז במילא פיינט ?..זייט ווען רעדט מען אין סאטמאר אזא שפראך ?.. איך וואונדער נאר אויב רב שטיינמאן איז מחליט אן החלטה אחר שקילה ודרישה ווי ווערן דעמאלדס פארשווינדן זיינע קליגע התירים ?..פארוואס נאר וואס זיין פארטיי טוט האט ער תירוצים און אויף אלע אנדערע זעט ער נאר חירופים וגידופים ?..

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2015 3:45 pm
דורך שמעקעדיג
אז דו רעדסט שוין, מיר האט פארדראסן אן אנדערע זאך,
איך פארשטיי אז זיי מוזן האקן אנטקעגן טעכנאלאגיע, דאס איז דאך די פליכט פון דעם שופר, אבער די לעצטע שטיק צייט זענען זיי געווארן עפעס שרעקליך ראדיקאל, קוקט אויס ווי זיי גייען בלינדערהייט מיטן קאפ אין וואנט, די דוגמאות זענען מערערע,
עכ"פ זיי ערווארטן אז אויב מיר גייען יעצט ביישטיין דעם געוואלדיגן נסיון פון די סמארטפאונ'ס, וועט זיך איבער'חזר'ן די זעלבע היסטאריע פון טעלעוויזיע, און אונזערע קינדער וועלן עס זיכער מער נישט האבן.
צו זאגן אז דאס איז א טעות, איז ווייניג געזאגט. די וועלט ווערט דאך וואס א יאר אלס מער אנגעוויזן אין טעכנאלאגיע.

אבער וואס האט מיר אויפגערעגט די וואך איז ווי פאלגענד, א אשה (צנועה?) האט געשריבן לעצטנס אין דעם אוצר אפטיילונג (א באזונדערע אפטיילונג האבן זיי דארט פאר פרויען) א טענה אז זי פארמאגט א געפילטערטע קאמפיוטער אין איר הויז מיט א היתר פון איר רב צוליב פרנסה, און הלמאי די שכנים שיקן נישט די קינדער צו איר אינדערהיים וועגן דעם קאמפיוטער. אויף דעם ארויף האבן אנגעהויבן פליסן תשובות פון די איבריגע "נשים חשובות", און די וואך איז געווען א בריוו ממש צום ברעכן, א פרוי וואס שרייבט אזוינס איז מסוגל איין טאג זיך צו אנשליסן צו די אייסיס רוצחים, זי באזידלט און שעלט אוועק די אומשולדיגע פרוי, עס האט מיר זייער וויי געטון צו ליינען. זי מיינט מסתמא אז זי מאכט גליקליך דעם באשעפער דערמיט. איך ציטער אז דאס גייט איין טאג שטארק בעקפייערן.