בלאט 31 פון 179
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 4:28 pm
דורך berlbalaguleh
outspoken האט געשריבן:איציק האט געשריבן:מ גפני האט געשריבן:ר' דוד שווארץ ע"ה איז ארויפגעקומען צום בי"ד של מעלה זאגט מען אים "דו גייסט אין גיהנם" רופט ער זיך אן " ס'קען נישט זיין, איך קום שוין פון דארט!!! "
אי משום הא לא קשיא, כדתנינן:
אמר להו רבא לרבנן במטותא מינייכו לא תירתון תרתי גיהנם (יומא עב:)
אי משום הא כקשיא ליה, כדתנינן:
אדהכי והכי אתו הנך תרי אתי א''ל
הנך נמי בני עלמא דאתי נינהו אזל לגבייהו אמר להו מאי עובדייכו אמרו ליה
אינשי בדוחי אנן מבדחינן עציבי אי נמי כי חזינן בי תרי דאית להו תיגרא בהדייהו טרחינן ועבדינן להו שלמא
דעיס איז הא בהא תלי'. נאר א פרייליכע לונג און לעיבער, א אידל וואס איז אייביג בשמחה. ער גייט אפילו מיט א טענצל און זינגט זיך אונטער עפעס א פזמון פון ימים נוראים, אדער וואס ר'האט געהערט פונ'ם רעבא פרשת שקלים, אויב ער זעיט אדער הערט אז צוויי אידן קריגן זיך. וועט ער זיי לאזן זיך אויסקריגן און אויסשרייען. נאכדעים וועט ער צו גיין צו זיי און ארייננעמען אין א רינג און מאכן א רקידה'לע אין א גרינעם מיטוואך, אדער זונטאג. נאך אפשר מאכן א לחיים אויף די שי :: ריים פון תיקון היינט אינדערפריה אין ביהמ"ד. אבער א זויערער, פארביטערטער מענטש, אז ער זעיט צוויי אידן קריגן זיך וועט ער זיך מחי' זיין. אבי ס'לעיבטצעך בא א צווייטן אויכעט, זאלן זיי צופלאצט ווערן. ס'איז פאר איהם כמים קרים על נפש עייפה.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 4:29 pm
דורך outspoken
סאטמארע רבי ז''ל וויינט צו די ליטווישע "הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו" לאזט אפ מיין שובבי''ם, און היטס מיין תורת הקנאות...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 5:50 am
דורך טעפל
מדינה
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 9:48 am
דורך נהורא נפישא
ביי חסידים דערציילט מען אז די סיבה פארוואס מ'האט מעניש געווען מן השמים דעם גרויסן מגיד דעם רבי ר' בער אז ער זאל נתגלה ווערן איז צוליב דעם וואס ער איז איינמאל געפארן אום חוה"מ וואס כאטש ס'מותר ע"פ דין, וואלט ער געדארפט מער מדקדק זיין.
