בלאט 31 פון 43
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 12:53 pm
דורך ציבעלע-קיגל
טרויבן88 האט געשריבן:diff האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=33UggYyCtLc[/youtube]
איך ווייס שוין וואס ס'איז אינטערעסאנט... צי ס'איז דא אידן וואס זענען מחלל שבת אדער מפראטעסטירט שבת, וואס איז דאס שבת פראטעסט מילא חילול שבת וועל מיר באלד רעדן, אבער אויף א סטאר? פארוואס? איז דער סטאר געווען אפן שבת?
סתם אזוי איז פראטעסטירן אן עובדא דחול... נאכדערצו אזוי שרייען איז שוין א שאלה פון התעמלות עד כדי זיעה וואס איז מן הסתם אסור, אדער אפשר איז עס עונג שבת...
און רוב פון זיי האלטען נישט פון דעם עירוב, איז וואס איז מיט טראגען סיינס? אה,איך האב פארגעסען, נאר אין וויליאמסבורג טאר מען נישט נוצען דעם עירוב
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 1:48 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
זיי האב נישט דאס מינדעסטע אהנונג איבער וואס זיי האלטן יא אדער נישט, זייער ש"ע איז געבויעט אויף צו גיין פארקערט און שמאל מאכן פאר די מענטשהייט, זיי שטייען אויף יעדן אינדערפרי מיט אן אגענדע צו פראטעסטירן, מוחה צו זיין, אסרן, מבער צו זיין, נישט צו צילאזן, אויסצושרייען, פארטרייבן, מקדש ומטהר זיין, ועוד נעגאטיוויזם, איז ווי אזוי מאכט מען עס אז ס'זאל אפקלינגען, יעדער זאל וויסן דערפון? זיי זענען גרויסע אטענשאן זיכערס, נעמען זיי זיך איבער זאכן וואס די מענטשהייט האט הנאה דערפון, ווי למשל עירוב, אינטערנעט, גיוס, וכדומה, און מ'שמועסט זיך אפ, אינטערן טיש האבן זיי אויך אינטערנעט, און מ'גייט ארויס אויסשרייען זייער וויי געוואלד אין די גאסן.
און פון דעם לעבן זיי, גיי פרוביר צופרידען צושטעלן אזעלכע מענטשן, וועסטו זעהן זיי גייען אויפקומען חדשים לבקרים מיט פרישע תביעות פון יעדעם, זיי איז נישט מעגליך צו מאכן העפי.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 1:04 pm
דורך שושן פורים
סמארטפאונס פארן רבי'ן
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 1:06 pm
דורך ליפא
שושן פורים האט געשריבן:סמארטפאונס פארן רבי'ן
די בילד איז גענומען געווארן דורך א רעקארד פלעיער
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 8:03 pm
דורך ברוך שפינוזה
איש את רעהו האט געשריבן:דער קריג וואס די תורה פארלאנגט צו געדענקן עד סוף הדורות, בעשה ובלא תעשה...
שאול המלך איז דערויף נענש געווארן פארן נישט אויסראטן א איבערבלייבעניש פון יענע שונאי ישראל וואס פון דארט איז נצמח געווארן דער נצר זדון..
די קריג מיטן ה' הידוע וואס די תורה לייגט דערויף אזא דגוש איז מלחמת עמלק, מיט וואס איז די תוה"ק מגדיר פ"וו מען זאל עס האלטן פאר די אויגן, צוליב וואס? וואס האט ער אזוי הארב געטון ?
"ער האט דיר קאלט געמאכט".....
אין מיין תורה שטייט אן אנדער טעם, ויזנב בך כל הנחשלים אחריך, ווייל ער האט געהרגעט די OTD חברה וואס די ענני הכבוד האבן אויסגעשפיגן. עיין ברש"י.
נשלח: זונטאג אפריל 08, 2018 4:36 pm
דורך נקודה
א נייע תפילה
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 9:40 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מגלה פנים בתורה, צו נתגלה העטרה?
