בלאט 31 פון 55

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:30 am
דורך פונדאַמענטאַל
מילך טראק האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:47 pm דו זאגט עס ווייל דו האלטסט אז דו ביסט גערעכט, ווען ס'קומט צו נטורי קרתא, אדער לב טהור, זיי רעספעקטירסטו אויך?? דו האלטסט אז זיי זענען איבערגעטריבן רופסטו עס אהן אביוז, משוגע, וועסטו אויך פראבירן צו שטערן יענעם

אזוי ווי איך האב געשריבן פריער אין מיין ענטפער צו ברוך, די ווייסט נישט ווער איך בין און וואס מיין עקספיריענס איז... ממילא דיין הנחה אז איך זאג דאס ווייל איך האלט אז 'איך' בין גערעכט איז נישט גילטיג, ווייל מנא לך אז איך בין א טייל פון די דאזיגע געמיינדע. איך מיין אז אויב דו לייגסט צו קאפ צו מיינע ווערטער איז גאנץ קלאר אז איך קום פון די אנדערע זייט אינגאנצן, מיין טענה איז פון א ליבעראלע שטאנפונקט.

בנוגע נטורי קרתא אדער לב טהור. איך מיין אז מען מעג נוצן א משהו שיקול הדעת, צו פונאנדערשיידן צווישן לעגיטימע אומריכטיגע דעות, און דעות וועלכע זענען אומטאלערירבאר. דו קענסט פרובירן צו ברענגען כל מיני עקסטרעמע משלים, פון אזעלכע וואס איז יתכן אז ביי זיי איז נישט גילטיג די כלל. און מיר קענען זיך טענה'ן אויף יעדע באזונדער. אבער די יסוד איז נאכאלץ ריכטיג, אז ביז צו א געוויסע מאס דארף א מענטש רעספעקטירן א צווייטנס דעה און בחירה.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:27 am
דורך מילך טראק
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:
בנוגע נטורי קרתא אדער לב טהור. איך מיין אז מען מעג נוצן א משהו שיקול הדעת, צו פונאנדערשיידן צווישן לעגיטימע אומריכטיגע דעות, און דעות וועלכע זענען אומטאלערירבאר. דו קענסט פרובירן צו ברענגען כל מיני עקסטרעמע משלים, פון אזעלכע וואס איז יתכן אז ביי זיי איז נישט גילטיג די כלל. און מיר קענען זיך טענה'ן אויף יעדע באזונדער. אבער די יסוד איז נאכאלץ ריכטיג, אז ביז צו א געוויסע מאס דארף א מענטש רעספעקטירן א צווייטנס דעה און בחירה.

פון דעם רעד איך, אין דיינע אויגן איז לב טהור עקסטרעם ממילא דארף מען זיי נישט רעספעקטירן, אין אירע אויגן איז קרית יואל עקסטרעם און אביוז, דארף מען נישט רעספעקטירן. ניין איך זעה בכלל נישט קיין חילוק.

זייער אסאך זאכן פון די חסידים גייען אריין אין די כלל פון לעגיטימע אומריכטיגע דעות, און דעות וועלכע זענען אומטאלערירבאר אין די אויגן פון נישט חרדים,
איך ווייס אז ס'קען זיין אז דו גייסט עס נישט פארשטיין ווייל ווילאנג דו קוקסט ארויס פון דיין באקס וועסטו עס נישט פארשטיין. דער לב טהור זעהט אויך נישט וואס איז ראנג.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:47 am
דורך אסטראלאג
רעספעקטירן קען מען יעדן ביז, עס גרעניצט זיך מיט די תורה הקדושה. לדוגמא, ר' זלמן לייב טייטלבוים וואס טוט ווידערגעשפעניגן קעגן הייליגן רבי'ן זי"ע, געהעצט און דערנידערט קעגן טייערע אידן מסלמה ומשמנה, איז נישטא קיין מקום צו זאגן אז אזא לץ איז דא עפעס א דין לכף זכות.