האט אויף דעם געזאגט ר' ברוך האלבערשטאם דער גארליצער רעבע, אז היינט וואלטן די רעבעס אפילו געפארן אום שבת אבי נתגלה צו ווערן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:31 am
דורך מ גפני
און אונזערע רייען איינער וואס וויל זיין "קלוגער פונעם סיסטעם" רופט מען אים אן "ער טראכט אינדרויסן פונעם באקס" אין סקווירא זאגט מען "ער טראכט אינדרויסן פונעם לעדל"
(נ.ב. אויב האט דעס שוין איינער דא געשריבן דאן ביטע שריי מיך נישט אן)
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:15 am
דורך נהורא נפישא
זאגט איינער: מ'גראבט שוין לאנג נישט אין בית שמש, מ'האלט שוין טיף אינמיטן בויען.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 4:21 pm
דורך גאלד
ווען עס וואלט געווען אזא מין זאך ווי א אויסצייכענונג פאר פוילקייט, וואלט איך אפגעשיקט איינעם צו אפנעמען מיין אויסצייכענונג,
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 4:28 pm
דורך דער (פינטעל) איד
גוט אבער ס'נישט א וויץ ענדערש א גוטע "שפריכווארט"
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:41 pm
דורך רוח קדים
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:גוט אבער ס'נישט א וויץ ענדערש א גוטע "שפריכווארט"
מילתא דבדיחותא הייסט עס טייטש "וויץ" שארף? און ווער האט געזאגט דאס איז א וויץ? הא, האסט אן אגענדע צו שטעכן גאלד ווייל ער איז אן ארוני?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 6:08 pm
דורך היסטאריקער
ר׳ בערל קליין זאגט
אמאל האב איך נישט געהאט א שיינע שטימע, היינט ווייס איך נישט צו איך האב א שיינע שטימע, אדער הער איך שוין נישט גוט
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 6:45 pm
דורך יואב
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט ווען געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
@רויטע וואנצעס כ'האב באקומען א גוטס
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 11:04 am
דורך petergrifin
A young black boy asks his mother, "Mama, what is Socialism and what is Racism?"[left][/left]
She answered "Well, child, Socialism is when white folks work every day so we can get all our benefits, you know... like free cell phones for each family member, rent subsidy, food stamps, free healthcare, utility subsidy, and on and on, ...you know....... that's Socialism." "But Mama, don't the white people get ticked off about that?""Sure they do, honey. That's called Racism!"(Never more simply explained...)
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:42 pm
דורך טאמבל סאס
ראסיסיט איינער!
קענסט דאך דעם זעלבן מעשה דערציילן מיט א אידיש אינגל
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:50 pm
דורך zurich
געהערט א ווארט פון סאטמאר רב ז"ל.
ס'געוועין ביי א אסיפה אין התאחדות איז געוועין דארט אויפן טיש א באטל סעלטזער, איז דארט געזעצן א רב אין גענימען פון די סעלטצער,ער האט זיך אזוי געשעמט אז ער נעמט אזוי אינפראנט פון די גרויסע רבנים ריפט ער זיך אן אין מים אלא תורה מעזיצט דאך אין מאיז דן תורה!
רופט, זיך אן סאטמאר רב. יא יא ואתא תורא ושתא למיא!
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:53 pm
דורך כתר מלכות
@טאמבעלע, ווען ער שרייבט דאס ווען אויף יודיש יונגל ווער וואלט ווען געשריגען ראסיזים?
האט ער עס געשריבען אויף א שחור, און ב״ה א מחאה האט נישט געשפעטיגט צו קומען. ושחור על ישראל.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:26 pm
דורך יואב
כתר מלכות האט געשריבן:@טאמבעלע, ווען ער שרייבט דאס ווען אויף יודיש יונגל ווער וואלט ווען געשריגען ראסיזים?
האט ער עס געשריבען אויף א שחור, און ב״ה א מחאה האט נישט געשפעטיגט צו קומען. ושחור על ישראל.
הייסט דאס שפירסט ס'איז באקוועמער דעם תולה את קללתו על אחרים? אונז אידן זעמער באקאקט פינאנציעל, מ'האמער זירא עדוקעישן, מ'וואוינען אין די טייערסטע געגענטער, מ'צאל מער (נישט) שכר לימוד פאר א דאזען קינדער, און פוד סטעמפס לא יושיענו. (שנעל רעכן אויס עטליכע גבירים, כלומר: פרעג מיך אפ) און ווען מיר זיפעצן אויף אונזער אייגענע פראבלעמען, איז גענוי ווי מ'שמועסט דורך שטוב פראבלעמען, צווישן משפחה. מ'דערקלערן נישט מלחמה, מ'באשמוצן נישט כלל ישראל לעיני העמים, מ'שמועסט אויס הויעך אונזער (מיינע-דיינע) פראבלעמען. "בתוך עמי אנכי ישבת" איז א ביטערן מציאות מער ווי א שיינע פראז. לאז דעם שווארצן (טאקע דא גענוג פון זיי) זיך בייזערן אויפן שווארצן געמיינדע, (המבלי אין קאווע שטיבלעך בתוך כל מחנה ומחנה לבית אבותם, עם ועם כלשונם) און אונז וועלן אויסשמועסן אונזער פראבלעמען. איך פארשטיי אז ס'איז דא א שוואכקייט צווישן היימישע צו יענעמס געפילן. ראסיזם מרקד במחנינו אויף זייער א מיאוס'ן לעוועל, אבער דאס איז שוין ווייטער א חלק פון "אונזערע" פראבלעמען (סארא סעלף העיטינג דזשו, ניין?) וואס מ'קומער דא אינעם ווירטואלן קהילה זיך אויסרעדן.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:27 pm
דורך שמעקעדיג
zurich האט געשריבן:געהערט א ווארט פון סאטמאר רב ז"ל.