האם סמארטפון מקבל טומאה.jpeg
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 9:48 am
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 11:53 am
דורך א שרייבער
איינער ווייסט וואס דאס איז? איז דאס א נייער טאקטיק פון די עקסטרעמיסטן, צו נערווירן די מענטשהייט?
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 7:39 pm
דורך יין שרף
[center][/center]
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 3:51 am
דורך בן ישי
יין שרף האט געשריבן:[center][/center]
איך האב אמאל געזעהן ביי הרב יצחק מאיר מארגענשטערן ווי מ'זאגט יעדע וואך די תפילה ביי פתיחת הארון, אז ער האט צוגעלייגט ווערטער איך געדענק נישט פונקטליך אבער עפעס שתציליני מן כל הכלים...
נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:16 am
דורך Gimpel
יישר כח פאר די מודעה
נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:19 am
דורך רביה''ק זי''ע
יעצט געזען א קליפ פון
שאול יצחק ראבינאוויטש, און איך מיין אז ער איז הונדערט פראצענט גערעכט. אונזער סאסייעטי איז קורופטירט, איך צי מיך שוין אריבער אויף פענסילוועיניע.
#לעבןזאלדירעוואלוציע
נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:24 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: פונקטליך וואו אין פענסילוועיניע..?! וואו איז דער אוויר צח ונקי. און די טומאת אמעריקע האט נישט דערגרייכט אהין...?! איך וויל אויכעט אהינגיין.אנישט וועל איך מוזן גיין קיין נעוואדא אין מדבר. און זיך דארט באזעצן אין עפעס א הייל...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:28 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט 'טומאת אמעריקע', די טומאה וואס שטערט מיר געפינט זיך נאר אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, מאנרא און נאך אפאר פלעצער.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 4:25 pm
דורך בן ישי
יותר מ-70% מהרבנים החרדים מחזיקים מחשב, חצי מהם גולשים
http://www.ch10.co.il/news/441157/#.WyAru1ApBoN
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 7:38 pm
דורך mevakesh
איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס קען זיין פארלעסליך, איך קען נישט קיין רב חוץ אפשר ר' אשר ווייס וואס וועט אפילו ענטפערן אויף אזא סקר
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 10:38 am
דורך שמעקעדיג
קוריאז און רשעות געמישט!
.
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 4:16 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. זייער שיין. אויב די יוצרות און דער מח זענען פארדרייט. דרך אגב. מ'קען אנשרייבן די זעלבע סצענע אויף א סאך אנדערע נעמען פון די היינטיגע צדיקים. ואי אפשר לפורטם קיא רבים הם...!
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 4:31 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:קוריאז און רשעות געמישט!
.
ברענג שוין די אנדערע מעשה אויך, נישט געוואלט געבן א ניר פאר א צווייטן ווייל ער האט א סמארטפאון..
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 6:58 pm
דורך וואלווי
אדער דער אנדערע מעשה מיט דער יוד וואס ב"ה האט געהאט א נארמאלע לעבן אן עפעס עקסטער צרות, וראה זה פלא, ער האט געהאט א סמארטפאון, ויהי לנס!
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 7:38 pm
דורך berlbalaguleh
די ציונים זענען דאך שוין (ב"ה) געפייגערט. נאר אפשר האט מהר"א שליט"א מקר"י נישט געהערט פון דעם. איינער קען איהם גיין מודיע זיין. אבער מ'מוז דאך זיין ביזי מיט עפעס. מ'דארף עפעס אויפטון פאר אידישקייט. האט דער אייבישטער צוגעשיקט אזא זאך ווי סמארטפאונס. וואס א יעדער ערליכער איד מוז קעמפן אקעיגן דעם...!
איך האב נאר איין קליינע שאלה. וואס איז געווארן מיט די גדר און משומר פילטערס וואס די קהילות קדושות האבן אזוי שטארק טרומפייטערט דעריבער...!
נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 3:49 pm
דורך יין שרף
כדי צו איבערגיין די הלכות בכובד ראש, על אף עס איז אביסל קליין. תילי תילי הלכות איבער די נייע פליפ פאונס און אלטע אימעיל אקאונטס, הררים התלוים בשערה!