בלאט 31 פון 213

נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2013 9:42 pm
דורך איחוד פעלד
עס איז דא נאך א זאך צוליב א פסק פין א פרוי.

ווער ווייסט?

נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2013 9:42 pm
דורך איחוד פעלד
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט ניצן געהעריגע בשמים?


די נעגלעך האבען עפעס א חשש חימוץ.

נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2013 11:20 pm
דורך משה געציל
איחוד פעלד האט געשריבן:עס איז דא נאך א זאך צוליב א פסק פין א פרוי.

ווער ווייסט?

א תשובה אין מנחת יצחק נישט צו עסן קיין עק פון קיין ברויט אלטס אל תטוש.

נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2013 11:53 pm
דורך ידען
קאווע טרינקער האט געשריבן:די מאמע פון פרישה
בנוגע יום טוב.

וואס?

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 12:37 am
דורך משה געציל
ידען האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:די מאמע פון פרישה
בנוגע יום טוב.

וואס?

שבת כידוע מאכט מען די ברכה נאך לעכט צינדן, אפילו עס איז דאך דא א כלל אז "כל המצוות מברך עליהן עובר לעשייתן", אפ"ה וויבאלד עס איז דא א שיטה וואס לערנט אז דורך די ברכה איז מען מקבל שבת, און איינמאל מען האט מקבל שבת געווען קען מען דאך נישט צינדן, מאכט מען די ברכה נאכן צינדן. (דאס איז די סיבה פארן צודעקן די אויגן תיכף נאכן צינדן, כדי מען זאל נישט הנאה האבן פון די ליכט פארן ברכה).
לפי"ז יו"ט וואס מען מעג דאך צינדן לעכט, וואלט מען געברויכט צו מאכן די ברכה פארן צינדן, און אזוי האט טאקע געלערנט די מאמע פון די פרישה. למעשה די מג"א דארטן דינגט זיך (דאכט זיך אז ער דריקט זיך אויס מיטן לשון "אין חכמה לנשים"), און ער האלט אלטס "לא פלוג" זאל מען טון ווי שבת, אסאך אחרונים נעמען יא אן ווי דער מאמע פונעם פרישה.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 12:47 am
דורך נולד מאוחר
וואס איז די בעסטע וועג איבערווארמען מצה?

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 12:55 am
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס איז די בעסטע וועג איבערווארמען מצה?

די שאלה איז נישט וויאזוי. נאר וואו-אין טאוסטער אווען? וואו מ'באקט א גאנץ יאר חמץ! :oops:

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 12:56 am
דורך ידען
אין חכמה לנשים? אריין אין פרויען רעכטען אשכול..

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 1:32 am
דורך נולד מאוחר
berlbalaguleh האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס איז די בעסטע וועג איבערווארמען מצה?

די שאלה איז נישט וויאזוי. נאר וואו-אין טאוסטער אווען? וואו מ'באקט א גאנץ יאר חמץ! :oops:

וואס עפעס אין חמץ'דיגע טויסטער?

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 1:34 am
דורך איחוד פעלד
משה געציל האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:עס איז דא נאך א זאך צוליב א פסק פין א פרוי.

ווער ווייסט?

א תשובה אין מנחת יצחק נישט צו עסן קיין עק פון קיין ברויט אלטס אל תטוש.


איך רעד אין הדלקת הנרות.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 1:38 am
דורך ונבנתה העיר
צינדן מבעוד יום?

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 10:22 am
דורך משה געציל
דהיינו?

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 5:54 pm
דורך ונבנתה העיר
ר' יוסף דער זוהן פון פרישה ברענגט אין זיין הקדמה צום פרישה חיו"ד ביידע חידושים בשם זיין מאמע אשת הפרישה.