ס'געוועין ביי א אסיפה אין התאחדות איז געוועין דארט אויפן טיש א באטל סעלטזער, איז דארט געזעצן א רב אין גענימען פון די סעלטצער,ער האט זיך אזוי געשעמט אז ער נעמט אזוי אינפראנט פון די גרויסע רבנים ריפט ער זיך אן אין מים אלא תורה מעזיצט דאך אין מאיז דן תורה!
רופט, זיך אן סאטמאר רב. יא יא ואתא תורא ושתא למיא!
און פיר אויס די מעשה? דער רב איז געווארן רויט און ווייס און זיך צעוויינט, און סאטמאר רב האט אים איבערגעבעטן און אים צוגעזאגט חתונה צו מאכן אלע קינדער אייניקלעך און אור אייניקלעך און זיי קויפן הייזער וכו' וכו'.
כ'מיין, אז מען באקט שוין יא, זעה כאטש ס'זאל זיין גוט אויסגעבאקען.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:28 pm
דורך שמעקעדיג
טאמבל סאס האט געשריבן:ראסיסיט איינער!
קענסט דאך דעם זעלבן מעשה דערציילן מיט א אידיש אינגל
כ'פארשטיי נישט, ווילסט ער זאל משנה זיין?
ער שרייבט דאך קלאר "כ'האב באקומען א גוטס". און ער איז עס מעתיק כלשונו, אויף די שווארצע.
און חוץ מזה, ווען די מעשה גייט אויף אידן מוזטו טוישן די ווערטער "ראסיזם" צו "אנטיסעמיטיזם".
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:29 pm
דורך דער (פינטעל) איד
יואב האט געשריבן:כתר מלכות האט געשריבן:@טאמבעלע, ווען ער שרייבט דאס ווען אויף יודיש יונגל ווער וואלט ווען געשריגען ראסיזים?
האט ער עס געשריבען אויף א שחור, און ב״ה א מחאה האט נישט געשפעטיגט צו קומען. ושחור על ישראל.
מ'האמער זירא עדוקעישן
יא דו האסט זירא עדוקעישן יעצט פארוואס זאל איך אפילו ליינען וואס דו שרייבסט? איך דארף אויסהערן וואס אן אנעדוקעטעט שוטה האט צו זאגן?
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:36 pm
דורך יואב
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:יואב האט געשריבן:כתר מלכות האט געשריבן:@טאמבעלע, ווען ער שרייבט דאס ווען אויף יודיש יונגל ווער וואלט ווען געשריגען ראסיזים?
האט ער עס געשריבען אויף א שחור, און ב״ה א מחאה האט נישט געשפעטיגט צו קומען. ושחור על ישראל.
מ'האמער זירא עדוקעישן
יא דו האסט זירא עדוקעישן יעצט פארוואס זאל איך אפילו ליינען וואס דו שרייבסט? איך דארף אויסהערן וואס אן אנעדוקעטעט שוטה האט צו זאגן?