ביי עקסטרעמע גרופעס מיט שיטות מינות ומשונות ווי חב"ד ,לב טהור, בעלזא , מהרז"ל חסידים , ר' מענדעלע וכו' די קען מען רעספעקטירן (נישט אקצעפטירן זייער שיטות ח"ו) ביז ווילאנג זיי קריכן נישט אריין מיט זייערע גיפט ביי אונז.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:42 am
דורך מילך טראק
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:47 am רעספעקטירן קען מען יעדן ביז, עס גרעניצט זיך מיט די תורה הקדושה. לדוגמא, ר' זלמן לייב טייטלבוים וואס טוט ווידערגעשפעניגן קעגן הייליגן רבי'ן זי"ע, געהעצט און דערנידערט קעגן טייערע אידן מסלמה ומשמנה, איז נישטא קיין מקום צו זאגן אז אזא לץ איז דא עפעס א דין לכף זכות.

ביי עקסטרעמע גרופעס מיט שיטות מינות ומשונות ווי חב"ד ,לב טהור, בעלזא , מהרז"ל חסידים , ר' מענדעלע וכו' די קען מען רעספעקטירן (נישט אקצעפטירן זייער שיטות ח"ו) ביז ווילאנג זיי קריכן נישט אריין מיט זייערע גיפט ביי אונז.
הגם איך בין מחולק מיט דיר, טו איך דיר זייער רעספקעטן דיין שטארקייט

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 10:34 am
דורך [NAMELESS]
שטעל זיך פאר איך קום קום אריין אין קרית/הוצל/גואטמלה און איך הויב אן אינטערוויוען די פרויען, ווייל איך וויל וויסן די פראספעקטיוו פון די פרויען. די פרויען ווערן אומבאקוועם, איינער פון די היץ-קעפ קומען צו מיר און זאגט מיר שטרענג "דאס איז נישט איינגעפירט דא! ארויס פון בבל!", איך פייף אן און איך גיי נישט.

בין איך אומרעספעקטפול?
איך מיין אז יא.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:39 am
דורך פונדאַמענטאַל
מילך טראק האט געשריבן:
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: בנוגע נטורי קרתא אדער לב טהור. איך מיין אז מען מעג נוצן א משהו שיקול הדעת, צו פונאנדערשיידן צווישן לעגיטימע אומריכטיגע דעות, און דעות וועלכע זענען אומטאלערירבאר. דו קענסט פרובירן צו ברענגען כל מיני עקסטרעמע משלים, פון אזעלכע וואס איז יתכן אז ביי זיי איז נישט גילטיג די כלל. און מיר קענען זיך טענה'ן אויף יעדע באזונדער. אבער די יסוד איז נאכאלץ ריכטיג, אז ביז צו א געוויסע מאס דארף א מענטש רעספעקטירן א צווייטנס דעה און בחירה.

פון דעם רעד איך, אין דיינע אויגן איז לב טהור עקסטרעם ממילא דארף מען זיי נישט רעספעקטירן, אין אירע אויגן איז קרית יואל עקסטרעם און אביוז, דארף מען נישט רעספעקטירן. ניין איך זעה בכלל נישט קיין חילוק.

זייער אסאך זאכן פון די חסידים גייען אריין אין די כלל פון לעגיטימע אומריכטיגע דעות, און דעות וועלכע זענען אומטאלערירבאר אין די אויגן פון נישט חרדים,
איך ווייס אז ס'קען זיין אז דו גייסט עס נישט פארשטיין ווייל ווילאנג דו קוקסט ארויס פון דיין באקס וועסטו עס נישט פארשטיין. דער לב טהור זעהט אויך נישט וואס איז ראנג.

דיינע ווערטער זענען שטארק condescending און אראגאנט. דו מאכסט "הנחות" אויף אנדערע, טראץ דעם וואס דו ווייסט גארנישט איבער יענעם. דו קומסט מיט א צוגאנג פון superiority, ווי אז יענער איז נאך אינעם פארמאכטן באקס, און קען נישט פארשטיין, משא''כ דו וואס געפינט זיך אין א פיל העכערע ארט...

