בלאט 31 פון 46
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 4:27 pm
דורך ונבנתה העיר
אין די אור-אלטע צפון-אפריקא מלוכה
'קארטעדזש' [814-146 BC] האט די אפיציעלע
וואלוטע געהייסן 'שקל', און א געוויסע תקופה האבן דער פירער
געהייסן א 'שופט'.
דר"א, די רוימער האבן געפירט מיט זיי מלחמות [און צום סוף חרוב געמאכט], דער בארימטער רוימישער שטאטסמאן 'קאטו דער אלטער'
פלעגט ענדיגן יעדע דרשה זיינע -זאל זי האבן גערעדט וועגן קראקפאטס - "חוץ המעשה האלט איך אז מען דארף חרוב מאכן קארטעדזש"...
--------
כמעט אלע מאלערייען פון נאפאליאן זענען מיט זיין האנט אריינגעשטעקט אינעם וועסטל, אין יענע תקופה איז עס געווארן א גאנצע
שיטה און האט געדארפט ארויסברענגן manly boldness tempered with modesty.
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 5:41 pm
דורך קול דודי
ונבנתה העיר האט געשריבן:אין די אור-אלטע צפון-אפריקא מלוכה
'קארטעדזש' [814-146 BC] האט די אפיציעלע
וואלוטע געהייסן 'שקל', און א געוויסע תקופה האבן דער פירער
געהייסן א 'שופט'.
אינטערעסאנט, ונבנתה. דער גאנצער געגענט דארט האט גערעדט שפראכן וואס באלאנגען צום "לשון כנענית" משפחה, פונקט ווי לה"ק. באקאנט איז דער מצבת מישע
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%A9%D7%A2וואס איז געשריבן אויף מואבית, אבער קוקט אויס ענדליך (אפילו און סטיל, נישט נאר שפראך) צו א שטיקל נ"ך.
אגב, זעי איך יעצט אז "קארטאדזש" (Carthage) איז באמת "קרית-חדש" (New-Town). כ'האב דאס נישט געוויסט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 6:01 pm
דורך לכבוד שבת קודש
אז ס'איז דא א מענטש וואס טענה'עט (מיט הוכחות) אז ער איז א זוהן פון ליובאוויטשער רבי, דורך עפעס אן אפפער וואס ער האט געהאט וויילנדיג אין פאריז.
אז עס איז פאראן א זוהן פון הרה"ק ר' אהרן מבעלזא זצ"ל, וואס איז נישט קיין שותו"מ.
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:18 pm
דורך איך אויך
ווער איז בעלזער רב'ס זוהן?
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:58 pm
דורך קאווע טרינקער
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:אז עס איז פאראן א זוהן פון הרה"ק ר' אהרן מבעלזא זצ"ל, וואס איז נישט קיין שותו"מ.
וועלכע מת איז יא שומר תורה ומצוות?? במתים חפשי.
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 11:53 pm
דורך א איד
[tag]לכבוד שבת קודש[/tag] אפשר קענסטוברענגען א לינק צו דיינע געפינסן?
תודה בבקשה
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 5:53 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:ווער איז בעלזער רב'ס זוהן?
ואני שמעתי אן אייניקל, בן בתו רבקה מרים. (בעהטס מיר נישט פאר קיין מקור, כ'האב עס געהערט פון א בעלזער אינגערמאן בתורת לחש מפה לאוזן)
נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 8:32 pm
דורך [NAMELESS]
אז דו סיבה פארוואס אנ''ש סאטמאר זענען אזוי מקפיד אויף קאנטרי איז כדי מען זאל נישט פארגעסן אז מען איז אין גלות.
נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 8:55 pm
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אז דו סיבה פארוואס אנ''ש סאטמאר זענען אזוי מקפיד אויף קאנטרי איז כדי מען זאל נישט פארגעסן אז מען איז אין גלות.
גראדעמעכעלע: און די טעם פון מקפיד זיין צו עסן פיצא מוצש"ק אדער זונטיג...מסתמא וועגן חמין במוצ"ש מלוגמא...דאס ביניך אויכעט מקיים...!
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 4:34 am
דורך [NAMELESS]
האט איר אמאל געהערט דעם אויסדריק 'אין האצענפלאץ'... [אזויווי 'האנאלולו'...].
כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט אז דאס איז געווען א ריכטיגע שטאט, און זאגאר אידן האבן דארט געוואוינט בזמן המהר"ם מלובלין [תלמיד הרמ"א].