אבסעפריקענלוטלי נישט! איך וועל שטארק הנאה האבן דו הערסט מיך נישט אויס.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:38 pm
דורך דער (פינטעל) איד
יא אבער דיין העזה צו טראכטן אז אן אנדערער דארף דיר אויסהערן.
מיר ווייסן אלע וואס ס'ליגט אונטער דעם "מ'האמער".... ווי כאילו דער גרויסער חכם עתיק וואס האט זיך בדרך נס ארויסגעזען פונעם סיסטעם און געגאנגען שטודירן און יעצט קוקט ער אראפ פון א הויכען דאך אויף זיינע אמאליגע ברודער און שרייט "מ'האמער זירא עדוקעישן"
גיי צוריק צו דיין אייער שפייז ברודער
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:47 pm
דורך יואב
און פאר איך פארגעס, כמדומה לי אז דו האסט מיט איין קליינעם שטעכער, צעשטויסן די גאנצע עדוקעישן טאראראם. ממש זיך ארויסגעשטעלט צו זיין דער סאמער אשר קרך'ניק בימי השובבים. #ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות.
יעצט מיין פריינט, וועל איך ציטירן וואס כ'האב נעכטן געשריבן פאר א צווייטן און אן אנדערן אשכול, אבער ס'קען געזאגט ווערן פאר דיר אויך. אופפפס, ניין, טאקע דעם זעלבן פינטל.
יואב האט געשריבן:דער (פינטעל) איד האט געשריבן:פארוואס פארגינסטו מיר נישט עפעס א בעסערע דזשאב? נאר דו מעגסט שטיין דארט אין רעסטאראנט סערווירן גאלאש פארן עולם?
אברהם איז ביי מיר נאך אלץ אין שאטן פון מרדכי, איך וואלט זיי אפילו נישט געלייגט אויף איין שורה זיי זענען בכלל גאר אנדערע סארט זינגערס. מ'מעג וויסן ''וויאזוי'' צו זינגען ביז מארגן. א שטומער ל"ע מעג אויך וויסן וויאזוי צו זינגען ס'וועט עם ווייניג העלפן.
אז דו הערסט נישט בעני'ס שטימע טרוקן מוז זיין אז דו האסט אסאך אויל אין דיינע אויערן. א קיו טיפ וואלט נישט געשאדט. אזא שנעלע פיץ.
נו גוט. יעך וועל זיך מיט אייך נישט שפארן.
א דשאב פארגין איך דיך א בעסערן, ווי יענע מלמד האט געזאגט: פארוואס מיר שעלטן דעם טויט; בענטשט מיך איך זאל געווינען דעם לאטערי. (להבדיל).
נאר וואס דען, בעני פרידמאן האט ווי עס שיינט יא א בעסערן דשאב, וואס לשיטתך קומט דאס נישט פון ייחוס עצמו. נו גוט אויף דעם אויך, איך וועל זיך נישט שפארן מיט דיר כהנ"ל.
וואס איך פארגין דיר נישט, איז די הנאה אז איין משוגענער יואב האט זיך מתנדב געוועזן לכבוד ערב ראש חודש שבט, אריינצושפילן אין דיין אינטערהאלטונג זאק.
וואס אגב רעדנדיג פון טאויסט, איז דאס רעקאמאנדירט פאר דייעריע. הפנים, באזירט אויפן ואל תיטוש.
מיר זענען גוט פון דערווייטענס (נוסח אחר: מיט איינע פון דיינע אנדערע ניקס -- אפילו פון דעם נאנט) א כתיבה וחתימה טובה.
נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:48 pm
דורך כתר מלכות
@יואב, סארקאזים פארעמסטו אויך נישט? שוין וועט דאס אויכעט ארויפגיין אויף די לאנגע ליסטע פון די דורעכגעפאלענע אידישע פאלק. נישט עדיקעיטעט, יא ראסיסטיש געשטימט, נישט קיין פרנסה, יא קינדער, כאפן נישט קיין ווערטל, וכו׳ וכו׳.
ערנסט גערעדט, מיר ליידען עקסטער אויף ראסיזים?