אויב עפעס... די איינציגע זאך וואס דאס ווייזט, איז אז דו ביסט נאך סטאק אינעם באקס, און דו האסט א צורך צו פארשטארקערן און באשטעטיגן פאר זיך אליינס אז דו ביסט באמת אויפגעקלערט...


לגופו של עניין: עס איז נישט דא קיין פונקטליכע כלל אין דעם. אויף יעדע דעה קען מען זאגן אז עס איז אומטאלערירבאר. דערפאר האב איך געשריבן אז מען דארף נוצן א משהו שיקול הדעת, ווייל עס איז באמת תלוי אין שיקול הדעת. אויב איר פארשטייט, אז א דעה וועלכע האלט אז בתי מדרש זאלן האבן באזונדערע אפטיילונגען פאר מענער און פרויען איז אומטאלערירבאר, און דערפאר מעג מען טרעטן אויף זייערע פרינציפן און זיי שטערן, דאן דורך אלע מיטלען גיי פאראויס.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:03 pm
דורך עמרם
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:47 am רעספעקטירן קען מען יעדן ביז, עס גרעניצט זיך מיט די תורה הקדושה. לדוגמא, ר' זלמן לייב טייטלבוים וואס טוט ווידערגעשפעניגן קעגן הייליגן רבי'ן זי"ע, געהעצט און דערנידערט קעגן טייערע אידן מסלמה ומשמנה, איז נישטא קיין מקום צו זאגן אז אזא לץ איז דא עפעס א דין לכף זכות.

ביי עקסטרעמע גרופעס מיט שיטות מינות ומשונות ווי חב"ד ,לב טהור, בעלזא , מהרז"ל חסידים , ר' מענדעלע וכו' די קען מען רעספעקטירן (נישט אקצעפטירן זייער שיטות ח"ו) ביז ווילאנג זיי קריכן נישט אריין מיט זייערע גיפט ביי אונז.
הייסט אז ר' זלמן לייב איז ערגער ווי די רשע העלבראנץ ימ"ש ?
כאטש וואס ער האט עובר געווען אויף די ג' חמירות, אבער אז ער שטיצט די נ"ק איז ער כשר...

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:11 pm
דורך מילך טראק
איך קען דיר טאקע נישט פערזענליך אבער איך קען מענטשן וואס האלטן די זעלבע וואס דו שרייבסט,

לגופו של עניין, די שיקול הדעת ווענט זיך פון ווי דו קוקסט און דו ביסט אויפגעוואקסן, אין פלעטבוש איז בככל נישט ראנג פאר א פרוי אריין צו גיין אין שוהל, ס'איז דא א שול וואס א פרוי איז די שמש, און פאר דיר איז עס נישט נארמאל, ווייל דו ביסט נישט צוגעוואוינט איז עס נישט נארמאל, אבער צו מאכן א גראסערי עקסטער פאר מענער און עקסטער פאר פרויען איז עקסטרים,

די זעלבע שמועס קומט פאר אין לב טהור פאר די אויפגעקלערטע "אויב עפעס... די איינציגע זאך וואס דאס ווייזט, איז אז דו ביסט נאך סטאק אינעם באקס, און דו האסט א צורך צו פארשטארקערן און באשטעטיגן פאר זיך אליינס אז דו ביסט באמת אויפגעקלערט".

סך הכל ווילסטו אז מ'זאל דיר רעספעקטן אבער דו ווילסט נישט רעספעקטן אנדערע,

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:17 pm
דורך עמרם
איך קען אפשר פארשטיין וואס די זאגסט כלפי די חסידים דארט
אבער כלפי זייער פירערס איז עס פונקט ווי די זאגסט אזוי אויף היטלער ימ"ש

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:22 pm
דורך מילך טראק
עמרם האט געשריבן: הייסט אז ר' זלמן לייב איז ערגער ווי די רשע העלבראנץ ימ"ש ?
כאטש וואס ער האט עובר געווען אויף די ג' חמירות, אבער אז ער שטיצט די נ"ק איז ער כשר...