אט האט איר ווי דער מהר"ם מלובלין רעדט פון זיין
אנהייב סימן מ'.
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 8:00 am
דורך איך אויך
יא זיכער. איינע פון די באקאנטע רבנים איז געווען הגאון ר' צבי הירש זאמושט און עס איז דא דארט א שיינע בית החיים עד היום.
'שאראשפאטיק' איז אויך א אמתע שטאט.
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 11:18 am
דורך געוואלדיג
וואס איז מיט בויבעריק?
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 1:11 pm
דורך איך אויך
יאפ ,גראדע דא מער ווי איינס זעה
דא און
דא.
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 1:19 pm
דורך [NAMELESS]
זיכער איז בויבריק פארהאן אויפן מאפע. דער ראדימנער רב האט געדאווענט אין אמעריקא-לאוער איסט סייד אינעם שול אויף 237 rivington street, ווי צווישן די פיהר בתי מדרשים אינעם בילדינג איז געווען "דער ערשטער בויבריקער קהילה".
גראדע אויך געווען די בענד "די בויבריקער קאפעליע"
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 2:50 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:האט איר אמאל געהערט דעם אויסדריק 'אין האצענפלאץ'... [אזויווי 'האנאלולו'...].
כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט אז דאס איז געווען א ריכטיגע שטאט, און זאגאר אידן האבן דארט געוואוינט בזמן המהר"ם מלובלין [תלמיד הרמ"א].
אט האט איר ווי דער מהר"ם מלובלין רעדט פון זיין
אנהייב סימן מ'.
אדנירם: גם...בויבעריק,איישישאק ו'פאדהייץ. און דא אין אמעריקע איז דא א שטעטל מיט'ן נאמען ..."שעבויגען"... אין די סטעיט וויסקאנסין.
לאמיר זיך פארשטעללן איצא שייגעץ המכונה גליק פון התאחדות הרע-בנים אויף דיוויזשן עוו. אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג זאגט ביי א מיטינג פון ..."סאכדעס"..."שעבויגענ'ער רב, וואס זאגט איהר. וואס איז אייער חוות דעת...? הא...!...

נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 2:55 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:האט איר אמאל געהערט דעם אויסדריק 'אין האצענפלאץ'... [אזויווי 'האנאלולו'...].
כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט אז דאס איז געווען א ריכטיגע שטאט, און זאגאר אידן האבן דארט געוואוינט בזמן המהר"ם מלובלין [תלמיד הרמ"א].
אט האט איר ווי דער מהר"ם מלובלין רעדט פון זיין
אנהייב סימן מ'.
אדנירם: דער נאמען פון די שטאט צילץ פון וואס דער מהר"ם מלובלין רעדט, איז נישט ווייניגער פאני ווי האצנפלאץ...!
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 4:02 pm
דורך שמעקעדיג
אדנירם האט געשריבן:האט איר אמאל געהערט דעם אויסדריק 'אין האצענפלאץ'... [אזויווי 'האנאלולו'...].
און 'האנאלולו' איז אויך א אמת'ע - און געשמאקע - פלאץ. די הויפט שטאט פון האוואי, די אמעריקאנע אינזל אינמיטן דעם פאסיפיק אקעאן, וואו די אטאקע אויף 'פוירל הארבער' האט פאסירט.
https://en.wikipedia.org/wiki/Honolulu
נשלח: מוצ"ש יולי 16, 2016 11:18 pm
דורך [NAMELESS]
איך זעה אז לאשאנץ איז אויך אן אמת'ע שטאט
https://yi.m.wikipedia.org/wiki/לאשאנץ.
(כ'האב געמיינט ס'איז אזויווי וואלאבאוט)
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 9:52 pm
דורך ונבנתה העיר
אויפ'ן בריוו וואו אייכמאן בעט פון איהם א פארדאן האט דער פרעזידענט פון מד"י, יצחק בן צבי, צוגעשריבן וואס שמואל הנביא האט געזאגט פאר אגג פאר ער האט איהם גע'הרג'עט:
כַּאֲשֶׁר שִׁכְּלָה נָשִׁים חַרְבֶּךָ, כֵּן-תִּשְׁכַּל מִנָּשִׁים אִמֶּךָ.
נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 5:27 pm
דורך גיבור
ונבנתה העיר האט געשריבן:אויפ'ן בריוו וואו אייכמאן בעט פון איהם א פארדאן האט דער פרעזידענט פון מד"י, יצחק בן צבי, צוגעשריבן וואס שמואל הנביא האט געזאגט פאר אגג פאר ער האט איהם גע'הרג'עט:
כַּאֲשֶׁר שִׁכְּלָה נָשִׁים חַרְבֶּךָ, כֵּן-תִּשְׁכַּל מִנָּשִׁים אִמֶּךָ.
די ענטפער האט ער גענטפערט צו זיין ווייב ווערא אייכמאנ'ס בריוו, ווי זי האט געבעטן פאר רחמנות אויף איר מאן.
נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 5:42 pm
דורך גיבור
וואס איז יא א חידוש איז אז א חודש פאר די הינריכטונג, האט מען אין א אויסטערלישע פאל ערלויבט אז זי זאל עם קומען וויזיטן אין תפיסה בסודי סודות, נישט ווילענדיג אז די אלע איבערלעבער זאלן פארפירן אז מען טריעט עם אזוי שיין, זי איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל אויף איר אלטע נאמען פון בעפאר זי האט געהייראט אייכמאנ'ען, זי איז געווארן אפגעווארט אין עירפארט ביי די תפיסה איסטאנצן מיט איר מאן'ס לויער דר' ראבערט סערוואציעס, זי איז גלייך אפגעפירט געווארן צו די ראמלה תפיסה ווי מען האט איר באגעגנט מיט איר מאן, די וויזיט איז פארגעקומען א האלבע שעה, די גאנצע צייט זענען דארטן געווען צוויי שומרים און זיי זענען נישט ערלויבט געווארן צו רעדן ספאניש נאר דויטש אז די שומרים זאלן קענען פארשטיין יעדע ווארט, פון דארט האט מען איר גלייך צוריק גענומען צום עירפארט ווי זי איז באלד אהיימגעפארן,
דאס איז געווען די לעצטע מאל זיי האבן זיך געזעהן.
דאס איז א חלק פון די טאג בוך פון די אויפזעהער אין תפיסה, וואס האבן אראפגעשריבן יעדע זאך וואס איז פארגעגאנגען מיט דעם רוצח יעדן טאג, עס איז ארויסגעגעבן געווארן ממש לעצטענס און נאר דעמאלטס איז די וועלט געוואר געווארן פון די וויזיט:
ורה ליבל - אשתו של אייכמן
ב 29-30.4.62- הגיעה ורה- אשתו של אייכמן ארצה בהיחבא, תוך שהיא נרשמת בטיסה בשם נעוריה. התלוותה אליה - מזכירתו של עו"ד סרוואציוס.
השתיים הוסעו משדה התעופה לוד אל כלא רמלה על ידי אנשי ביטחון.
בכלא המתינו להן הנציב ושתי קצינות שב"ס דוברות גרמנית. שני הביקורים ארכו כחצי שעה כל אחד והתקיימו סביב חצות בחסות החשיכה.
בביקור לא הותר לאייכמן ורעייתו לדבר בספרדית, אלא בגרמנית בלבד - שפה ששתי הקצינות האזינו לה. הביקור התנהל ללא התרגשות יתרה, הם שוחחו על היבטים משפחתיים ואישיים.
לאחר הביקור הודה אייכמן בכתב לנציב על שאפשר את הביקור. למחרת הביקור, הותר לאייכמן באופן חריג לקום מאוחר יותר.
אייכמן ורעייתו לא התראו יותר.
נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 5:49 pm
דורך ונבנתה העיר
אותו לילה בא על שפחה...
Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2016 8:53 am
דורך פליקער
אז Uber דרייווערס רעיטן יעדע פאסאנדזשיר גענוי ווי יעדע פאסאנדזשיר רעטעט יעדע דרייווער, און אויב ווילט איר וויסן אייער ראטע, קענט איר פרעגן אינעם עפפ, און איר באקומט עס ווי פאלגענד.
אויבן לינקס ברויך מען א קנעפ טון די דריי פלאכע שטעקלעך,
דאן דריקן help
דאן account and payment
דאן account settings and ratings
דאן I'd like to know my rating
דאן א קנעפעל אויף סאבמיט
און א ריספאנץ פארפעלט נישט צי קומען תיכף ומיד.
Sent from my VS987 using Tapatalk