בלאט 31 פון 66
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 6:46 am
דורך על המחיה
זיי האבען מיך אויפגערעגט מיט דעם פרק
זיי זענען אינגאנצען ארויס פונ'ם חרדי'שע מציאות
א בחור'ל ברענגט אהיים א הונט..
א כלי קודש גייט זינגען פאר יונגלעך און מיידלעך אין א בעיסמענט..
דע גאנצע שפיל פון רוחמי מיט חנינא...
אביסל מגזם זיין מילא, אבער דאס גייט שוין ארויס פון די גלייזען
והעולה על כולנה, קיווע גייט צום דריטען מאהל אפלאזען א שידוך?? קאם אן!!
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 6:58 am
דורך טאמבל סאס
על המחיה האט געשריבן:א כלי קודש גייט זינגען פאר יונגלעך און מיידלעך אין א בעיסמענט..
יונג יידיש
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 9:52 am
דורך שושן פורים
איז דא עפעס נייעס איבער א דריטע סעזאן?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 2:24 pm
דורך קאמפיאטער
איך בין נייגעריג צו צבי ארי' זינגט טאקע ואפילו בהסתרה, עס הערט זיך זייער שטארק חסידיש, און אויכעט אן קיין איזרעלי אקצענט. און טערסאנט אז ווען ער זינגט עס איבער אינדערהיים, זינגט ער עס יא מיט אן איזרעלי רי"ש.
וואו קען מען זעהן וויפעל עפיזאדס עס גייט זיין?
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 2:31 pm
דורך נעגעל וואסער
קאמפיאטער האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו צבי ארי' זינגט טאקע ואפילו בהסתרה, עס הערט זיך זייער שטארק חסידיש, און אויכעט אן קיין איזרעלי אקצענט. און טערסאנט אז ווען ער זינגט עס איבער אינדערהיים, זינגט ער עס יא מיט אן איזרעלי רי"ש.
וואו קען מען זעהן וויפעל עפיזאדס עס גייט זיין?
מיר האט זיך אויך צוגעדאכט אז ס'איז נישט זיין ארגיניעלע קול. כ'ווייס נישט פונקט וואס. אבער עפעס האט מיר געבאדערט דארט. אפשר ווייל זיין קול ווערט מיר פלוצלינג צו שיין, אדער אפשר ווייל די סאונד קלאפט נישט הונדערט פערסענט מיט זיין מויל. לא יודע. מדארף עס נאכאמאל באטראכטן.
אגב, כ'הער אז יואלי קליין צוטערט פון א נייע קאמפיטישן...
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 3:03 pm
דורך יהושע חיים
בהסתרה און עוד ישמע איז צוויי אנדערע קול'ער ודו"ק (אפשר האט ער געטוישט וואויס טיטשערס אינציווישן)
נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 9:42 am
דורך ראוונע
נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 9:44 am
דורך ראוונע
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 10:19 am
דורך גרויסע מענטשעלע
סקומט פיינע נייעס.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 10:41 am
דורך נעגעל וואסער
לבי אומר לי אז קיווע האט געליינט די ארטיקל פון @אדנירם וועגען יאשקע, דערפאר האט ער איהם אפגעמאלען אין א פאזעטיווע וועג...
נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 6:03 pm
דורך סמבטיון
קאם אן.. יעדער מיט צוויי געזינטע אויערן הערט אויפן רגע אז סיי עוד ישמע און סיי ואפילו בהסתרה איז א ריקארדינג,
נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 9:27 pm
דורך באשטעטיגט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=X8Ai4p3iPRQ[/youtube]
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 1:03 pm
דורך סביב העולם
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 1:39 pm
דורך זוכער
עטליכע אינטרעסאנטע און מאדנע עפיזאדן אין די 12טע פרק:
1) נחום און שולעם שוין ב"ה נאכאמאל צוקריגט. מ'זעט נישט אז שולעם זאל פארקויפן די חלקה. פארקערט. שולעם שרייט איך פארקויף נישט אפילו פאר א מיליאן דאלער, אבער נוחעם זאגט אז ער האט עס יא אפגעקויפט! (!)
2) חנינה טוניק קומט נישט אן צו די באגעגעניש פון זיין טאטע מיט רוחמי ביי די גאז סטאציע. פארוואס?
3) גיטי פארט אוועק אינמיטן די נאכט, און ברעטעט אוועק בשעת זיי דרייווט. האט נישט קיין הענט און קיין פוס.
4) וויאזוי האט איר ליפי אויפגעפיקט.
5) קיווע אנטלויפט פון די פארשטעלונג, פארוואס? ליבי קומט אן און טרעפט אים אין א עפעס א שטיבל פאר'חלומ'ט - אין לו שחר.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 3:41 pm
דורך HotCoffee
זוכער האט געשריבן:עטליכע אינטרעסאנטע און מאדנע עפיזאדן אין די 12טע פרק:
1) נחום און שולעם שוין ב"ה נאכאמאל צוקריגט. מ'זעט נישט אז שולעם זאל פארקויפן די חלקה. פארקערט. שולעם שרייט איך פארקויף נישט אפילו פאר א מיליאן דאלער, אבער נוחעם זאגט אז ער האט עס יא אפגעקויפט! (!)