בארואיגט אייך ר' איד

Re:

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:22 pm
דורך פארשטענדליכער
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:37 pm זייער שיינע מוסר רייד אבער א פארלירער ווערט מען נאכנישט דערפון, אויסער אז דו רעדסט פון יענע וועלט והרוצה לשקר ירחיק עדיו :)
אפשר ביסטו מסביר וואס מיינט א פארלירער?

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:23 pm
דורך מילך טראק
עמרם האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:17 pm איך קען אפשר פארשטיין וואס די זאגסט כלפי די חסידים דארט
אבער כלפי זייער פירערס איז עס פונקט ווי די זאגסט אזוי אויף היטלער ימ"ש
פארוואס עפעס? רוב איינוואוינער זענען צופרידן דארטן, ביי אונז איך אויך דא אזאלעכע וואס זענען נישט העפי אז זיי זענען געבוירן ביי חסידים

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:46 pm
דורך עמרם
מילך טראק האט געשריבן: פארוואס עפעס? רוב איינוואוינער זענען צופרידן דארטן, ביי אונז איך אויך דא אזעלכע וואס זענען נישט העפי אז זיי זענען געבוירן ביי חסידים

פארוואס?
ווען דו וואלסט געוויסט וואס ער האט געטון וואלסטו פארשטאנען

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:28 pm
דורך מילך טראק
אפי 'די גלייבסט אז אלעס איז אמת, איז ער נאך נישט אזוי ווי היטלער

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 2:24 pm
דורך לאכעדיג
פלעטבוש גירל מאכט אסאך געלט פון די קעיס.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 3:20 pm
דורך נישנאש
לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 2:24 pm פלעטבוש גירל מאכט אסאך געלט פון די קעיס.
גוט מארגן

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 3:21 pm
דורך מילך טראק
חסד פאונד האט איר טאקע פארשלאסן

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:20 pm
דורך קהל'ס נער
דא שרייבט זי קלאר אז ס׳איז א קאסטעדי פייט

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:26 pm
דורך צועקים וזועקים
קהל'ס נער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:20 pm דא שרייבט זי קלאר אז ס׳איז א קאסטעדי פייט
אה... פלוצלינג ווייסט זי יא שוין, גארנישט קיין רחמנות..

זי איז א שלעכטע מענטש, וואס פאר געלט און אטענטשאן מישט זי זיך אריין אין א משפחה מחלוקה און טוט טעראר (יא דאס וואס דא שעלט מען קעגן טעראר, די זעלבע טעראר אדער ארגער).

איך זעה נישט ווי אזוי איינער קען פארטייטיגען אזא נבילה.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 6:38 pm
דורך מילך טראק
איך קען עס פארטיידיגן

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:27 pm
דורך קהל'ס נער
צועקים וזועקים האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:26 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:20 pm דא שרייבט זי קלאר אז ס׳איז א קאסטעדי פייט
אה... פלוצלינג ווייסט זי יא שוין, גארנישט קיין רחמנות..

זי איז א שלעכטע מענטש, וואס פאר געלט און אטענטשאן מישט זי זיך אריין אין א משפחה מחלוקה און טוט טעראר (יא דאס וואס דא שעלט מען קעגן טעראר, די זעלבע טעראר אדער ארגער).

איך זעה נישט ווי אזוי איינער קען פארטייטיגען אזא נבילה.
זי איז א עסקן וואס נעמט געלט, (אזויווי אלע עסקנים, נאר זי זאגט עס קלאר און אנדערע באהאלטן עס).

אין די ספעציפישע מעשה זעהט זי מיר נישט אויס צי זיין גערעכט, ווייל למעשה געט די עגונה נישט קיין וויזיטעישען.

אבער אין ג׳ענעראל איז זי א עסקן לשם שמים (פאר באצאלט שטייטצעך)

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:29 pm
דורך ברוך שפינוזה
שכר בטילה מעג זי דאך זיכער נעמען.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:36 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
קא משמע לן האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:38 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: זי איז אין 1 אדער אין 13?

איינס
א רחמנות אויף איר מאן!