קודם איז ער איהר מורא'דיג משבח ווי זי פלעגט דאווענען און לערנען, און ווי זי פלעגט רעדן אין לערנען מיט די תלמידים פון פרישה, דערנאך שרייבט ער 'הביטו נא וראו את מה שהרגישה בטעות הנשים בהדלקתן הנרות ביום טוב, וטעותן בשתים' דא ברענגט ער וואס דו האסט געשריבן בנוגע די ברכה, און דערנאך איז ער ממשיך 'הטעות השני מה שנוהגות הנשים להדליק נרותיהן של יו"ט אחר שהתפללו הקהל ערבית ואחר יציאתם מבהכנ"ס לביתם קודם אכילה, וזה אינו נכון, התינח בליל יו"ט של גליות שהוא ספיקא דיומא ואסור להכין מיו"ט ראשון לשני, ראוי לעשות כן, אבל מה שנמשך מזה שנוהגות לדלוק גם בליל יו"ט ראשון כן זה אינו נכון, ויותר טוב מדינא להדליק הנרות ג"כ קודם תפלת ערבית ולקבל היו"ט בהדלקתן הכל כמו שעושין לכבוד שבת, שיהא הכל מוכן מיד בבואו מבהכנ"ס' עיי"ש המשך דבריו.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 5:56 pm
דורך משה געציל
יישר כח, נישט געזען די פרישה אינדעווייניג נאר אין מג"א וואס ברענגט נאר אראפ די ערשטע חלק.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 6:05 pm
דורך זר זהב
אין איד פון פרשת ויקרא איז געשריבן אזוי: "עס איז שוידערליך די אויסדרוקן וואס מ'זעהט אין די ציוניסטישע קאמיוניקאצעי מיטלען איבער דעם שרעקליכן אומגליק וואס האט פאסירט פאריגע וואך אין ברוקלין. וואס ווי פארשטענדליך וועלן מיר זיי נישט איבער'חזרן.

וואס איז דאס?

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 6:37 pm
דורך קאווע טרינקער
שוין אמאל געווען ווען דער איד האט זיך איינגעהאלטן מיט עפעס שלעכטץ קעגען די א.ג. ציונים?

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 6:42 pm
דורך זר זהב
אבער וואס איז דאס פון וואס זיי רעדן?

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2013 9:19 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:אבער וואס איז דאס פון וואס זיי רעדן?

מסתמא דער שרעקליכער עקסידענט וואו ר' נחמן גלויבער וזוגתו זענען נעבעך אומגעקומען. הגם ס'איז שוין געשען עטליכע וואכן צוריק. אין מוקדם ומאוחר באיד.

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2013 9:36 pm
דורך זר זהב
דאס ווייסיך, כ'פרעג וואס דאס: "עס איז שוידערליך די אויסדרוקן וואס מ'זעהט אין די ציוניסטישע קאמיוניקאצעי מיטלען" - איז געווען

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2013 9:45 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:דאס ווייסיך, כ'פרעג וואס דאס: "עס איז שוידערליך די אויסדרוקן וואס מ'זעהט אין די ציוניסטישע קאמיוניקאצעי מיטלען" - איז געווען

לא ידעתי. אבער אויב עפעס, וואלט שוין דער א"י קארעספאנדענט פון בלאט י.ל. יאקאב שוין געזאגט עפעס איבער דעם נושא. זייט ער האט רעפארטעד אז מ'האט ארעסטירט דעם פויגל (נישט מענטשליכער) וועלכער האט שפיאנירט פאר מדינת ישראל האט ער נישט געברענגט קיין אינטרעסאנטע ידיעות.

גארליץ באראפארק

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 12:23 am
דורך קאווע טרינקער
אין די גארליצע הויף, אויף די 42סטע גאס, ליגען צוויי גרויסע קאונטעינערס איינס אויפן צווייטען.
מיין שאלה איז וואס ליגט דארט, און וויאזוי איז מען זיך משתמש מיטן אויבערשטען קאונטעינער, עס איז דאך אזוי הויעך?

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 1:01 am
דורך ידען
וואס לייגט מען אריין אין די מצות אז א סאך מענטשען האבען צו טוהן מיט די מאגען?

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 1:07 am
דורך באשטעטיגט
ידען האט געשריבן:וואס לייגט מען אריין אין די מצות אז א סאך מענטשען האבען צו טוהן מיט די מאגען?

בליט