זוסמאן פון חברה קדישא האט געקאלט שולם אז איינער פון פאריז וויל אפקויפן די חלקה פאר $11,000.
שלום קויפט אפ דעם בילד פון קאופמאן - ער האט געאפערט $11,000 - מ'זעט עם אהיים שלעפן די בילד.
נחום דערציילט פאר ליבי וויאזוי ער האט זיך געמאכט ווי איינער פון פאריז...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 3:45 pm
דורך HotCoffee
זוכער האט געשריבן:עטליכע אינטרעסאנטע און מאדנע עפיזאדן אין די 12טע פרק:
1) נחום און שולעם שוין ב"ה נאכאמאל צוקריגט. מ'זעט נישט אז שולעם זאל פארקויפן די חלקה. פארקערט. שולעם שרייט איך פארקויף נישט אפילו פאר א מיליאן דאלער, אבער נוחעם זאגט אז ער האט עס יא אפגעקויפט! (!)
2) חנינה טוניק קומט נישט אן צו די באגעגעניש פון זיין טאטע מיט רוחמי ביי די גאז סטאציע. פארוואס?
3) גיטי פארט אוועק אינמיטן די נאכט, און ברעטעט אוועק בשעת זיי דרייווט. האט נישט קיין הענט און קיין פוס.
4) וויאזוי האט איר ליפי אויפגעפיקט.
5) קיווע אנטלויפט פון די פארשטעלונג, פארוואס? ליבי קומט אן און טרעפט אים אין א עפעס א שטיבל פאר'חלומ'ט - אין לו שחר.
6) נחום און שולעם זיצן אין א Station Wagon, די טעקסי וואס מ'זעט פון אידרויסן איז נישט די זעלבע...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 4:22 pm
דורך ראוונע
די סצענע פון גיטי דרייווען אין וויינען איז לכאורה א חלום
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 4:23 pm
דורך מאטי
נוחעם'ס הוט ביים לויה איז פארקערט. די bow tie אויף די רעכטע זייט
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 5:09 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
פארוואס קען איך נישט עס דאינלוידן ?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 5:46 pm
דורך פישערער רבי
איך קען אויך נישט דאונלאודן הרב סביב העולם ביטע במטותא מינך ברחמך דנפישין קענסטו מאכן א נייע לינק מיר זיינען זייער נייגעריג
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 6:50 pm
דורך HotCoffee
הרגע הזה שאתה מסיים את העונה של שטיסל ואתה שואל לעצמך, בשביל הסוף המטומטם הזה, הייתי צריך לראות את כל הסדרה?
רשעים ארורים [SMIRKING FACE]
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 6:57 pm
דורך סביב העולם
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 7:53 pm
דורך יתרו
זוכער האט געשריבן:עטליכע אינטרעסאנטע און מאדנע עפיזאדן אין די 12טע פרק:
1) נחום און שולעם שוין ב"ה נאכאמאל צוקריגט. מ'זעט נישט אז שולעם זאל פארקויפן די חלקה. פארקערט. שולעם שרייט איך פארקויף נישט אפילו פאר א מיליאן דאלער, אבער נוחעם זאגט אז ער האט עס יא אפגעקויפט! (!)
2) חנינה טוניק קומט נישט אן צו די באגעגעניש פון זיין טאטע מיט רוחמי ביי די גאז סטאציע. פארוואס?
3) גיטי פארט אוועק אינמיטן די נאכט, און ברעטעט אוועק בשעת זיי דרייווט. האט נישט קיין הענט און קיין פוס.
4) וויאזוי האט איר ליפי אויפגעפיקט.
5) קיווע אנטלויפט פון די פארשטעלונג, פארוואס? ליבי קומט אן און טרעפט אים אין א עפעס א שטיבל פאר'חלומ'ט - אין לו שחר.
1)אזוי דער בעל העגלה האט שוין מעיר געווען די עלעף אהאלב טויזענט דאללער איז געקומען פונעם פארקויפטן חלקה.
2)מיינסט אוודאי חנינא'ס טאטע, כנראה איז ער נישט דער זעלבער וואוילער איד וואס ער מאכט זיך ווען ער רעדט מיט רוחמי אויפן טעלעפאן. נישט אומזיסט רעדט נישט חנינא מיט זיין טאטע, ער דאווענט פאר אים דריי מאל א טאג אזוי ווי איך דאווען.
3) גיטי איז איבערגענומען פון די שאלה פון רוחמי צו זי האט מוחל געווען ליפא בלב שלם פארן אנטלויפן אויף וואס זי ענטפער ניין, זי טושעכט זיך אויס און וויינט זיך אויס ווילאנג זי איז אים מוחל בלב שלם ( כנראה לדעת המייצרים -צו דערגרייכן א מדרגה פון מחילה בלב שלום פאדערט זיך אוועקצולאפן און זיך גוט אויסוויינען).
4) מיט א קאר סערוויס (דאכט זיך אז מען זעט עס פאר א רגע).
5) ווייל ער איז צובראכן פונעם פאקט אז סיי זיין טאטע און סיי ליבי זענען נישט דארט- און ביידע פון זיינע צוויי נענסטע מענטשן אויפן וועלט זענען אויפגערעגט אויף אים פארוואס ער טוט עס (קען אויך זיין אז ער באמערקט און ווייסט אז די בילד פון זיין מאמע פעלט.
נאך עפעס?